רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
הונדערטער רינועל העלדן האבן זיך שוין געלאזט שניידן אוועקצוגעבן א ניר פאר א צווייטן איד. אשרי להם ואשרי חלקם. וואויל איז זיי בעולם הזה ובעולם הבא. אבער נישט יעדער איז אומשטאנד אוועקגעבן א ניר פאר א צווייטן איד וואס דארף דאס האבן. נישט יעדער האט די כוחות הנפש זיך צו לאזן שניידן פאר א צווייטן. נישט יעדער קען דאס באווייזן.
עס איז דא עפעס וואס איר קענט יא, איר האט קע"ה א צוויי-צענדליג ציינער אין מויל, דארפט איר דען אלע ציינער? עס זענען פארהאן הונדערטער עלטערע אידן וואס קענען ליידער נישט עסן געהעריג נאר מיט פאלשע ציינער, יעדער האט איבריגע ציינער אין מויל, עס איז א שאד דאס נישט אוועקצוגעבן פאר א איד וואס קען עס נוצן.
האט איר געוואוסט אז איר קענט שוין מנדב זיין ציינער פאר עלטערע אידן וואס זייערע ציינער פאלן שוין ארויס? איך גלייב אז די ענטפער איז ניין, ווייל איך האב דאס אויך נישט געוואוסט, אבער דאס וועלן מיר איבערלאזן פאר די ארגאניזאציע 'ושן... אשלח בם'.
איר דארפט נישט ארויסנעמען אייערע ציינער דאס צו געבן פאר א צוויייטן. איר קענט עס לאזן וואו עס איז און זיי ווייטער פוצן יעדע נאכט. אבער מיט דעם אלעם קענט איר זיין א העלד און דאס שענקן פאר א צווייטן. האיך יתקיימו שניהם?
אין יעדן בית המדרש, אויף יעדן גאס, דרייען זיך ארום היימישע אידן, אחינו בשרינו וואס דאס לעבן גייט נישט אזוי גוט. זיי לעכצן נאך א שמייכל. נאך א גוט ווארט. איינער זאל זיך נאכפרעגן אויף זיי, איינער זאל זיך אומקוקן אויף זיי. די אידן לויפן צו די ארבעט צופרי און קומען אהיים ביינאכט אומעטיג און מוטלאז. נישט יעדעם גייט דער טאג אזוי גוט און געשמירט. אידן מאכן מיט פארשידענע פראבלעמען, אמאל ווייסן אנדערע דערפון און אמאל איז דא וואס קיין צווייטער ווייסט נישט.
ביי איינעם איז דער באנק קאנטע ליידיג און די לעקטער קאמפעני וויל אפהאקן די לעקטער, איינער האט נישט צו צאלן די גראסערי בילל, איינער האט נישט קיין שלום בית און די שטוב פארט אויף רעדער, איינער מוטשעט זיך מיט א קינד וואס די חדר קען מער נישט דולדן, איינער האט נישט קיין מוסד פאר זיין טאכטער, נאך איינער ווארט אויף א דאקטער'ס רעפארט, איינעם גייט נישט קיין שידוך און איינער זעט נישט קיין גרויס נחת.
דאס זענען נישט קיין גרויסע סודות, יעדער ווייסט אז כלל ישראל מוטשעט זיך, נאר מ'שטעלט נישט צוזאם איינס פלאס איינס אז יענער קען זיין דיין שכן אויפ'ן גאס, דיין שכן אין שול, דיין שכן אין מקוה און דיין שכן ביי די ארבעט.
הייב אן עפענען די אויגן, און אויך דיין מויל. האסט ציינער? ברוך ה'! נוץ עס, געב יענעם א שמייכל! לאז יענעם הערן א גוט מארגן! מ'טרעפט זיך יעדן טאג אין שול מיט צענדליגער מענטשן, וויפיל פון זיי גריסט מען? יא, ווייל יענער דארף מיך גריסן... רבי איד, יענער קען זיך נויטיגן אין דיין שמייכל פונקט ווי דו וואלסט זיך געפריידט מיט א מיליאן טאלער! פאר יענעם קען דיין גוט מארגן מיינען ווי ביי דיר א בילדינג אין מאנהעטן!
מ'דאוונט שבת אין שול מיט עטליכע מנינים אידן, פארוואס זאל מען זיך נישט באקענען? פארוואס זאלסטו נישט ארומגיין שבת נאכן דאווענען און כאטש גריסן א ברייטן גוט שבת פאר עטליכע אידן וואס קענען דאס נוצן? ס'קאסט נישט קיין געלט, קיין געזונט, קיין כוחות, גארנישט. בלויז אפאר ווארימע ווערטער.
האט איר שוין אמאל באקומען א גוט ווארט פון עפעס א שכן אין שול? איך גלייב אז יא. א שמייכל פון א חבר? איך גלייב אז יא. איר געדענקט אויך ווי גוט איר האט געשפירט נאכדעם? יענעמ'ס שלום בית קען זיך טוישן אויף אייביג פון איין גוט ווארט. יענעמ'ס אידישקייט קען זיך טוישן צום גוטן, און מען קען דערמיט בויען דורות.
מ'דארף האלטן די מחשבה פאר די אויגן. דו ווייסט קיינמאל נישט וואס א צווייטער גייט אריבער, דיין שכן קען זיין דער וואס איז אויף נעכט ווייל ער האט נישט קיין שלום בית אדער נחת רח"ל. דו קענסט אים טאקע נישט העלפן ארויסקריכן פון זיין צרה, אבער דיין שמייכל קען זיין ווי א גארטל ער זאל נישט אריינפאלן טיפער אין זומפ, ער זאל זיך כאטש קענען דערהאלטן ביזן אריבערגיין דעם צרה.
אפילו דער איד וואס אלעס גייט אים גוט, ער מאכט פרנסה, ער האט פיינע קינדער, ער רעדט אין שול אויף אלע באקן, יענער קען אויך נוצן דיין גוט ווארט. קענסט אויפרעכטן א איד מיט א פרייליך ווארט, מיטן ווייזן אז דו ביסט אים מחשיב, אפילו יענער האט שוין טויזנט חברים.
טייערע ברידער געדענקט: איין גוט מארגן אדער גוט שבת פון דיר קען מאכן א איד זאל וועלן ארויסקומען פון בעט מארגן. איין גוט ווארט פון דיר קען פארמיידן די נעקסטע טראגעדיע. איין שמייכל קען אויפטון וועלטן.

הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
צום פונקט, יצחק אייזיק ווי שטענדיג, קורץ און שארף.
- קענסט מיר נישט
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3451
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
- לאקאציע: ביד השם
- פארבינד זיך:
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
זייער שטארק סקימט מיר טרערן צו טראכטען וואס א שמייכל קען אויפטיען
MAGE
מעק אייוועלט גרעיט אגעין©️
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
איך טריי צו טון ווי דו הייסט, איך קום אן שוהל, איך שמייכל צו דעם, א ווינק צו יענעם, א בלינק מיט די אויג, און איך שמועס מיט דעם און יענעם, אבער אלס קוקט די רב אויף מיר מיט א שלעכט אויג.. ער וויל מיר אויסהאקן די ציינער... ער געבט מיר אזא ווינק.. איך זאל אים נישט איבערדרייען דעם בית מדרש.. וואס איז די עצה?
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
קום נישט אן אינמיטען דאווענען...תרמב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:59 amאיך טריי צו טון ווי דו הייסט, איך קום אן שוהל, איך שמייכל צו דעם, א ווינק צו יענעם, א בלינק מיט די אויג, און איך שמועס מיט דעם און יענעם, אבער אלס קוקט די רב אויף מיר מיט א שלעכט אויג.. ער וויל מיר אויסהאקן די ציינער... ער געבט מיר אזא ווינק.. איך זאל אים נישט איבערדרייען דעם בית מדרש.. וואס איז די עצה?
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
גיס בליי גיי אן...תרמב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:59 amאיך טריי צו טון ווי דו הייסט, איך קום אן שוהל, איך שמייכל צו דעם, א ווינק צו יענעם, א בלינק מיט די אויג, און איך שמועס מיט דעם און יענעם, אבער אלס קוקט די רב אויף מיר מיט א שלעכט אויג.. ער וויל מיר אויסהאקן די ציינער... ער געבט מיר אזא ווינק.. איך זאל אים נישט איבערדרייען דעם בית מדרש.. וואס איז די עצה?
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
כ'האב נישט געזאגט מ'זאל אנקומען ביי אשרי און זיך שטעלן ביים באלעמער און אנהייבן לאכן צו האלב שטאט, מ'קען עס טון פארן דאווענען און נאכן דאווענען פונקט אזוי...תרמב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:59 amאיך טריי צו טון ווי דו הייסט, איך קום אן שוהל, איך שמייכל צו דעם, א ווינק צו יענעם, א בלינק מיט די אויג, און איך שמועס מיט דעם און יענעם, אבער אלס קוקט די רב אויף מיר מיט א שלעכט אויג.. ער וויל מיר אויסהאקן די ציינער... ער געבט מיר אזא ווינק.. איך זאל אים נישט איבערדרייען דעם בית מדרש.. וואס איז די עצה?
און אגב, ס'קוקט מיר אויס ווי דיין רב קען אויך נוצן א שמייכל...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- קענסט מיר נישט
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3451
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
- לאקאציע: ביד השם
- פארבינד זיך:
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
גיב פארן רב אויכט א שמייכלתרמב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:59 amאיך טריי צו טון ווי דו הייסט, איך קום אן שוהל, איך שמייכל צו דעם, א ווינק צו יענעם, א בלינק מיט די אויג, און איך שמועס מיט דעם און יענעם, אבער אלס קוקט די רב אויף מיר מיט א שלעכט אויג.. ער וויל מיר אויסהאקן די ציינער... ער געבט מיר אזא ווינק.. איך זאל אים נישט איבערדרייען דעם בית מדרש.. וואס איז די עצה?
אלע'ס וועט זיין גיט
MAGE
מעק אייוועלט גרעיט אגעין©️
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6420
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
אוי זאגסטו גוט.
ווען הייב איך אן צו זעהן גליונות דערוועגן אין שול?
א גאו פאנד מי?
א נאמען מיט א שיינע לאגא?
איך האף האסט געשמייכלט...

לעצט פארראכטן דורך דניאל אויערבאך אום דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- די רב פון ליאן
- שר האלף
- תגובות: 1785
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
מסירות מודעה: מיין לייקן כמעט יעדע תגובה פון יצחק אייזיק איז נישט וועגן איך האב א שוואכקייט (קראש בלע״ז) צו אים נאר איך האב באמת ליב זיינע תגובות.
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
מיינסט צו זאגן נישט "נאר" וועגן, נאר "אויך" וועגן...די רב פון ליאן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:32 amמסירות מודעה: מיין לייקן כמעט יעדע תגובה פון יצחק אייזיק איז נישט וועגן איך האב א שוואכקייט (קראש בלע״ז) צו אים נאר איך האב באמת ליב זיינע תגובות.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6420
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
פאראן אידן וואס איז זיי גרינגער צו געבן א ניר ווי ווייזן די ציינער.
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
פארהאן אידן וואס איך וואלט ענדערש געוואלט זען זייערע נירן ווי זייערע ציינער...דניאל אויערבאך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:34 amפאראן אידן וואס איז זיי גרינגער צו געבן א ניר ווי ווייזן די ציינער.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
לצים גייט'ס שלאפן
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט
(וויוועק ראמאסוואמי)
(וויוועק ראמאסוואמי)
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2050
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
פארהאנען אידן וואס איז גרינגער צו געבן פאר זיי א ניר ווי פאר זיי ווייזן די ציינער.יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:36 amפארהאן אידן וואס איך וואלט ענדערש געוואלט זען זייערע נירן ווי זייערע ציינער...דניאל אויערבאך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:34 amפאראן אידן וואס איז זיי גרינגער צו געבן א ניר ווי ווייזן די ציינער.
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15481
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
א גוט מארגן ר’ יצחק אייזיק!
פיינער ארטיקל, זיסער קעפל און צוזאמשטעלן. באלד העט @אוראייניקל אריינקומען מיט א פאסיגער פסוק נאך אויך...
שכוח פארן זיך מצמצם זיין און שרייבן די ערליכע אמתע געשמאקע רייד, מ’העמער פרובירן זיך צו פארבעסערן אינעם הוי מקדים שלום לכל אדם ולבן שניים מחלב בעז”ה ובלי נדר.

שטארק!
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
א איד שלעפּט זיך אהעריצחק אייזיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:54 am
טייערע ברידער געדענקט: איין גוט מארגן אדער גוט שבת פון דיר קען מאכן א איד זאל וועלן ארויסקומען פון בעט מארגן. איין גוט ווארט פון דיר קען פארמיידן די נעקסטע טראגעדיע. איין שמייכל קען אויפטון וועלטן.
נעמט אים צען מינוטן מער
ווייל דיין גוט ווארט טוט זיך אין אים אנקלעבן
א צווייטער שפּאצירט אויף א בריק
צי וועט ער נאך קומען צוריק
מיט איין גוט ווארט האסט אים געשאנקן נאך לעבן
קרעדיט: ליפא שמעלצער
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
גאר שטארק! הערליך אראפגעשריבן און גוט ארויסגעברענגט!
יישר כח!
יישר כח!
באשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 amאיין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
צום פינטל!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- אן אייניקל
- שר האלף
- תגובות: 1533
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
- לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
א גוט מארגן אייזיק....
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17156
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
וזה מובן וואס איז דער ענין פון וויסדאם ציינער.. חז"ל זאגן דאך כליות יועצות..