א היימישער?? אן אמעריקאנער??

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

שמידער האט געשריבן:
געפילען געפילען געפילען
פארוואס באדערט דיר מער ווען א 3 יעריגע קינד פון א מזרחי משפחה ווערט געהארגעט רח"ל , ווי א 30 יעריגע ליטווישע יונגערמאן פון מאנסי גייט אוועק פין יענע מעשה
וואס פאלט דיר ביי?
לעצט פארראכטן דורך Rak Tov אום זונטאג אוגוסט 14, 2022 11:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

@שמידער איך אגרי מיט דיין נקודה אז מען דארף ארבעטן אויף זיך צו וויי טון א יעדע איד וואס איז בצער, אבער דו פארשטייסט אז ווען מיינס א נאנטער גייט עפעס דורך שפיר איך דאס מער. איא?
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

שמידער האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
שמידער האט געשריבן:
געפילען געפילען געפילען
פארוואס באדערט דיר מער ווען א 3 יעריגע קינד פון א מזרחי משפחה ווערט געהארגעט רח"ל , ווי א 30 יעריגע ליטווישע יונגערמאן פון מאנסי גייט אוועק פין יענע מעשה
פון ווי נעמסטו די הנחה אז ס'באדערט מער דער ליטווישער אינגערמאן?

געמאכט א הנחה און דו פרעגסט קשיות
איך האב געמיינט פארקערט אז עס באדערט מער דע קינד
אפילו סאיז א ווייטערע קרייז, אבער די געפילן שפילען
די נקודה איז אז עס איז נישט קיין נושא ווי די דארפסט נעמען א מעסטער און זיכער מאכען די שפירסט איבעראל די זעלבע.
אויב שפירסטו מער ביי א געוויסע טראגעדיע ווי ביי א אנדערע, דאן איז גארנישט שלעכט דערמיט. און געווענדליך איז דאס פאר א לגעטימע סיבה.
חוץ ווי למשל ביי די שיסעריי אינעם קאנסערוועטיווע שול אין פיטסבורג, קענסטו שוין אפשר אריינגיין אין השקפה'דיגע דין ודברים וויפעל מיטלייד מען דארף ארויסווייזען על פי תורה. אבער אפילו דארט איז עס אויך נישט כלפי די געפיל.
שמידער
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 9:40 am

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמידער »

אוודא פארשטיי איך
די נקודה איז אז מטאר נישט ארויסווייזען אז סבאדערט מער.
דא איז דא אויף אייוועלט אלע מינע יודן, אין זיי פילען זיך זייער געטראפן ווען א חלק עולם איז סעלף סענטרט
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

זייט ווען ווערט דיינע מאטריאליסטע שכנים דיין נענסטע זאך צום הארצן? דאס איז די פראגע זענען גשמיות'דיגע שכינים די נענסטע צו דיין הארץ?

אז אידישקייט גאט און דביקות וועלן ווערן וויכטיגער און מער נענטער צו דיין הארץ
וועלן דיינע אריינגעבויטע געפילן אנהייבן שפילן ביי נאנטקייט אויף אידישע ערכים ...
ביי איינעם וואס טוט און קבלה וועט זיך אים עס צושפילן די געפילן ביי א איד פון שער השמים וואס לאזט איבער די וועלט פריצייטיג
ביי איינער וואס ליגט אין קדשים ... וועט אים באדערן ווען א בריסקע אידל וועט אויסשטיין ל"ע וכהנה וכהנה...

ווען אונזער געפילן צושפילן זיך קען מען עס נישט קאנטראלירן
אבער וואס עס איז אונז נאנט צו אונזערע הערצער ... דאס קענען אונז יא קאנטראלירן
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

א גלעזעל חכמה האט געשריבן:
זייט ווען ווערט דיינע מאטריאליסטע שכנים דיין נענסטע זאך צום הארצן? דאס איז די פראגע זענען גשמיות'דיגע שכינים די נענסטע צו דיין הארץ?

אז אידישקייט גאט און דביקות וועלן ווערן וויכטיגער און מער נענטער צו דיין הארץ
וועלן דיינע אריינגעבויטע געפילן אנהייבן שפילן ביי נאנטקייט אויף אידישע ערכים ...
ביי איינעם וואס טוט און קבלה וועט זיך אים עס צושפילן די געפילן ביי א איד פון שער השמים וואס לאזט איבער די וועלט פריצייטיג
ביי איינער וואס ליגט אין קדשים ... וועט אים באדערן ווען א בריסקע אידל וועט אויסשטיין ל"ע וכהנה וכהנה...

ווען אונזער געפילן צושפילן זיך קען מען עס נישט קאנטראלירן
אבער וואס עס איז אונז נאנט צו אונזערע הערצער ... דאס קענען אונז יא קאנטראלירן
צו טיעף פאר א פשוטע מענטש ווי מיר… מ׳מוז מיינעך אדורכליינען קודם אלע כוואליעס צו פארשטיין דיין הארץ עסעניש אויף כלל ישראלס רעגולער געפילן, איא?
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

א גלעזעל חכמה האט געשריבן:
זייט ווען ווערט דיינע מאטריאליסטע שכנים דיין נענסטע זאך צום הארצן? דאס איז די פראגע זענען גשמיות'דיגע שכינים די נענסטע צו דיין הארץ?

אז אידישקייט גאט און דביקות וועלן ווערן וויכטיגער און מער נענטער צו דיין הארץ
וועלן דיינע אריינגעבויטע געפילן אנהייבן שפילן ביי נאנטקייט אויף אידישע ערכים ...
ביי איינעם וואס טוט און קבלה וועט זיך אים עס צושפילן די געפילן ביי א איד פון שער השמים וואס לאזט איבער די וועלט פריצייטיג
ביי איינער וואס ליגט אין קדשים ... וועט אים באדערן ווען א בריסקע אידל וועט אויסשטיין ל"ע וכהנה וכהנה...

ווען אונזער געפילן צושפילן זיך קען מען עס נישט קאנטראלירן
אבער וואס עס איז אונז נאנט צו אונזערע הערצער ... דאס קענען אונז יא קאנטראלירן
פארוואס טראכסטו זיי זענען די נענסטע זאך?
אוודאי איז אחב"י נענטער צום הארץ ווי מאטיריאליסטישע שכנים.
אבער אחב"י וואס זענען שכנים 'אויך', זענען נאך נענטער.
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

שאבעלע האט געשריבן:

וואס האט פאלקעוויטש פון סאוט 8 א שייכות מיט פרידמאן פון סקילמאן?

כ'מיין די געדאנק!

א חוץ אז ביידע שוואגערס און די משפחה דארט, רעדן נישט איינער צום צווייטן...

פארוואס איז די הלכה עניי עירך קדמן?

עניוועי, איך טשעק ארויס.
אוועטאר
לאנגע לאקשן
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 12:27 pm

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע לאקשן »

ניינער האט געשריבן:
א גלעזעל חכמה האט געשריבן:
זייט ווען ווערט דיינע מאטריאליסטע שכנים דיין נענסטע זאך צום הארצן? דאס איז די פראגע זענען גשמיות'דיגע שכינים די נענסטע צו דיין הארץ?

אז אידישקייט גאט און דביקות וועלן ווערן וויכטיגער און מער נענטער צו דיין הארץ
וועלן דיינע אריינגעבויטע געפילן אנהייבן שפילן ביי נאנטקייט אויף אידישע ערכים ...
ביי איינעם וואס טוט און קבלה וועט זיך אים עס צושפילן די געפילן ביי א איד פון שער השמים וואס לאזט איבער די וועלט פריצייטיג
ביי איינער וואס ליגט אין קדשים ... וועט אים באדערן ווען א בריסקע אידל וועט אויסשטיין ל"ע וכהנה וכהנה...

ווען אונזער געפילן צושפילן זיך קען מען עס נישט קאנטראלירן
אבער וואס עס איז אונז נאנט צו אונזערע הערצער ... דאס קענען אונז יא קאנטראלירן
צו טיעף פאר א פשוטע מענטש ווי מיר… מ׳מוז מיינעך אדורכליינען קודם אלע כוואליעס צו פארשטיין דיין הארץ עסעניש אויף כלל ישראלס רעגולער געפילן, איא?
דו ביסט גוט, האלא, קומסט אריין קלאר,
:roll: :roll: :roll:
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

שמידער האט געשריבן:
?
יעדער ווייסט אז דער אייבערשטער האט פינקט אזוי ליב א יוד וואס גייט א פלאכע ביבער היט און ער דרייט זיך אין ראדני ווי א יוד פין פלעטבוש
מהיכי תיתי?
אויב דער ראדני יוד, למשל, איז א ירא וחרד, אפגעהיטן פון יעדע נדנוד איסור, און מחנך זיינע קינדער ע"ד המסורה, און דער פלעטבוש איד, למשל, איז קוים קוים אויסגעהאלטן ווי די צד המיקל אין שו"ע, ווער זאגט אז השי"ת האט נישט מער ליב דעם ראדני איד?

ס'דאך אוודאי דא מער באליבטע און ווייניגער באליבטע, כי את אשר יאהב ה' יוכיח, ועוד
לייקוס
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

כאב געמיינט אז אזעלכע מיינונגען איז שוין ארויסגעריסען פון אונז זעעט אויס אז נישט.

האט א מענטש מער ליב זיין געזונטע זוהן וואס איז מצליח און געט עם נחת,אדער א זוהן וואס איז צופראסקעט פון אלע זייטען?
אוודאי זעט ער מער נחת פון א׳ אבער אהבה איז די זעלבע אויף ביידע, אין סוף פאר ביידע.

אויב נישט מיינט אז ער האט ביידע נישט ליב,ער האטסיך ליב און ווער סטוט אזוי וואו ער וויל גייט ער ליב האבען ווייל ער האטסיך ליב.

קריך אראפ פון דיין בוים,סאיז דא און פלעטבוש יראים וחרדים,און סאיז דא ליידער און ראדני אזאנע וואס האבען נאך צוגיין א לאנגע וועג.

יא אונז האבען זיך ליב,און ממילא ווען סאיז עפעס וואס קומט און אונזער טערעטאריע שאקעלט עס אונז אויף,
והכל יודעים למה נקרא שמה חסודה.

און יא איך בין נישט קיין ראדני יוד, און אויב מעג איך זאגען דא איז דא אזא סארט שפראך צווישען די שורות פון א אונזערער א יוד,און א יענע סארט.

איך מיין אז די רבי זי״ע האט געהאט אזא מהלך כדאי מזאל זיך טאקע האלטען נבדל פון דיע יודען וואס פירען זיך נישט וואו א יוד ברויך זיך פירען.
אבער ביים רעבין זי״ע ווען סאיז געקומען א צרה איז עס געווען די זעלבע.
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

איך מיין אז די סיבה פארוואס מענטשן ווילן וויסן איז אינגאנצן נישט צוליב רחמנות ווייל מקען די מענטשן פון די נאנט. דער עולם איז נישט אזוי דערבארעמדיג.
מענטשן האבן ליעב צי וויסען זאכן כדי צי זיין פון די ווייסערס, אין מענטשן ווילן קענען זאגן, ססט'משוגע איך קען איהם מוראדיג גיט.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

נאך א נקודה וואס קיינער דערמאנט נישט דא, דער סייט איז 95 פראצענט אמעריקאנער און רובא דמינכרי פון וויליאמסבורג.

לייג אוועק געפיל אין א זייט, אפילו מען פילט די זעלבע צער, מעג מען פרעגן צו עס איז פון דא, ווען עס איז דא א פארפלייצונג אויף מירטל איז עס נייעס דא, ועאח״כ אויב עס איז א טראגעדיע, דער וואס לערנט אריין אז מען ״פילט״ מער אדער ווייניגער איז אויך בארעכטיגט צו פילן זיינע געפילן.

צום שלוס די קאלטע פאקט איז אז מיר זענען פון ווילי, און נייעס פון דאהי איז רעלאוואנט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

Ozd האט געשריבן:
שמידער האט געשריבן:
?
יעדער ווייסט אז דער אייבערשטער האט פינקט אזוי ליב א יוד וואס גייט א פלאכע ביבער היט און ער דרייט זיך אין ראדני ווי א יוד פין פלעטבוש
מהיכי תיתי?
אויב דער ראדני יוד, למשל, איז א ירא וחרד, אפגעהיטן פון יעדע נדנוד איסור, און מחנך זיינע קינדער ע"ד המסורה, און דער פלעטבוש איד, למשל, איז קוים קוים אויסגעהאלטן ווי די צד המיקל אין שו"ע, ווער זאגט אז השי"ת האט נישט מער ליב דעם ראדני איד?

ס'דאך אוודאי דא מער באליבטע און ווייניגער באליבטע, כי את אשר יאהב ה' יוכיח, ועוד
ער האט געמיינט צו זאגן, א ראדני איד וואס איז דער זעלבער ירא וחרד ווי דער פלעטבוש איד.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

כ'מיין אז איך פארשטיי וואס דער פותח וויל זאגן. עכ"פ דאס איז געווען מיין געפיל ביים ליינען די ווערטער "היימישער? אמעריקאנער?"

ווען ס'כאפט א שוידער אז דו קענסט יענעם איז עס א העכסט נארמאלע זאך. אבער גיין לכתחילה פרעגן קוקט אביסעלע אויס כאילו נאר דאס איז וואס ס'באדערט

איינער האט דא זייער שיין מסביר געווען פריער, ווען א איד פון די אנדערער עק וועלט ליידט טוט עס וויי פאר יעדן ערליכן איד (עכ"פ אזוי ברויך זיין) אבער די שוידער איז געווענליך ווייניגער אויב ווייסט מען נישט ווער ער איז
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Ozd האט געשריבן:
שמידער האט געשריבן:
?
יעדער ווייסט אז דער אייבערשטער האט פינקט אזוי ליב א יוד וואס גייט א פלאכע ביבער היט און ער דרייט זיך אין ראדני ווי א יוד פין פלעטבוש
מהיכי תיתי?
אויב דער ראדני יוד, למשל, איז א ירא וחרד, אפגעהיטן פון יעדע נדנוד איסור, און מחנך זיינע קינדער ע"ד המסורה, און דער פלעטבוש איד, למשל, איז קוים קוים אויסגעהאלטן ווי די צד המיקל אין שו"ע, ווער זאגט אז השי"ת האט נישט מער ליב דעם ראדני איד?

ס'דאך אוודאי דא מער באליבטע און ווייניגער באליבטע, כי את אשר יאהב ה' יוכיח, ועוד
קוק אריין אין ספר הבעל שם אויף תשעה באב.
אויב ביזטו א חסיד קענסטו נישט זאגן פארקערט ווי דער רבי פון חסידות.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א גלעזעל חכמה האט געשריבן:
זייט ווען ווערט דיינע מאטריאליסטע שכנים דיין נענסטע זאך צום הארצן? דאס איז די פראגע זענען גשמיות'דיגע שכינים די נענסטע צו דיין הארץ?

אז אידישקייט גאט און דביקות וועלן ווערן וויכטיגער און מער נענטער צו דיין הארץ
וועלן דיינע אריינגעבויטע געפילן אנהייבן שפילן ביי נאנטקייט אויף אידישע ערכים ...
ביי איינעם וואס טוט און קבלה וועט זיך אים עס צושפילן די געפילן ביי א איד פון שער השמים וואס לאזט איבער די וועלט פריצייטיג
ביי איינער וואס ליגט אין קדשים ... וועט אים באדערן ווען א בריסקע אידל וועט אויסשטיין ל"ע וכהנה וכהנה...

ווען אונזער געפילן צושפילן זיך קען מען עס נישט קאנטראלירן
אבער וואס עס איז אונז נאנט צו אונזערע הערצער ... דאס קענען אונז יא קאנטראלירן
אוודאי וועלן אידישע ערכים די געפילן מער שפילן דורכדעם. אבער די נאטורליכע געפילן פון 'מיין נאנטער איז געשטארבן', א איד וואס וואוינט צוויי גאסן אוועק פון מיר איז געשטארבן, א איד וואס דאוונט מיט מיר אין איין ביהמ"ד איז געשטארבן', דארף נישט און וועט נישט אויסגעריסן ווערן, דער אויבערשטער האט באשאפן די געפילן. עס קומט פון מדת הרחמנות, און אולי אויך פון דער מדה פון פחד. עס איז נישט קיין חסרון, נישט צו שפירן און ממילא אויך נישט צו זאגן. אדרבה ואדרבה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Ozd האט געשריבן:
שמידער האט געשריבן:
?
יעדער ווייסט אז דער אייבערשטער האט פינקט אזוי ליב א יוד וואס גייט א פלאכע ביבער היט און ער דרייט זיך אין ראדני ווי א יוד פין פלעטבוש
מהיכי תיתי?
אויב דער ראדני יוד, למשל, איז א ירא וחרד, אפגעהיטן פון יעדע נדנוד איסור, און מחנך זיינע קינדער ע"ד המסורה, און דער פלעטבוש איד, למשל, איז קוים קוים אויסגעהאלטן ווי די צד המיקל אין שו"ע, ווער זאגט אז השי"ת האט נישט מער ליב דעם ראדני איד?

ס'דאך אוודאי דא מער באליבטע און ווייניגער באליבטע, כי את אשר יאהב ה' יוכיח, ועוד
א איד וואס וויל טון רצון ה', נישט קיין חילוק ווי ווייט זיינע ידיעות האלטן, האט אים דער אויבערשטער ליב. דאס איז אויסער דעם פאקט אז דער אויבערשטער האט ליב יעדן איד. די אהבה פון דעם אויבערשטן צו אידן איז למעלה מהשגתינו צו מעסטן און פארשטיין.

דער פסוק 'כי את אשר יאהב ה' יוכיח', האט גארנישט מיט דעם, טראכט א מינוט די טייטש פון די ווערטער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

פעיק ניוז האט געשריבן:
א גלעזעל חכמה האט געשריבן:
זייט ווען ווערט דיינע מאטריאליסטע שכנים דיין נענסטע זאך צום הארצן? דאס איז די פראגע זענען גשמיות'דיגע שכינים די נענסטע צו דיין הארץ?

אז אידישקייט גאט און דביקות וועלן ווערן וויכטיגער און מער נענטער צו דיין הארץ
וועלן דיינע אריינגעבויטע געפילן אנהייבן שפילן ביי נאנטקייט אויף אידישע ערכים ...
ביי איינעם וואס טוט און קבלה וועט זיך אים עס צושפילן די געפילן ביי א איד פון שער השמים וואס לאזט איבער די וועלט פריצייטיג
ביי איינער וואס ליגט אין קדשים ... וועט אים באדערן ווען א בריסקע אידל וועט אויסשטיין ל"ע וכהנה וכהנה...

ווען אונזער געפילן צושפילן זיך קען מען עס נישט קאנטראלירן
אבער וואס עס איז אונז נאנט צו אונזערע הערצער ... דאס קענען אונז יא קאנטראלירן
אוודאי וועלן אידישע ערכים די געפילן מער שפילן דורכדעם. אבער די נאטורליכע געפילן פון 'מיין נאנטער איז געשטארבן', א איד וואס וואוינט צוויי גאסן אוועק פון מיר איז געשטארבן, א איד וואס דאוונט מיט מיר אין איין ביהמ"ד איז געשטארבן', דארף נישט און וועט נישט אויסגעריסן ווערן, דער אויבערשטער האט באשאפן די געפילן. עס קומט פון מדת הרחמנות, און אולי אויך פון דער מדה פון פחד. עס איז נישט קיין חסרון, נישט צו שפירן און ממילא אויך נישט צו זאגן. אדרבה ואדרבה.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

ווען דו הערסט אזא נאמען למשל ווי:
גלעד זריאן

ביי א טראגעדיע שאקלט דיר עס נישט אויף, ווייל דו ווייסט נישט אז ער עקזיסט, איא?

ווען דו הערסט א נאמען ווי למשל:
די זוהן פון ר' זלמן לייב גליק און איידעם ביי ר' מרדכי יודא פאלקאוויטש,

וואס דו ווייסט אז די איד עקזיסט, און דו האלסט מיט אז ער לעבט פון צייט צו צייט,

און דו הערסט אז ער איז פארמישט אין א טראגעדיע, ווערסטו אויפגעשאקלט,

במילא אינטערסירט דיר עס מער,

און יעדער פון אונז אינקלאדעט דו, וויל וויסן צו מ'רעדט פון אזא איד, אדער א איד, וואס דו ווייסט נישט אפילו פון אים ארום און ארום, די באשעפער האט דיר קיינמאל פארציילט אז ער איז געבוירן, במילא איז דיר נישט נוגע אויב עפעס געשעהט ח"ו מיט אים,

חוץ די ידיעה אז די באשעפער האט געשטראפט א אידיש קינד מיט א צרה וואס קיינער וויל נישט דורך גיין

די שאלה, א היימישער איז זייער צו די זאך,

ווי אויך,

אז די באמבע האט פונקט געטראפן אמעריקאנע וואס זענען רוב יאר נישט דארט, איז מער אינטערסאנט, אז עס האט געטראפן די מיעוט, קעגן די רוב וואס וואוינען דארט און לעבן דארט א גאנץ יאר,

סא האק נישט קיין טשייניק, און האב נישט קיין טענות אויף נארמאלע זאכן
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א היימישער?? אן אמעריקאנער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לענ"ד האט דער עולם נישט ארויס די טענה פונעם פותח.

גערעכט, אז עס געשעהט א צרה ביי א באקאנטן טיוכקעט עס אין הארץ אסאך מער, און דאס איז נישט קיין פראבלעם.

אבער די נוסח פון בארואיגן זיך.. אהה.. דאס איז נישט קיין אמעריקאנער.. ווי צום זאגן.. מ'קען שוין גיין שלאפן רואיג.. אס איז שוין עפעס אנדערש..

כנלע"ד.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”