מיין וועג אהיים תשעה באב נאכט

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

מיין וועג אהיים תשעה באב נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

מיט פלאכע פאפוטשען אין אנגעפילטע מאגען פון די איינפאסטען שפאציר איך מיר אהיים נאכען אפלייענען די תשעה באב קינות.
אויסגעמישט די מוצאי שבת שטימונג מיט די תשעה באב שווערע געמוט לייג איך א פוס אין פארנט פון א פוס אין די טונקעלקייט פונעם נאכט.
אין אט עפעס זוזמזעט אין מיינע אויערן, איך הער עפעס אין דמיון הייבט אהן שפילען, מיינע מחשבות הייבן אהן וועבען א געדאנק, איך פיהל ווי איך מוז מיך אפשטעלן, ווארום מיינע פיס טריט הערן זיך ווי א ריטעם צו מיין אומאריענטערט מוח.

צום שיין פונעם גאס לאמפ פיל איך אז איך מוז מיך אפשטעלען, מיינע פיאות שאקלען זיך לייכט צום ווינטל וואס בלאזט, אן אינערליכע דראנג שטיפט מיר צו עפענען מיין קינות.

איך זעה די אותיות טאנצען, זיי ווילען מיר עפעס זאגען... איך רוק עס צו נענטער צו מיינע אויגען אין אויערן צום קינות און אט הער איך איהר מיטען באקאנטען נוסח איייכהההה ישבה בדד... העיר רבתי עם... היייתההההה כאלמנהההה... אבער דאס מאל טייטשעט זיך די ווערטער אנדערש, די תנועה זינגט זיך אביסעלע אנדערש.

עס טראגט מיך צוריק צו צייטען נישט צו לאנג אוועק, וען די שרעקעדיגע מגיפה האט נאך אויסגעזעהן ווי איין גרויסע וויץ, נעע נישט אין די גרויסע אמעריקע מיט געזונטע מענטשען וועט עס האבען אן השפעה. אבער פלוצלינג האבען מיר זיך געטראפען אינמיטען א שטורעם, ס'האט אונז באטראפען ווי ברויזענדע כוואליעס.

איכה ישבה בדד העיר רבתי עם היתה כאלמנה... די לעכטיגע גאסן אונזערע, וואס האבען געשפרודעלט מיט בחורים אין קינדער, מאמעס אין מיידעלעך, איז מיטאמאל צושטערט געווארען. איבער נאכט זענען די גאסען, שולען, חדרים, ישיבות, שולעס, אלעס געווארען ליידיג שרעקעדיג אין אומעטיג.

אין לה מנחם מכל אוהביה... כל רודפיה השיגוה... אלע אונזערע פריינט זענען פלוצלינג נעלם געווארען אזוי ווי 'אשר לא ידע את יוסף' קיינער ווייסט נישט וואס די נעקסטע שריט וועט זיין. וילכו בלא כח לפני רודף.
ידו פרש צר על כל מחמדיה... די ערשטע זאך האבען זיי געצילט אונזערע הייליגע מוסדות, אט האבען זיי געטראפען א פלאץ צו צושטערען אונזער הייליגע מסורה. ראתה גוים באו מקדשה.

אוי, קרא עלי מועד לשבור בחורי... בתולתי ובחורי הלכו בשבי... יא אונזערע יודען וואס האבען ליידער געמוזט גיין אין שפיטאל און דארטען אויסהויעכן זייער לעצטע אטעמען האבען געפילט ווי אין א תפיסה.
מחוץ שכלה חרב... נאכאנאנד סירענס פון געטרייע הצלה לייט וואס זענען געלאפען אויף זייער אייגענע חשבון ראטעווען יודען האט נאך אסאך צוגעגעבען צום מצב.

אוי פאטער... וירב בבת יהודה אניה ותאניה.

ראה ה' והביטה למי עוללת כה...

מיין קינות איז שוין נאס, איך מאך עס צו, איך פארוויש אפאר טרערעלעך, אין שפאן ווייטער אראפ די גאס, אין איך לאז מיינע מחשבות ווייטער שפינען.

צו האט דען נישט ירושלים בימים ההם נישט אויסגעזעהן ענדליך צו דעם, ווען די שענסטע ווירבילדיגע שטאט איז פלוצלינג געקומען צו אן האסטיגע אפשטעל, כלל ישראל איז דעמאלטס געווען או טאפ פון די וועלט, ווי די נביא זאגט 'יפה נוף משוש כל הארץ'. נעע אונז גייט מען נישט אזוי שנעל צוברעכען.

אונז האבען גענוג צו קענען אויסהאלטען דא מיט אונזערע אייגענע, פון אריבער די חומה שיקט מען אונז די שעפעלעך, מיר קענען עס דורכמאכען ווי נישט ווי, איי דער נביא ירמיה שרייט הויעך אז מ'דארף תשובה טוען, נא ער ווייסט נישט וואס טוט זיך.

אבער פלוצלינג האט מען אריבער געשיקט א חזיר אנשטאט א שעפלע ונזדעזע ארץ ישראל ת'ק פרסה על ת'ק פרסה.

די בבליים זענען אריינגעקומען מיט א רציחה און א רשעות וואס איז שווער בכלל צו באגרייפען, דאס איז שוין נאך די יארען ארומרינגעלען ירושלים. קיינער האט נישט געוואוסט וואס די נעקסטע מינוט וועט ברענגען, מענטשען זענען געשטארבען אין די גאסען פון דורשט.
אין א היינטיגע וועלט איז שווער זיך פארצושטעלען וואס דאס מיינט, אבער יעדער וואס האט אביסעל דורכגעלעבט די קאראנה תקופה קען אביסעל ריליעטן צו בערך וואס דארט איז פארגעגאנגען. די אומזיכערקייט וואס איז דאן פארגעגאנגען איז נאך געווען ערגער ווי די גאנצע זאך.

ווען די גייסט זיך זעצען אויפן ערד פרוביר צו ניצען דיינע געפילען וואס די האסט אליין מיטגעלעבט, צו אביסעל פילען די צער השכינה און וואס פארא יסורים כלל ישראל איז אריבער.

אין דעמאלטס וועסטו בעטן אסאך שטערקער 'השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם'.
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2359
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: מיין וועג אהיים תשעה באב נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

:cry:
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מיין וועג אהיים תשעה באב נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

:-e;/ :-e;/ :-e;/ צונומען די געפילן
אין מאגן ברענט א פייער קיין טאמס קען עס נישט פארלעשן
אוועטאר
אלטע קוגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: מיין וועג אהיים תשעה באב נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

:-e;/ :-e;/ :-( :-(
זיך טענה'ן מיט א נאַר איבערצייגט אז עס זענען דא צוויי.
אוועטאר
לייכט טורעם
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2022 1:08 am

Re: מיין וועג אהיים תשעה באב נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייכט טורעם »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
באלייכטן דיין ארום מיינט נישט אייביג ליכטיג מאכן דיין ארום, עס מיינט אויך אמאל לייכט מאכן פאר דיין ארום.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: מיין וועג אהיים תשעה באב נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

:-e;/ :-e;/
אוועטאר
יאסינדא
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 29, 2022 11:21 am

Re: מיין וועג אהיים תשעה באב נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסינדא »

שטארק!!!

לי עוועניא: פארלירען איז קיין אפציע.
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: מיין וועג אהיים תשעה באב נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

:-e;/ :-e;/ ;/,
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיין וועג אהיים תשעה באב נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

הערליך הערליך. ווייטאגליך.
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: מיין וועג אהיים תשעה באב נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

שיין געשריבן!!
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: מיין וועג אהיים תשעה באב נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

הערליך געשריבן

ייש"כ פארן אנפולן אביסל די צייט, די זייגער רוקט זיך געפערליך שטייט
פארברענטע טאוסט
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 4:04 pm

Re: מיין וועג אהיים תשעה באב נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארברענטע טאוסט »

זייער שיין!
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: מיין וועג אהיים תשעה באב נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

:-(
ש'כח פאר די הארציגע דיבורים, זייער שיין.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”