שרייטס אלע א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטן @טעמטי!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: שרייטס אלע א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטן @טעמטי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

בשבילי נברא האט געשריבן:
ווען איך וואלט געהאט Koyach (נישט פון Meister), וואלט איך געשריגן אין די גאסן... געדאנקט אין די מאסן, מיט פולע זאפאסן, בחצוצרות וקול גאנצע זאצן, אן קיין גרימאסן, ווייל מ'קען אפי' נישט אפשאצן, א פארמעסט צוגעשטעלט כשלחן הערוך מיט טאצן.

אבער לויט ווי איך קען טעמטי איז ער זייער א סאלידער און רואיגער גיי (Guy בלע"ז. כ'קען נישט זאגן "מענטש" ווייל כ'ביניש זיכער צו ער איז דאס), א נעים הליכות, רעדט אלץ נאר אויפן נידעריגסטן טאן, האט נאך קיינמאל ניטאמאל פרובירט צו הייבן דעם קול (הענט גראדע יא), און ער גלייכט נישט קיין שרייערייען און טאנצערייען (אוועטער שאני), מילא קען איך מיך נישט צושטעלן אינגאנצן צום פוה"א בקשה צו שרייען הויעך א דאנק, און מיר וועלן זיך מוזן באגענוגען מיט א שטילע איידעלע אויסדרוק פון הכרת הטוב:

א דאנק!

און האפן אז ס'וועט אנקומען צו זיינע האלב צוגעמאכטע אויערן באוזן קשבת כראוי וכיאות לטאימטה קלה כמותו.
:lol: טאטע זיסער....
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: שרייטס אלע א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטן @טעמטי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

א טענקיאו פאר אלע טענקער'ס.
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: שרייטס אלע א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטן @טעמטי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

טעמטי האט געשריבן:
:lol: טאטע זיסער....
זעהט עטץ! דאס איז טאמטי! הוא אשר דברנו!

שלייכט זיך אריין אזוי שטילערהייט, אומבאמערקבאר, קוים וואס ער גיבט א עפן דעם פתח פיו, געבט א ווינק מיט א האלבן שמייכל, זאגט צוויי ווערטער, און יאלא! אפגעיאגט און אנטרינען פונעם שטח! ער איז מער נישט צום געפינען פאר קיין געלט אין די וועלט, נישט פאר קיין אונגארישע פארינט, און ניטאמאל פאר קיין כינעזער יען.

נאדא! גארניקס! עקזיסטירט נישט און פארכטיג!
---
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: שרייטס אלע א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטן @טעמטי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

טענקיאו טעמטי!!!
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6189
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: שרייטס אלע א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטן @טעמטי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

חלקי האט געשריבן:
טענקיאו טעמטי!!!
האלאו אז דו ביזט יא דא, קומט זיך דיר אויך א ריזיגע יישר כח! ;l;p-
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: שרייטס אלע א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטן @טעמטי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

חלקי האט געשריבן:
טענקיאו טעמטי!!!
טענקס פאר דיר

האקט
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: שרייטס אלע א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטן @טעמטי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

ש'כח טעמטי. באמת הנאה געהאט.
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: שרייטס אלע א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטן @טעמטי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

שקויעך קוקו טעמטי פארן משוגע מאכן דעם עולם אויף טריט און שריט

קיעפ איט אן ;l;p-

און אז איך רעד שוין צו דיר, דיין קאלער איז איבערגעדרייט סאו דריי עס צוריק און טו אן דיין שיך ווייל דיין זאקן האט א לאך
אוועטאר
ענדשוי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:26 pm
לאקאציע: אינעם מיסט קאסטן

Re: שרייטס אלע א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטן @טעמטי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדשוי »

א ריזיגן שכח טעמטי פאר אלעם וואס די האסטעך איבער געגעבן פאר די פארמעסט!!
ווען די ווילסטעך באדאנקן אויף א ארטיקל וואס איך האב געשריבן, ביטע לאזט דיר הערן דורך א תגובה.

בילד
[email protected]
פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

Re: שרייטס אלע א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטן @טעמטי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

דער שרייבער קוקט זיך ארום און קען נישט פארשטיין. וואספארא מחזה זעהט זיך דא? ער טוט אן די ברילן צו קענען ליינען בעסער. ער שטייט און שטוינט, ערשט איצט איז די פארמעסט פארענדיגט געווארן, וואס פאר א נייע פארמעסט אשקול טוט זיך דא פארמירן.

די וואלן זענען שוין געוועהן און די פעדער איז שוין אוועקגעלייגט, שטעלט זיך יעצט א פרישער פארמעסט דא? איז דאס א פרישע ווינק פון הימל אז ער זאל ווידער ארויס נעמען זיינע בלייען און פאפירן? אדער איז דאס פשוט נאך איינע פון זיינע פאנטאזיעס וואס פלאגן אים לעצטנס.

ער בלעטערט דורך און אלעס ווערט אים קלאר. קיין יישר כח האט ער נאך נישט געטוהן אויסדריקן און מען טוט דאס פון אים מאנען.

טעמטי מיט די אנדערע אחראים האבן אוועקגעגעבן אזויפיהל צייט אויף דעם פארמעסט, ווי דער שרייבער האט אליינס בייגעוואוינט מיט זיין ארטיקל. צוגעלייגט פינטעלעך מיט שטרעכעלעך ווי אימער עס האט אויסגעפעהלט און נאכדערציה די שיינע גראפיקס וכדומה. און עס קומט זיי א שיינעם און הארציגן דאנק.

מיט א פארשטעקטן שמייכל און א גלאנץ אין זיין לינקע אויג, מיט פיהל דאנקבארקייט און הכנעה טוט זיך דער שרייבער ווענדן מיט זיינע רייד צי טעמטי און אלע מנהלים, אחראים און ראשי הקהל.


״ווען איז דער קומענדיגער פארמעסט״?
אוועטאר
געלע באס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 12:26 pm
לאקאציע: אין טרעפיק.

Re: שרייטס אלע א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטן @טעמטי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלע באס »

שכח טעמטי פאר די כוחות וואס דו האסט אריינגעלייגט און ניטאמאל געהאט צייט צו אליינס שרייבן א באשרייבונג......

אזוי אויכט וויל איך דיר געבן א שכח למפרע פאר די פורים רב פארמעסט וואס דו געבסט זיך אזוי איבער און ניטאמאל האסטו צייט צו לויפן.....
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שרייטס אלע א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטן @טעמטי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שכח @טעמטי!!!
און יעדער
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”