פארוואס קה אכסוף???

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

פארוואס קה אכסוף??? הא פארוואס??? זיי מיר מסביר

פארוואס איך שריי?
ווייל ס'איז ראש חודש היינט,
און?
און דער אינזעקט איז צוגעגאנגען צום עמוד, א מין בריאה דער, שטייט א גאנצע ציבור אידן, דארפן אלע לויפן אין ארבייט, און דער אינזעקט וואס דאווענט שטיל און קעקעציג "זינגט קה אכסוף",

נישט קיין טעות האבן, דער איז אן אינזעקט פון געבורט אנגעהויבן, זיין גאנץ לעבן איז געווען א אינזעקטישער לעבנס שטייגער, דאס איז ער געווען אלץ אינגל אין חדר ווען ער האט אנגעברענגט צעסלייסטע עפלעך אין א לאנטש בעג פאר ריסעס,
און דאס איז ער געווען אלץ אינגערמאן ווען ער האט געברענגט אין כולל באנד קעיק אין א זילבער פאפיר און קאטעג טשיז און א סמאל קאנטעינער,
דאס איז דער זעלבער אינגערמאן וועלכער ציט אלע דריי עליות פאר פינעף דאללער ווען בשעת מעשה לאכט ער ווי די זיבלען און ווען ער געווינט עס טיילט ער אויס אלע דריי עליות פאר די וואס האבן געצויגן צוויי דריי און פיר,
ווייל ער פירט אן אינזעקטיש לעבן,
דאס איז אויך דער אינגערמאן וואס צודרייט דעם ציבור'ס נערווען ביים באס סטאפ אז ער דארף א טיקעט, און פון די רגע וואס ער וואקט ארויף אויפ'ן באס איז ער נאר פארנומען ציילן מענטשן,
ער גייט מאכן א מנין דא,
קיין חילוק וועלכע צייט אין טאג העט ער טרעפן א תפילה צו דאווענען אויפ'ן באס, אויב איז עס א שחרית אדער מנחה איז דאך מה טוב ומה נעים, מ'קען דאך מאכן דעם גאנצן באס שטיין ביים סיעט מיט צובויגענע קניען אונטער די נידריגע דאך פאר א קדושה, ווייל אזוי פירט זיך אן אינזעקט,
דער אינזעקט ווישט זיך נישט אפ נאכן מקוה, דער אינזעקט פרעגט וועמענס צדיק'ל איך בין,
ווען איך האלט א קאווע קראכט דער אינזעקט אריין אין מיר און אנשטאט ער זאל לויפן ברענגען טישו'ס פרעגט ער מיר ביי וועם איך בין א איידעם, טרעפנדיג א געלעגנהייט צו מאכן א נייע חבר,
ווען א אינגל פאלט אראפ און מאכט א בובו שרייט דער אינזעקט מיט א שמייכל האסט צוזעצט די ערד, קכככ,
דער אינזעקט שמייסט אריין אין מיר אויפ'ן וועג אריין אין מקוה,
דער אינזעקט שלאגט מיר מיט זיין טלית ביים עטיפה,

און דער אינזעקט גייט צו צום עמוד ביי יעדע בלעק אוט ווען ס'איז נישטא קיין הייצונג,

און אויך "ראש חודש,"
ער לויפט אריין מיט א איילעניש, א מינוט פאר הודו, און פאנגט אן שרייען ברכות ס'רעגט מיר אויף ביז די נשמה, אבער איך נעם איין א שווייגעניש,
ווען ער זאגט שוין פיינעלי קדיש הייבט זיך אן אן אפעל, פשוטו כמשמעו מתוך חבתו להעמוד מונה את הציבור כל רגע ורגע, כשהגיע להודו מנאן כשהגיע למזמור שיר מנאן, און אזוי ווייטער אויפ'ן אינזעקטישן שטייגער, ביי ברוך שאמר, אשרי, ישתבח, שמו''ע, ער ציילט און איך ווער אין כעס, ער ציילט נאך און איך ווער נאך מער נערוועז, און אזוי איז אנגייענד ביז שמו''ע,
ווי א אינזעקט,
דערגרייכנדיג צור ישראל איז א שמחה אין אלע עולמות,
און צו זיין שלעכט מזל האט ער מיר גענומען פאר א קרבן ציבור,
מיט א אינזעקטישער שמייכל ווייזט ער מיר אז איך בין דער צענטער, אשר על כן זאל איך מיר איילן,
אינזעקט!!!
ס'איז דא נאך פופצן אידן דא, פארוואס בין איך דער צענטער?
און אויף דעם זאגן זכרונם לברכה מי שלא ראה אחר חצות בשחרית זו לא ראה כעס אטאקע מימיו,
אבער כ'האב מיר נאך איינגעהאלטן,

און דאן האט עס פאסירט,
ביי פתחו לי האט ער אנגעהויבן זינגען קה אכסוף,
באטראכט די סיטואציע פון די זייט,
שטייען איבער צוואנציג אינגערלייט,
זיי דארפן גיין ארבייטן,
זיי ליידן פון א בעל תפילה א גאנץ שחרית, און יעצט הייבט דער בעל תפילה אן קה אכסוף,
פארוואס?
נניח אז דו ווילסט זינגען א שיינעם לידעלע, אבער קה אכסוף איז צו לאנג פאר דעם,

ע''כ וויל איך דיר זאגן מיין טייערער באליבטער אינזעקטעלע,
דו ביסט דער סיבה פארוואס איך טרעט נישט אריין אין רבינ'ס בית מדרש צו שחרית!
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

:lol: :lol: :lol: :lol:
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
גדי בן סיסי
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2020 2:23 pm

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדי בן סיסי »

שיר געהאט דעם אינזעקט היינט ביי שחרית אבער למעשה האט זוך עס גוט גענדיגט ב''ה
עפעס א שישקע איז צוגלאפען
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ביטע ביטע. רבי ר׳ אלימלך מ׳ליזענסק און הרה״ק מ׳סאטמאר האבן נישט גערעדט אזוי.

דיינע נקודות זענען זייער ריכטיג.. לאז די הומאר אבער אן די שארפקייט.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
תשבחתא ונחמתא
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2022 11:46 pm

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשבחתא ונחמתא »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
וואאאף!!! מעכטיג!!!

נישט געוויסט אז די אחר חצות אידן יאגן זיך צו די ארבעט...
אוועטאר
holy yid
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

מעכטיג..
איך פיל מיט דיין צער אין טאקע פארדעים צוגעגאנגען היינט צום עמוד אין געמאכט אין50 מניט

געווענטליך דעי אינזעקטן מאכן א רקידה’לע נאכן דאווענען מיטן טלית אויפן פלייצע..
אין שלעפן אריין אינעם רינג די אידן וואס יאגן זיך...
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

זייער הומאריסטיש און פיין צונומען דעם ’ברעטל’ טיפ, איך האב זייער געשמייכלט.

נ.ב. כ’גלייך נישט דעם ’אינזעקט’ טיטול, עס איז עפעס נישט פאסיג.
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

יאנאש האט געשריבן:זייער הומאריסטיש און פיין צונומען דעם ’ברעטל’ טיפ, איך האב זייער געשמייכלט.

נ.ב. כ’גלייך נישט דעם ’אינזעקט’ טיטול, עס איז עפעס נישט פאסיג.


וואס איז? די אינזעקטן קענען זיך באליידיגן?


עה למען האמת איז די מנהל און אויך אלע אנדערע וואס טענה'ן אזוי גערעכט, אבער וואס זאל איך טון אז דער האט מיר ארויס געברענגט פון די כלים במלוא מובן המלה?
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

די זעלבע ווייטאג יעדע מאל
מעכטיג באשריבן
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

אוי זאגט איר גוט (און אמת!)
:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

ציפעדיג און אמת...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

קה אכסוף
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2021 2:09 pm

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קה אכסוף »

כ'האב מיר דערשראקן פארוואס דו שרייסט אזוי אויף מיר...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אינזעקט ארויף אינזעקט אראפ...

אסאך מאל געשעהט עס ווען בחורים גייען צו און זיי מיינען אז זיי זענען אין ישיבה... מ'הייבט אן דעם בעלזא'ן צמאה לך נפשי... האלב אינמיטן די ערשטע פאל שרייט שוין איינער "אנא ה'"... א צווייטער האט רחמנות און זינגט ווייטער... אזוי איז עס פוחת והולך... ביז פיינעלי מ'הייבט אן זינגען דעם צווייטן חרוז... איז אבער דא דער צדיק וואס האט נישט געהערט, און נאך ענדיגן די גאנצע מעשה הייבט ער נאכאמאל אן הויעך די לעצטע פאל... ווייל מ'האט נאכנישט געזאגט די לעצטע "הצליחה נא"...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נאך איין פוינט...

הלוואי וואלטן מיר יא געהאט די ישוב הדעת און צייט, צו קענען זינגען א קה אכסוף...
הארציגע סטרונעס
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2022 12:52 am

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגע סטרונעס »

;l;p- ;l;p-
ציפעדיגע צוקער
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

כהאב א געפיל אז דער בעל תפילה איז געבוירן אין מאנטשעסטער…

עה עה סנאר א דזשויק.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- :lol: :lol: :lol: :lol:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

וואס איז אבער די רבי שולדיג?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

כהאב שוין לאנג נישט אזוי געלאכט פון אן אייוועלט ארטיקל.....
אזוי גוט צונעמען דער מין בריה אינזעקט....
דאס זענען די מינע געשמאקע מענטשן וואס באשטייען אויפן וועלט, און מיינען אז זיי מוזן גיסן געשמאקייט פאר יעדעם איינעם...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ממוצע האט געשריבן:נאך איין פוינט...

הלוואי וואלטן מיר יא געהאט די ישוב הדעת און צייט, צו קענעןוועלן זינגען א קה אכסוף...
אוועטאר
פאפושקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:34 pm

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפושקא »

:lol: :lol: :lol:
זײער זייער גוט! שוין לאנג נישט געהאט אזא זאך, אין די זעלבע מינוט זיך קאטשענען פאר געלעכטער און פון די אנדערע זייט שטורעמען פאר אויפברויז אויף די אינזעקטן וועלכע בייסן מיך און קריטשקענען ווי היישעריקן ביים ברעטל.
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:נאך איין פוינט...

הלוואי וואלטן מיר יא געהאט די ישוב הדעת און צייט, צו קענעןוועלן זינגען א קה אכסוף...


געוואלט, געהאט צייט, געזינגען, דעם פרייטאג צונאכטס, ווייל דאן קומט עס אריין....
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

:lol: ;l;p- :lol: ;l;p-

דער איז צולאזט ווי א שטעקן...

מעכטיג מעכטיג. האסט א אייזערנעם פעדער מיט גאלדענע געדאנקן!
קיפ איט אפ.
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
ממש יעצט
שר האלף
תגובות: 1944
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

:lol: :lol: :lol:
פארוואס לאכעך??

פיינעם פעדער שרייב שרייב!
זוכה אהא אהא...
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פארוואס קה אכסוף???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

:lol: :lol: :lol:

הערשט יעצט דא אריין געבאמפט נאכן האבן אן אינזעקט היינט אין "מאנטאג" שחרית...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”