היינטיגע אמונת צדיקים

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תירוצים »

אינהאלטסרייכע סיפורים טוען מיך האלטן פארנומען צווישן א שמעק טאביק און די נעקסטע עליה.
די פאפירנע גליונות האט זיך באקוועם געמאכט אויף מיין שטענדערל מיך צווינגענדיג צו ליינען איין מעשה נאכן אנדערן.

די רייץ פון נאך א מעשה האט מיך צוריק געטראגן צו מיינע קינדער יארן ווען נאר דאס האט מיך אינטרעסירט, נאך א שרעקעדיגע מופתים ערציילונג, נאך א בעל שמ'סקע מעשה, נישט קיין היסטאריע, נישט קיין מיטל אלטער, בלויז דאס.

ס'האט מיר גענומען בענקען די גלארייכע צייטן ווען די אמונת צדיקים איז געווען אין מיר טיף איינגעבאקן.

סהאט מיר געטון בענקען די צייטן ווען נישט קיין נאוועלס, און נישט קיין אויסגאבעס, האט מיר געהאלטן פארנומען אין מיינע לאנגווייליגע מינוטן.

מיין יונג מוח'ל האט קיין קשיות נישט געהאט אבער נישט אלעס איז מיר געווען קלאר.
עס האט מיר גענאגט אבער נאר היינט פארשטיי איך וואס איז מיר דאן געווען שווער.

א פשוטע איד וואס האט געלעבט אין א קליין דארף נאנט צום גרויסן שטאט רואיג און צופרידן, קומט אבער א צייט וואס יעדער איד מוטשעט זיך מיט זיין פעקל וואס מען קען פון דעם נישט אליין ארויסקריכן, מ'פרובירט די פריץ, די שתדלן, די דאקטער, די שדכן, אבער אן קיין וועג ארויס, דער איד זעענדיג אז קיין עצה איז נישט געבליבן, אויפן ראט פון זיין ווייב פאקט צוזאם אביסעלע צדה לדרך און צום צדיק מען פארט, וואס פון דארט קומט מען שוין אהיים מיט א ישועה אין די האנט.

אזוי ענדיגט זיך א באדייטענד חלק פון די דערציילונגען פון אונזערע צדיקים.

ס'וויל זיך אים פרעגן די נאגענדע קשיא דאס איז דיין לעצטע אפציע? כ'מיין, דא וואוינט די וועלטס צדיק און פועל ישועות נעקסט דאאר, דיין טאכטער ליגט קראנק און מוטשעט זיך מיט יעדע אטעם, און דיין ווייב ברויך זיך בעטן ביי דיר פאר צום צדיק ?!

און וואס איז מיט די מתנגדים, אדער סתם אידן וואס זייערע מעשיות ווערן נישט דערציילט וויבאלד דאס איז בכלל נישט געווען אויף זייער אפציע טישל.

אינטרעסאנט.
ווי באקאנט פלעגט הרה''ק מסאטמאר זצ''ל נאכזאגן פון פריעדיגע, אונזער דור איז א דור יתום, אונז פארמאגן ליידער נישט די אלע שרפים וקדושי עליון צו וועם מקען זיך ווענדן אין א עת צרה, אבער די דור פארמאגט השי''ת, אנשטאט בעטן א צדיק זאל מתפלל זיין קענען מיר גיין גראד צום באשעפער, און ער פלעגט צוענדיגן, דאס איז געזאגט געווארן אין יענע דור אבער פאר אונז איז דאך עס אסאך מער נוגע..

און מיר וואס מיר האלטן שוין נאך שוואכער זאגן די זעלבע.

אבער עס ווערט נאר שווערער, האבן זיי דען נישט געהאט דאס וואס מיר האבן נישט, אוודאי נישט תלמידי בעל שם, אבער ריזיגע מענטשן בעל מופתים, די ליסטע איז גרויס אבער נאר צו משער זיין ,
הרה''ק מסאטמאר, רבי יענקעלע, די ריבניצער, און אזוי ווייטער .
נו, אויב זיי האבן געהאט דעם באשעפער מיט נאך דערצו פילע גרויסע אידן, דאן מוז זיין אז אין אונזער דור וואס די באשעפער איז אנזער איינציגסטע וועג ארויס איז כמה פעמים שטערקער ווי דאן.

מיר זענען אבער נישט אפילו די פשוטע אידן פונעם פריעדיגן דור, אונזער תפילה איז ווייט נישט ווי זייער, דאן מיט וואס צייכענען מיר זיך אויס.
הקדוש ברוך הוא האט געגעבן פאר דעם דור א מורא'דיגע מתנה, דאס איז סגולות, ס'איז א דור סגולות אזש מוויל זיך עפעס אונטערנעמען איז פארהאן א ברייטע אויסוואל אנגעהויבן ביי קדושת בית המדרש, חלה, שלום, זיך היטן די אויגן, און אזוי ווייטער אויף יעדע מצווה, מ'זעט ריזיגע ישועות טאג טעגליך, נישט קיין סוד פאר קיינעם, אין די זייט האבן מיר נאך קברי צדיקים וואס איז אדורך א שטארקע אויפוואכונג אין די לעצטערע יארן.

דאך איז פארהאן אידן וואס דאס גייט זיין זייער לעצטע אפציע.
...
דבר סיום:
נישטא קיין מער פאסיגע צייט צו פויעלן ווי יעצט אין די הייליגע טעג ווען מען קען פויעלן פאר א גאנץ יאר ישועות ורפואות דורכן זיך פארנעמען די ריכטיגע זאכן.
באקט אריין אין אייערע קינדער די אמונה פון אנזערע זיידעס, ויאמינו בשם ובמשה עבדו. ליינט מיט זיי די פארכטיגע געשיכטעס וואס איז אויף אן אמת פארלאפן אין די נישט ווייטע היסטאריע.
געשיכטעס וואס אלע פון זיי שטייגן איבער די היינטיגע נישט געשטויגענע מיט זייער העפי ענדינגס, און ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז מען קען דא רעדן פון די נישט ווייטע פארגאנגענהייט.

זאל יעדער האבן א אויסגעבעטן יאר א יאר וואס השי''ת זאל זיך שוין צו אונז אנטפלעקן במלא הדרה מיט די אנקום פון משיח צדקינו.
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך אחר חצות »

;l;p- ;l;p-
גאר שטארק
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

יש שאומרים שבדור העבר היה צדיקים ולא עתה וזה אינו אמת אלא בכל דור יש צדיקים שהקבה שתלן בכל דור ודור ושמעתי מפי הרב הקדוש ר' משה מפשעווארסק שבאחרית הימים יהיה צדיקים ויהיה ביכלתן לעשות אותות ומופתים
בערך די לשון פון עטרת ישועה ווײַל איך שרייב עס אויסענווייניג
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

איינער האט געפרעגט די צאנזע רב פאר וואס זאגט מען ומפגיע אין בעדינו אונז האבן מיר דאך דעם רבין ער האט אים נישט גע'ענטפערט אבער ביים בעל שם טוב אין ביהמ''ד האט מען אויך געזאגט ומפגיע אין בעדינו
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תירוצים »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
יש שאומרים שבדור העבר היה צדיקים ולא עתה וזה אינו אמת אלא בכל דור יש צדיקים שהקבה שתלן בכל דור ודור ושמעתי מפי הרב הקדוש ר' משה מפשעווארסק שבאחרית הימים יהיה צדיקים ויהיה ביכלתן לעשות אותות ומופתים
בערך די לשון פון עטרת ישועה ווײַל איך שרייב עס אויסענווייניג
א דירעקטע סתירה מיט די אויבן געברענגטע מימרא
אדער, א צדיק מיינט נישט א בעל מופת
אוועטאר
תקיעה
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 3:27 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תקיעה »

נישט פארשטאנען בכלל דעם נושא.
איר ווילט איך זאל דערציילן מיינע קינדער אמאליגע מעשיות, אינדערצייט וואס כהיום איז שוין נישטא צו וועם זיך צו ווענדן בעת צר?
איז צו וואס זאל איך זיי פארדרייען דעם קאפ?!
בעסער זאלן זיי ליינען שטוינענדע סיפורי מופת פון קברי צדיקים און סגולות וקבלות טובות, וואס וועט זיי כאטש העלפן אין לעבן ווען זיי וואקסן אויף, צו וויסן וויאזוי מען קען פערסוועידן דעם רבש"ע אין אונזער דור יתום...
#מיינעדרייצענט [ס'איז ארויף זייט די אינפלאציע קריזיס...]

תירוצים האט געשריבן:

איך באציה מיך נאר צו דעם "סתירה":
ס'שטייט דארט ביידע, צדיקים און בעלי מופת. שנית, צו וועלכע מימרא?
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תירוצים »

צוויי עקסטערע זאכן
אריינבאקן די אמאליגע אמונה אויף היינטיגע אקטועלעס
דורכן דערציילן סיפורי צדיקים
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך יצחק אייזיק »

תקיעה האט געשריבן:
נישט פארשטאנען בכלל דעם נושא.
איר ווילט איך זאל דערציילן מיינע קינדער אמאליגע מעשיות, אינדערצייט וואס כהיום איז שוין נישטא צו וועם זיך צו ווענדן בעת צר?
איז צו וואס זאל איך זיי פארדרייען דעם קאפ?!
בעסער זאלן זיי ליינען שטוינענדע סיפורי מופת פון קברי צדיקים און סגולות וקבלות טובות, וואס וועט זיי כאטש העלפן אין לעבן ווען זיי וואקסן אויף, צו וויסן וויאזוי מען קען פערסוועידן דעם רבש"ע אין אונזער דור יתום...
#מיינעדרייצענט [ס'איז ארויף זייט די אינפלאציע קריזיס...]
איז פארוואס זאלט איר זיי דערציילן איבער יציאת מצרים, מן, מתן תורה און קריעת ים סוף? היינט מאכט דער באשעפער סייווי נישט קיין אפענע ניסים ווי אמאל. נאר דער באשעפער האט געמאכט די ניסים אמאל אז מיר זאלן זיך קענען האלטן עד סוף כל הדורות מיט יענע ניסים. איבערדערציילן די ניסים העלפט צו האבן אמונה אין השי"ת. דאס זעלבע איז מיט אמונת צדיקים, דאס העלפט צו מ'זאל האבן אמונה אין די צדיקי הדורות, און האבן אמונה בהשי"ת. ויאמינו בה' ובמשה עבדו.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
תקיעה
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 3:27 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תקיעה »

יצחק אייזיק האט געשריבן:

אמונה בה', איז אלס געווען און וועט אייביג זיין. אמונה בצדיקים, אדער כלשונך בה' ובמשה עבדו, איז עפעס וואס איז אן אומאפטיילבארע חלק פון כלל ישראל.
איך האב מיך באצויגן צו די אותות ומופתים וואס די אמאליגע יודן האבן געזען ביי די צדיקים, בעש"ט הק' ותלמידיו און ווייטער ביז די דור יתום פון נאכן מלחמת העולם.
יציאת מצרים וכו', איז א חלק פון אמונה בשם און יהדות, מופתים פון גדולי החסידות, איז עפעס אנדערש.
איך האב מיך באצויגן צו דעם ארטיקל וואס הרב תירוצים האט אויסגעגעבן זיינע הרגשים, און גערעדט מיט אזא נאסטאלגיע איבער די אמאליגע סיפורי מופת וואס די "תמימות'דיגע דארף יודן (כלשונו)" האבן געזען ביי די צדיקים, און בחדא מחתא ברענגט ער ארויס הן זיינע קשיות אויף די סארט מעשיות, און הן אז היינטיגע צייטן האבן מיר שוין נישט דעם א.ג. 'סערוויס' צו באקומען מופתים, ווייל ס'זענען שוין נישט פארהאן צדיקים.
און אויף דעם האב איך געשריבן, אז אויב איז די היינטיגע קשר מיטן רבש"ע תפילה און סגולות, פארקויף דאס פאר דיינע קינדער... אויף וואס ארויף זיי שטאפן מיט חומר וואס קומט נישט צוניץ...
והבן היטב כי לא הארכתי ככל הצורך...

אביסל מער הסבר, ביטע.
איר פרובירט אריינצובאקן די אמאליגע אמונה, אז די קינדער זאלן גלייבן די היינטיגע סגולות?

איך בין נאכנישט גענוג קלאר מיט דיין נקודה, זיך צו קענען דינגען, אבער פארט אענה את חלקי...
דו שרייבסט וועגן א תמימות'דיגע אמונה, וואס אידן זענען געגאנגען צום צדיק פאר א ישועה און געזען פלאים... היינט איז דאס שוין נישט קיין אפציע, דארף מען גיין צו סגולות און קברי צדיקים. כ'הער...
אבער, די 'תמימות'דיגע' אמונה פון וואס דו שרייבסט, איז לדעתי דא היינט אקוראט די זעלבע. טאקע נישט אין צדיקים, אבער יא אין 'סגולות, קבלות טובות, און קברי צדיקים'.
אין אנדערע ווערטער, די מעשיות ברענגען נישט אזוי ווייט ארויס תמימות'דיגע אמונה, ס'ברענגט ליבערשט ארויס פארקויפטקייט פאר די "מופסים ופלאות עפאכע" פון יענעם דור.
אמאל צדיקים, היינט סגולות...
פונקט ווי די אמאליגע דארפס איד האט געגעלייבט אין רבי'ן צוליב די ידיעה אז דער רבי מאכט מופסים, וועלן מיינע קינדער האבן אמונה אז קברי צדיקים העלפט... און אז נישט רעדן ביים דאווענען ברענגט ישועות....
צוריק צו מיין קשיא, איך האב נישט פארשטאנען פארוואס פארציילן פאר מיינע קינדער אומרעלעוואנטע מעשיות...
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך יצחק אייזיק »

תקיעה האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
תקיעה האט געשריבן:
נישט פארשטאנען בכלל דעם נושא.
איר ווילט איך זאל דערציילן מיינע קינדער אמאליגע מעשיות, אינדערצייט וואס כהיום איז שוין נישטא צו וועם זיך צו ווענדן בעת צר?
איז צו וואס זאל איך זיי פארדרייען דעם קאפ?!
בעסער זאלן זיי ליינען שטוינענדע סיפורי מופת פון קברי צדיקים און סגולות וקבלות טובות, וואס וועט זיי כאטש העלפן אין לעבן ווען זיי וואקסן אויף, צו וויסן וויאזוי מען קען פערסוועידן דעם רבש"ע אין אונזער דור יתום...
#מיינעדרייצענט [ס'איז ארויף זייט די אינפלאציע קריזיס...]
איז פארוואס זאלט איר זיי דערציילן איבער יציאת מצרים, מן, מתן תורה און קריעת ים סוף? היינט מאכט דער באשעפער סייווי נישט קיין אפענע ניסים ווי אמאל. נאר דער באשעפער האט געמאכט די ניסים אמאל אז מיר זאלן זיך קענען האלטן עד סוף כל הדורות מיט יענע ניסים. איבערדערציילן די ניסים העלפט צו האבן אמונה אין השי"ת. דאס זעלבע איז מיט אמונת צדיקים, דאס העלפט צו מ'זאל האבן אמונה אין די צדיקי הדורות, און האבן אמונה בהשי"ת. ויאמינו בה' ובמשה עבדו.
אמונה בה', איז אלס געווען און וועט אייביג זיין. אמונה בצדיקים, אדער כלשונך בה' ובמשה עבדו, איז עפעס וואס איז אן אומאפטיילבארע חלק פון כלל ישראל.
איך האב מיך באצויגן צו די אותות ומופתים וואס די אמאליגע יודן האבן געזען ביי די צדיקים, בעש"ט הק' ותלמידיו און ווייטער ביז די דור יתום פון נאכן מלחמת העולם.
יציאת מצרים וכו', איז א חלק פון אמונה בשם און יהדות, מופתים פון גדולי החסידות, איז עפעס אנדערש.
איך האב מיך באצויגן צו דעם ארטיקל וואס הרב תירוצים האט אויסגעגעבן זיינע הרגשים, און גערעדט מיט אזא נאסטאלגיע איבער די אמאליגע סיפורי מופת וואס די "תמימות'דיגע דארף יודן (כלשונו)" האבן געזען ביי די צדיקים, און בחדא מחתא ברענגט ער ארויס הן זיינע קשיות אויף די סארט מעשיות, און הן אז היינטיגע צייטן האבן מיר שוין נישט דעם א.ג. 'סערוויס' צו באקומען מופתים, ווייל ס'זענען שוין נישט פארהאן צדיקים.
און אויף דעם האב איך געשריבן, אז אויב איז די היינטיגע קשר מיטן רבש"ע תפילה און סגולות, פארקויף דאס פאר דיינע קינדער... אויף וואס ארויף זיי שטאפן מיט חומר וואס קומט נישט צוניץ...
והבן היטב כי לא הארכתי ככל הצורך...
מזה ומזה אל תנח ידך. אלעס קומט צוניץ. מ'דארף זיין דבוק אין אונזערע צדיקים, און דאס איז דער וועג ס'זאל אריינגיין אין די ביינער פון אונזערע קינדער אז די צדיקים פון אונזערע זיידעס זענען געווען קדושי עליון. סיפורי צדיקים גייט אריין אין קאפ פון יעדעס קינד, אפילו א קינד פון 3 יאר אלט.

היינטיגע סיפרי השגחה זענען אויך וויכטיג און די שבת'דיגע סעודות זענען גענוג לאנג און ס'איז ב"ה דא צייט פאר ביידע.

ר' אייזיק טייערער... כ'האב דייקא געשריבן הבן היטב...
דו ווילסט איך זאל פארציילן סיפורים צדיקים, כדי מיינע קינדער זאלן גלייבן אז 'אפשר פארט' איז היינט אויך דא צו וועם צו גיין...
אבער אויב גלייבט מען נישט בכלל אין דעם 'מציאות', דאן וואס איז די נאסטאלגיע? וואס איז אזוי שיין דערפון...
"זע צו דערציילן פאר דיינע קינדער פון דיין באבעס עפל שטרודל!" "הגם היינט איז דאס שוין נישטא בכלל צו באקומען, קיינער קען דאס ממילא נישט נאכמאכן, און אלע וואס מאכן יא עפל שטרודל איז דאס בכלל נישט די עכטע, און האט נישט קיין שייכות צו די אמאליגע גוטע שטרודל, נאופס, עפל שטרודל א פארגאנגענהייט. ומפגיע אין בעדינו...!"

אויב איז דאס די מציאות, דאן פארוואס דערציילן דיינע קינדער און אריינלייגן אין זיי וועגן די באבעס עפל שטרודל...
ועוד יותר, ממילא דו וואס געדענקסט עס נאך, איז עס א פערזענליכע נאסטאלגיע, אבער אויב נאר דיין עלטער זיידע וואס איז אוועק זעקס שמיטות צוריק האט געדענקט זיין עלטער-באבעס שטרודל, איז עס שוין נישט רעלאוואנט צו שטופן ווייטער די מעסעדש צו די אור אור אייניקלעך. דאס איז עס. שוין נישט דא מער...
[כמובן אויב איז נאך יא דא ווער ס'מאכט גוטע שטרודל, רעדט טאקע דערפון... אז נישט וועט ער נישט וויסן אז ס'איז דא...]
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך יצחק אייזיק »

די כוונה איז בכלל נישט מדמה צו זיין צו היינטיגע צדיקים, נאר ווי געזאגט וויסן אז עס איז בכלל אמאל געווען אזא מציאות פון צדיקים וואס זענען געווען קדושי עליון און מיר זענען אייניקלעך פון זייערע חסידים, און ווען זיי וועלן עלטער ווערן זאלן זיי וויסן זיך צו קאכן אין זייערע ספרים און גיין אין זייערע וועגן. נישט זוכן קיין אנדערע גליקן נאר זיך ווייטער קאכן במסורת אבותיהם.

אויב זיך קאכן אין צדיקים הקודמים אשר מפיהם אנו חיים איז ווי די באבעס עפל שטרודל דאן זאלסטו טאקע עדערש פארציילן קוריעס דזשארדזש בוקס.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך פנימחדשות »

נאר להודיע אז איך ווייס פערזענליך פון אפענע מופתים מעשיות פון היינטיגע צדיקים שליט"א, ממש אזויווי אמאליגע צייטען, ובל"נ לא אפרט אף באישי.
פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

תקיעה האט געשריבן:
נישט פארשטאנען בכלל דעם נושא.
איר ווילט איך זאל דערציילן מיינע קינדער אמאליגע מעשיות, אינדערצייט וואס כהיום איז שוין נישטא צו וועם זיך צו ווענדן בעת צר?
איז צו וואס זאל איך זיי פארדרייען דעם קאפ?!
בעסער זאלן זיי ליינען שטוינענדע סיפורי מופת פון קברי צדיקים און סגולות וקבלות טובות, וואס וועט זיי כאטש העלפן אין לעבן ווען זיי וואקסן אויף, צו וויסן וויאזוי מען קען פערסוועידן דעם רבש"ע אין אונזער דור יתום...
#מיינעדרייצענט [ס'איז ארויף זייט די אינפלאציע קריזיס...]
די איינציגסטע וועג זיך צו קענען האלטן ביי די ריכטיגע אמונת אלוקי עולם איז דורך רעדן און דערציילן מעשיות פון פריערדיגע צדיקים, (אזוי האבן פריערדיגע צדיקים געזאגט)
אויב דו רופסט דאס פארדרייען פאר קינדער א קאפ זענען אייערע קינדער א גרויס רחמנות
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
אוועטאר
תקיעה
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 3:27 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תקיעה »

די פריערדיגע צדיקים האבן גערעדט נאר פון פריערדיגע צדיקים, אדער אויך פון היינטיגע?

פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:

בטעות נישט ציטירט. ליין וואס איך האב געשריבן איינס ארויף.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך יצחק אייזיק »

תקיעה האט געשריבן:
די פריערדיגע צדיקים האבן גערעדט נאר פון פריערדיגע צדיקים, אדער אויך פון היינטיגע?
יש ויש, געווען ביידע מהלכים. געוויסע צדיקים האבן אסאך גערעדט פון פריעדיגע צדיקים, א שטייגער ווי דער הייליגער דברי חיים, בני יששכר, דברי יואל, ועוד. אנדערע צדיקים, בעיקר פריעדיגע אבער אויך שפעטערדיגע רעדן אסאך פון דעם וואס דער צדיק הדור קען משפיע זיין, ווי דער מאור ושמש, תפארת שלמה, ועוד
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
תקיעה
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 3:27 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תקיעה »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
תקיעה האט געשריבן:
די פריערדיגע צדיקים האבן גערעדט נאר פון פריערדיגע צדיקים, אדער אויך פון היינטיגע?
יש ויש, געווען ביידע מהלכים. געוויסע צדיקים האבן אסאך גערעדט פון פריעדיגע צדיקים, א שטייגער ווי דער הייליגער דברי חיים, בני יששכר, דברי יואל, ועוד. אנדערע צדיקים, בעיקר פריעדיגע אבער אויך שפעטערדיגע רעדן אסאך פון אמונת צדיקים, מאור ושמש, תפארת שלמה, ועוד
איך האב גערעדט פון די סארט מימרות אז מען קען זיך נאר האלטן באמונת אלקי עולם אויב מען רעדט פון פריעדיגע צדיקים. ווער האט עס געזאגט, און צי איז דאס נאר געזאגט געווארן אויף פריעדיגע צדיקים?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך יצחק אייזיק »

תקיעה האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
תקיעה האט געשריבן:
די פריערדיגע צדיקים האבן גערעדט נאר פון פריערדיגע צדיקים, אדער אויך פון היינטיגע?
יש ויש, געווען ביידע מהלכים. געוויסע צדיקים האבן אסאך גערעדט פון פריעדיגע צדיקים, א שטייגער ווי דער הייליגער דברי חיים, בני יששכר, דברי יואל, ועוד. אנדערע צדיקים, בעיקר פריעדיגע אבער אויך שפעטערדיגע רעדן אסאך פון אמונת צדיקים, מאור ושמש, תפארת שלמה, ועוד
איך האב גערעדט פון די סארט מימרות אז מען קען זיך נאר האלטן באמונת אלקי עולם אויב מען רעדט פון פריעדיגע צדיקים. ווער האט עס געזאגט, און צי איז דאס נאר געזאגט געווארן אויף פריעדיגע צדיקים?
דאס האבן אסאך צדיקים געזאגט. אין געוויסע מקומות האט מען עס געזאגט אויף פריעדיגע צדיקים און אין געוויסע מקומות האט מען עס געזאגט אויף היינטיגע צדיקים.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
תקיעה
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 3:27 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תקיעה »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
תקיעה האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
תקיעה האט געשריבן:
די פריערדיגע צדיקים האבן גערעדט נאר פון פריערדיגע צדיקים, אדער אויך פון היינטיגע?
יש ויש, געווען ביידע מהלכים. געוויסע צדיקים האבן אסאך גערעדט פון פריעדיגע צדיקים, א שטייגער ווי דער הייליגער דברי חיים, בני יששכר, דברי יואל, ועוד. אנדערע צדיקים, בעיקר פריעדיגע אבער אויך שפעטערדיגע רעדן אסאך פון אמונת צדיקים, מאור ושמש, תפארת שלמה, ועוד
איך האב גערעדט פון די סארט מימרות אז מען קען זיך נאר האלטן באמונת אלקי עולם אויב מען רעדט פון פריעדיגע צדיקים. ווער האט עס געזאגט, און צי איז דאס נאר געזאגט געווארן אויף פריעדיגע צדיקים?
דאס האבן אסאך צדיקים געזאגט. אין געוויסע מקומות האט מען עס געזאגט אויף פריעדיגע צדיקים און אין געוויסע מקומות האט מען עס געזאגט אויף היינטיגע צדיקים.
איך וויל מיך נישט אריינלאזן אינעם נושא פון אמונה בצדיקים היינט צוטאגס. איך וועל מיך בעסער ארויסברענגען...
עי' קומענדיגע תגובה
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תינוק »

די סארט 'תקיעות' און 'תירוצים' זענען געוועהן פונקט אזוי אמאל, און האבן געיאמערט אין תרע"ז, אז נאר אמאל זענען געוועהן צדיקים. בימי משה רבינו האבן זיי אויך פארפירט איבער זיינע ברייטע פוס און שלום בית פראבלעמען.
עס איז דא צאללאזע אייוועלט באנוצער וואס גלייבן אין זייערע היינטיגע רבי'ס און האבן ישועות צו פארציילן. צו ס'איז דער זעלבע דרגה ווי אמאל איז נישט נוגע און עס מאכט נישט אויס כי הוא זה. די פשוטי עם זענען אויך קלענער ווי אמאל. חז"ל זאגן עמד ושתלן בכל דור ודור, און זייערע רייד האבן נישט עקספייערד.

איינער וואס האט נישט קיין רבי, אדער זיין רבי לעבט שוין נישט לאנגע יארן, אדער האט ער און ער גלייבט אין איהם ווי א זאק קארטאפל, זאל נאכאלץ דערציילן סיפורים פון די בעש"ט הקדוש, כאטש די סגולה דערפון זאל ער האבן. און אויב גלייבט ער נישט אין סגולות פון די פריעדיגע צדיקים, ווייל ער זעהט עס נישט ביי זיך תוך כדי דיבור, דאן זאל ער דערציילן מעשיות פון חז"ל און מדרש, כאטש האבן שכר פון לימוד התורה.
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תינוק »

אגב, האב איך א געפיהל אז דער אשכול וועט נישט דורכלעבן דעם טאג
פארשפארט

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”