צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חילי פאנעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 3:42 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חילי פאנעט »

מוראדיג אינטערעסאנט קיפ איט אן
?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

"נפג"מ" וואס מיינט?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8517
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הארזים האט געשריבן:
"נפג"מ" וואס מיינט?
א טעות, ס'דארף שטיין נבג"מ. שכח פארן אויפמערקן.
אוועטאר
איש השלום
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 11:11 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש השלום »

צוויי מענשטען שווימען אין א טייך!!
אבער און דע טינט פין תרמב קען מען זיך ממש דערטרענקען!!
ספליעסט א א נחל נובע!!
קיפ איט אן
א מענטש איז נישט קיין מושלם אבער יא א איש השלום!
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

wowowowowow
א ריזיגע שכח @תרמב, ביסט מיר ממש מהנה.
דיין שפראך און פעדער איז הערליך זיס....
#קיפיטאפ.
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
מעקינטאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 26, 2022 9:17 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעקינטאש »

ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דעס. @תרמ''ב, נאו ווארדס!

דעס איז פון די בעסטע ארטיקלען אויף אייוועלט עווער!

גיי ווייטער ווייל מען ווארט מיט צוויי מענטשן אין א טייך..
מעקינטאש איז א סארט רויטע עפל וואס מען נוצט געווענטליך פאר קאמפאט נאכן קאכן אין א טאפ און אויך צו אריינבייסן לעבעדיג גלייך פון פריזשידער ארויס. די ברכה דערויף איז בורא פרי העץ.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

פיינע נייעס!!!
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
ראטטענבערג
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:23 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטטענבערג »

מעקינטאש האט געשריבן:
ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דעס. @תרמ''ב, נאו ווארדס!

דעס איז פון די בעסטע ארטיקלען אויף אייוועלט עווער!

גיי ווייטער ווייל מען ווארט מיט צוויי מענטשן אין א טייך..
וואס איז די נאמען תרמ'ב אז מען רעדט שוין?
איך בין א שטאלצע ראטטענבערג!
אוועטאר
גאר.געשמאק
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:08 pm
לאקאציע: הארי הררט

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר.געשמאק »

אמתדיג אזאנס וואס איז נאכנישט געווען, גאר שיין תוכן'דיג מיט אלע ספייסעס,

סייג לכחמה שתיקה!!!
מלה בסלע משתוקא בתרין!!!
אמור מעט ועשה הרבה!!!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8517
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

ראטטענבערג האט געשריבן:
מעקינטאש האט געשריבן:
ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דעס. @תרמ''ב, נאו ווארדס!

דעס איז פון די בעסטע ארטיקלען אויף אייוועלט עווער!

גיי ווייטער ווייל מען ווארט מיט צוויי מענטשן אין א טייך..
וואס איז די נאמען תרמ'ב אז מען רעדט שוין?
כאפ א בליק אין מיין חתימה ווי עס איז דא לינק פון א שילדערונג פון מיינע לעכטיגע צייטן וואס איך האב זיך געדרייט אין די ירושלימע געסאלאך, איך האב דאן געוואוינט אויף רחוב תרמב, די געסל האט געהייסן על שם שנת תרמב, שנת עליית יהודי תימן.
אוועטאר
ראטטענבערג
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:23 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטטענבערג »

תרמב האט געשריבן:
ראטטענבערג האט געשריבן:
מעקינטאש האט געשריבן:
ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דעס. @תרמ''ב, נאו ווארדס!

דעס איז פון די בעסטע ארטיקלען אויף אייוועלט עווער!

גיי ווייטער ווייל מען ווארט מיט צוויי מענטשן אין א טייך..
וואס איז די נאמען תרמ'ב אז מען רעדט שוין?
כאפ א בליק אין מיין חתימה ווי עס איז דא לינק פון א שילדערונג פון מיינע לעכטיגע צייטן וואס איך האב זיך געדרייט אין די ירושלימע געסאלאך, איך האב דאן געוואוינט אויף רחוב תרמב, די געסל האט געהייסן על שם שנת תרמב, שנת עליית יהודי תימן.
זייער אינטערסאנט, איך וועל כאפן א בליק, איך האב אויך געלערנט אין ארץ ישראל..
איך בין א שטאלצע ראטטענבערג!
נתנאל רוזנברג
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:10 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל רוזנברג »

אני גר פה בארץ הקודש ואני שומע מכל העולם שחבר וידיד נפשי ר' תרמי כותב את הנסיעה לצדיק הנפלא ר' ישעי'לע שהיה ביחד עם חבירים וידידים

אז באתי לראות על הוועלטל פה ואני ממש מדהים מדהים מאוד WOW WOW!

הוא כותב הכל ממש בלא חסירות ממש! יפה יפה מאוד

ואת הזמר החדש של הרב דני היה גולת הכותרת של הנסיעה לצחוק ולבכות ביחד...

שלום רבי דן שמחה אני מתגעגע עליך ולשיחות הקדושות...

כל טוב לכל חבריה קדישא בעלמא הדין זה קידוש ה' מאוד מאוד

לילה טוב לכל (פה בארץ בוקר טוב...)

נתנאל בן זלפה
ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאותי
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8517
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

ברוכים הבאים לחברינו היקר נתנאל רוזנברג!

אנו שמחים מאוד לקראתך!

נא להשתתף אותנו עם פרשנות שלך על הנסיעה הגדולה כששני אנשים שחו בנהר!

א קאר האט זיך באוויזן בשעת'ן זיך גרייטן צו מנחה, דארט איז געזעצן דער קאלומניסט דוד דמן, ער שרייבט דער לעצטע פעיזש פון די משפחה מאגאזין אין לשון קודש, ער איז א ארץ-ישראלישע אפשטאמיגער און וואוינט אין אנטווערפן, איך לייען זיינע זאכן פון צייט צו צייט, האב איך געזאגט פאר נתנאל אז עס וואלט געווען אפשר אינטערסאנט צו כאפן א שמועס מיט דעם איד, איך בין צוגעלאפן מיטן פולסטן קאנפידענס צו אים זאגנדיג אז מיר האבן הנאה פון אייערע ארטיקלען וואס איר שרייבט,

מ'האט אים געפרעגט אויב ער קען עפעס פארציילן וועגן זיין רבי בעלזא רב, ער האט פארציילט אז ער האט געהאט נאר טעכטער איז ער אריין צום רב בעטן פאר א ברכה צו האבן א אינגל, האט אים די רב געשיקט צום ציון פונעם אור החיים הקדוש, ער האט דארט צוגעזאגט א נאמען צו געבן חיים, און ער איז טאקע געהאלפן געווארן מיט א אינגל וואס ער האט א נאמען געגעבן חיים, דער שמועס האט זיך דערקייקלט איבער די גדלות פונעם הייליגן רב, האט רב דמן געזאגט, אז וואס רעדט איר איבער דעם רב וואס איז א רבי פון צוויי הונדערט יאר צוריק, מ'רעדט דאך נישט דא פון סתם עפעס א רבי'לע, דער איז נישט פון אונזער טייג געקנאטן ער איז פארצייטיש, מיר קענען נישט פארשטיין זיינע מהלכים.

בעצם טראכט איך מיר אזוי, אז עס איז דא די באקאנטע ווערטל אז דער ראפשיצער איז אמאל געווען ביים בעלזער און ער האט ער זיך אינדענטיפיצירט אלס ראפשיצער רב, האט אים דער בעלזער געזאגט שיק א גרוס צום חוזה... דאס איז א גוט ווערטל, אבער אז מ'טראכט אריין אין דוד דמן'ס ווערטער איז עס שוין נישט אזוי ווייט פון קיין ווערטל, ס'שטימט אביסל במציאות אויך...

די קינדער פון ר' דוד האבן אים פרובירט צו שלעפן ער זאל שוין קומען אבער ער איז געווען זייער אריינגעטון אין פראוון זיין פוינט פאר די אומגלויביגע סאטמורים און סתם סקעפטיקער וואס זענען געשטאנען דארט ארום אים, ביז מ'האט זיך גענומען טרייבן דעם עולם אז דער זייגער שטייט נישט און מ'דארף נאך אנקומען עט סאם פוינט קיין קערעסטיר, האט זיך די קופקע אויפגעלעזט.
ר' דוד דמן האלט אונטער דעם עולם
ר' דוד דמן האלט אונטער דעם עולם
imgonline-com-ua-resize-b7WwuUKd4UozR99.jpg (167.22 KiB) געזען 1024 מאל
די הימל האט שוין געהאלטן אינמיטן טוישן קאלירן עס איז שוין טיעף אין אוונט, מ'האט זיך אריינגעזעצט אינעם טענדער, איינער האט איינגערעדט בטעות צו בדווקא פארן רבין אז דער עקסטערע קאר וואס יודי לויפער האט געדינגען, גדי און משה גוטמאן זענען געזעצן דערין, גייט פארן צום ציון פונעם כתב סופר, למעשה איז עס ביי זיי בכלל נישט געווען אין פלאן, ביידע האבן זיך ארויסגעלאזט לכיוון העיר קערעסטיר! ביי מיר איז געלעגן אין קאפ אז מ'רעדט דא פון א רייזע פון פיר שעה פלאס, מ'האט גערעכנט זיך אפצושטעלן יעדע שטיק צייט פאר סטאפס אין גאז סטאנציאנען פאר געברויכן.

למעשה האט די וועג גענומען אזא צירקע פון כמעט זעקס שעה, אבער לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, די וועג איז געווען א זאך פאר זיך וואס איך האב גאר שטארק אינזשויט, אגב איז געווען דארט איינער וואס האט זיך געקריגט מיט גדי פאר די נסיעה אז מ'זאל נישט נעמען נאך א פלייט פון וויען קיין בודאפעסט מיטן חשבון אז פון בודאפעסט קיין קערעסטיר נעמט אויך צוויי א האלב שעה, במילא פארדינט מען כמעט גארנישט ווייל פון וויען קיין קערעסטיר איז נאר א שעה א האלב מער, אבער נאך די גאר לאנגע נסיעה האט יענער שטילערהייט מודה געווען אז ס'וואלט יא געמאכט מער סענס צו נעמען נאך א פלייט קיין בודאפעסט, ער האט עס אבער מיר נאר אריינגעזאגט שטיל אין אויער ס'האט אים נישט געפאסט מודה צו זיין הויעך... בין איך עס דא מפרסם...

וואס איז געשעהן איז אז די חברה אין די קאר זענען יא אנגעקומען צוויי שעה פאר אונז, ווייל זיי זענען געפארן דאפעלט די ספיד לימיט בשעת אונזער צוויי דרייווערס וואס אונז האבן געהאט זענען געפארן היפש אונטער די ספיד לימיט, מ'האט פרובירט זיך צו בעטן ביי זיי צו פארן שנעלער אבער זיי האבן נישט פארשטאנען קיין ענגליש אידיש אדער עברית, און אונגאריש האבן מיר נישט געקענט, איך האב פארגעשלאגן אז מ'זאל זינגען דעם באקאנטן זמר וואס מ'זינגט ווען מ'פארט אויף א טריפ, לעטס גאו דרייווער ספיד אפ א ליטל ביט...! אז אפילו זיי פארשטייען נישט די ווערטער אבער די ניגון העלן זיי כאטש פארשטיין, אזוי ווי די מעשה מיט דעם איד וואס פלעגט אלס פארשעמען זיין שכן זאגנדיג אויף ממזר ממזר! די רב האט אים עס געאסרט פון טון פלעגט ער שרייען פזר פזר! מיטן חשבון אז די צוויי מם'ס שטעלן זיך צאם אין די פא פון פזר, אבער דער רב האט אים דאס אויך געאסרט פון שרייען איז ער אויפגעקומען מיט דעם געניעלן געדאנק אז יעדעס מאל זיין פארפיינטעטע שכן איז אים אריבער געגאנגען האט ער זיך אונטערגעברומט די תנועה וואס מ'זינגט ביים לייענען ביי א ווארט וואס האט די טראפ פזר.. פאר דעם האט שוין די רב נישט געהאט מער קיין עצה, אבער פאר אונז האט עס נישט צופיל געהאלפן ווייל זעהט אויס אז אין אונגעריש זינגט מען א אנדערע ניגון, מסתם מער אזא שטייטע לידל...

משה גוטמאן האט פארציילט שפעטער אז די ספיד קאמארעס האבן נישט אויפגעהערט בליצן אויף זייער קאר, מסתם וועט יודי לויפער נישט קענען דינגען קיין קארס מער אויף זיין נאמען אין אונגערן, מ'וועט מוזן אנקאקן א צווייטנס נאמען נעקסט טיים..

בערך יעדע שעה האט מען זיך אפגעשטעלט אין א גאז סטאנציע זיך צו כאפן א ציגארעטל און די אטעם, און פארשטייט זיך פאר געברויכן, ביי ערשטן סטאפ בין איך אנגעקומען צו די טוילעט אבער א טורנסטייל האט מיר אפגעהאלטן פון אריבערגיין, די סארט טורנסטייל וואס מ'זעט אין די טרעין סטעישאנס ביי אונז אין ניו יארק, מ'האט געדארפט אריינלייגן פארינט מטבעות וואס איך האב נישט געהאט, האב איך געפרעגט א גוי וואס איז געשטאנען דארט און זיך געפארעט מיט זיינע קינדער, וויאזוי גייט מען אריין דא? האט ער מיר געוויזן וואס הייסט וויאזוי, מ'שפרינגט איבער דעם טורנסטייל...! איך האב מיך געשעמט פונעם גוי, מיך לערנט ער אויס ווי אזוי זיך אריינצוכאפן דורך א מקווה טיר?! דאס דארף איך צו קענען בעסער פון אים....
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

גאר פיין!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

געוואלטיג!
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

דער תרמ'ב איז שרעקליך, איך וואלט אין מיטגענומען ביי א נסיעה נאר פאר די טאגבוך דערנאך ..
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

בין איך דער איינציגסטער וואס האט נאך קיינמאל געהאט אזא געשמאקע נסיעה אדער דער תרמב איז א אויסנאם..?

הערליך שיין באשריבן, געשמאק
חינוך האט געזיגט!

דן שמחה האט געשריבן:
א גוט יאר,

איינער האט מיר גערופן?
שלום
חינוך האט געזיגט!
נתנאל רוזנברג
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:10 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל רוזנברג »

תרמב האט געשריבן:
ברוכים הבאים לחברינו היקר נתנאל רוזנברג!

אנו שמחים מאוד לקראתך!

נא להשתתף אותנו עם פרשנות שלך על הנסיעה הגדולה כששני אנשים שחו בנהר!

אין לי מילים,

כל המוסיף גורע...
ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאותי
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4664
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

אושפיזין האט געשריבן:
בין איך דער איינציגסטער וואס האט נאך קיינמאל געהאט אזא געשמאקע נסיעה אדער דער תרמב איז א אויסנאם..?

הערליך שיין באשריבן, געשמאק
;l;p- ;l;p-

תרמב באמת א שכח! די געשמאקסטע שפראך כ'האב נאר אמאל געזען.
שיק א גריס דני...

כ'וואלט דיר אויסגעצאלט א נסיעה נאר אז דו זאלסט עס באשרייבן...
(און מיר מיטנעמען... :wink: )
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

דער תרמי שטעלט שוין כמעט אין שאטן דעם מנהל'ס נסיעה טאג בוך...טובים שנים מן האחד
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

שרעקעדיג גוט @תרמ"ב

לאזט מיר אזוי הענגן דא אויפ'ן טערנסטייל. נאט נייס....
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
מלא משאלות
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 1:16 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלא משאלות »

תרמב האט געשריבן:
בעצם טראכט איך מיר אזוי, אז עס איז דא די באקאנטע ווערטל אז דער ראפשיצער איז אמאל געווען ביים בעלזער און ער האט ער זיך אינדענטיפיצירט אלס ראפשיצער רב, האט אים דער בעלזער געזאגט שיק א גרוס צום חוזה... דאס איז א גוט ווערטל, אבער אז מ'טראכט אריין אין דוד דמן'ס ווערטער איז עס שוין נישט אזוי ווייט פון קיין ווערטל, ס'שטימט אביסל במציאות אויך...
:lol: :lol: :lol:
די וועלט איז ווי א געלעכטער! עס קומט און עס גייט!
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

שכח @תרמב, מיר באלעקן זיך.
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”