פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

כ'געדענק עס נאך ווי היינט. ווי צוגענאגלט זעמיר געזעצן צום בענקל. דיקע לופט. ס'ווארפן זיך אלע גלידער. א טויט שטילקייט. בלויז די דזומען פונעם אלטן עיר קאנדישען האט דורכגעריסן.

א פחד.

מיט פארגלייזטע אויגן קוקן מיר פאראויס. אפילו קיין בלינק נישט געגעבן.

און די מלמד פארציילט ווייטער: נאך צוואנציג יאר, צוואנציג יאר פון פיין, צוואנציג יאר פון ווייטאג, האט ער זיך דערמאנט.

ווען ער איז געווען א אינגל אין ענקער עלטער, איז געווען א קינד, פישעלע האט ער געהייסן, וואס די גאנצע קלאס האט געטשעפעט. טייכן טרערן, טייכן טרערן, (אונזערע אויגעלעך ווערן פארגלייזט.) טייכן טרערן פלעגט ער פארגיסן פאר זיינע עלטערן יעדן טאג.

איין טאג האט אונזער ר' משה זיך נישט געקענט איינהאלטן, און געזאגט פאר דעם צובראכן קינד: "ביזט א נעבעך".

און אפשר וועגן דעם האט די אויבערשטער מיך געשטראפט אז שוין צוואנציג יאר וואס איך האב נישט קיין קינדער. טראכט צו זיך ר' משה.

שטילקייט.

די מוח'עלע מיינע האט זיך גענומען לויפן. כ'בין דאך אויך א גרויסן טשעפעניאק. פריער געזאגט פאר שמילי 'טשיטער'… נעכטן האביך געזאגט 'יאסי האסי'. צוואנציג יאר נאך מיין חתונה. וועל איך חס ושלום נישט האבן קיין … חס ושלום?!

מיין קליין קערפערל ווארפט זיך פאר שרעק. צי איז דאס מיין סוף?

די מלמד'ס קול האקט איבער מיינע רוישיגע געדאנקן …און ר' משה האט איבערגעבעטן פישעלען און 9 חדשים שפעטער געהאט דאס ערשטע קינד. מזל טוב!! יעדער ארויסנעמען די חומש! יענקל וואס האלטסטו נישט מיט, ביסט אין חלום לאנד? א רבי מעג פארשעמען! טאטל מיט ביידע פינגערס!

קאפיטל ב'

מיטגעהאלטן האב איך שוין נישט יענע טאג אין חדר. נישט איך און נישט קיינער. די רבי האט געשריגן און געהאקט. אבער מיר זענען געווען… איבעראל נאר נישט דא. ער האט נישט געקענט פארשטיין. פארוואס זענען די קינדערליך'ס קעפ נישטא היינט? א רחמנות געווען אויף די ענגליש טיטשער יענע טאג…

נאך ענגליש איז געווארן א טומל צייט. אזאנס אז BMG קען זיך פארשטעקן. יעדער איז ארומגעלאפן "מוחל? מוחל?" לאנגע שורות האבן זיך געשלענגעלט ביי די נרדפים מקבל צו זיין א "מחול לך", וועלכע מ'מוז דאך ארויסזאגן מיטן מויל דריי מאל…

די נעקסטע טאג אין חדר, פנים חדשות! קיינער זאגט נישט מער יאסי האסי, יעדער שערט די סופער סנעק. ס'הענגט נאך די אנגעצויגנקייט אין די לופטן. קיינער וויל דאך חס ושלום נישט זיין חס ושלום פון די וואס חס ושלום…

קאפיטל ג' - איין וואך שפעטער

"יאסי האסי, יאסי האסי" הערט זיך ארויסזינגען פון קלאס רום, מיט דעם אלט פארצייטישן ניגון נענענענע…

די טשעפערייען איז צוריק צום אלטן. קיינער געדענקט שוין נישט די מעשה מיט פישעלע.

לא נודע כי בא אל קרבנה…

- המשך יבוא אי"ה -
לעצט פארראכטן דורך ערד עפל אום זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:12 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

הערליכע ווערק!

נו וואס איז די נמשל?...
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
חיים שתקן
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 8:08 am

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שתקן »

שרייטס אלע: ערד פערד, עפל קרעפל, ערד פערד, עפל קרעפל, ערד פערד, עפל קרעפל...

ס'מוחל?..

עניוועי, שרייבסט גוט, שרייב'זשע ווייטער!

---
יעצט באמערקט, מזל טוב צו דיין הונדערטער!
חיים איז מיין נאמען, א שתקן בין איך.
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

קאפיטל ד' - צוויי יאר שפעטער

מיר זענען שוין אין גיטע ז'. די קעפ אין די הייעך. יעדן טאג א מלחמה מיט א צווייטע קלאס פון די "אינגערע קינדער". קיצור די עלטערע קינדער... ס'ווארפט א פחד…

מ'זעמיר אבער נישט אזוי שלעכט. מיר דאווענען ערליך ווייל די יונגערע קינדער קוקן ארויף צו אונז. זוי האט די מנהל געזאגט.

אונז האקמיר א לעבן און מ'האָפט אז די עלטערן הערן נאר פון די גוטע זאכן.

אלע, אויסער איינער.

ס'הייסט ווער? יאסי.

מ'זאגט שוין נישט יאסי האסי. ס'בעביעש. אפשר איינמאל א חודש, שלא תשתכך. היינט איז עס יאסי דער פעגער, יאסעלע גראבעלע, יאסעלע גולם וכו' וגו'. ווענד זיך וואס די קעניג פון די קלאס מאכט אפ יענע טאג.

איין זאך איז אבער געווען אנדערש.

די מלמד. ר' חאזקל.
קאפיטל ה'
א פעך שווארצע בארד טעגעהאט. שנירעלעך פון ווייסע הייבן זיך אן זיך אריינצוכאפן.

טיפע אויגן. ווייכע. פיל מיט געפיל.

מיר האבן אים אלע ליב געהאט.

ויהי היום, און די מלמד רופט מיך אריין אין חדר מלמדים. "כ'וויל רעדן מיט דיר עפעס וואס ליגט מיר אויפן הארצן".

אינטערעסאנט. די רבי האט א הארץ? געפילן? אפשר שטערט אים אז יענע וואך ביי די פארהער האבן אפאר קינדער נישט געקענט. אבער וואס האט דאס מיט מיר? איך האב דאך באקומען א 90%.

ר' חאזקל מאכט זיכער אז די צימער איז ליידיג. מיינע קישקעס קיצלען ווי אויף א ראולער קאוסטער. נישט ווייל כ'האב געוואוסט וואס ער וויל, נאר ענדערש ווייל כ'האב נישט געוואוסט. איינער האט מיך זיכער גע'מסר'ט. מסתם יאסעלע גולם. ווער דען? אזוי גייט עס מיט דעיע פעגערס, אז קיינער איז נישט אינטערסירט אין זיי חנפ'ענען זיי זיך צו די מלמדים. יאסעלע די מסור. אוי וועט ער כאפן…

אבער וואס וויל די רבי? וואס האב איך זיך פארזינדיגט? כ'קען מיר בשום אופן נישט דערמאנען וואס. אלע מיינע מעשים פון די פארלאפענע צוויי וואכן לויפן אריבער כבני מרון. וואס? רבוש"ע, וואס?

פאר'חלומ'טערהייט נעם איך איבער די פלעסטיק בענקל פונעם מלמד, כ'האף אז ער באמערקט נישט ווי מיין הענטעלע ציטערט…

אבער אין א רגע לאזט זיך אלעס אויף.

מיט זיין שטענדיג ליבלעכן שמייכל קוקט ער מיר אין די אויגן.

וויזוי גייט עס אין כיתה ז'?

-באכאשעם.

און די מלמד גייט גלייך צום פוינט: יאנקעלע, מיום עמדך על דעתך, האט איינער דיר אמאל אפשר געטשעפעט, וויי געטון, פארשעמט, וכו'?

-יא, אפאר מאל.

ווי אזוי האט עס געפילט?

אוי האט עס וויי געטון. א גאנצע וואך האב איך זיך נישט געקענט בארואיגן, אפילו היינט איז דובי שוין מיין פרענד, אבער דאך ווען איך דערמאן מיך דערפון געט עס מיר א פרישע ציפ אין הארץ.

-אמממ…

דארפסט מיר נישט זאגן יאנקעלע, איך ווייס אליין, אזאנס קען גוט וויי טון אפילו אויב עס פאסירט נאר איינמאל אין עטליכע חדשים.

א מזל כ'האב נישט געדארפט ענטפערן, כ'וואלט דאך פארלוירן מיין צונג. אלעמאל ווייסט דער רעבע וויאזוי צו מאכן מ'זאל זיך פילן גוט.

יעצט טראכט אריין א מינוט. שטעל זיך פאר ווען דאס פאסירט יעדן טאג, צענדליגע מאל אין טאג, און נישט דורך איין יונגל נאר דורך די גאנצע קלאס, מיט די ערגסטע צי נעמען אין טשעפערייען. קענסטו פארשטיין וואס דאס מיינט פאר א קינד? וואלסטו דאס געקענט אדורך טראגן?

די מלמד'ס אויגן בליטשקען. די רבי וויינט? קען עס זיין?

און איך האב גלייך פארשטאנען. די רבי רעדט וועגן יוסי.

טראכט א מינוט פון דעם רחמנות'דיג קינד. שטאטס דעם וואס ער זאל האבן א פרייליכע יוגענט און האקן א לעבן ווי ענק אלע, דארף ער זיך ספראווען מיט אזעלכע שוועריקייטן וואס אפילו אן ערוואקסענע וואלט נישט געקענט אדורך גיין.

און וואס מיינט דאס פאר זיינע עלטערן, וואס פרובירן נעבעך אלעס אין דער וועלט צו העלפן זייער צובראכן נפש'ל. אבער וואס קענען זיי דען טון? זיי קענען נישט טוישן ענקער פארגליווערטער הארץ.

אבער טייערע יאנקעלע. כ'קען דיר און איך קען אויך די אנדערע קינדער, ענץ מיינטס נישט קיין שלעכטס חלילה.. עטץ כאפטס פשוט נישט וואס ענק טוען אפ.

כ'מיין אבער אז ס'איז שוין צייט זיך אויפצואוועקן אין זען וואסערע שענדליכע מעשים עס ווערן ליידער געטון.

יאנקעלע, קענסטו מיך צוזאגן אז עס וועט זיך אינגאנצן אויפהערן?

כ'וויל ענטפערן. כ'וויל זאגן אז איך האב פארשטאנען, אז איך וועל אויפהערן. אבער איך קען נישט. כ'שטיק זיך. עפעס אין זיין שטימע און אין זיין באנעמונג האט באוויזן מיר צו בארירן.

אבער, כ'דארף שוין נישט ענטפערן. די קניפ אין בעקל פארציילט מיר אז ער ווייסט פונקטליך וואס טוט זיך ביי מיר אין הארץ.
עפילאג
און די ווערטער פון דער מלמד האבן מיך אייביג באגלייט.

ניין. נישט די ווערטער.

די מלמד'ס געזיכט, די בעטנדע מינע אויף זיין פנים, ווי ס'וואלט זיך געהאנדלט פון זיין אייגן קינד.

ער האט מיר געמאכט אריינטראכטן אין זאכן וואס קינדער וועלן נאטירליך נישט טראכטן פון דעם.

און ער האט מיר געמאכט פילן אז אפילו כ'בין א קינד, דאך בין איך א מענטש. איך האב א הארץ מיט שכל. אפשר נישט אזוי אנטוויקעלט, אבער דאך א מענטש און מ'קען צו מיר רעדן.
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
הערליך!
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

זייער הארציג
;l;p- ;l;p- ;l;p-
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
עי די עידזש די
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 5:50 pm

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עי די עידזש די »

שטארק און גוט

אפשר ווען איך וואלט אויך געהאט אזא מלמד, וואלט איך ווייניגער געליטן (און כתוצאה, וואלטן שפעטער אנדערע ווייטער געליטן פון מיר).
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

יוסף ה' עליכם (אויף די סארט מלמדים.. און די סארט שרייבער) אלף פעמים ככה..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

דיעגא האט געשריבן:
זייער הארציג
;l;p- ;l;p- ;l;p-
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

א שטיק הארץ דאס ארטיקל!
יאפ אז מ'מיינט עס ערענסט גייט עס אריין.. דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב.. פון דיין מלמד אריין אין דיר און פון דיר אריין צו אונז..!
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

הערליך און הארציג!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

מייסטערהאפטיגע שריפט .
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

WOW

א שיינע הארציגע שריפט!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

Wow wow הערליך!

זייער ציפעדיג און הארציג.
כרמיאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 25, 2022 11:52 pm

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמיאל »

מייסטער ווערק!
און הארצרייסנד.
איך הער.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

הערליך און הארציג ! ;l;p-
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

הערליך און באלערנד!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

אוראייניקל האט געשריבן:
;l;p- ;l;p- ;l;p-

יוסף ה' עליכם (אויף די סארט מלמדים.. און די סארט שרייבער) אלף פעמים ככה..
אמן! ישר כח פאר די ווארימע פידבעק
לעצט פארראכטן דורך ערד עפל אום זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

חיים שתקן האט געשריבן:
שרייטס אלע: ערד פערד, עפל קרעפל, ערד פערד, עפל קרעפל, ערד פערד, עפל קרעפל...

ס'מוחל?..

עניוועי, שרייבסט גוט, שרייב'זשע ווייטער!
כ'ארלעדיג שוין א סעסיע מיט ר' חאזקלען...
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

גאר גוט !!! טנקס מאטש
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

עי די עידזש די האט געשריבן:
שטארק און גוט

אפשר ווען איך וואלט אויך געהאט אזא מלמד, וואלט איך ווייניגער געליטן.
אפשר ווען דיינע מלמדים וואלטן געליינט דא וואלסטו ווייניגער געליטן...
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

א דאנק אייך אלע פאר די פידבעק.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יעצט געליינט, וואף!
האסט מיר איבערגענומען ביז טרערן.
דיין פעדער שפריצט הארציגקייט און דיין שריפט איז ווי ווייכע פוכענע פעדערן...

שרייב נאך!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

הערליך!

לייכטע צוגעלאענע שפראך
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: פון יאסי האסי ביז יאסעלע גולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

אייזן שטארק
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”