א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5052
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
צק
עלינו לשבח, ועל כן נקווה.
נישט נאר ימים נוראים, נאר יעדע מאל איך זאג עס מיט כוונה.

האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
אט אזויאלטער האט געשריבן:זייער אסאך שטיקלעך איז דא וואס כאפן מיר, יעדעס מאל עפעס אנדערעש. אבער בעיקור ראש השנה איז מלכויות, און יום כיפור איז די גאנצע עבודה! ס'קומט מיר ממש טרערן ווען איך דערמאן זיך אינמיטן די יאר פון די עבודה פון כהן גדול!
מען קען ממש אויסגיין פין מתיקות ביי די עבודה
מה נהדר מראה כהן גדול!
ראש השנה די ערשטע שטיקלעך פין שחרית חזרת הש"ץ ביידע טעג
אתיתי לחננך וכו'
אזוי אויך ביי זכרונות זכרתי לך חסד נעוריך..
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
ועד יום מותו תחכה לו אם ישוב מיד תקבלו
את אפילו אינמיטן יאר איז דאס א ציפיגע חיזוק

- יחיד מומחה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 261
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
שטומפיג האט געשריבן:האלצשטיין האט געשריבן:שטומפיג האט געשריבן:היינט שמועסנדיג מיט א חבר האט ער מיך געזאגט אויף איין שטיקל אין די ר"ה דאווענען אז ער האט א התעוררות יעדעס יאר ביי דעם שטיקל.
ווען איך האב אריינגעטראכט אין די טייטש האב איך געזעהן אז ס'איז טאקע זייער א טיפע שטיקל און איך האב קיינמאל נישט געכאפט ווי התעוררות'דיג די ווערטער זענען.
עפן איך די אשכול אז די עולם זאל אריינקומען מיט די אייגענע הרגשים און אפשר וועט עס כאפן א צווייטן אויך
גא"מ עס געט אזא חיזוק, און איז מחייב אויף די זעלבע זמן, גראדע פיל איך ענדליך ביי די אקדמות שבועות, ווען מרעדט ארום די גרויסקייט פונעם איד וועלכע ברענגט מיט זיין קרי"ש א פיל גרעסערע נחת רוח פארן באשעפער ווי דער מלאך מיט אלע זיינע יכולת'ן און מיטן זיין איין שטיק קדושה.
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
און אפילו איך אליין...בדרך אפשר האט געשריבן:וידע ”כל’’ פעול כי אתה פעלתו, יעדער יעדער אפילו ווער ס'האט נאר א נשמה באפו זאל וויסן אז ה’ אלוקי ישראל מלך
יעדער, פון די באנק ביים הייליגן בעל התניא ביזן פארלוירענער בחור’ל מיט די טאטו’ס פון קאפ ביז פיס, פונעם פרעזידענט ביזן גאסן קערער.
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
Bissli האט געשריבן:צק
עלינו לשבח, ועל כן נקווה.
נישט נאר ימים נוראים, נאר יעדע מאל איך זאג עס מיט כוונה.
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- פאטעיטא טשיפס
- שר האלף
- תגובות: 1552
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
- לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
יאפ, דער שטיקל שניידט שטיקער מיט געגועים ואהבה און ממילא אזא חרטה און תשובה.מחשבהטובה האט געשריבן:אוי דער הייליגע שטיקל וואס איז אנגעפיהלט מיט געגועים און אהבה, מיט ווארימקייט און רגש, ווי א טאטע וואס ווארפט זיך ארויף אויפן קינד, האלדזט עהם און קישט עהם, מיט א שטיקענדע האלז און מיט אויגן פיל מיט טרערען פרובירט ער עהם צו זאגן ווי שטארק ער האט עהם ליב! די ווערטער קומען נישט ארויס אבער די קינד שפירט עס... ער שפירט די ווארימקייט, די נאנטקייט און די טיפסטע אהבה וואס איז שייך.
וְעַל יְדֵי עֲבָדֶיךָ הַנְּבִיאִים כָּתוּב לֵאמר הָלךְ וְקָרָאתָ בְאָזְנֵי יְרוּשָׁלַיִם לֵאמר כּה אָמַר ה' זָכַרְתִּי לָךְ חֶסֶד נְעוּרַיִךְ אַהֲבַת כְּלוּלתָיִךְ לֶכְתֵּךְ אַחֲרַי בַּמִּדְבָּר בְּאֶרֶץ לא זְרוּעָה:
וְנֶאֱמַר וְזָכַרְתִּי אֲנִי אֶת בְּרִיתִי אותָךְ בִּימֵי נְעוּרָיִךְ וַהֲקִימותִי לָךְ בְּרִית עולָם:
וְנֶאֱמַר הֲבֵן יַקִּיר לִי אֶפְרַיִם אִם יֶלֶד שַׁעֲשׁוּעִים כִּי מִדֵּי דַבְּרִי בּו זָכר אֶזְכְּרֶנּוּ עוד עַל כֵּן הָמוּ מֵעַי לו רַחֵם אֲרַחֲמֶנּוּ נְאֻם ה':
נעקסט איז די פזמון "חיים... נא כל מדה נכונה" ערב ראש השנה סליחות, און ווייטער די לאנגע יהי רצון און תפילות נאכדעם.
די תפילות נאך עבודה פון יו"כ, אשרי עין ראתה וכו' די גאנצע דארט.
אנדערע ביי מיר, כי כשמך כן תהלתך, אדם יסודו מעפר, בנפשו יביא לחמו.
חמול, עוד יזכר לנו
ויאתיו
די פסוקים ביי מלכיות זכרונות שופרות
לצופה נסתרות
ונסלח לכל עדת ביי כל נדרי
פזמון ד' ד' ביי נעילה אה משווענקט זיך אזוי גוט אויס דארט עקסטערע שבח והודאה צום אייבערשטן אויף די זכי'
אין עוד מלבדו
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
חמול על מעשיך - באשעפער, דו ביזט אונזער, אונז זעמיר דיינס, שוץ אונז. ברענג אונז נענטער. דו איינציגסטע זאך וואס אונז ווילן טון איז 'דיר' הייליגן.
היה אם פיפיות - שילדערט דעם ביהמ''ד מיט אלע פארבן... גשים מול ארון הקודש... ועמך מסביבים... אהה...
הבן יקיר לי, על כן המו מעי לו... - וואו איז שייך א בעסערע טעם פון דעם, הייליגע טאטע. די געגועים...
ואם יהיו חטאיכם וכו'... כשלג ילבינו - מיין קינד, בעט נאר. כ'וואש דיר אפ ווי ניי, ווייס ווי שניי.
ואתה הוא מלך קל חי וקים!!! - און ס'איז נישט קיין צווייטער. ס'איז מיין טאטע.
ועוד ועוד...

ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
וכן בכל ענין...
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
די שטיקל פון "ויאתיו כל לעבדיך" אויב מ'טראכט אריין פירוש המילות, און מ'פראבירט זיך אביסל מצייר זיין פון די געוואלדיגע שמחה וואס וועט זיין לעתיד לבוא, ווען די גאנצע וועלט וועט קומען צו גיין, און אלע גויים וועלן אוועקווארפן זייערע געטשקעס, ברענגט מיר תמיד צו עפעס א העכערע אטמאספערע
- גאר.געשמאק
- שר חמש מאות
- תגובות: 808
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:08 pm
- לאקאציע: הארי הררט
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
די קדיש פאר נעילה, איז די קלימאקס פינעם גאנצן חודש סאיז ציפעדיג, סאיז שרעקעדיג,
מגייט שוין גומר זיין מגייט שוין פסק'ענען, מגייט חתמענען, אין סכאפט א שרוך אין אלע ביינער,
אין דעמאלץ באקומט יעדער נייע פרישע כוחות,
אין ווער רעט נאך פין די געשרייען ביי די ה' ה' קל רחים וחנון ביי נעילה, די טרערן קומען פין זיך אליין,
יא מהאלט אט אט דארט מדארף זיך נעמען אין די הענט אריין, סאיז שוין נישט קיין ווערטל,
וויפיל אידן וואס די האסט גקענט, וואס פאריאר האבן זיי נאך געווען צוזאמען מיט דיר, זענען ליידער שוין נישט דא, סשרייט זיך פין הארץ ארויס!!!

סייג לכחמה שתיקה!!!
מלה בסלע משתוקא בתרין!!!
אמור מעט ועשה הרבה!!!
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
כי כשמך כן תהלתך
וחיות אשר הנה
יום כיפור ביי וידי ביי די עבודה אנא השם
וחיות אשר הנה
יום כיפור ביי וידי ביי די עבודה אנא השם
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
וידע כל פעול כי אתה פעלתו איז דער תכלית פון אלע תפילות
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
אדם יסודו.. אוי יו מעפר וסופו לעפר ...אוי יוי...
בנפשי יביא אוי יו לחמו...
וידא כל פעיל כי אתה פעלתו
כבקרת רועה עדרו מעביר צונו תחת שבתו... איי די ריי אם איי איי ..

- נשמת השכל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4649
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
- לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
פון 'ובכן יתקדש' ביז נאך 'מלוך'.
זכרונות.
זכרונות.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
ווען די בעל תפילה הייבט אן די ניגון פון קדיש,
א הא הא איי איי אן גיבט מיר אזא ציפ און ווען דער עולם שטעלט זיך אויף מאכט עס נאך שטערקער,

- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2321
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
יעלה ויבוא
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
מה נענה אנן אבתרייהו
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
איך האב אמאל געהערט אז די אייציגסטע מאל וואס מען האט געזעהן די הייליגע חזון איש וויינען איז געווען ווען ער האט געזאגט די עבודת יום הכיפוריםHaklal האט געשריבן:אט אזויאלטער האט געשריבן:זייער אסאך שטיקלעך איז דא וואס כאפן מיר, יעדעס מאל עפעס אנדערעש. אבער בעיקור ראש השנה איז מלכויות, און יום כיפור איז די גאנצע עבודה! ס'קומט מיר ממש טרערן ווען איך דערמאן זיך אינמיטן די יאר פון די עבודה פון כהן גדול!
מען קען ממש אויסגיין פין מתיקות ביי די עבודה
מה נהדר מראה כהן גדול!
ראש השנה די ערשטע שטיקלעך פין שחרית חזרת הש"ץ ביידע טעג
אתיתי לחננך וכו'
אזוי אויך ביי זכרונות זכרתי לך חסד נעוריך..
אני הוא הנער, נער המדבר
- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2321
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
ביי אבינו מלכנו פרוביר איך זיך פארשטעלן ווי אזוי די אידן נאך די מלחמה האבן געזאגט עשה למען הרוגים על שם.. עשה למען באי באש ובמים.. נקום לעינינו נקמת וכו...
שיווערס
שיווערס
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
מה נענה אנן אבתרייהו
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
ידע כל פעול כי אתה פעלתו
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
ביי ובכן תן כבוד לעמיך האב איך געקלערט צו מיר אז די לשון עם איז דאך געווענליך פאר די פשוטע המון עם טייל פון די פאלק און וואס איז פשט אז צו דיזע זאל דער רבונו של עולם געבן כבוד? מען רעדט דאך דא פונעם מלך מלכי המלכים ער איז פאר קיינעם גארנישט שולדיג.
נאר וואס דען איך בין לעצטענס געגאנגען נאך געלט פאר א צוועק און איך האב געזעהן וואס עס הייסט ווארימע הערצער און ווי יודען צדיקים זענען אזוי וויליג צו העלפען האב איך געזאגט צום רבונו של עולם קוק ווי וואויל דיין פאלק איז אין אפילו אין דעם לאנגען ביטערען גלות איז זייער הארץ פוהל מיט געפיהל פאר א צווייטער איד איז נישט מער ווי ריכטיג צו בעטן דעם רבונו של עולם געבזשע כבוד פאר דאס אידעלע.
מען קען אויך ניצען די געדאנק אז אונזער דור וואס איז אזוי ווייט פון התגלות אלקות און מיט אזא לאנגע גלות און דאך ווילען אידען זיין גוט - כגון די ענוה פון משה רבינו - שטומט שוין עטוואס בעסער די תן כבוד לעמיך.
כל זה בדרך אפשר.

האב שכל און גיב א שמייכעל!
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
יאפסגאר.געשמאק האט געשריבן:די קדיש פאר נעילה, איז די קלימאקס פינעם גאנצן חודש סאיז ציפעדיג, סאיז שרעקעדיג,
מגייט שוין גומר זיין מגייט שוין פסק'ענען, מגייט חתמענען, אין סכאפט א שרוך אין אלע ביינער,
אין דעמאלץ באקומט יעדער נייע פרישע כוחות,
אין ווער רעט נאך פין די געשרייען ביי די ה' ה' קל רחים וחנון ביי נעילה, די טרערן קומען פין זיך אליין,
יא מהאלט אט אט דארט מדארף זיך נעמען אין די הענט אריין, סאיז שוין נישט קיין ווערטל,
וויפיל אידן וואס די האסט גקענט, וואס פאריאר האבן זיי נאך געווען צוזאמען מיט דיר, זענען ליידער שוין נישט דא, סשרייט זיך פין הארץ ארויס!!!
דו האסט מיר אויפגעוועקט די ציטער פון דעי פארכטיגע קדיש. די גאנצע ביהמ"ד מיט קיטלען שוין נאך א גאנצע טאג. און די כוחות און געפילן געבן א שמייס ארויף נא! מגייט שוין שרייען 'וחתמינו' בספר החיים!!!
יויש ציפעדיג!!
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
ועד יום מותו תחכה לו אם ישוב מיד תקבלו....
סקומט מיר טרערן יעדעס יאר די ליבשאפט וואס אונזער טאטע האט צו אונז...
א טאטע ווארט אויף זיין פארלוירענע נשמה'לה... מיין קינד כשטיי ביים פענסטער סשוין 3:30am קום קום קום שוין כוויל דיך אריין נעמען צו מיר...

"די וועלט איז הפקר-אבער סאיז נישט קיין הפקר וועלט!"
מפי הרב פנחס מרדכי וועבער
מפי הרב פנחס מרדכי וועבער
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6416
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
Re: א שטיקל פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען וואס רעדט צו דיין נשמה
אמת כי אתה הוא יוצרם ואתה יודע יצרם...
די גאנצע קאמפליצירטע מענטש אין איין שורה.