רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

דעם קומענדיגע שב"ק פרשת נצבים כ״ז אלול געפאלט די יארצייט פון די ערשטע בעלזער רב די הייליגע שר שלום זצ״ל, האב איך געקלערט צוזאמצונעמען געציילטע אינהאלטסרייכע עפיזאדן פון דעם אשכול (און פון אנדערע) אויף איין פלאץ, פאר די הנאה פון די חברים.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

זיינע קינדער:
א) הרה"ק רבי אלעזר זצ"ל מבעלזא
ב) הרה"ק רבי שמעלקא זצ"ל
ג) הרה"ק רבי משה מקארוב זצ"ל
ד) הרה"ק רבי יהודה זונדל מאוחאן זצ"ל
ה) הרה"ק רבי יהושע מבעלזא זי"ע
ו) חתנו הרה"ק רבי העניך מאלעסק זצ"ל - נשא את בתו הרבנית מרת פריידא ע"ה
ז) חתנו הרה"ק רבי יצחק מבראד זצ"ל - נשא את בתו הרבנית מרת איידל ע"ה

---

געהערט פון הרה"ק רבי יענקלע מפשעווארסק זצ"ל: אז די ערשטע בעלזער רב האט געוואלט ווערן א בעדער, נהנה זיין מיגיע כפו, האט אים זיין רעביצין מלכה געזאגט ווער וועט זיך וועלין משדך זיין מיט דיר, האט ער אנגענומען די רבנות.

האט רבי מאירל פרעמישלאנער אויף דעם געזאגט, ומלכי צדק ווייל מלכה איז געווען גערעכט, ומלך שלם איז שלום געווארען א מלך (רבי).

בשעת תיקון נשמות האט ער צוגעריקט זיין בעט צו רעבעצין מלכה'ס בעט, ביידע האבין עוסק געווען בתיקוני נשמות. די בעלזער רב האט אמאל געמערקט וואו די עולם ביי עם און שטוב לאכט, האט ער געפרעגט פארוואס לאכט מען? האט מען אים געזאגט ווייל זיין איידים רבי איציקל בראדער האט געזאגט אז די רבי איז עוסק מיט תיקון נשמת הינדא - די משרתת פונעם בעלזער רב'ס שטוב, האט ער געזאגט לאכטס נישט און געוויזען אז אט קומט זי ארויס פונעם פענסטער. (ע"כ מפי רבי יענקלע זצ"ל)

---

עס האט זיך אמאל געמאכט אין מוצש"ק פאר סליחות, אז דער בעלזער רב האט פלוצלינג געהייסן איינשפאנען דעם פערד און וואגן און זיך ארויסלאזן אין וועג.

דער שר שלום האט געהייסן מ'זאל פירן דעם וואגן אינדרויסן פון שטאט צו א הייזקעלע וועלכע האט געהערט צו א פשוט'ן שניידער, דאס הייזל איז געווען צובראכן און האלב איינגעפאלן און האט עדות געזאגט אויף דעם גרויסן ארימקייט פונעם שניידער.

דער רבי איז צוגעגאנגען ביז נאנט צום פענסטער און פון א שפאלט אריינגעקוקט וואס עס טוט זיך אינווייניג אין הויז. די מקורבים האט שטארק געוואונדערט דעם רבי'נס גאנצער התנהגות אין אזא שפעטע פאר-סליחות שעה.

אבער זיי האבן פארשטאנען אז געוויס האט דא דער צדיק זיינע הייליגע כוונות וואס ער וויל דערמיט. אויך זיי האבן זיך דארט צוגעשטעלט און דורך איינע פון די פולע שפאלטענעס זיך צוגעקוקט וואס דער רבי זעט דארט אין שטוב.

קיין גרויס רייכטום האט קיינער נישט ערווארטעט דארט צו באגעגענען, דער שניידער וועלכער איז געווען גוט באקאנט אין שטאט האט פארגעשטעלט מיט זיך א בילד פון א ריכטיגע ארעמאן, וועמענס גאנצע האב-און-גוט'ס איז מסתמא באשטאנען פון דעם קליינעם שאפקעלע און טישל וואס ער האט פארמאגט ביי זיך אין שטוב.

אין די לעצטע צייטן האט זיך געהאט פארשפרייט שמועות אויף דעם איד אז ער האט זיך "אנטזאגט" פון אידישקייט ר"ל, שוין א לענגערע צייט וואס קיינער האט אים נישט געזען אין שול מורמלען די קאפיטלעך תהילים אדער מעמדות ווי זיין שטייגער איז געווען פאר לאנגע יארן, און דאס איז געווען גענוג צו בארעכטיגן די אלע שמועות וואס מען האט גערעדט וועגן אים.
דאס האט ווי פארשטענדליך פיל בייגעשטייערט צום גרויסן חידוש אז דער צדיק שטאטעט אפ א "באזוך" ביי אים אין אזא ערנסטע צייט, אבער צוזענדיג זיך וואס עס קומט פאר אצינד אינווייניג אין שטוב פונעם שניידער, איז שוין רעכט געווארן, אז דער צדיק האט דא זיינע הייליגע ענינים וואס ער וויל דערביי.

דער שניידער האט פונעם שאפע ארויסגענומען א פלאש בראנפן און אנגעגאסן צוויי גלעזער, איינס האט ער געלייגט נעבן זיך, און דאס צווייטע ביים אנדערן עק טיש, וואו עס איז געשטאנען נאך א צובראכענעם בענקל. נאכדעם וואס ער האט אויסגעטרינקען דעם ערשטן גלעזל, האט ער אויך אויסגעטרונקען דעם אנדערן גלעזל, און שטיל געזאגט: "מיר זענען זיך מוחל און פון יעצט אטן וועט זיין גוט!"

אזוי האט זיך די זאך איבערגע'חזר'ט עטליכע מאל, ביז דער בעלזער רב האט געהייסן זיך ארויפזעצן אויפ'ן וואגן, און מען איז צוריקגעפארן אין שטאט אריין, וואו מען האט זיך ענדליך אנגעהויבן גרייטן צו סליחות.

ביי סליחות האט דער גבאי באמערקט דעם ארעמען שניידער שטיין ביי א ווינדל פון שול ווי ער האלט א סליחות און זאגט מיט גרויס ברען. דער גבאי האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, און באלד נאך סליחות איז ער צוגעלאפן צום איד, און געבעטן ער זאל אים פונקטליך דערציילן וואס עס קומט מיט אים פאר לעצטענס.

דער שניידער האט מיט א פארשעמטן קול דערציילט פארן גבאי, דער גאנצע השתלשלות וויאזוי עס איז אים אויסגעקומען זיך אזוי ווייט צו פארגליטשן פון אידישן וועג, אנגעהויבן האט זיך עס נאכדעם וואס זיין פארנסה האט אנגעהויבן פאלן און זיינע געשעפטן האבן זיך גענומען פארקלענערן, און ער האט געטראכט צו זיך אז אויב דער באשעפער נעמט אים צו זיין פרנסה וועט ער אויך אויפהערן צו זאגן יעדן טאג תהילים, אבער דאס האט אים קיין סאך נישט געהאלפן, פארקערט, זינט דאן האט ער פארלוירן נאך קונים, אזוי ביז זיין גאנצער שניידעריי האט
זיך פארמאכט און ער האט נישט געהאט מער קיין לחם לאכול צוזאמען מיט דעם איז זיין אידישקייט אים כסדר געפאלן ביז ער האט שוין גארנישט געהיטן פון די תורה ומצוות.

עס איז אזוי געגאנגען א לאנגער צייט ביז נעכטן האט ער זיך ארומגעקוקט און געזען אז זיין מצב איז זייער שמאל, און נאך אביסל וועט ער אויסגיין פון הינגער, דאן האט ער זיך דערמאנט פון זיינע גוטע צייטן ווי ער איז געווען א שטרענג-אפגעהיטענע איד און ער פלעגט יעדן טאג דאווענען און זאגן תהילים, א בענקשאפט האט אים ארומגענומען צו יענער צייט, און ער האט ביי זיך פעסט באשלאסן זיך איבערצובעטן מיט'ן אייבערשטן.

ער האט געדענקט אז נישט א לאנגער צייט פריער האט ער געהאט א רוגזה מיט זיין שכן און ווען זיי האבן זיך דערנאך איבערגעבטן זענען זיי צוזאמען אריין אין א קרעטשמע און צוזאמען געטרינקן א גלעזל משקה, האט ער אפגעמאכט דאס זעלבע יעצט צו טון.

ער האט ארויסגענומען א פלעשל ברוינפן און אנגעגאסן א פולן גלעזל משקה פאר ביידע "צדדים" און ער האט אזוי געזאגט צום אויבערשטן: הייליגער באשעפער, איך בין דיר מוחל און דו זיי מיר מוחל, פון היינט מאל אטן וועל איך שוין זיין גוט, כ'וועל לייגן טלית ותפלין, זאגן תהילים ומעמדות; און דו, הייליגער באשעפער, געב מיר פרנסה און כל טוב.

דער גבאי האט אויסגעהערט דעם "ווידוי" פון דעם ארעמען שניידער, און ער האט שוין גוט פארשטאנען פארוואס דער רבי האט אויסגעקליבן צו באזוכן ביים הויז פונעם שניידער, פונקט פאר סליחות. זי"ע ועכי"א

---

די מציבה פונעם שר שלום זצ״ל אין בעלזא.

בילד
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ייש"כ @ממה נפשך
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
ליפשיטץ האט געשריבן:כ'זע דא אינעם גאנצן אשכול אז מרעדט ארום אז רבי משה מקארוב זי"ע בן מרן ה'שר שלו' מבעלזא זי"ע' האט געהאט 2 זיווגים, און ס'שטייט גארנישט ווער זיין צוויטן זיווג [די מאמע פון רוב זיינע קינדער...] לכן אתמהה.

ערגעץ וואו האביך געזען אז זיא איז א אפטא'ער

אדרבה, וייסט איינער מער פרטים?
ישר כוח!

די צוויטע רעבעצין האט געהייסן מרת שיינדל ע"ה.
טאכטער פון הרה"צ רבי פינחס הלוי הורוויץ זצ"ל מיאסי, בן הרה"ק רבי יוסף יוסקא מוואלטשיסק זצ"ל, בן הרה"ק רבי אריה ליב מוואלטשיסק זי"ע - א תלמיד פון דער הייליגע רבי ר' בער זי"ע.
רבי פינחס איז געווען א איידעם פון הרה"ק רבי מרדכי אייזנבאך זצ"ל, איידעם פון אפטא רבי מרדכי'ס משפחה נאמן טוישט זיך עפעס יעדע פאהר יאהר[/b]..[/quote

יא לויט די צענזוס איז ער אייזנבאך
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

וואו קומט אריין רבי זינדל ישכר דב רוקח מלינסק זצ"ל אינעם גזע פון בעלזא? איך זוך שוין א לאנגע צייט און טרעפ נישט..!
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ליפשיטץ האט געשריבן:וואו קומט אריין רבי זינדל ישכר דב רוקח מלינסק זצ"ל אינעם גזע פון בעלזא? איך זוך שוין א לאנגע צייט און טרעפ נישט..!

ב"ר מנחם מענדל
ב"ר יהודה
בן הרה"ק ר' אלעזר
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

Re: ב) הרה"ק רבי שמעלקא זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אנא עבדא האט געשריבן:הרה"ק רבי שמעלקא זצ"ל איז אוועק יונגערהייט און נישט איבערגלאזט קיין קינדער, כידוע.

אז דערמאנט דעם צדיק וואס איז געווען א זון פונעם ערשטן בעלזא רב דער שר שלום זיע"א האב איך אצינדעט געזען אין אור הצפון ( חשון תשפ"ב )

א באשרייבונג ווען רבי ישכר דוב זיע"א איז געגאנגען באזוכן די שטאט בעלזא נאכן ערשטע וועלט'ס קריג ווען די גרויסע שוהל איז חרוב געווארן פון באמבעס פון די רוסישע מיליטער ער האט דעמאלטס געוואוינט אין האלעשיץ

איז בעלזא רב אריין אינעם שוהל און ער איז אנגעקומען צום ארון קודש ארויף די טרעפ און געהאלטן די פרוכת מיט א גרויסע התרגשות און געזאגט איך האב מיך א'גאנצע צייט געבענקט צו דעם פרוכת די פרוכת איז מיין הייליגע זיידע מיט מיין הייליגע טאטע צוגעגאנגן און געפענט דעם ארון קודש מיט א אהבת הבורא ויראתו

און ער האט צוגעלייגט, אז א'גאנצע צייט האב איך מיך געבענקט צו דעם פרוכת און נישט געוואוסט וואו ס געפינט זיך אצינדעט זע איך וואו דאס געפינט זיך

די היסטוריה פון דעם ווייסן פרוכת איז פאלגענד

די הייליגע בעלזא רעבעצין מלכה האט געבעטן אז ויבאלד איר זון רבי שמעלקא איז יונג אוועק ער האט נישט איבערגלאזט קיין קינדער ל"ע זאל מען נייען א פרוכת פון זיי קיטל אלץ א אנדענק פאר אים און היות די קיטל איז נישט געווען גענוג גרויס צו נייען דערפון דעם פרוכת האט מען צוגעלייגט א שטיקל פון רעבעצין מלכה'ס פארטיך

שרייבט הגאון רבי שמעלקא טויבענפעלד זצ"ל רב דקהל חרדים מאנסי אין זיין ספר זכרון שמואל ( חלק א' עמוד ס') די ספעציליע חיבה וואס מרן רבי ישכר דוב זיע"א האט ארויס געוויזן פאר די הייליגע פרוכת

וזה לשונו שמעתי מאחד שהיה אצל האדמו"ר הרה"ק מוהר"ר רבי ישכר דוב מבעלזא זצ"ל ושמע ממנו דברים נפלאים ...והנה ידוע כשהאדמו"ר הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זצ"ל היה נכנס לבית הכנסת בליל כל נדרי היה בוכה אז בכיות נוראות ואמר אז שהדבר שמעורר אותו לבכי כזו הוא
שכשהוא נכנס ורואה שתלוי כאן שמלתה של זקנתו ותכריכין של דודו זה גורם לו שיבוא לו מעין של דמעות עד כאן לשונו
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט איז דער יא''צ פון הרה"ק רבי אלעזר בנו הבכור של השר שלו' מבעלזא זי"ע
מנו"כ בביה''ח בבעלזא

צדיקים האבן געזאגט גרויסע זאכן אויף איהם
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
דבריך יאיר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבריך יאיר »

ביי וועם איז הרה"ק מבולגעריי זצ"ל געווען אן איידעם בזו"ר?
קענווי
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 1:37 pm

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענווי »

הרבנית בת שבע ע׳׳ה הי׳׳ד בת הרה׳׳ק ר׳ משה אהרן מקאברין בן הרה׳׳ק ר׳ דוד שלמה מקאברין וחתן הרה׳׳ק ר׳ מרדכי מזוועהיל זי׳׳ע
דבריך יאיר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבריך יאיר »

קענווי האט געשריבן:הרבנית בת שבע ע׳׳ה הי׳׳ד בת הרה׳׳ק ר׳ משה אהרן מקאברין בן הרה׳׳ק ר׳ דוד שלמה מקאברין וחתן הרה׳׳ק ר׳ מרדכי מזוועהיל זי׳׳ע

כ'האב געזעהן אין די נייע באילנא דחיי (סאטמאר) א קאפי פון א בריוו פון הרה"ק מסאטמאר צו הרה"ק מבולגעריי, און ער שרייבט איהם ש"ב,
ווייסט איינער וויאזוי?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

דבריך יאיר האט געשריבן:
קענווי האט געשריבן:הרבנית בת שבע ע׳׳ה הי׳׳ד בת הרה׳׳ק ר׳ משה אהרן מקאברין בן הרה׳׳ק ר׳ דוד שלמה מקאברין וחתן הרה׳׳ק ר׳ מרדכי מזוועהיל זי׳׳ע

כ'האב געזעהן אין די נייע באילנא דחיי (סאטמאר) א קאפי פון א בריוו פון הרה"ק מסאטמאר צו הרה"ק מבולגעריי, און ער שרייבט איהם ש"ב,
ווייסט איינער וויאזוי?


.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

ווער איז דאס?
אטעטשמענטס
9EF226AD-F088-47EA-AC68-C250CF25CD39.jpeg
9EF226AD-F088-47EA-AC68-C250CF25CD39.jpeg (11.59 KiB) געזען 1495 מאל
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:ווער איז דאס?

ר' משה מיללער פון דעם שפירא סייט האט ערגעץ א שטיקל אויף אים
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:ווער איז דאס?

בנו של רבי טודרוס מנעמירוב מזוו"ר שלו
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

ייש"כ. דאס הייסט ער איז דער שענדישוב'ער אייניקל.
אגב, רבי טודרוס האט געוואוינט אין ניעמירוב (גאליציע) נישט נעמירוב (פאדאליע)
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אבער ביי די חסידי'שע עולם פלעגט מען עס שרייבן נעמירוב.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
דבריך יאיר האט געשריבן:
קענווי האט געשריבן:הרבנית בת שבע ע׳׳ה הי׳׳ד בת הרה׳׳ק ר׳ משה אהרן מקאברין בן הרה׳׳ק ר׳ דוד שלמה מקאברין וחתן הרה׳׳ק ר׳ מרדכי מזוועהיל זי׳׳ע

כ'האב געזעהן אין די נייע באילנא דחיי (סאטמאר) א קאפי פון א בריוו פון הרה"ק מסאטמאר צו הרה"ק מבולגעריי, און ער שרייבט איהם ש"ב,
ווייסט איינער וויאזוי?


.

די וועג וואס איך ווייס, כאטש ס'איז זייער ווייט:
מסתמא דורך דעם זיידן פין הרה"ק מטאלטשעווא זצוק"ל, וואס איז אויך געווען א זיידע פון בילגורייא'ער רב.
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

אנא עבדא האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
דבריך יאיר האט געשריבן:
קענווי האט געשריבן:הרבנית בת שבע ע׳׳ה הי׳׳ד בת הרה׳׳ק ר׳ משה אהרן מקאברין בן הרה׳׳ק ר׳ דוד שלמה מקאברין וחתן הרה׳׳ק ר׳ מרדכי מזוועהיל זי׳׳ע

כ'האב געזעהן אין די נייע באילנא דחיי (סאטמאר) א קאפי פון א בריוו פון הרה"ק מסאטמאר צו הרה"ק מבולגעריי, און ער שרייבט איהם ש"ב,
ווייסט איינער וויאזוי?


.

די וועג וואס איך ווייס, כאטש ס'איז זייער ווייט:
מסתמא דורך דעם זיידן פין הרה"ק מטאלטשעווא זצוק"ל, וואס איז אויך געווען א זיידע פון בילגורייא'ער רב.

ווי אזוי איז דער טולטשאווער געוועהן אז זיידע פון בילגורייא'ער רב?
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

וואנאוויטשער האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
דבריך יאיר האט געשריבן:
קענווי האט געשריבן:הרבנית בת שבע ע׳׳ה הי׳׳ד בת הרה׳׳ק ר׳ משה אהרן מקאברין בן הרה׳׳ק ר׳ דוד שלמה מקאברין וחתן הרה׳׳ק ר׳ מרדכי מזוועהיל זי׳׳ע

כ'האב געזעהן אין די נייע באילנא דחיי (סאטמאר) א קאפי פון א בריוו פון הרה"ק מסאטמאר צו הרה"ק מבולגעריי, און ער שרייבט איהם ש"ב,
ווייסט איינער וויאזוי?


.

די וועג וואס איך ווייס, כאטש ס'איז זייער ווייט:
מסתמא דורך דעם זיידן פין הרה"ק מטאלטשעווא זצוק"ל, וואס איז אויך געווען א זיידע פון בילגורייא'ער רב.

ווי אזוי איז דער טולטשאווער געוועהן אז זיידע פון בילגורייא'ער רב?

ער איז נישט געווען.
זיינ'ס א זיידע איז געווען א זיידע, כ'געדענק נישט די פרטים יעצט.
יבואו הידענים און וועלן משלים זיין די פרטים.
מסתופף בצל צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2020 5:45 am

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתופף בצל צדיקים »

ווייסט איינער פרטים איבער ר' יהודה רוקח נכד ר' אלעזר בן השר וואס האט געפירט אין לוביטש איך האב עיזען אין א מקור אז ער האט גיהאט אן איידעם ר' מרדכי גאטטעסמאן קען זיין אפשר ר' לייב גאטטעסמאן אב"ד לוביטש זון ?
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

מסתופף בצל צדיקים האט געשריבן:ווייסט איינער פרטים איבער ר' יהודה רוקח נכד ר' אלעזר בן השר וואס האט געפירט אין לוביטש איך האב עיזען אין א מקור אז ער האט גיהאט אן איידעם ר' מרדכי גאטטעסמאן קען זיין אפשר ר' לייב גאטטעסמאן אב"ד לוביטש זון ?

ער איז געווען א זון פין רבי אהרן פין לוביטש.
מסתופף בצל צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2020 5:45 am

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתופף בצל צדיקים »

יא אבער איך האב נאכגעקוקט אויף jri און סיין וייב שפרינצא רוקח איז פון סקאהל
מסתופף בצל צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2020 5:45 am

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתופף בצל צדיקים »

ער האט גיווינט אין ראווא רוסקא
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איז געוועהן בחייו פון דעם שר שלום נאך א רב בגלילות בעלזא וואס האט געקענט הייסן 'זאלאמאן (בדר"כ שלמה אדער זלמן) רוקח' Salomon Rokach אויף דייטש?

(געזעהן א סנדקאות אין סקאהל פון תרי"א פון Rabbiner Salomon Rokach - לכאורה דארף דאס צו זיין דעם שר שלום?)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”