מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

היות מען רעדט יעצט אזויפיל וועגן אומאן, בעיקר לגבי די מלחמה און אלעס ארום, און מען זעט אז דער נושא איז שטארק אקטועל ביי מערערע ליינער און שרייבער דא, עס האט זיך אזויפיל געטון בעפאר ראש השנה יא גיין נישט גיין אא''וו, האב איך געטראכט אז יעצט ווען מען האלט שוין דערנאך וועל איך אפשרייבן אביסל פון מיינע געפילן און איבערלעבענישן דעם ראש השנה און אויב איינער וועט הנאה האבן וועט עס מיר זיין א זכות.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט קיין אשכול פאר דעבאטעס, און ווער עס האט נישט ליב די נושא פון אומאן וכו' זאל ביטע גיין ווייטער, איך בין דא צו באשרייבן מיינע אייגענע עקספיריענס פאר דיזע וואס האבן נייגער דערין און אז מען האט הנאה געהאט קען מען לאזן וויסן אבער ביטע נישט אריינגיין אין קיין אנדערע נושאים אדער טענה'רייען.

וזה החלי בעזהשי''ת:
אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

מיטוואך נצבים 6:00 אזייגער האבן מיר זיך ארויסגעלאזט קיין אומאן, אני הקטן מיט עטליכע משפחה מיטגלידער. דא האט זיך אנגעהויבן דער לאנגער רייזע און איבערלעבעניש הנקרא בלשונם 'די לאנג זשורני'...

איך בין געפארן מיט לאט פויליש קיין ווארשא, שוין אין לופטפעלד האב איך געטראפן אסאך אידן וואס פארן אויפן זעלבן פליגער. פלען איט רייט האט איבערגענומען א גרויס חלק פונעם פליגער און רוב פון זייערע קאסטומער'ס זענען געפארן מיט דיזע פליגער. א רחמנות אויף דער גוי וואס האט זיך געטראפן צווישן אזויפיל אידן...

אויפן פליגער האט זיך טאקע געטון א געפילדער און א געטומל ווי עס פאסט פאר חסידישע אידן... מניני מעריב, סליחות, און סתם שמועסן אין עבודת ה'.

ברסלב'ע אידן און חברים טרעפן זיך צומאל נאר איינמאל א יאר ביי די אומאן רייזע, מען ווערט פרייליך און עקסיידעט, ס'טוט זיך דארט שמועסן און שיחת חברים: אה, דו ביסט אויך דא? יאפס! געלויבט דער גוטער באשעפער אז איך בין דא, האסט נישט איין אהנונג וואספארא מניעות המח והגוף איך האב געהאט נישט צו קומען, ברוך השם איך בין אלעס אריבער... און קוק נאר ווער ס'איז דא? שמעון בלעכיגער, דו ביסט אויך דא? איך האב נישט געוואוסט ביסט א ברסלב'ער.. יא, איך בין געווארן די יאר, בקיצור, א לאנגע מעשה וויאזוי, אבער ב''ה איך בין דא, אשרינו שזכינו. און חיים שמילאוויטש איז אויך דא? האסט מיר דאך שוין קלאר געזאגט אז דו קומסט נישט די יאר וועגן די מלחמה??? יא, אבער ברוך השם איך האב מיר געשטארקט אויף מיינע פחדים און איך קום, זעסטו אז אין שום יאוש בעולם כלל, אלעס איז נאר מניעת המח, אז מען געט נישט אויף די רצון העלפט דער באשעפער. און שלומי אומאנער, וויאזוי האסטו געבראכן דיינע מניעות מיט דיין שווער? אה, נאר דורך תפילה! איך האב געדאווענט און געדאווענט ביז דער אייבערשטער האט מיך עס געגעבן אויף א גאלדענעם טאץ! מען זעט קלאר פון איין זייט ווי דער יצר הרע וויל מונע זיין מיט אלע סארט וועגן, אבער מיט רצונות און תפילות ברעכט מען אלעס דורך אזויווי די רבי זאגט אין תורה ס''ו און ווי ר' נתן דערציילט וכו'.
און אזוי שמועסט מען ארום פיל מיט אייפער יעדער מיט זיינע מעשיות און דורכגייען ביז ער האלט דא אין דער גוטער מינוט אויפן פליגער אויפן וועג צום רבי'ן.

אבער למעשה טוט זיך אזא געפילדער און גערודער אזש די באהערדע וואס פארשטייען נישט קיין אידיש און קענען נישט הנאה האבן פון די געשפרעכן הייבן אן צו ווערן נערוועז דערפון... נישט אז איך געב א רעכט פאר אזא אויפגעפירעכץ, פארקערט, איך האב אפילו פרובירט עטליכע מאל צו בארואיגן די רייזענדע און שטיל מאכן, אבער דאך, ווי קען מען שטיל מאכן הונדערטער אידן וואס קאכן און ברענען און זענען אזוי פריילעך זיי זענען דא...

די סטוארד האט עטליכע מאל געבעטן מען זאל זיך האלטן שטילער און נישט בלאקירן די דורכגאנג, ער האט אפילו אראפגערופן די ראש הסטוארדים, עס האט אויסגעקוקט ווי א מגיד שיעור אין ישיבה בעט זיך נאכמאל און נאכאמאל מען זאל זיין שטיל. עס האט גענומען א שטיק צייט אבער מען האט טאקע געפאלגט צום סוף און עס האט זיך בארואיגט די מצב ווען די שר החלומות האט איבערגענומען די שליטה אויף א מערהייט אנוועזנדע און א שטילקייט האט באהערשט דעם פליגער. א שטילקייט פאר א שטורעם...
אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

אונז קומען אן קיין ווארשא, ס'נאר דא א שעה צייט סטאפ. צום ערשט דארף מען דורכגיין א שטרענגע סעקיוריטי אפילו אויב מען פארט ווייטער, פארוואס ווייס איך נישט פונקטליך. דערנאך מאכט מען א מנין שחרית ביים געיט, און דאן לאזט מען זיך ארויס קיין ריישא.

די וועג קיין ריישא נעמט א נישטיגע פערציג מינוט. ווארשא געפאלט אויס אין צענטער פוילן און אונז צילן יעצט קיין דרום פוילן, אדער ווי גערופן אמאל 'גאליציע'. מען פארט טאקע דורך העכער אלע פוילישע חסידישע געגענטער, א שטייגער ווי גור, אלכסנדר, פרשיסחא, לעלוב, ראדושיץ, אפטא, קאזשניץ, און נאך און נאך גאר היימישע באקאנטע געגענטער. אפשר קען מען אפילו דאווענען פון אויבן אויף זייערע קברים...

נאך פערציג מינוט פליען מיט דעם באסעלע לאנדעט מען אין ריישא.
ריישא איז די לכאורה די דריט גרעסטע שטאט אין גאליציע, נאך קראקא און קאטאוויץ פון וואו אסאך אנדערע אידן זענען טאקע אנגעקומען. די אלע דריי שטעט זענען בעצם זייער נאנט איינס צום צווייטן אבער יעדע איינס האט א אייגענע לופטפעלד, פארוואס ווייס איך נישט.

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האט נישט אזוי וויכטיג אויסגעפעלט די וועג קיין ריישא מיט א פליגער, עס נעמט שוין בערך די זעלבע לאנג צו פארן מיט א קאר גלייך פון ווארשא, א קנאפע דריי שעה. וואס ביז וואס ווי ווען האלט מען שוין סייווי ביי דריי שעה מיטן פליגער, אבער אזוי האט דער אייבערשטער אויסגעשטעלט און אזוי איז רוב עולם געפארן.

אונז קומען אן צום ריישא לופטפעלד. א קליינעם אבער גאר שיינעם באטעמט'ן עירפארט.

שוין אויפן פליגער האבן אונז געזען מערערע מיליטערישע טרעקלעך און פאטריאט מיסיל סיסטעמ'ס. אבער אנקומענדיג אינדרויסן און ארומפארנדיג די לופטפעלד האט מען געזען אז מען רעדט דא פון הונדערטער טרעקלעך, אסאך האמווי'ס - די באקאנטע טרעקל וואס מען האט גענוצט אין אפגאניסטאן אויב איך געדענק גוט, און נאך מערערע סארטן. ווי אויך אזא זעקס זיבן אויפגעשטעלטע פאטריאט מיסיל סיסטעמ'ס.
רוב טרעקלעך זענען איבערגעדעקט מיט אזאנע גרינע טישטוכער צו פארמישן די רויטע שטן...
אויך האב איך געזען עטליכע אמעריקאנער סאלדאטן שפאצירן אויפן גאס דארט נעבן. וויאזוי האב איך געוואוסט דאס זענען אמעריקאנער? סיי פון זייער געשטעל, הויכע אנגעפילטע געבויטע חברה, אזאנע וואס מען טרעפט נישט אין פוילן און אוקריינע כידוע. און אויך האב איך געזען שווארצע סאלדאטן, האלסט אזוי פוילן האט שווארצע סאלדאטן?...

איז לויט ווי איך פארשטיי רעד זיך עס פון נאטא שיץ קראפט צו אפהיטן אז פוילן זאל נישט ווערן באטראפן פון רוסלאנד. אבער קען אויך זיין אז א חלק דערפון זענען אויפן וועג קיין אוקריינע טאקע צו פארטיליגן די רויטע שטן.

שוין, דאס איז נאר געווען א אינטערעסאנטע טעימה אויפן וועג צום מיין ציל - מיין רבינ'ס ציון פון וואו איך שעפ מיין חיות אין עבודת ה' און מיין תיקון הנשמה ווי ער האט צוגעזאגט. איז גיי מיר טאקע ארויס פון לופטפעלד איינס צוויי, און מ'לאזט זיך ארויס צום פשעמישל גרעניץ מיט א ווען.

אויפן וועג פארט מען דורך צוויי גרעסערע באקאנטע שטעט - לאנצוט און פשעווארסק. איך וואלט ווען אריין צו די צדיקים וואס ליגן דארט, אבער מען איז דאך שוין גענוג אויסגעמוטשעט און עס קומט נאך א לאנגע וועג, און בכלל וויל מען זיך שוין זען אריבער דער גרעניץ בשלום, דעריבער זעמיר גלייך צוגעפארן צום אוקריינישן גרעניץ הנקרא 'מעדייקא' נעבן די שטאט פשעמישל. דער וועג נעמט בערך א שעה.
אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

יעצט, בעפארן אריינגיין קיין אוקריינע וועל איך שרייבן מיינע געפילן לגבי די ענין פון מלחמה און פחדים איבער וואס מען האט איבעראל אזויפיל גערעדט און געשמועסט.

איז, יעדער קען אליין פארשטיין אז מיין מח האט אסאך געטראכט דערפון און איך האב אסאך געשמועסט מיט חברים דערוועגן, און מיין מחשבה דערוועגן איז געווען אזוי:

הלכה'דיג אויסגעהאלטן האט יעדער וואס האלט מיט די מצב אין אוקריינע געקענט פארשטיין אז עס הייסט נישט קיין מקום סכנה פון וואס די תורה רעדט, און אז איינער דארף גיין מעג ער זיכער גיין. און אזוי האבן טאקע געפסקנט די דיינים.
ווייל די פראצענט אז עפעס זאל געשען איז זיכער ווייניגער ווי גיין אויף סיי וועלכע גאס אין ארץ ישראל סיי ווען, אריינגערעכענט בני ברק און אלעד ווי מען האט געזען פאריאר.. און זיכער אשדוד און נתיבות וואו עס וואוינען טויזנטער היימישע אידן טראץ די פילע ראקעטן עס פאלן דארט. יעדע צווייטע טאג הערט מען פון א אראבער וואס איז געווארן געכאפט הארט בעפארן אדורכפירן א טעראר אטאקע רח''ל אין א צווייטע געגענט. און די זעלבע מיט פארן אויף א שיף מיט הונדערט יאר צוריק, און גיין דורך וועלדער צום יריד פאר פרנסה, וואס טראץ וואס הונדערטער מענטשן זענען אזוי געשטארבן במשך די יארן, האט עס אבער נאכנישט געהייסן קיין מקום סכנה ע''פ הלכה. ווייל א מקום סכנה זאגט אונז די תורה די גדרים וואס עס מיינט און עס האט נישט מיט אונזער געפיל און פחד. פינטל.

יעצט, אויב א מענטש האט פחדים מיט דעם אלעם, אפשר דאך וועט רוסלאנד ווילן שיסן ח''ו, אפשר דאך וועט פאלן א ראקעט פונקט וואו מען פארט אויפן ראוד, איז פארדעם טאקע האבן מיר די מצוה פון בטחון! מיר האבן א חיוב צו זיך פארלאזן אויפן אייבערשטן אז גארנישט קען נישט געשען פאר א מענטש אויב עס איז נישט אנגעשריבן פון אויבן. ווילאנג ער פירט זיך כהלכה און גייט נישט אין א מקום סכנה 'טאר ער נישט' מורא האבן, ווייל ער מוז גלייבן אין השגחת ה' אז גארנישט קען אים געשען אויב איז נישט באשערט, און אויב איז באשערט עפעס זאל אים געשען וועט אים עס געשען אפילו אין אמעריקע און וואו ער איז נאר, אנא מפניך אברח.

יעצט, אוודאי האבן מענטש כל מיני פחדים און מען קען נישט הייסן א מענטש 'האב בטחון אז נישט ביסטו שוין יעצט א אפיקורס', דאס איז א ארבעט און א עבודה וואס פארדעם זענען אונז דא אויף דער וועלט, מען דארף צוביסלעך אויפבויען אמונה און בטחון אין אלע הינזיכטן, פחדים, פרנסה, געזונט, און בעצם יעדע רגע אין לעבן גלייבן אז דער אייבערשטער שטייט דא פאר מיך און זעט מיך, שויתי ה' לנגדי תמיד. לא אירע רע כי אתה עמדי!

צוריק צו אונזערע פחדים, למעשה איז די אמת איז אז פחדים איז א חסרון אין בטחון און מען דארף ארבעטן דערויף, כמבואר הרבה בחובת הלבבות וספרי חסידות בענין היראות הנפולות ובספרי הבעלי מוסר וכו'. איז דעריבער נישט די עצה זאלסט נישט קומען קיין אומאן ווייל דו האסט מורא און עס פעלט דיר אמונה ובטחון, נאר אדרבה, ארבעט דערויף! בעט דער אייבערשטער ער זאל דיך עס אוועקנעמען און זאלסט נאר גלייבן אין אים און נאר זיך פארלאזן אויף אים. און אייגענטליך, ערשט וועגן דעם זאלסטו קומען קיין אומאן, טאקע צום צדיק וואס איז אזויפיל עוסק צו אריינברענגען אין זיינע מענטשן אמונה און בטחון איז וועט ער דיך דאס אויך געבן...

דאס איז געווען מיין נקודת המחשבה אין דער מצב, און אזוי מיט דעם געדאנק בין איך געפארן טראץ מיינע פחדים און ספיקות, און אזוי מיט אמונה אין חסדי ה' און בטחון אין הנהגת ה' בין איך אריין אין די אוקריינישע גרעניצן.
אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

ביזן גרעניץ איז אלעס אדורך א מחיה. גלאטע פוילישע ראודס, היבש ליידיגע וועגן וכו'.

ביים גרעניץ אליין איז אויך אלעס דורך בשלום ב''ה. מען גייט צופיס צום פוילישן גרעניץ און מען באקומט א זיגל ארויס פון פוילן. דאן גייט מען צופיס צום אוקריינישן, א וועג פון פיר מינוט, און דארט באקומט מען שנעל א זיגל אויף אריין. זיי פרעגן גארנישט און קוקן גארנישט, אריין און שוין.

צווישן די די אוקריינישע און פוילישע גרעניץ זענען פארהאן מערערע געצעלטן אויפגעשטעלט דורך די יו ען פאר די פליטים, אבער יעצט איז עס ליידיג. אין פוילן גלייך נאכן גרעניץ זענען אויך פארהאן מערערע אזעלכע געצעלטן וואס נישט לאנג צוריק איז עס געווען באלאגערט מיט פליטי אוקריינע, אבער יעצט איז עס ליידיג. און יא, דאס איז געווען די לעצטע זכר פון מלחמה איך האב געזען אין אוקריינע...

גראדע, גלייך ביים גרעניץ אריין אין אוקריינע געפינט זיך א קליינעם געצעלט וואו פרעמדע מיליטער לייט קענען אריינקומען זיך איינשרייבן צו אנטייל נעמען אין די מלחמה. אבער איך מיין אז נאר זעהענדיג דעם געצעלט פארגייט זיי די גאנצע אפעטיט... מען רעדט דא פון א פיצקעלע געצעלט מיט א אלטן נידריגן טישל דערין און נעבן דעם זיצט א אלטן רייטערטן מאן אויף א תשעה באב בענקל און זאגט קינות אין א אלטן בוך און רעקרוטירט אפיציעל פרישע סאלדאטן פארן מוטערלאנד... גיי פארשטיי וואס זייער פלאן איז דא.

אנקומענדיג אין אוקריינע האט שוין געווארט אויף אונז דעם ספרינטער פון אומאן עקספרעס. צום ערשט האב איך נאך אויפגעטוישט דאללער פאר גריוונע, וואס האלט יעצט ביי 35 גריוונא פאר א דאללער, אין די צייט וואס ביז די מלחמה איז עס געווען 25 פאר א דאללער. נישט געפערליך.
איך האב אויך צוגעלייגט א צען גריוונע פארן גוי דארט א טיפ און אים געזאגט דאס איז פאר 'סלאווא יוקרעין', זיין פנים האט געשיינט הערנדיג דאס און ער האט צאמגעלאכט דערפון, אזוי גרינג משמח געווען א מעגליכע איד... נאר מיט שמחה!

נאך א אנעקדאט: אנהייבנדיג פארן האבן אונז געזען אין די זייט אסאך טראקס אין א אויסטערליש לאנגע שורה וואס ווארטן אריבערצוגיין די גרעניץ, מיילן לאנג איז דער ליניע, און אונזער דרייווער האט געזאגט אז עס קען נעמען פינף טעג פאר א טראק צו אנקומען צו פארנט פונעם שורה און אריבערגיין. נישט נארמאל דאס! אבער האט דען א גוי עפעס בעסער צו טון? זאל ער זיצן אין זיין טראק און שפילן קאנעקט פיר אויף זיין סמארטפאון און שלום על הכל.

דאן האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויפן לאנגן לאנגן וועג קיין אומאן.
אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

צו פארן פונעם גרעניץ ביז אומאן פארט מען דורך כמעט האלב אוקריינע.

מען פארט דורך צום ערשט גאנץ מזרח גאליציע, א געגענט פון מערערע אמאליגע חסידות'ן, א שטייגער ווי פרעמישלאן, זידיטשוב, בעלזא, זלאטשוב, ריזשין ובניו, און נאך אסאך. דערנאך פארט מען אריין אין די אוקריינישע געגענטער, טאקע אין די געגענט פון מעזיבוזש וואו די בעש''ט ותלמידיו האבן געוואוינט.
די גרויסע שטעט וואס מען פארט דורך זענען לעמבערג, טארנאפאל, סטאניסלאוו (הנקרא כהיום 'איוואנו פראנקאווסק') און קאנסטאנטין (הנקרא כהיום כמעלניצקי ימ''ש).

אזוי איז מען געפארן און געפארן אויף די כמעט ליידיגע וועגן, ביזן גרייכן דער הייליגער דארף מעזיבוזש!
די וועג ביז מעזיבוזש האט גענומען בערך פינף א האלב שעה, און אין מעזיבוזש האט מען געמאכט א אפשטעל פאר א וויילע.

אנקומענדיג אהין האט מען אנגעטראפן א ריזן ציבור פון אומאנע אידן וואס מאכן א אפשטעל אויפן לאנגן וועג ביים הייליגן בעש''ט. אויך האט 'פלען איט רייט' דארט צוגעשטעלט פיין צו עסן פאר אירע קאסטומערס. דערווייל האט מען האט געקענט גיין אין מקוה, עסן, ציון הבעש''ט - ערגעץ וואס ברסלב'ע אידן גיין בכלל אסאך, און כידוע פלעגט די רבי אויך אסאך גיין אויפן קבר זקינו הבעש''ט און גערעדט גרויס דערפון.

איך בין אויך ארויף צום ציון הקדוש, עס זענען דארט געווען צענדליגע אויב נישט הונדערטע ברסלב'ע חסידים און עס האט זיך געטון גאר ווארעמע תפילות אין ציון.

אגב, האב איך געפענט א דגל מחנה אפרים צו לערנען א שטיקל פונעם בעש''ט, און איך האב בהשג''פ געטראפן א גוטע שטיקל פאר מיך. ברענגט דער הייליגער דגל אין פרשת תזריע אין נאמען פון זיין זיידן דער בעש''ט אזוי:

"על פי שקבלתי מחכמי ישראל שהיו אצל אא''ז זללה''ה, שגדולי הדור הם יכולים לטהר נשמות ישראל המטונפות בכל לכלוך טומאת זוהמת העבירות ר''ל, ובהם תלוי כל עיקרי התשובה"!!

און אין פרשת שמיני שרייבט ער נאך אביסל מער "והנה אא''ז זללה''ה אמר שעיקר תיקוני התשובה אי אפשר בלא הצדירק, רק על ידו יוכל להתעלות"!

דאס איז דאך ממש נוגע פאר מיך יעצט! איך בין יעצט אויפן וועג צו מיין רבי, וואס איך פאר דאך יעצט צו אים אויף ראש השנה ווייל איך גלייב אז ער קען מיך געבן די ריכטיגע תשובה און טהרת הנשמה מכל ליכלוך וכו', דער רבי וואס האט געזאגט 'אני נהר המטהר מכל הכתמים', 'תיקונים שאיני יכול ליתן כל השנה אני יכול לתקן בראש השנה' ועוד ועוד.

האב איך עס דארט געלערנט און דערנאך געמאכט פון תורות תפילות און געבעטן טאקע אויף דעם אז איך זאל ריכטיג זוכה זיין צו תשובה דורך די צדיקי אמת דעם ראש השנה ווי די בעש''ט זאגט דא.

נאך א שעה וויילן זענען מיר געפארן ווייטער, א וועג פון נאך א דריי א האלב שעה ביז אומאן. אויפן וועג פארט מען דורך די שטעט וויניצע, נעמירוב און הייסין, באקאנטע שטעט אין די ברסלב'ע היסטאריע. בפרט נעמירוב וואו ר' נתן איז געבוירן געווארן און געוואוינט ביז די רבי'ס פטירה.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

הערליך! יישר כח, איך ווארט אויף די המשך
א'מונה ב'טחון ג'עלט
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

הערליך, זייער הארציג
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

הערליך און געוואלדיג! זאלסט האבן געפוילט אלס גוטס און א שנה טובה ומתוקה פאר אייך..

ישר כח און מיר ווארטען אויפן המשך.




פיינע שרייבער!
די ראש הסטוארדים.... וכו וכו פיינע אויסדרוקען.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

הערליך ווארעם אין ציענד
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

זייער געשמאק אראפ געשריבן. ווען קומט די המשך?
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

זייער זייער זייער געשמאק געשריבן אייגענארטיג און גאר אינטרעסאנט.

מיר ווארטן אויפן המשך מיט דארשט.
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

יישר כח אלע באדאנקער און קאמענטירער.

גיי מיר ווייטער אי''ה.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6371
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

גיי גראזעלע גיי. מיר האבן גרויס הנאה
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

הנאה געהאט. יישר כח. שרייבסט גוט. און פילסט מיר אן מיט בענקעניש.
אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

ענדליך ענדליך קומען אונז שוין אן צום אזוי אויסגעגארטן שטאט אומאן.

אומאן איז בעצם א אומעטיגע פארווארפענע שטאט אין צענטראל אוקריינע פון וואס קיינער וואלט קיינמאל נישט געהערט דערפון און געוואוסט צו זאגן דערוועגן, אבער עפעס א מיסטעריעזע קבר פון א געוויסע אכט און דרייסיג יעריגע צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס איז דארט באגראבן געווארן מאכט אז דער שטאט איז גאר ברייט באקאנט אין גאנץ כלל ישראל און אפילו ווייטער.

שוין איבער 200 יאר וואס - צום ערשט צענדליגע דערנאך הונדערטע און שפעטער טויזענטע - ברסלב'ע חסידים רייזן אהין יאר יערליך סיי איבערן יאר און בעיקר אויף די קאפ פונעם יאר 'ראש השנה'. און דאס טוען זיי אין יעדע מצב עס זאל נאר זיין און וואס עס זאל נישט נאר נישט מאכן. און דעריבער, אין די יאר פון קאראנע ווען אוקריינע איז געווען פארשפארט האט זיך איבערגעדרייט די אידישע און אלגעמיינע וועלט מיט די פילע השתדלות און פעולות זיי האבן געטון צו אנקומען אהין, און דערנאך אין דיזע יאר ווען טראץ די מצב המלחמה האבן זיי אלעס געבראכן און ב''ה זוכה געווען צו אנקומען אהין און אהיימגיין בשלום ושלוה השקט ובטח נאך אסאך תפילות און כיסופים.

שטיי מיר דא ביים אריינגאנג צו אומאן, שטעלט זיך אבער ארויס אז נאכן ברעכן אלע מניעות ביז אהער איז אבער אנצוקומען אין שטאט זעלבסט איז פארהאן נאך א מניעה צו ברעכן... עס איז דא א טשעקפוינט ביים אריינגאנג און מען דארף שטיין אין א לאנגע שורה אריינצוגיין, וויבאלד יעדע איינציגע קאר און באס ווערט דורכגעקוקט פון אלע זייטן מיטן ציל צו באשיצן די אידן אין שטאט פון בייזוויליגע פלענער פון שלעכטע עלעמענטן. שוין, נאך אביסל יגיעת הגוף לשם שמים.

ענדליך נאכן ווארטן א שעה צוויי קומט מען אריין אין שטאט, עס איז שוין דרייע אויפדערנאכט און די גאסן פון שטאט זענען פוסט און ליידיג, די קורפיו איז אין פולסטן קראפט און קיינער זוכט נישט צו באקומען א שווארצע זיגל אויף זיין פאספארט.
פארן אונז צו צום האטעל וואו מען שטייט איין און דארט בלייבט מען איבער נאכט ביז די זייגער קלאפט און זעצט אויף זייגער נומער פינף ווען די קורפיו ווערט אויפגעלאזט דורך די אנקומענדע זון.

געגאנגען שלאפן בין איך שוין נישט, ב''ה אויף די וועגן און שטעגן בין איך רוב צייט געשלאפן, און דאס איז אויך נאר א דאנק מיינע תפילות צום אייבערשטן פון פאראויס אז איך זאל קענען גוט שלאפן אויפן פליגער און אויפן לאנגן וועג קיין אומאן און ב''ה דער אייבערשטער האט מיך עס נאכגעגעבן ברוב רחמנותו, אז מען באשטעלט באקומט מען... אזוי בין איך יעצט געווען אויסגעריט און אנגעהויבן זיך גרייטן צו תפילת שחרית און ארויפגיין אויפן ציון.

די האטעל פארמאגט א פיינעם מקוה ב''ה, אייגענטליך געפינען זיך פיינע מקוואות אין יעדע האטעל אין אומאן, א וויכטיגע זאך וויבאלד מען פרובירט צו כאפן אזאנס יעדעס מאל מען גייט ארויף צום ציון. בין איך געגאנגען אין מקוה, און ביז ווי וואס ווען איז שוין געווען פינף דרייסיג און מען איז געגאנגען דאווענען שחרית.

נאך א ווארעמע שחרית בין איך אריין צום ציון הקדוש, מיין הארץ האט געפלאטערט פון שמחה און עקסטאז אז איך בין דא, נאך אזויפיל ספיקות און חששות צו מען וועט זוכה זיין היי יאר צו נישט איז מען ב''ה ענדליך דא! און בפרט נאך אזא לאנגע קאמפליצירטע וועג וואס איז ב''ה דורך אזוי גרינג און שנעל און גלאט, אזויפיל חסדים פונעם אייבערשטן!
אין די זייט דארט אינעם ציון איז געווען א גרויסע רינג וואו וואוילע אידן האבן געטאנצן נאך שחרית, ווען אינדערמיט שפילן פידלעך פייפערס און פויקערס און נאך סארטן כלי זמר וואס פרייליכע אידן האבן מיטגעברענגט מיט זיך, האב איך מיר אריינגעשטעלט אינעם רינג און אזוי געטאנצן פאר איבער א שעה מיט עכטע שמחה צו לויבן און דאנקן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים ביז אהער.

דערנאך בין איך צוגעגאנגען צום ציון און באגריסט דעם רבי'ן. דערנאך בין איך געגאנגען זיך אביסל אראפלייגן אינעם האטעל צו כאפן דעם אטעם. און נאך אביסל בין איך אויפגעשטאנען און געגאנגען זיך גרייטן צום שבת קודש.
אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

צוביסלעך האט איך אנגעהויבן אויספאקן מיינע רענצלעך. און אזוי זיך ארומקוקענדיג אויף מיינע געצייג זע איך אז איך האב נישט מיטגעברענגט צוויי גאר וויכטיגע זאכן: איינס קענט איר שוין מן הסתם געסן - די פיזשאמעס הק'... ווייסט דאך, מען פאקט שוין די רענצל א טאג בעפאר און דערנאך שלאפט מען און נישט אלץ האט מען פרישע און דאן בלייבט עס אינדרויסן... און די צווייטע זאך איז געווען: א מחזור לראש השנה.

אבער נישט געזארגט, אין אומאן איז היינט דא אלעס וואס מען דארף נאר. בין איך ארויס אויפן צענטראלן פושקינא גאס, די גאס וואס לויפט דורך אין צענטער פון די אידישע געגענט אין אומאן, און דארט האב איך גלייך געפינען דעם גרויסן כל בו געשעפט. דער געשעפט פארקויפט ספרים, מעילים, טליתים (מיט תכלת און אן תכלת), קיטלעך, קאפטענעס, בערזלעך, קי-טשענס, בעכערס, מעסערלעך, וואסער, קוטשמעס און אפילו געהעריגע בעקיטשעס נאר פונקט נישט דיין סייז. אבער למעשה, איין זאך האבן זיי נישט געהאט: --- פיזשאמעס... איז נישט האבנדיג קיין צווייטע ברירה האב איך מיר אליין צוזאמגעקלאפט א פיזשאמע קאקטעל, איך האב מיר איינגעהאנדעלט עפעס א גרעיע ווייכע העמד וואס אחינו הספרדים גייען אין א געווענליכע טאג, און א זשאגינג הויזן וואס אחינו התימנים גייען חול המועד, און אזוי האמיר געמאכט א קאסטום פיזשאמע מיט די הכשר פון הרב ג'אן פון אומאן. האמיר שוין א מחזור און א פיזשאמע, בין איך שוין גרייט פארן שבת'דיגן גאסט.

איז לאמיר נישט אזויפיל מאריך זיין אויפן שבת זעלבסט, עס איז ב''ה אריבער זייער דערהויבן און אנגענעם, די תפילות, די סעודות, די ציון הק'. אייגענטליך איז עס א באזונדערע מתנה צו קענען זיין א שבת ביים צדיק, עס שטייט גרויסע זאכן אויפן וויילן שבת ביים צדיק.
ב''ה איך האב אפילו זוכה געווען קויפן אן עליה לתורה אין איינע פון די מנינים ביים ציון און מען האט פאר מיר געליינט די געשמאקע פסוקים פון חמישי "ואתה תשוב ושמעת בקול ה' ועשית את כל מצותיו.. כי ישוב ה' לשוש עליך לטוב.. כי תשוב אל ה' אלקיך בכל לבבך ובכל נפשך''. א גוטע סימן אי''ה אויף תשובה שלימה און כל טוב ברו''ג.

אין א זייטיגע אנעקדאט האב איך געטראפן דארט אין אומאן איינע פון די אידישע סאלדאטן וואס הלל כהן האט דארט געברענגט, און יענער האט אונז דערציילט אז ער איז פון די ברייט בארימטע אזאוו אפטיילונג אין די מיליטער - דער רעגימענט וואס האט זיך העלדיש פארטיידיגט און לוחם געווען אין די ארומגערינגעלטע אזאווסטאל פאבריק אין מאריאפאל.
ער האט זיך געשפירט זייער שטאלץ צו זיין אין דער העלדישער און וועלטס באקאנטע רעגימענט און ער האט עס אונז געזאגט מיט אזא שטאלץ און שמייכל אז ער איז פון די אויסגעקליבענע העלדן.
עס איז א טאקע גוטע לימוד ווי שטאלץ אונז דארפן זיין צו זיין אז אונז זענען אין דעם אייבערשטנס מיליטער וואס שלאגט זיך העלדיש קעגן די יצר הרע אין אזא שווערע אזאווסטאל דור...
אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

אגב, א אינטערעסאנטע סיפור האב איך געהערט יענעם שבת וואס איך וועל עס דא פאראייביגן:

א חבר מיינער האט מיר דערציילט אז ער האט געהערט פון ר' רפאל פרענקל פון די פלא פלייש, וואס האט עס געהערט פון זיין רבי ר' יצחק הוטנער, וואס האט געפרעגט הרה''ק מסאטמאר צו ער מעג לערנען ליקוטי הלכות אפילו אויב עס האט נישט קיין הסכמות, האט סאטמאר רבי אים גענטפערט "אויב איך לערן עס מעגסטו עס אויך לערנען".

יענער האט מיר אויך דערציילט נאך עטליכע מעשיות פון סאטמאר רבי וועגן ברסלב וואס ער האט געהערט ממקור ראשון אבער די אנדערע געדענק איך שוין נישט. נאר דאס אז ער האט טאקע געהערט פון עטליכע משמשים בקודש אז די ספר ליקוטי הלכות איז געווען פון די שטארק געניצטע ביים רבי'ן זי''ע.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שיין שיין, געשמאקע גראזעלעך
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8331
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

הערליך געשריבן... האסט א גוטן פעדער.
אונז ווארטן אויפן המשך
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

Wow, הערליך גראזעלעך, לייגסט אזוי זיס אראפ די השתוקקת שמחה וגעגועים, גיי אן.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
תורה ליבהאבער
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 1:21 am

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה ליבהאבער »

Wow
הערליך הערליך , גיין אן
אוועטאר
holy yid
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

זייער אינטעריסאנט ישר כח פאר דיינע באריכטן.
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2683
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

זיך צו באלעקן מיט יעדע תגובה באזונדער.

א דאנק פאר דיין צייט מי און פלאג אונז צו דערלאנגן אזע הערליכע באשרייבונג.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מיינע איבערלעבענישן - אומאן ראש השנה תשפ''ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זייער שיין באשריבן הרב גרעזעלעך,

(מבין כתבי ידיך ניכר אז דו ביסט א געהויבענער אינגערמאן, מיט ערענסטע השגות)
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”