היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דער היינטיגער טאג וועט פארצייכנט ווערן מיט פעך-שוווארצע אותיות אין די צוויבל היסטעריע ביכער אלס טאג וואס די סופרים קאורט האט זיך אנגעהויבן צו שטעלן אויף הינערנע פיס און אויפגעהערט דיסקרימינירן קעגן אמעריקאנער בירגער מיט פימפלס אויף די נעזער.

די/דער נייע סופרים קאורט ריכטער האט זיך איין טאג אויפגעוועקט מיט א פימפל אין סאמע צענטער פונעם נאז-פלאך, וואס איז זינט דאן נישט אראפגעקומען פונעם נאז. יענער האט דאן געגרינדעט די נאז-פארפימפלטע קאמוניטי וואס קלאגט אויף דעם וואס קיינער פון די נאז-פארפימפלטע קאמיוניטי זענען שוין פאר דורות נישט ערוויילט געווארן צו קיין שום רעגירונגס שטעלע, איבערהויפט פאר סופרים קאורט ריכטער וואס איז לויט זיי באצייכנט געווארן אלס ראסיזם פון העכסטן גראד.

צווישן די פארפימפלטע זענען פארהאן פימפלס פון פארשידענע קאלירן און סייזעס, וואס ווערן אלע אייניג דיסקרימינירט ווען עס קומט צו רעגירונגס שטעלעס. אצינד איז דאס געקומען צו אן ענדע ווען וויצע פרעזידענט העריס האט נאמינירט אזא ריכטער וואס האט אפגעשטעלט דעם ראסיסטישן אנטי-פימפל טראדיציע.

ביים איינשווערונג צערעמאניע איז ארויסגעהויבן געווארן דער פימפל, וואס איז לויט רעקארד-היסטאריע ביכער די גרעסטע אקטיווע וואולקאן אויסברוך וואס שפריצט הייסע לאווע וואס איז פארהאן אין אמעריקע. פעלאסי און העריס האבן ביידע ארויסגעהויבן די מעלות פון דעם פימפל און פארשפראכן צו פארמערן וואס מער פארפימפלטע-נעזער ריכטער צום סופרים קאורט און צו קאנגרעס.

א באוועגונג אז מענטשן זאלן אליין קאלירן וואס מער פימפלען אויף די נעזער זאגט אז דאס וועט האפנטליך צוהעלפן צום באוועגונג און מענטשן וועלן זיך מער נישט שעמען מיט פימפלס אויף די נעזער, וואס אנטשפרעכט צו זיין א נייע סטייל אין די קומענדיגע יארן.

ווען האנטער ביידען איז געפרעגט געווארן איבער דעם סיטואציע האט ער געזאגט אז ער האט נישט מיטגעהאלטן געהעריג די אנטוויקלונגען, אבער ער שטעלט זיך פאר אז דאס איז פארווייטאגט און גרויזאם, און ער אליין וואלט גע'חלש'ט צו זיין פון דעם קאמיוניטי (פעקט טשעק: ער האט יא עטליכע פימפלס, אבער נישט גענוג אפן ער זאל ווערן אנגענומען אין דעם פרא-פימפל קאמיוניטי)

וויצע פרעזידענט העריס האט ביי א פרעסע קאנפערענץ געזאגט אז זי אליין איז נאך מסופק אויב זי זאל ווערן אויס שווארצע פרוי און ווערן א פארפימפלטע-נאז פרוי, וויבאלד זי האט א פימפל פונקט אזויווי זי איז שווארץ, און אויך האט זי אזוי מער אויסזיכטן צו ווערן פרעזידענט.

א ווארט זאגער צום נייעם סופרים קאורט ריכטער זאגט אז ווי ער זעט וועט ביז 20 יאר די סופרים קאורט שטיין אויף צוויי הינערנע פיס, ווען די ריכטער וועלן זיין בלויז הינקעדיגע, בלינדע און קרעציגע, שווארצע און קאלירטע, מענער/פרויען און ממזרים, און זיי וועלן ריכטיג קענען פאסן קריטישע באשלוסן וואס נאר זיי פארשטייען וויאזוי צו אורטיילן. "קוואליפיקאציעס איז פארצייטיש און ראסיסטיש. עס איז נייע צייטן היינט, דיסקראמינאציע איז די גרעסטע קוואליפיקאציע" זאגט ער אין א פארפימפלטן טאן.

עס בלייבט נאר איבער זיך צו זארגן פאר א נייעם סופרים קאורט לאקאציע וואס זאל זיין געאייגנט פאר הענדיקעפ און אינוואלידע אוממענטשן. לויט איין באריכט גייט דער נייער לאקאציע זיין געאייגנט פאר ווילטשעירס און פאר אויך פאר בעטן פון פארשלאַפטע מענטשן, אין פאל די טויט-קראנקע גוססים וועלן פארלאנגען מען זאל אריינשטעלן זייער'ס א פערזאן אינעם העכסטן געריכט.

אויב וועט אלעס ווייטער פארן אין גוטן ריכטונג, וועלן אלע ריכטער מוזן אראפנעמען זייערע קעפ בעפאר'ן איינשווערונג צערעמאניע, כדי נישט צו דיסקרימינירן קעגן די טויט-פאראורטיילטע וואס האבן שוין נישט קיין קעפ ל"ע. ווי אויך וועט מען בקרוב מוזן נעמען אקטיווע ארעסטאנטן פאר סופרים קאורט ריכטער כדי נישט צו דיסקרימינירן קעגן זיי. הערשט דאן וועט אמעריקע זיך שטעלן גענצליך אויף די פיס און רוסלאנד וואס וועט זיין די איינציגסטע לאנד מיט ווייסע ערוועלטע וועט פון זיך אליין צוזאמפאל פון ראסיזם.

#ס'איז פארפימפלט אינדרויסן
לעצט פארראכטן דורך אסדר לסעודתא אום דאנערשטאג יוני 30, 2022 2:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

:lol: :lol:
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

איך קען נישט סטאפן טאטשען מיינע פארפימפעלטע פימפלעך, נאך וואס אלע זענען רויט געווארן פון לאכן ...
;l;p- ;l;p-
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6157
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

יא גוט...

צום לאכן אבער צום וויינען כמובן...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אסדר, פיין געשריבן, די שפעטערישקייט וואס אמעריקע טרייבט פון זיך אליינס.

זייטיגע קשיא, וויפיל דרעפטס האסטו נאך?..
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

אסדר!
פיין געזאגט!
האסט אבער באמערקט ווי דו האסט מיר אזוי שמירישדיר אנערקעיט אלס דער ציקונפטיגער פרעזעדענטיסט...?
#כאניש מיט די פי(נט)[מפ]ל...
לעצט פארראכטן דורך כאניש וואס צו טוּן אום דאנערשטאג יוני 30, 2022 2:17 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

:lol: :lol: :lol:

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

:lol:
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

סתם פאר נייגעריגקייט, די נאמינירטע פאר סופרים קאורט האט טאקע אזא פימפל ווי דו מאכסט עס?
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

אסדר ל'פימפל'דותא

שיגענער רעיונות דא
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איל משולש האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט, די נאמינירטע פאר סופרים קאורט האט טאקע אזא פימפל ווי דו מאכסט עס?

איך קוק נישט אויף קיין פרויען... די פימפל איז א משל וויאזוי ס'קוקט אויס ווען מ'קוקט אויף קאליר ווי איידער אויף קוואליפיקאציעס.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ממה נפשך האט געשריבן:זייטיגע קשיא, וויפיל דרעפטס האסטו נאך?..

ס'איז דא עטליכע, נישט קיין סאך.

די יעצטיגע ארטיקל האב איך אנגעהויבן שרייבן בערך 20 מינוט פאר ס'איז ארויף. ווען איך זע א נייעס וואס רעגט מיך אויף, קומט אן ארטיקל תוך כדי דיבור. די דרעפט ארטיקלען קענען ווארטן חדשים....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט, די נאמינירטע פאר סופרים קאורט האט טאקע אזא פימפל ווי דו מאכסט עס?

איך קוק נישט אויף קיין פרויען... די פימפל איז א משל וויאזוי ס'קוקט אויס ווען מ'קוקט אויף קאליר ווי איידער אויף קוואליפיקאציעס.

דאס האב איך געמיינט צו פרעגן, אויב ס'איז א משל, אדער מ'האלט שוין ל''ע ביי די נמשל...
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:
גאר גוט אסדר!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

מ'קען אפשר צולייגן צום היסטעריע.

לעצטיגע יארן זענען שוין דא ריכטער אויפן סופרים קאורט וואס האבן א גרויסע שווארצע פימפל אבער נישט אויפן נאז. ווי אויך איז דא וואס האבן א גרויסע פימפל אויפן נאז אבער סיניש שווארץ.

איצט האט מען מיט גרויס היסטעריע אויפגענומען איין מענטש וואס פארמאגט ביידע קוואליפיקאציעס בענעזאם! ס'איז שווארץ! און ס'איז אויף די נאז!
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

משוגענער.... אוי ביזטו גוט!!!!
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

גראדע אויב דו ברויכסט, כ'האב א קאנדידאט...
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:זייטיגע קשיא, וויפיל דרעפטס האסטו נאך?..

ס'איז דא עטליכע, נישט קיין סאך.

די יעצטיגע ארטיקל האב איך אנגעהויבן שרייבן בערך 20 מינוט פאר ס'איז ארויף. ווען איך זע א נייעס וואס רעגט מיך אויף, קומט אן ארטיקל תוך כדי דיבור. די דרעפט ארטיקלען קענען ווארטן חדשים....

העי... אזוי שנעל, סא כ'העל שטאדלען עס זאל ארויסקומען נייעס'ער וואס רעגט דיר אויף, אזוי וועל מיר נהנה זיין!
שיק ארויס די דרעפטס....
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

:-( :-( :-( :oops: :oops:
גארנישט קיין דזשוק נעבעך היינטיגע צייטן
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

:smile: :smile:
אוועטאר
זאגזשע
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2020 7:36 pm

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאגזשע »

גיי ווייס פארוואס מענטשען ווילן פטור ווערן פון פימפלעך.

זע די לינק.

viewtopic.php?f=71&t=5772&p=160973&hilit=%D7%A4%D7%99%D7%9E%D7%A4%D7%9C#p160973
טרעבא טרעבא זנאטי יאק גוליאטי, טרעבא טרעבא זנאטייאק ברעכאטי. אוי חשבון צדק אטדאוואטי, פערעד פאנאם כאזיאינאם אטוועטשאטי. א מי פיעם, דא פיעם דא מי גולאיעם, און מיר טרינקען יין אזוי ווי מים, און מיר זאגן אלע צוזאמען לחיים, ואתה תשמע מן השמים
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

גאר גוט געשריבן אסדר!
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

גאר גוט... פיין געלאכט..

ליידער ביסטו נישט אזוי OFF פינעם ריאליטעט..
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: היסטעריע געבראכן: אוממענטש מיט גרעסטע נאז-פימפל ערוויילט צום סופרים קאורט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

:lol: :lol: :lol:

שוין לאנג נישט אזוי געלאכט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”