געדאנקען ? געפילען ?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
געדאנקען ? געפילען ?
די זון הייבט זיך אן צי רויטלען אינעם ווייטען מערב אין ווי מער דער זייגער מארשירט פאראויס ווערט די טונקעלקייט מער געדעכט,
כ'זיץ ביי מיר אינעם שטוב קוקענדיג מיט בענקעדיגע בליקען אויף דעם אוועקגייענדיגען זון, די זון גייט זיך זיין וועג אין לאזט איבער אינטער זיך א טונקעלע וועלט, ס'ווערט קאלעמוטנע אויפען הארצען,
כ'קוק זיך אום אין כ'זעה די ביימער כמעט ליידיג פין אירע בלעטער רוב בלעטער האבען איר פארלאזט, אין איר איבער געלאזט זיך אליין צי ספראווען מיטען קאלטען ווינטער אין שניי,
ווען עס איז איר גוט געגאנגען איז יעדער געווען דארט אין יעצט ווען די צייטען טוישען זיך לאזט איר יעדער איבער,
כ'קוק אויפען בוים מיט רחמנות'דיגע בליקען קיינער פארשטייט אים נישט יעדער איז ביזי מיט זיינע פראבלעמען אין קיינער קוקט זיך נישט אויף איר אום,
בוים בוים זאג איך מיט א הארציגע שטימע, ס'וועט נאך קומען א צייט וואס די וועסט ווידער זיין באצירט מיט פרישע גרינע געוויקסען נישט אייביג וועט זיין ווינטער אין נישט אייביג נאכט,
בוים בוים ! שטארק דיר אין מוטיג דיר ווער נישט געפאלען ביי דיר אז יעדער האט דיר פארלאזט ווייל דיינע ווארצלען זענען טיף אין דיין כוח איז שטארק אין ווען דער ווינטער וועט אריבער וועסטו פריש אנהייבען צי שפראצען מיט בלעטער אין צי זיך בראטען אויף די ווארעמע זון שטראלען,
די זון הערט מיינע ווערטער אין לאזט א טרער איז זאגט וועלט וועלט ס'וועט נישט אייביג זיין נאכט כ'גיי באלד נאכאמאל אויפשיינען מיט א פרישע כח אין א נייעם טאג,
אזוי גייט עס נאך ווינטער קומט זוממער, נאך טאג קומט נאכט, נאך לאכען קומט וויינען, אין אזוי פאר די וועלט, איינער לאכט אין איינער וויינט, אין מארגען פארקערט,
די בוים ווערט גערירט פין מיינע ווערטער אין זאגט צי מיר:
לאקשען לאקשען ! ס'וועט קומען א צייט וואס דיין מזל וועט שיינען אין דיין נשמה וועט לייכטען !
לאקשען לאקשען! שטארק דיר אין מוטיג דיר ווער נישט געפאלען, ווייל דיינע ווארצלען זענען טיף אין דיין באשעפער איז מיט דיר, ווען דיין ווינטער וועט אריבער וועסטו וואקסען אין בליען ווי א רויז אין א שיינעם גארטען,
ס'געווען די ערשטע מאל א בוים רעדט צי מיר אין כ'בין געווען זייער גערירט
דא האט זיך מיין געדולד אויפגעהערט אין כ'גיי ענדיגען שרייבען , א גוטע נאכט

- אינטעליגענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm
הערליך און צויבערנד, א הארץ פול מיט געפילן אין א פעדער פול מיט טינט,
געדאנקן געפילן ?
סאיז געפילן וואס ברענגן נישט ייאוש און פארלוירנקייט
נאר ליבערשט האט לאקשעלע זיך צוגעבויגן דאס קעפעלע און זיך צוגעהערט צום ביימעלע,
און די בוים קען שוין יעצט אפפרירן, ווייל ער האט שוין זיין תיקון געהאט,
א אידעלע האט עפעס דערהערט, א אידעלע איז מלא חיזוק, א אידעלע איז נישט געבליבן פארקלעמט,
ענליכס קוק דא

- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
לאקשען, האסט מיך ארויס גענומען פון די כלים, לכבודך שרייב איך איבער דיינע געדאנקען אין פארעם פון א פאעמע:
אינמיטן די ווינטער
די נאכט טוט פאלן
עס גייען שוין אונטער
די זונען שטראלן
מיינע בענקעדיגע בליקן
אויפ'ן פארגייענדיגן זון
פארשטארט זיי קוקן
כ'פארטראכט זיך דערין
די זון גייט זיין וועג
די טונקלקייט פארשטעלט
לאזט איבער ווי אלע טעג
א טונקעלע וועלט
כ'קוק זיך ארום
די ביימעלעך שטייעדיג
עלנד אומעטום
פון די בלעטער ליידיג
רוב פון די בלעטער
האבן איר פארלאזט
זיך ספראווען מיט'ן וועטער
אויף איר אייגענע קאסט
ווען ס'איז איר געווען גוט
איז יעדער געווען דארט
צייטען טוישען זיך ס'טוט
זי בלייבט איינזאם אויף איר ארט
כ'קוק אויפען בוים
מיט רחמנות'דיגע אויגן
קיינער עס פארשטייט אים
אלע פון אים אוועק געצויגן
ביימעלע! ביימעלע!
א הארציגע שטימע פון מיין מויל
ביימעלע! ביימעלע!
קלינגט דער ווידער קול
ס'וועט נאך קומען א צייט
דו וועסט ווידער זיין באצירט
פרישע געוויסקן אויף יעדן זייט
אונטער דיר מ'שפאצירט
נישט אייביג וועט זיין ווינטער
אין נישט אייביג נאכט
אפעלו די זון גייט אונטער
ס'קומט א צייט וואס לייכט
שטארק זיך, מוטיג זיך!
ווער נישט געפאלען
גאנץ אין גיך
די זון וועט ווידער שטראלן
דיינע ווארצלען זענען טיף
דיין כוח איז שטארק
דער ווינטער - כחלום יעוף
ס'איז דא א עק צום בארג
ס'וועט נאך קומען א צייט
א הערליכע שאטן
וועט זיך ציען ווייט
אויף די זון דו וועסט זיך בראטן
די זון זי הערט
מיינע רייד
פארטרערט
מיט א קרעכץ באגלייט
וועלט וועלט! זאגט זי פארטראכט
נישט אייביג איז טונקל
נישט אייביג איז נאכט
כ'גיי טאקע אונטער אין ווינקל
אבער באלד באלד
בין איך ווידער פארהאנען
מיט פרישע כוחות
א נייע טאג וועט שיינען
אזוי גייט די וועלט
נאך ווינטער קומט זוממער
דער באשעפער האט אזוי געשטעלט
לערנט אייך פון מיר
נאך טאג קומט נאכט
נאך לאכען קומט וויינען
פאלשע כבוד און פראכט
טוט גארנישט מיינען
דער בוים ווערט גערירט
פון מיינע רייד
לאקשען לאקשען! זי זאגט מיר
ס'וועט נאך קומען א צייט
דיין מזל וועט שיינען
דיין נשמה וועט לייכטען
וועסט מער נישט וויינען
טו טיף אריין טראכן
לאקשען לאקשען! ווער נישט געפאלען
דיין באשעפער איז מיט דיר
דיינע ווארצלען און דיינע קוואלן
זענען טיף און פעסט אן א שיעור
דיין ווינטער וועט אוועק פליען
דו וועסט דערפון ארויס
וועסטו וואקסען אין בליען
ווי אין גארטען דער שיינער רויז
אינמיטן די ווינטער
די נאכט טוט פאלן
עס גייען שוין אונטער
די זונען שטראלן
מיינע בענקעדיגע בליקן
אויפ'ן פארגייענדיגן זון
פארשטארט זיי קוקן
כ'פארטראכט זיך דערין
די זון גייט זיין וועג
די טונקלקייט פארשטעלט
לאזט איבער ווי אלע טעג
א טונקעלע וועלט
כ'קוק זיך ארום
די ביימעלעך שטייעדיג
עלנד אומעטום
פון די בלעטער ליידיג
רוב פון די בלעטער
האבן איר פארלאזט
זיך ספראווען מיט'ן וועטער
אויף איר אייגענע קאסט
ווען ס'איז איר געווען גוט
איז יעדער געווען דארט
צייטען טוישען זיך ס'טוט
זי בלייבט איינזאם אויף איר ארט
כ'קוק אויפען בוים
מיט רחמנות'דיגע אויגן
קיינער עס פארשטייט אים
אלע פון אים אוועק געצויגן
ביימעלע! ביימעלע!
א הארציגע שטימע פון מיין מויל
ביימעלע! ביימעלע!
קלינגט דער ווידער קול
ס'וועט נאך קומען א צייט
דו וועסט ווידער זיין באצירט
פרישע געוויסקן אויף יעדן זייט
אונטער דיר מ'שפאצירט
נישט אייביג וועט זיין ווינטער
אין נישט אייביג נאכט
אפעלו די זון גייט אונטער
ס'קומט א צייט וואס לייכט
שטארק זיך, מוטיג זיך!
ווער נישט געפאלען
גאנץ אין גיך
די זון וועט ווידער שטראלן
דיינע ווארצלען זענען טיף
דיין כוח איז שטארק
דער ווינטער - כחלום יעוף
ס'איז דא א עק צום בארג
ס'וועט נאך קומען א צייט
א הערליכע שאטן
וועט זיך ציען ווייט
אויף די זון דו וועסט זיך בראטן
די זון זי הערט
מיינע רייד
פארטרערט
מיט א קרעכץ באגלייט
וועלט וועלט! זאגט זי פארטראכט
נישט אייביג איז טונקל
נישט אייביג איז נאכט
כ'גיי טאקע אונטער אין ווינקל
אבער באלד באלד
בין איך ווידער פארהאנען
מיט פרישע כוחות
א נייע טאג וועט שיינען
אזוי גייט די וועלט
נאך ווינטער קומט זוממער
דער באשעפער האט אזוי געשטעלט
לערנט אייך פון מיר
נאך טאג קומט נאכט
נאך לאכען קומט וויינען
פאלשע כבוד און פראכט
טוט גארנישט מיינען
דער בוים ווערט גערירט
פון מיינע רייד
לאקשען לאקשען! זי זאגט מיר
ס'וועט נאך קומען א צייט
דיין מזל וועט שיינען
דיין נשמה וועט לייכטען
וועסט מער נישט וויינען
טו טיף אריין טראכן
לאקשען לאקשען! ווער נישט געפאלען
דיין באשעפער איז מיט דיר
דיינע ווארצלען און דיינע קוואלן
זענען טיף און פעסט אן א שיעור
דיין ווינטער וועט אוועק פליען
דו וועסט דערפון ארויס
וועסטו וואקסען אין בליען
ווי אין גארטען דער שיינער רויז
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
לאקשי, גוטער געדאנק.
שמערי דו ביסט אומבאגרייפבאר (ס'איז פארהאן אזא ווארט??).
אגב שטייט אין גמרא אויפן תנא ריב"ז האט געקענט אפח' שיחת דקלים, ד"מ די שפראך וואס די ביימער רעדן, אזוי אויך דער הייליגער בעש"ט דער ארי' הק' אבער איך האב נישט געוואוסט אז דו קענסט אויך....

זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
Re: געדאנקען ? געפילען ?
פונקט יעצט געטראפן
און איך מיין ס'איז פאסיג אין דעם טאג.
און איך מיין ס'איז פאסיג אין דעם טאג.
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
Re: געדאנקען ? געפילען ?
ת
נאך גוט די נייסט לאקשן שטעל דיר פאר די הייסט משה ?
לאקשען ברעט האט געשריבן:די זון הייבט זיך אן צי רויטלען אינעם ווייטען מערב אין ווי מער דער זייגער מארשירט פאראויס ווערט די טונקעלקייט מער געדעכט,
כ'זיץ ביי מיר אינעם שטוב קוקענדיג מיט בענקעדיגע בליקען אויף דעם אוועקגייענדיגען זון, די זון גייט זיך זיין וועג אין לאזט איבער אינטער זיך א טונקעלע וועלט, ס'ווערט קאלעמוטנע אויפען הארצען,
כ'קוק זיך אום אין כ'זעה די ביימער כמעט ליידיג פין אירע בלעטער רוב בלעטער האבען איר פארלאזט, אין איר איבער געלאזט זיך אליין צי ספראווען מיטען קאלטען ווינטער אין שניי,
ווען עס איז איר גוט געגאנגען איז יעדער געווען דארט אין יעצט ווען די צייטען טוישען זיך לאזט איר יעדער איבער,
כ'קוק אויפען בוים מיט רחמנות'דיגע בליקען קיינער פארשטייט אים נישט יעדער איז ביזי מיט זיינע פראבלעמען אין קיינער קוקט זיך נישט אויף איר אום,
בוים בוים זאג איך מיט א הארציגע שטימע, ס'וועט נאך קומען א צייט וואס די וועסט ווידער זיין באצירט מיט פרישע גרינע געוויקסען נישט אייביג וועט זיין ווינטער אין נישט אייביג נאכט,
בוים בוים ! שטארק דיר אין מוטיג דיר ווער נישט געפאלען ביי דיר אז יעדער האט דיר פארלאזט ווייל דיינע ווארצלען זענען טיף אין דיין כוח איז שטארק אין ווען דער ווינטער וועט אריבער וועסטו פריש אנהייבען צי שפראצען מיט בלעטער אין צי זיך בראטען אויף די ווארעמע זון שטראלען,
די זון הערט מיינע ווערטער אין לאזט א טרער איז זאגט וועלט וועלט ס'וועט נישט אייביג זיין נאכט כ'גיי באלד נאכאמאל אויפשיינען מיט א פרישע כח אין א נייעם טאג,
אזוי גייט עס נאך ווינטער קומט זוממער, נאך טאג קומט נאכט, נאך לאכען קומט וויינען, אין אזוי פאר די וועלט, איינער לאכט אין איינער וויינט, אין מארגען פארקערט,
די בוים ווערט גערירט פין מיינע ווערטער אין זאגט צי מיר:
לאקשען לאקשען ! ס'וועט קומען א צייט וואס דיין מזל וועט שיינען אין דיין נשמה וועט לייכטען !
לאקשען לאקשען! שטארק דיר אין מוטיג דיר ווער נישט געפאלען, ווייל דיינע ווארצלען זענען טיף אין דיין באשעפער איז מיט דיר, ווען דיין ווינטער וועט אריבער וועסטו וואקסען אין בליען ווי א רויז אין א שיינעם גארטען,
ס'געווען די ערשטע מאל א בוים רעדט צי מיר אין כ'בין געווען זייער גערירט
דא האט זיך מיין געדולד אויפגעהערט אין כ'גיי ענדיגען שרייבען , א גוטע נאכט
נאך גוט די נייסט לאקשן שטעל דיר פאר די הייסט משה ?
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).