עם קשה עורף

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

שלום וברכה צו אייך מיינע ליבע ברודער פון אייוועלט וסביבו,
ברוך השם גאר א דערהויבענעם יו''ט פאריבער,
פארנט פון מיינע אויגן שטייען נאך מיט גאלדענע אותיות די ווערטער ''ה' מלך'', אין מיינע היינטיגע געפילן זענען גאר פרייליכע,
איך בין פרייליך אויף דעם וואס כ'האב נאכאמאל זוכה געווען צו ממליך זיין דעם אייבירשטן אויף מיר, אויף מיינע איברים, אויף די גאנצע וועלט,
א קלייניקייט? אז מ'טראכט אריין, -און יעדער טראכט- וואס דאס מיינט ''איך פשוטער מענטש בין מכתיר דעם גרעסטן און איינציגסטן קעניג פון אלע וועלטן, כ'מיין ס'איז דאך נישט פשוט,
בקיצור דאס איז בנוגע מיינע געפילן פון היינט, מחשבות של שמחה,

אבער האמת ניתן להאמר, בעצם יום ראש השנה האט זיך מיר אריינגע'גנב'ט אנדערע מחשבות,
יעדער איד ווייסט אז ראש השנה איז דער יום הדין דער טאג וואס מ'פסק'ט אויף אונז כלל ישראל א זיס ליכטיג רואיג יאר, א יאר וואס יעדער זאל זיין פרייליך און צופרידן,
גלייכצייטיג איז עס אבער אויך דער טאג ווי בעוונינו פסק'ט מען אויך שוועריקייטן, צרות וואס ס'קען זיך דאכטן אז אפי' דער גוי האט נישט,
יעדער איד ווייסט אויך אז ראש השנה איז די הכתרת מלכות שמים, אין אט דעם טאג ווערט אונזער אזוי באליבטער טאטע'ס נאמען גרויס און זיין קרוין ווערט אויסגעפוצט,
דאס איז דאך א מעכטיגע כבוד פאר אונזער פאלק,
אויב אזוי איז דאך נישט מער ווי רעכט אונז זאל מיר זיין פרייליך זיין אין דעם טאג מיט א אמת'ער שמחה,
האב איך אבער געטראכט ביי מיר ווי קענען די צוויי זאכן גיין צוזאמען? צווישן מיר און דיר ס'איז דאך דא א סיבה פארוואס מ'זאגט נישט קיין הלל ראש השנה,
וויאזוי קען מען דען יא זאגן ענטפערט די בורא ווען זייער לעבן ליגט אויפן וואגשאל?
נו אויב אזוי ווי קען מען זיין פרייליך?


איך בין געזעסן אויף מיין פלאץ דארט נישט ווייט פונעם באלעמער און פרובירט זיך אביסעלע מעמיק זיין אין די תפילות, און דאן האב איך אים באמערקט,
גאר אן איידעלער פנים, ליכטיג -א רוחניות'דיגער ליכט- פרייליך, אבער א בליק אין די אויגן וואס בעט רחמנות,
שמואל דוד, א בחור פון צוויי און צוואנציג יאר, אן עלטערער בחור הא? ווענדט זיך וועם איר וועט פרעגן, אט למשל אז איר'ט פרעגן שמואל דוד אליינס וועט ער אייך פארציילן מיט א וויינעדיג קול אז ניין איך בין נישט עלטער איך בין נאך זייער קליין און דעם עול וואס איז נארוואס ארויף געפאלן אויף מיינע פלייצעס איז צו גרויס און איך קען עס נישט פארנעמען,
שמואל דוד איז געבוירן צו געטרייע עלטערן פונקט ווי אונז אלע, אבער עטליכע יאר שפעטער האבן זיי זיך ל''ע צוטיילט, ווער ס'האט דאס נישט מיט געמאכט וועט קיינמאל נישט פארשטיין וואס אזא קינד מאכט מיט,
הן מיט די בזיונות אין חדר און ווי אימער,
די צער פון זיין צווישן האמער און נאגל וואס איז אומ-אויסהאלטבאר, וכו' וגו' אשר אי אפשר לפורטם כי רבות הם,
ווען שמואל דוד'ס עלטערן האבן זיך צוטיילט איז ער געווען די עלטסטע מיט פיר אונטער זיך, און אונטער אזעלכע אומשטענדן האט ער זיך געבויט,
לשבחו יאמר אז ער האט זיך גראדע גאר שיין געבויט -כאטש אלע מעגליכע תירוצים- איז ער געשטיגן און געוואקסן,
אזוי זענען דורך געלאפן די לעצטע דרייצן יאר ווען שמואלי וואוינט ביי זיין חשובע מאמע,
מיט עטליכע וואכן צוריק אבער האט אונזער ליבער פאטער מחליט געווען אז שמואלי איז שוין גענוג שטארק אים צו גיבן נאך א ביטערע נסיון,
ולקה ה' שנית אין זיין מאמע איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים,
די עול פון א שטוב פון פינעף טייערע קינדער וואס נויטיגן זיך אין מינימאלע פלעגונג און שפירן א געברויך פאר א טאפלטע מאס אהבה און געפיל איז פון איין מינוט צום צווייטן ארויף געפאלן אויף שמואל דוד,
אוי נעבעך,
שטייט שמואל דוד צוויי שורות פארנט פון מיר און ברענגט מיר אריין נייע מחשבות ראש השנה ביים דאווענען,
ער מאכט מיר טראכטן אין זיין דירעקציע,
און איך טראכט צו מיר,
ס'איז באמת מורא'דיג פון דעם בחור צו גיין מיט אזא התנהגות,
האט ער דען נישט אלע תירוצים צו שפירן א ביטערניש צו אידישקייט?
שפירט ער דען נישט ביים דאווענען אז קיינער הערט אים נישט אויס?
האט ער נישט די רעכטן צו שפייען אויף זיין היסטאריע?
מיינע טרערן באלס האבן זיך גע'עפנט מיט פאוער,
רבוש''ע האב איך אויסגעשריגן ''וואס זאגסטו צו אזא בחור? וועלכע נאך פאלק פארמאגט אזאנס?''
מער האב איך אויף אים נישט געקענט קוקן, איך בין געווען איבערגענומען ביז גאר,

כ'האב מיר אוועקגעדרייט צום אנדערע זייט בית מדרש, און ווידער האב איך געשפירט א ברענעדיגע ציפ,
מיינע אויגן זענען געפאלן אויף ר' אבא,
אדער אבא'לע ווי מ'רופט אים בלשון חבה,
יא יא, ער איז דער איד וואס איר קענט וואס מאכט אייך אלץ פרייליך, דא ווען ער מאכט א לחיים אויף א גרויסן גלאז און טרינקט אויס דאס גאנצע אין א אטעם בעת וואס די קינדער שטייען ארום מיט שמייכלען אויף די ליפן, און דארט און געשעפט ווען ער שרייט א גוט ווארט צו אייך אפי' פארנט פון אייער אשת חיל נאר איבערלאזנדיג אז זי זאל אהיים גיין פארציילן פאר די קינדער נאכמאכנדיג וויאזוי ''ר' אבא'לע'' האט געשריגן צו טאטי, צו ווי אימער ער קען פרייליך מאכן אידן איז ער דארט,
ווייסט איר למשל אז ר' אבא'לע האט א שטוב פון זיבן קינדער וואס נאר פינעף זענען נאך ביים לעבן און ס''ה צוויי ביי אידישקייט,
אויוויי כ'האלט עס נישט אויס,
יעדעס יאר פון דאסניי ווינדער איך מיר פון ווי דער הרה''צ ר' אבא נעמט זיין שטארקייט זיך צו האלטן אזוי ערליך,
און יעצט האב איך באמערקט דוד משה, נעבן אים שטייען נעבעך זיינע צוויי קינדער וואס האבן די טרויעריגע דאון סינדראם,
ער שטארקט זיך אויך מיט אמת'ע אמונה אז דאס איז גוט פאר אים,
וועט מען אים דען נישט פארשטיין אויב וועט ער בועט זיין?
טאטע אין הימל קוק אויף די שיינקייט פון דיין פאלק, דו שמעלצסט זיי אויס מיט כל מיני יסורים, אבער זיי זענען נאך אלץ פולי פאר דיר, זיי קומען ראש השנה אין בית המדרש מיטן איינעם ציל דיר צו אנטון א קרוין,
שוין כ'קען נישט מער אויס האלטן, לאמיר כאפן א שמועס מיטן בעל קורא ר' זאנוויל ער איז דאך אזא אמונה דורך געבאקענע איד,
אבער נאר טראכטנדיג פון אים כאפט מיר נאך א געוויין,
נאר יעצט פאר יו''ט האט מען געמאכט א עמערדזשענסי קאמפייין פאר אים ווען מ'איז געוואר געווארן אז דער איד האלט פארן צוזאם ברעכן פון חובות,

דא האב איך אויסגעטון מיין טלית און ארויס געגאנגען כאפן א ציגרעטל,
אנקומענדיג אין דרויסן האב איך געכאפט א פרישע פראסק,
מיין חבר נאך פון ישיבה איז געשטאנען דארט,
פונקט אים האב איך געדארפט טרעפן?
דער אינגערמאן וואס זיין זיוויג שני האט אנגעהויבן גליטשן און ער האט איר נעבעך אויך געדארפט אפ'גט'ן בלויז ווייל ער וויל האבן ערליכע דורות,
אבער ער איז אויך דא צו ממליך זיין כביכול,

טייערע אידן איר כאפט די פוינט,
כלל ישראל דרייט זיך ארום מיט ביטערע פעקלעך, צו דער אינגערמאן וואס האט נעבעך נישט זיין צלם אלוקים נאכן טועם זיין די ביטערע טעראפיע,
אדער דער בחור'ל וואס האט עס נעבעך אראפגענומען אין א שוואכע מינוט אבער איז נעבעך אזוי צובראכן ווייל ער שפירט נישט קיין טעם אין זיין לעבן,
וכהנה וכהנה רבות,
און אלע קומען אין בית המדרש צו שרייען טאטע כ'האב דיר ליב,
שכח טאטי אויף וואס דו גיבסט מיר יא,
שכח טאטי אויף דעם וואס תשפ''ב כאטש וואס ס'איז געווען אסאך צרות מוז מען אבער באמערקן אז ס'איז געווען אסאך אסאך לייכטער ווי פ' און פ''א,

מ'האט היינט געליינט די קריאה לתענית ציבור ווי משה רבינו בעט זיך ''ילך נא ה' בקרבינו כי עם קשה עורף הוא''
אויבן אויף ווינדערט מיר וואס א לימוד זכות האט משה רבינו פרובירט זאגן דא?
און פארוואס טאקע האט כביכול נאכן הערן די ווערטער כי עם קשה עורף הוא זיך געלאזט איבער בעטן?
עם קשה עורף איז א מעלה?
נאר ס'לאזט זיך זאגן אז משרע''ה דער געטרייער מנהיג האט ברוב רחמיו געשפירט די צרות פון יעדן יחיד אין כלל ישראל,
און ער האט איינגע'טענה'ט ביים רבוש''ע קוק אן דיין פאלק, זיי האבן אזעלכע שוועריקייטן, צרות און נסיונות,
דבר חרב רעב עון ושמד, במלא מובן המלה,
און דאך זענען זיי געטריי אז אין די ימים נוראים קומען זיי דיר מכתיר זיין מיט א אמת'ע אמונה, און זיי שטייען געטריי דיר צו דינען,
דאס הייסט א עם קשה עורף א הארטנעקיג פאלק,
זיי לאזן זיך נישט פון זייער ביטערנישן,
און נאך אזעלכע ווערטער האב מיר אונז זוכה געווען צו די געוואלדיגע מתנה פון די שלש עשרה מידות וואס קומט אונז צוניץ עד היום הזה,
ווייל דאס איז אונזער שיינקייט,
ראש השנה ווען אונז קלער מיר וויאזוי קען איך זיין פרייליך ווען ווער ווייסט וואס מען גייט אונז פארשרייבן היי יאר,
דארף מען אבער קוקן אויף די צווייטע זייט מטבע, דייקא ווען אונז מאך מיר אזויפיל מיט קומט ארויס אונזער שיינקייט, אונזער אמת'ער קשר מיטן בורא הכל,
ממילא דארף מיר אונז יא זיין פרייליך ווייל אונז זענען א עם קשה עורף,

איך וואונטש אן פון הארצן טיעפן א גמר חתימה טובה א זיס ליכטיג יאר מיט הרחבת הדעת און אסאך שמחה פאר גאנץ כלל ישראל אמן
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

איך וואלט דאס געדארפט ליינען ראש השנה. ווי ביסטו געווען!!

הערליך... טרערן רינען פון מיינע בלויע שפיגלעך,
טרערן פון רחמנות אבער אויך טרערן פון דאנקבארקייט אז מיין יאר איז יא געווען א גוטע קעגן יענעמס.....
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
אוועטאר
אח לצרה
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 5:34 pm

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אח לצרה »

הערליכע ארטיקל דעיס
האסט מיר מוירידיג איבערגענומען
נישט ממש א ברודער אבער א נאנטע קאזין זעכער
כרמיאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 25, 2022 11:52 pm

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמיאל »

מוראדיג גוט געשריבן, געקאסט א טרער.
איך הער.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

שיין שיין
טאקע געשריבן נאך חצות
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

דזשאסט wow!!!

הייליג. מעכטיג. דערהויבן. געפיל. א מייסטער ארטיקל מיסטער אחר!
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

זייער שטארק.

שכו'ח
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

הערליכע ארטיקל דאס.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

גוט געשריבען, אמתדיג געשריבען און צום וויינען!

ויאנחו בני ישראל מן העבודה קשה…
האב שכל און גיב א שמייכעל!
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

גאר שטארק!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שיין און הארציג. הערליך און טרעפליך.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
אלישמע
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:44 pm

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלישמע »

וואו וואו האסט מיר איינגענומען!
גאנץ כמעשה
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 03, 2022 2:58 pm

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאנץ כמעשה »

שטארק! אינספערירענד! אויפגעשאקלט מיינע געפילן!!
איך קען נישט טראכטן פון א אינטערשריפט אבער עטליסט האב איך געטרייט
אוועטאר
לייכט טורעם
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2022 1:08 am

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייכט טורעם »

מעכטיג!!

הערליכע, הארציגע, געפילישע ארטיקל....

;l;p- ;l;p- ;l;p-
באלייכטן דיין ארום מיינט נישט אייביג ליכטיג מאכן דיין ארום, עס מיינט אויך אמאל לייכט מאכן פאר דיין ארום.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

;l;p- ;l;p- גאר שטארקע ווערטער מיט אסאך געפיל!!!
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
ממש יעצט
שר האלף
תגובות: 1944
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

אזא הארציגע הארץ און אזא הארציג פעדער הארציג איט איז. אחר הערסט?! מעכטיג!!!
זוכה אהא אהא...
אוועטאר
יא וואס
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 8:58 am

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא וואס »

אויג עפענער
יישכ
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

מח-אפּענער.
א בארדיטשעווער מהלך!
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

יישר כח אלע וואס האבן גענומען די מיה צו דאנקען אין אויסדרוקן הנאה
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

ממש יעצט האט געשריבן:
אזא הארציגע הארץ און אזא הארציג פעדער הארציג איט איז. אחר הערסט?! מעכטיג!!!
Wow שכח,
בד''וו מ'ווארט איר זאלט אייך אויך צוריק נעמען צום פעדער..
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

הערליך! אזוי ריכטיג!
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: עם קשה עורף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

הערליך געמישט מיט טרערן, יעדעס ווארט איז ריכטיג
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”