ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פימזען האלץ
רב הצעיר תשפ"ג
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2022 2:29 pm

ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימזען האלץ »

סוכי האט ער געהיייסן.
אויפגעוואקסן איז ער אין א נארמאלע משפחה, אבער די ווארט נארמאל האט לגמרי נישט געקענט אנגעקלעבט ווערן אויף אים, א לא עלינו אין יעדע הינזיכט.
מיום עמדו על דעתו, נעה ער האטיך נישט דעת... בקיצור... פון ווען ער איז נתגדל געווארן האבן אלע עדות געזאגט אז דער איד איז נישט מיט אונז, זיין האבי איז געווען אז יעדע קאר וואס ער האט געזעהן אויפן גאס האט ער געמוזט אנכאפן, ש'קיין חילוק די מצב אויב ס'איז פונקט יעצט געפארקט אדער סריקט זיך,
ווען א גאנצע עוועניא איז אויפגעשטאנען איין פארטאגס צו מאכטפולע קולת פון א שורה קארס וואס קלינגען מיט נערווירנדע קולת האט יעדער געוויסט אז סוכי איז אויפגעשטאנען היינט פרי.
די טרעפיק פאליס האט שוין געוויסט אז אויב קומען זיי אן און זעהן א גרידלאק איז א סימן אז סוכי האט באשלאסן צו אראפ לאזן א ווארעמע גלעט פאר א טשטשו טרעין פון קארס, ווען די דרייווערס ציען זיך צוריק מיט שאק און איבל, ווארטנדיג אז דער לא עמנו זאל ענדיגן זיין גלעט און גיין צום נעקסטע קאר.
מען איז געגאנגען צו איין טערפיסט נאכן צוווייטען, אבער גארנישט האט געהאלפן, תיכף ביים ארויסקומען האט די טערפיסט געקענט הערן נאך ביים פענסטער אז ער האט נישט מצליח געווען, די גאנצע פארקינג לאט האט זיך ארויסגעלאזט און א קווייער פון בלאזן שופר.
די היסטערישע עלטערן האבן נישט געזעהן קיין צווייטע ברירה און אים בלית ברירה אריינגעלייגט אין א בית משוגעים.

*

נישט צופיל אנדערש איז געווען מיט יונתן.
יונתן בן עזואל האט ער זיך גערופן, א בעל מקובל פון פאריגען דור! ער האט אדווערטייזט אז ער שעכט אפ עין הרע'ס, איינער איז נעבעך געקומען צו אים און אפגענדיגט מיט א רויטע ברי לענגאויס זיין גאנצע פנים פון הייסע בליי, שוין איינמאל געשחטן...
זעהנדיג אז די ביזנעס פארט גוט האט ער אויפגעמאכט א פרישע פליגל אינעם ביזנעס, דאס מאל פון פארברענען קעיקס וואס האט א גאנצע אות אויף זיך, פארשפרייטן די אש ביים טייך, און עס אריינלייגן אין יעדע באטל מילך אין בית מדרש, יונתן איז געשטאנען ביי די זייט מיט א קענטיגע הנאה ווי יעדער וואס טרינקט א קאווע געבט זיך אזא געזונטע שאקל, און עס פארמירט זיך א מאדנע פאקס אויפן פרצוף,
אויך ער האט זיך געטראפן שנעל אינעם זעלבען פלאץ, מיט א גוטע חבר, סוכי.

*

די גרופע האט באקומען נאך א חבר, חיים זלמן. אנדערש ווי זיינע חברים האט ער נישט צופיל געשטערט פאר אנדערע, אבער מיט 4 מדריגות מער משוגע, זיין וואך איז באשטאנען פון א ספציעלע סקעדזשול: זונטאג איז ער געווען די פרעזידענט, מאנטאג איז ער געווען א גארבידזש טראק, דינסטאג איז ער געווען געשמאלצן פון גלאז, מיטוואך איז ער געווען א דענטיסט, א.א.וו.
די משוגעים הויז טיר האט אים שנעל געטראפן פון די אינווייניגסטע זייט.

*

ביל געטיס. דער כמעט פארגעסנער וועלטס רייכסטע פערזאן האט זיך געפילט היבש באטראפן.
אין די לעצטע פאר יאר האבן בעזאס און דער שוי שפילער אילאן מאסק איבערגענומען זיין טיטל, און מיט דעם אויך די ספאט לייט וואס האט זיך שטארק אוועקגערוקט.
אלס איינער וואס האט שוין געגאסן ביליאנען פאר טשערדי איז איינגעפאלן פאר געיטס אויפצוקומען מיט א ספעשיל פראיעקט, צו שטודירן משוגעים און אויפקומען מיט די ריכטיגע פיסכלאגישע און מעדצינשע מהלכים צו קענען אויסהיילן ממש יעדע צודרייטע מענטש.
ביל געיטס האט געהאפט אז זיין נייע באהאנדלונג וועט אים ברענגן די נויטיגע פאבליסטי, און אויב נישט, כאטש גענוג געלט אים צוריק צו ברענגן זיין שטאלץ אלץ רייכסטע פערזאן,
אינוואסטירט ביליאנען, די גרעסטע מומחים פון איבער די וועלט, דריי יאר פון איבערמידלכע ארבעט, און ענדליך זענען די פראפעסארן געווען היבש זיכער אז זיי האבן די ריכטיגע מהלך.
פריילעך ביז גאר מיט זיין נייע אויסטרעף האט זיך ביל געיטס געגרייט צום פאקטישע פראבע ווי מען וועט אריבער גיין צו א עכטע משוגעים הויז און עס פראבירן. ביל געיטס האט קלאר געלאזט מעלדן אז ער קומט מיט! ער מוז זעהן מיט די אייגענע אויגן דאס וואונדערליכע ווי מען קומט אריין משוגע און מגייט ארויס נארמאל.

די טאג איז אנגעקומען!
מיט א באשטימטע היי פערפעשניל גרופע זענען זיי אראפגעגאנגען צו א משוגעים הויז, נאכן באווייזן איבערצורעדן די ארטיגע איינגעשטעלטע האבן זיי באקומען א אייגנע צימער און באשלאסן אנצוהייבן מיט איינעם אויפאמאל, דער ערשטער אריינצוקומען איז געווען אונזער יונתן (בן עזואל) די ערשטע סעשין איז אריבער מיט סוקסעס! מיט די בעסטע מהלכים האט מען אים מסביר געווען ווי ער שטייט היינט און ווי משוגע ער איז, עס האט שוין אויסגעזעהן ווי עס ארבעט און מ'קען גיין צום צווייטען חלק פון נעמען די ספציעלע מעדצין, אבער דא איז געקומען די שאק!
יונתן האט זיך א שטעל געגעבן אויפן טיש און מיט קולת וברקים פארפירט אז אלץ יונתן בן עזואל זעהט ער אז דאס זענען כוחת הטומאה! און ער וויל נישט בשום אופן נעמען די מעדקעישן.
די ביליאנער האט נישט געגלייבט וואס זיינע אויערן הערן, זיין גאנצע פלאן צופאלט אים אונטער זיינע פיס! משוגנער דו האט ער אויסגעשאסן, אבער ס'איז נישט געווען צו וועם צו רעדן יונתן שטויסט אז דאס זענען כוחת הטומאה,
מיט גרויס בושה האט ביל געיטס באשלאסן צו רופן א צווייטען, אבער זיין הויפט דאקטער האט אים מסביר געווען אז עס קען מעגליך זיין אז מען האט פארזעהן די חלק אז די באהנדלוג קומט מיט צופיל שאק און מען דארף ווארטן אביסל עס זאל אריינגיין אין זיין מח,
מען האט באשלאסן צוריק צו קומען אויף א שפעטרע געלעגנהייט,
צען טעג שפעטער וואקט ביל געיטס פריש אריין, מ'רופט נאכאמאל אראפ דעם יונתן מען טרייט מיט די בעסטע כוחת, הייב אן נעמען די מעדצין, אבער דער וויל נישט הערן פון גארנישט!
אזוי איז אריבער עטליכע מאל יעדע פאר טעג קומט ביל געיטס אראפ מען איז אים מסביר מען בעט זיך ביי אים הייב אן מיטארבעטן, אבער יונתן האלט נישט דערביי.

מיט גרויס בושה און כעס האט ביל געיטס צוזאם גערופן די גאנצע שטאב און פארלאנגט א פונקטליכע ענטפער וואס דא גייט פאר,
די עקספערטן האבן אנטוישטערהייט מסביר געווען אז עס איז זיכער אז דער משוגענער פארשטייט גוט די מצב, זייערע שטודיעס זענען גענוג שטארק, ער פארשטייט אז אויב הייבט ער אן מיטארבעטן וועט ער ווערן נארמאל, נאר וואס?

ער איז צו באקוועם אין זיין מצב!

דער ביליאנער האט באשלאסן אז ער גייט מעלדן פאר יונתן אז דאס איז עס! עס איז די לעצטע מאל וואס ער קומט, ער קען יעצט באשליסן אויב ער וויל אנהייבן מיטארבעטן, ער האט יעצט די געלעגנהייט איינע פון די רייכסטע ביליאנערן קומען ספצעיל צו אים, פארוואס זאל ער פארשפילן די געלעגנהייט?


***
אויב האט איר נאך נישט פארשטאנען ביז אהער:
דאס איז די משל פון די הייליגע קדושת יום טוב וואס די סאטמאר רבי זי''ע האט איבערגעזאגט יעדע הושענא רבה! (נאר אביסל היינטיג אראפגעלייגט)
די מעדצין פון תשובה איז ווירקזאם און ארבעט! מען געבט איין געלעגנהייט נאכן צווייטען, די באשעפר בעהט איינמאל און נאכאמאל, נעם די מעדצין! דו ווייסט אז סאיז בעסער פאר דיר!
עס איז א אומבאשרייבלכע געלעגנהייט!

א גמר חתימה טובה אלע אידן!


פימזען האלץ - אידישע וועלט - ביל געיטס.pdf
(101.55 KiB) געווארן דאונלאודעד 72 מאל
מיין חברותא איז דא, איך דארף אנטלויפן...
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

הערליך שיין אראפגעלייגט דאס משל
און אן אמת'ער נמשל
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

זייער גוט אראפגעלייגט…
ש'כח.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

זייער שיין
שכח
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שיין און הייליג
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
לייכט טורעם
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2022 1:08 am

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייכט טורעם »

שיין....

שכח. א גוט יו"ט
באלייכטן דיין ארום מיינט נישט אייביג ליכטיג מאכן דיין ארום, עס מיינט אויך אמאל לייכט מאכן פאר דיין ארום.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

זייער שיין !
יישר כח!!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

לייכט טורעם האט געשריבן:
שיין....

שכח. א גוט יו"ט
גא''מ.
גאר גוט אראפגעלייגט די משל



מזל טוב @לאכט-טער-עם פארן מאה'לע.....
קיפ אן גאWאינג סלאWלי.
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

ביואטעפעל.
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

זייער א שיינע משל.

אבער פארוואס פעלט אויס צו נוצן דעם נאמען פון א הייליגן תנא,
פאר א משל פון א צעדרייטן פארשוין?

ער קען דאך פונקט אזוי הייסן גרעגארי?
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

התחברות האט געשריבן:
זייער א שיינע משל.

אבער פארוואס פעלט אויס צו נוצן דעם נאמען פון א הייליגן תנא,
פאר א משל פון א צעדרייטן פארשוין?

ער קען דאך פונקט אזוי הייסן גרעגארי?
נישט @פימזן האלץ ניצט די נאמען, דער צודרייטער יונתן האט נעבעך אפגעמאכט אז ער איז יונתן בן עוזיאל.
איך גיי פון צייט צו צייט באזוכן גייסטיש קראנקע, איך טרעף מיך אן אין תנאים, אמוראים, פריערדיגע צדיקים און אפילו מלאכים! איך האב אפילו א חבר וואס איז משה רבנו-יהושע בן נון-נחשון בן עמינדב-אליהו הנביא-משיח בן יוסף-משיח בן דוד-ר' נחמן ברסלב'ער ביינעזאם.... (קען זיין איך האב פארגעסן עטליכע...)

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארן שיינעם משל אזוי שיין אראפגעלייגט
אוועטאר
לייכט טורעם
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2022 1:08 am

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייכט טורעם »

שפיגל האט געשריבן:
לייכט טורעם האט געשריבן:
שיין....

שכח. א גוט יו"ט
גא''מ.
גאר גוט אראפגעלייגט די משל



מזל טוב @לאכט-טער-עם פארן מאה'לע.....
קיפ אן גאWאינג סלאWלי.
ברוכים תהיה
באלייכטן דיין ארום מיינט נישט אייביג ליכטיג מאכן דיין ארום, עס מיינט אויך אמאל לייכט מאכן פאר דיין ארום.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

הערליך הערליך!!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

זייער שיין אראפגעלייגט!!!
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

הערליך שיין. שטארקע נקודה.

נאך מיט פימזען ספייס צו די זייט..
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען, יוי איז דעיס גוט,
שכח פימזי
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ביל געיטס אין א פארצווייפעלטע פראוו צוריק צו באקומען אנערקענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שטארק!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”