וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

טררררר.. טררררר.. טרררררר.. דער שארפער קלינג רייסט מיר ארויס פון מיין טיפן שלאף, אוי פונקט ביים הויכפונקט פונעם זיסן חלום האט ער זיך געמוזט אריינמישן? נו שוין, נישט באשערט. איך בין דאך נאך אזוי מיד, ס'ווילט זיך שטארק צוריקלייגן פאר נאך אביסל, אבער די ציפערן פונעם זייגער שרייען מיר אן אז כ'האלט שוין נאך 2 מאל סנוזן. אינטערעסאנט טאקע אז כ'געדענק נישט, זעט אויס אז כ'האב געסנוזט ערגעץ צווישן די זעקסטע און זיבעטע חלום, אדער האט זיך ס'ווייבל מרחם געווען אויף מיר און געסנוזט אנשטאט מיר.

עכ"פ ס'איז שוין היבש שפעט, שטיי איך שנעל אויף, מאך מיך שנעל גרייט, אלעס אויף די שפיץ פינגער שטייצעך נישט אויפצואוועקן דעם שלאפנדן ציבור, און מ'לאזמיר זיך ארויס צום ביהמ"ד.

מ'קומט אן, די ערשטע זאך גייט מען תיכף אין מקוה. איך קום אן צום געיט שטייט פארנט פון מיר א יונגערמאן וואס כ'זעה כמעט יעדן טאג אין ביהמ"ד אבער וויאזוי ער הייסט ווייס איך דערווייל נישט, אינסטינקטיוו פאלן מיינע אויגן אויפן סקרין, לאו דוקא ווייל כ'בין אויסן צו דערגיין וויאזוי ער הייסט, נאר פשוט ס'איז א שאד די 2 סעקונדעס וואס כ'ווארט דא ער זאל אריינגיין און פריי לאזן דאס פלאץ, אז כ'קען אין די צייט געוואויר ווערן זיין נאמען. אבער ער איז סאך קלוגער ווי מיר, ער לייגט צו דאס פינגער, און נאך איידער איך האב צייט צו קענען אפליינען זיין נאמען געט ער זיך א פלינקן דריי דורך דעם געיט ווי ער אנטלויפט יעצט פונעם שלאכטפעלד אין אוקריינע, אזוי אז איך האב שוין נישט אנגעיאגט צו זען זיין נאמען. נו, נישט איז נישט טראכט איך צו מיר. אבער דא האב איך שוין אנגעהויבן ווערן באמת אביסל נייגעריג, כ'מיין וואס פונקטליך באהאלט ער, וועלכע עבירות איז ער באגאנגען אז ער שעמט זיך אזוי מיט זיין נאמען אז ער מוז מיט אזא אויסטערלישע זריזות דרייען דעם געיט אז מ'זאל חלילה וחס נישט אנטדעקן זיין אידענטיטעט?

שוין, עניוועי איז שוין דערנאך, גיי מיר זיך טובל'ן און ביני לביני האב איך שוין פארגעסן פון דעם יונגערמאן. אבער פונקט ווען איך קום ארויס פון מקוה באמערק איך ווי ער שפאצירט דארטן דורך, ווארשיינליך גייט ער יעצט דאווענען, נו אפשר וועט מיר געלונגען צו כאפן א בליק אויף זיין טלית בייטל. זעה איך אז ער האט זיך חלילה נישט געוואגט עס אריינצוברענגן פריער אין ביהמ"ד און פלאצירן ערגעצוואו, ער גייט יעצט צוריק ארויס צו זיין קאר ברענגען דאס טו"ת. דא בין איך שוין געווארן ערנסט נייגעריג וואס אזוינס דער יונגערמאן באהאלט אונטער זיין נאמען, גיי איך אים נאך פונדערווייטנס ער זאל מיך נישט באמערקן, איך זעה ער גייט צום קאר און זעצט זיך אריין, נעמט דעם טלית בייטל און דרייט עס ארום מיט די נאמען צו זיך און דריקט עס שטארק צו צום הארץ ווי ער זאל עס וועלן איינקריצן על לוח לבו, און אזוי גייט ער ארויס פונעם קאר צוריק אריין אין ביהמ"ד.

איך בין נישט געווארן איבערראשט, כ'האב שוין יעצט ערווארטעט אז ער וועט נישט אזוי גרינג מפרסם זיין זיין נאמען בפני כל עם ועדה, אבער איך האב נאכנישט אויפגעגעבן. מיין נייגער האט זיך נאר געשטארקט און כ'האב באשלאסן אז כ'וועל אים נאכקוקן פון דערווייטנס, און אזוי האב איך אים נאכשפאצירט אריין אינעם שטיבל און זיך געשטעלט גענוג נאנט צו כאפן די געלעגנהייט ווען ס'וועט זיך אנטדעקן די נאמען און עס קענען אפליינען אבער אויך גענוג ווייט אז ער זאל נישט אויפכאפן אז איך קוק אים נאך.

שוין, ער כאפט שטארק אן זיין טלית ותפילין און נאך פאר ער לייגט עס אראפ הייבט ער אויף א סידור פון טיש און שמוגלט עס אריין צווישן זיין הארץ און דאס בייטל, און אזוי לייגט ער עס אראפ אויפן טיש מיט די נאמען שוין צוגעדעקט. ביי דעם שטאפל האט זיך שוין אנגעהויבן דרייען אין מיין מח כל מיני טעאריעס מיט וועם מ'האנדלט דא, וואס האט דער יונגערמאן שוין געטון אין זיין קורצן לעבן אז ער שעמט זיך אזוי מיט זיין נאמען? אפשר האט ער אנגעזעצט א האלבע שטאט, אפשר איז ער א בעל תשובה, אדער זאגאר א גר צדק, אפשר א מסור גאר? איך וויל נישט ח"ו חושד זיין בכשרים, אבער ס'זעט אויס ווי דער באהאלט עפעס א גרויסע מיסטעריע אונטער זיין נאמען.

איך ריק מיך צו א צוויי טישן נענטער אז כ'זאל בעסער קענען מיטהאלטן און קענען זען דעם נאמען אין פאל ס'ווערט אנטפלעקט לאור היום, איך ווארף ארויף מיין טלית אויף די פלייצע און הייב אן חזנות'ן ברכי נפשי און אזוי שפאציר איך אין זיין ריכטונג, אולי וועט מיר געלונגען צו כאפן א בליק.

אינצווישן באמערק איך אז דאס גאנצע סידור ארויפלייגעכץ איז געווען בלויז צו באהאלטן זיין נאמען פון אומגעוואונטשענע אויגן, און באמת האט ער א אייגענע סידור וואס ער נוצט ביים דאווענען. און דא ווער איך געוואויר נאך א ווערטפולע שטיקל אינפארמאציע, נעמליך, דער סידור זיינע האט זיין נאמען איינגעקריצט אויפן דעקל! פון וואו ווייס איך? ער איז דאך עס אוודאי נישט מגלה. זייער פשוט, איך זעה ווי ער עפנט אויף דעם סידור בעת ס'געפינט זיך נאך אינעם בייטל און אזוי נעמט ער עס ארויס שוין געעפנטערהייט, פארשטיי איך אליינס אז דער סידור פארציילט אויך דער מיסטריעזער סוד פונעם יאר הונדערט - דעם יונגערמאן'ס נאמען, און ממילא מוז עס ווערן פארשטעקט נאך איידער ער נעמט עס ארויס.

דא האב איך שוין געהאלטן ביים אויפגעבן, מסתם האב איך דא צו טון מיט איינער וואס איז נישט אינגאנצן מיט אלעמען, און אים איז אריין א זשוק אין קאפ אז זיין נאמען איז א גרעסערע געהיימניס ווי די קלאסיפיצירטע דאקומענטן וואס אמעריקאנע פרעזידענטן נעמען אהיים. מיין נייגער האט אבער גובר געווען און כ'האב ממשיך געווען צו האלטן א נאנטן אויג אויף אים.

איך טראכט צו מיר אז פון די תפילין בייטלעך וועל איך קענען געוואויר ווערן די ר"ת פון זיין נאמען און דאס וועט מיר מעגליך ברענגען נענטער צו ברעכן דעם געהיימניס. אבער דער האט פון דעם אויך געטראכט, ער שמוגלט אריין דעם רש"י תפילין בייטל אונטער דעם סידור בעת ער באדעקט עס מיט זיין האנט אז אין די סעקונדע ביז ס'קומט אן אהין זאל עס חלילה נישט קענען געזען ווערן, און תיכף נאכן לייגן תפילין פלאצירט ער די שיידעלעך ארום זיין סידור אלץ א הוספה צו די שטרענגע וואך ארום זיין נאמען, אזוי אז אפילו זיין סידור וועט זיך חלילה אוועקרירן פון ארט (כ'קען גאראנטירן אז דאס גייט נישט פאסירן, אבער זעט אויס מ'דארף זיך באווארענען אז אפילו אין פאל פון א ערדציטערניש ח"ו זאל די נאמען בלייבן צוגעדעקט) זאלן די שיידלעך היטן אויפן סוד.

פארשטייט זיך אז ביים לייגן ר"ת תפילין איז פארגעקומען בערך די זעלבע פראצעדור, און הגם דא איז עס שוין געווען היבש שווערער ווייל ער האט אין די זעלבע צייט געדארפט אכטונג געבן אז די רש"י בייטל זאל זיך נישט אויפדעקן, אבער ער האט עס באוויזן מיט סוקסעס. און בעת איך נעם נישט אראפ קיין אויג פון זיין טלית בייטל, פארלירט ער זיך נישט אויף קיין רגע און מאכט זיכער אז די סוד ווערט נישט אנטפלעקט.

איך טראכט צו מיר אפשר נאכן דאווענען ביים צוזאמלייגן די טלית ותפילין וועט זיין א גוטע געלעגנהייט געוואויר צו ווערן זיין נאמען, פאר א גוט יאר. אבער ער שוויצט דאס אויך דורך. דא האט ער שוין געדארפט נעמען הילף פון דעם סידור וואס ער גענוצט צו פארדעקן דאס בייטל פארן דאווענען, אזוי אויך דארף ער דא דארט צולייגן א האנט צו פארדעקן א מעגליכן לעכל, און פארשטייט זיך ביים ענדע ווען ער הייבט אויף דעם טלית בייטל פון טיש דארף ער גאר שטארק אכטונג געבן אז ס'זאל בלייבן צוגעדעקט. אבער למעשה איז איז עס אים געלונגען און קיין איין רגע איז זיין נאמען נישט געווען אויפגעדעקט, און אזוי שפאצירט ער ארויס זיגרייך פונעם שטיבל מיטן טלית בייטל צוגעדרוקט צום הארץ בשעת איך פלאץ פאר נייגער.

יעצט האב איך שוין מחליט געווען אז עד כאן, איך מוז געוואויר ווערן די נאמען פון דעם יונגערמאן, עפעס א גרויסע סוד באהאלט ער דא. איך גיי צו צו א חבר מיינער וואס האט אויך געדאוונט אינעם זעלבן מנין און כ'פרעג אים; זאג נאר, די יונגערמאן וואס איז געזיצן 2 טישן ארויף פון מיר די לינקע זייט ביים עק, ווייסטו אפשר ווער דאס איז און וואס איז זיין נאמען? ער קראצט זיך דאס קאפ און פרובירט צו כאפן וועם איך מיין אבער קען זיך נישט דערמאנען ווער ס'איז דארטן געזיצן. איך פרוביר אים פארצושטעלן, א יונגערמאן מיט א שטאפענע היט, אנע גלעזער, א שווארץ בערדל. נע, צו טיפיקל זאגט ער מיר, כ'קען נישט כאפן פון וועם דו רעדסט.

און אזוי שמועסנדיג שפאציר איך ארויס צוזאמען מיט דעם חבר פון ביהמ"ד און איך זעה והנה, דער יונגערמאן פארט יעצט דורך פארנט פון אונזערע אויגן. איך זאג שנעל פאר מיין חבר, קוק אריין אין דעם קאר, פון דעם יונגערמאן רעד איך, זאג מיר שנעל וויאזוי ער הייסט. מיין חבר כאפט א בליק אויף יענעם, קוקט מיר אזוי אן און זאגט מיר: אה, ער? ער הייסט יואלי ווייס.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

;l;p-
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

גוט און געשמאק, שרייב אפטער!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

זיס געשריבן..
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

:lol: :lol: :lol:
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

האהא… מוירעדיג… געוואלדיג !!!!
אוועטאר
נ.ג.ה.ש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2023 5:03 pm

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נ.ג.ה.ש »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

;l;p- מעכטיגע פאנטש ליין!
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

;l;p- :lol:
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

:shock:
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

:lol: :lol: :lol:
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
תשבחתא ונחמתא
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2022 11:46 pm

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשבחתא ונחמתא »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

ואפשר לומר הערשט מיט דעם נאמען שעהמט ער זיך... ער ארבעט אין יעדע נפ"ט אויף פארסענעדש , זיין אימעיל אדרעסס באשטייט פון אלעס חוץ זיין נאמען, ער באקומט מזל טוב'ס יעדע זיבען חודשים למקוטעין, ער הערט נאך מעשות אויף זיך אשר לא היה ולא יהיה...

איך וואלט זיך אויך געשעהמט מיט אזא נאמען...
אוועטאר
יצחק זאב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 9:45 pm
לאקאציע: דאי

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק זאב »

;l;p- ;l;p-
איך האב נישט קיין גוטע ליין פאר מיין אונטערשריפט, אבער א בילד האב איך יא א גוטע! כאפ א בליק!
פשוט שיין!
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2915
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

;l;p-
ער קען רואיג שרייבן ראשי תבות אדער גארנישט... די נאמען אויפן טלית בייטל איז נישט קיין הלכה...
אוועטאר
ענדשוי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:26 pm
לאקאציע: אינעם מיסט קאסטן

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדשוי »

;l;p-

גאר גוט, שרייב אפטער!!
ווען די ווילסטעך באדאנקן אויף א ארטיקל וואס איך האב געשריבן, ביטע לאזט דיר הערן דורך א תגובה.

בילד
[email protected]
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3457
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

;l;p- ;l;p-
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

זייער פיין. שטארק הנאה געהאט און זיך עטליכע מאל צולאכט! ;l;p-
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע: אין סידור

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »

;l;p- ;l;p-

:lol: :lol:
א גוטע פעדער און גוטע שפראך!
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

:grin: ;l;p- ;l;p- ;l;p-

די האסט געמאכט סיריעס ריסערטש....
האסט א פליסיג פעדער, געשמאקע שריפט, קום אריין אפטער!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

געמיינט אז דו גייסט ארויסגעגעבן דיין נאמען...
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

:lol:
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

ספאלט דיר ביי ער שעמט זיך, פארקערט ער ווייסט אז עס איז די בעסטע נאמען וואס מען קען האבן, און ער וויל נישט אז נאך מענטשן זאלן עס נאכקאפירן
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

;l;p-
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: וואס שעמסטו זיך מיט דיין נאמען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

:lol: פיין געלאכט.
איך ווייס נישט וואס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”