א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא' (זעקסטע פארזעצונג ארויף)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: א שפאנעדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פרעכטיג האט געשריבן:די שרייבסט מיט אלע טעמים!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

יעצט געליינט אלע פיר קאפיטל'ן און איין שאס!

נישטא קיין ווערטער.. מאסיוו! מאסיוו! מאסיוו!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ווי טאקע איז דער תבלין אנטרינען געווארן? כ'בין זייער נייגעריג וויאזוי די מעשה איז ווייטער געגאנגען.
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

ממוצע האט געשריבן:ווי טאקע איז דער תבלין אנטרינען געווארן? כ'בין זייער נייגעריג וויאזוי די מעשה איז ווייטער געגאנגען.


???????????????????????????????????????????????
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אנבעליוועבל וואס דער דעליווערט דא. די שפראך, זאפט, טעם.
קיפאפ קאמינג.
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2316
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: א שפאנעדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

תבלין כנגדו האט געשריבן:א שיינעם דאנק פאר די גינסטיגע פיעדבעק, נאך אביסל גייט מען אנהייבן רעדן ביזנעס, צעביסלעך.

We still waiting
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: א שפאנעדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
פרעכטיג האט געשריבן:די שרייבסט מיט אלע טעמים!
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

א דאנק אלע וואס פרעגן אן ווען עס קומט די המשך, איך האף אריינצושטיפן די וואך בעז"ה.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

תבלין כנגדו האט געשריבן:א דאנק אלע וואס פרעגן אן ווען עס קומט די המשך, איך האף אריינצושטיפן די וואך בעז"ה.

מיר מיינען נאר דיין גוטס! ס'טוט מיר מער וויי ווי... :lol: :lol:
כ'האב שוין מורא געהאט אז דו האסט געמאכט א בואו בשלום צום האטעל, מ'זאגט אז די בעטן דארט לאזן גוט שלאפן...

און ווידער א גרויסן דאנק! ;l;p-
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

תבלין כנגדו האט געשריבן:א דאנק אלע וואס פרעגן אן ווען עס קומט די המשך, איך האף אריינצושטיפן די וואך בעז"ה.

ווי לאקינג פארווערד
האסט א גוטן פעדער
חינוך האט געזיגט!
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

חלק ה'
די לאנג ערווארטעטע באזוך
די שחרית אין חב"ד נעמט קפיצת הדרכ'דיג שנעל, קיין שום זייגער אויפן וועלט קען נישט אפשטעלן די געלויף, מ'האט זיך שוין דערזען איינפאקן די טלית און אנהייבן מאכן פלענער פאר'ן טאג, ס'איז געווען ממש א מחזה הוד צו זען ווי די ארטיגע אידן לאזן זיך ארויס צו די ארבעט איש על מחנהו, געווען גאר מערקעוודיג צו זען א איד שוין א בן שבעים וואס גייט נאך אנגעקליידעט מיט די פארצייטישע ארבעטס קליידער, דער האט זיך מיט אן משונה'דיגע פרישקייט אריינגעזעצט אין פיקאפ טרעקל גרייטזאם צו גיין אויפפלאשן. וואס זאל איך צוואנציגער זאגן צו אזא פרישקייט.

אייביג פינקט אין אזעלכע צייטן ווען מ'דארף כאפן די באס כאפט מיר א פרומקייט זיך צו זעצן לערנען, געזאגט האב איך דעם חבר אז ער זאל גיין אפנעמען א דריטער יונגערמאן וואס איז געקומען צו פארן פון ניו יארק צום היינטיגע גרויסן טאג ווען מ'גייט איינמאל פאר אלעמען עפנען די שאפינג בעג און זען וועלכע מפטיר מ'האט זיך איינגעקויפט.
דער יעניגער וואס האט געמאכט די וועג פון ניו יארק איז געווען גאר פארמישט אין די גאנצע טרענזעקציע פראצעדור אצינד איז ער געווען באוויליגט צו קומען מסיים זיין די דבר מצוה און פארשטעלן די פראדוקט. דער שותף מיינער האט געמאכט די וועג צום לופטפעלד און אפגענומען דעם דריטן, איך האב מיר געזאלט זעצן לערנען אבער דער יצר האט מיר צוגעשיקט א בעל תשובה מיט וועמען מ'האט זיך אריינגעלאזט אין א געשמאקע שמועס.

ס'איז ממש מבהיל על הרעיון ווי דער עלטערע בחור שוין צוויי מאל ח"י האט אנגענומען א נייער לעבנס שטייגער "אין ניו ארליענס וואוינען שווערע טויזנטער אידן אבער מערסטנס ווייסן נישטאמאל פון חב"ד" דעקט ער אויף די טרויעריגע מציאות וואס הערשט היינט צווישן די פארווארפענע נשמות.

"ס'איז יא מער קאנסערוואטיוו געשטימט אבער ווייט נישט פרום און טראדיצינאל" הימל און ערד האבן זיך געזאלט צאמקומען ווען דער בחור'ל האט זיך ביי איין שבת דערזען אין חב"ד שטיבל און אזוי אנגעהויבן אנקניפן קשרים מיט די גוטע אידן און צעביסלעך געטוישט זיין מהלך החיים. נאר השי"ת האלט חשבון אויף די לעכטיגע אידן וואס זענען פארווארפן בארבע כנפות, דער בחור קומט טעגליך אין שוהל, שבת שלעפט ער זיך 45 מינוט צופיס, ער האט ווייט נישט געהאט קיין ערליכע חינוך אבער דער האט א זאפאס פון מסירות נפש, צום באוואונדערן.

א שאד די לופט פעלד איז אזוי נאנט, - ס'האט נישט גענומען קיין דרייסיג מינוט און דער שותף איז דא מיטן חבר, ערשטנס איז געווען א ווארעמע באגעגניש צווישן אידן פון אלע עקן וועלט וואס זענען זיך צונויפגעקומען תחת פונדק אחד און יעצט איז שוין טאקע צייט צו הייבן פיס און זיך ריקן אזא זיבעציג מייל ביז קיין בעטאן רודזש.

זאל די שאסיי צושניטן ווערן - א קלארע פסק וואס די עס יו ווי טרעקל האט ארויסגעגעבן, די שאסייען זענען נישט אזוי אנגעשטויסן, אפילו לאקעל אין ניו ארליענס האט זיך די קאר זעלטן אנגעשטאלפערט, אויפן שאסיי האבן זיך די וועגן נאכמער געעפענט און מ'האט זיך אנגעהויבן ריקן נענטער צום מולטי צענדליגער קאמפלעקס.

די שילדן אויפן שאסיי האבן נאכאנאנד געלאזט וויסן אז די סכום מייל וואס מ'האט נאך צו אניאגן ביז קיין בעטאן רודזש ווערט ווינציגער און ווינציגער, אזוי האט מען זיך געשלענגלט, מ'האט זיך פארשטייט זיך אריינגעלאזט אין א שיחת חברים, שווער צו געדענקען וואס גענוי מ'האט דארט דעבאטירט. איין מערקעוודיגע זאך איז געווען איבער די לענגסטע בריק איבער אמעריקא וואס געפינט זיך אין ניו ארליענס און עס טוט באהעפטן צוויי זייטן פון שטאט.

גוגעל האט באשטעטיגט אז די רעדע איז פון די Lake Pontchartrain Causeway וועלכע איז גאנצע 24 מייל לאנג, מיר האבן געהאפט צו אויספרובירן דעם בריק אבער למעשה איז נישט געווען קיין צייט אויף צו פארוויילן.

נאך אזא זעכציג מייל האט די וועג ווייזער צוגעוויזן דעם עקזיט ארויס און אזוי האט מען זיך אריינגעריקט אין די שטאט בעטאן רודזש וועלכע פארמאגט א שיינע באפעלקערונג פון איבער צוויי הונדערט טויזנט איינוואוינער. ס'איז נישט דוקא פון די בעסטע סארט עלעמנטן זיכער נישט אין געוויסע טיילן דערפון אבער דאך איז עס א שיין באוואוינטער שטאט.

מ'זעט נישט קיין גרויסע פראכטפולע געביידעס נאר מער אזעלכע קאלאניעל הייזער, אונז זענען גאנצע 5 מינוט אוועק פון אונזערע אפארטמענטס. עס הייבט אן ווערן אינטערעסאנטער צו ארויסקוקן פון פענסטער און באקומען א שמעק פון די לאקאלע אומגעגענט וואס האט א שטארקע דירעקטע השפעה.

די געגענט קוקט אויס צו זיין היפש ארעם אבער געלאסן, והנה אין אט אט, מ'מאכט די לעצטע רעכטס און אט זענען מיר דא, א שמאלע דרייוועי פירט אריין צו אונזער נכס.

די אויגן האבן זיך מיר צעעפנט ברייט, שוין אסאך זיך אומגעקוקט אויף די הייזער דארט אבער צום ערשטן מאל וואס מ'זעט דאס לעבעדיג. א שטיקל פחד האב איך געהאט צו ארויסקומען פון קאר, נאך אלע מעשיות רעדט מען פון א געגענט ווי די קרימענאלע ראטע שטייט דראסטיש הויך און איז פון די העכסטע איבער גאנץ אמעריקא.

אבער דאך גייט מען נישט פארבלייבן אין קאר, מ'האט זיך ארויסדערזען און אנגעהויבן ארומדרייען אויפן שטח כאדם העושה בתוך שלו, איך קען נישט לייקענען אז ס'איז געווען גאנץ א גוטער געפיל זעענדיג די מערערע געביידעס אין פארנט פון די אויגן אבער דאך איז עס געווען פארוויקלט אין מיסטעריע.

אויפן ערשטן בליק האט עס אויסגעקוקט נישט צו ווייט פון וואס מ'האט ערווארטעט, די געביידעס גאנץ בחסד, גראז געשניטן, מ'האט יא געזען די צוימען פון אלע זייטן האלב אויפגעריסן וואס אין אזא געפארפולע געגענט איז עס א גוטער צוים פון די וויכטיגסטע זאכן. אלטע צעקאליטשטע קארס זענען געליגן געדאמפט אין די זייטן.

די איינוואוינער האבן אויסגעקוט שוין נאכן רעטייערן, אלט מענטשן וואס ס'איז נישט געגאנגען גוט אפילו ווען זיי זענען געווען יונג אבער דאך האט זיך נישט ארויסגעוויזן קיין שום מהומה פאר די געסט אויף א וויילע.

נישט ווילנדיג אז די איינוואוינער זאלן זיך דערוויסן אז מיר זענען די אייגונטומער פונעם ארט האט מען זיך אידענטיפעצירט אלס א מעינטענענס גרופע וואס איז געקומען אבזערווירן די פראפערטי צו זען וויאזוי מ'קען פארבעסערן.

די ערשטע הילכיגע פראסק וואס מיר האבן געכאפט איז געווען די פאקט אז ממש צענדליגע דירות זענען געשטאנען ליידיג און פיסט, אנדערש ווי מ'האט אונז געהאט אנגעגעבן, מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו.

פארהאן א מנהג צווישן די פארקערטע פון ווייסע אז איידער מ'לאזט זיך ארויס פון א דירה נעמט מען ארויס יעדע לעבעדיג שטיקל און מ'מאכט זיכער אז די דירה זאל אפשטארבן אויפן פלאץ, ערשטנס צערייסט מען ווייערס, מ'צעהאקט קלאזעטס, מ'רייסט ארויס קארפעט, מ'ברעכט אראפ לעקטערס אא"וו, א שיינע פאר דירות אין וואס מיר האבן באטרעטן האט מען געטראפן אזעלכע מחזה נוראות.

וועל מיר ממשיך זיין בעז"ה..
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אוי אוי אוי
מ'האט זיך געבענקט...
א גרויסן דאנק!!
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

איך הייב שוין אן בייקומען רחמנות געפילן!

קיפ איט אפ!
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

תבלין כנגדו האט געשריבן:
פארהאן א מנהג צווישן די פארקערטע פון ווייסע אז איידער מ'לאזט זיך ארויס פון א דירה נעמט מען ארויס יעדע לעבעדיג שטיקל און מ'מאכט זיכער אז די דירה זאל אפשטארבן אויפן פלאץ, ערשטנס צערייסט מען ווייערס, מ'צעהאקט קלאזעטס, מ'רייסט ארויס קארפעט, מ'ברעכט אראפ לעקטערס אא"וו, א שיינע פאר דירות אין וואס מיר האבן באטרעטן האט מען געטראפן אזעלכע מחזה נוראות.
:lol: :lol:
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
אוי אוי אוי
מ'האט זיך געבענקט...
א גרויסן דאנק!!
גא"מ
מעכטיגע שריפט!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

תבלין כנגדו האט געשריבן:
אייביג פינקט אין אזעלכע צייטן ווען מ'דארף כאפן די באס כאפט מיר א פרומקייט זיך צו זעצן לערנען,
האבעך נישט געוואוסט אז ס'דא מענטשן וואס ביי זיי זעלבסט פאסירט עס, כ'האב אלעמאל געמיינט ס'געשעט נאר ביי אנדערע... :lol:
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2316
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

תבלין כנגדו האט געשריבן:

א שאד די לופט פעלד איז אזוי נאנט...
זיסע שפראך גיי אן
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

ישר כח תבלין פאר די הערליכע באשרייבונג!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער אינטרעסאנט,

א דאנק!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יישר כח @תבלין, איך פיל ווי איך פאר מיט מיט אייך! שרייב שוין ווייטער ווייל כ'בין אנגעצויגן
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

א געשעפט האב איך האט געשריבן:
תבלין כנגדו האט געשריבן:
פארהאן א מנהג צווישן די פארקערטע פון ווייסע אז איידער מ'לאזט זיך ארויס פון א דירה נעמט מען ארויס יעדע לעבעדיג שטיקל און מ'מאכט זיכער אז די דירה זאל אפשטארבן אויפן פלאץ, ערשטנס צערייסט מען ווייערס, מ'צעהאקט קלאזעטס, מ'רייסט ארויס קארפעט, מ'ברעכט אראפ לעקטערס אא"וו, א שיינע פאר דירות אין וואס מיר האבן באטרעטן האט מען געטראפן אזעלכע מחזה נוראות.
:lol: :lol:
שוין גארנישט קיין דזשאוק הונדערט פערצענט אמת!

----
ש'כח פארן גיין ווייטער.. מהאמיר שטארק הנאה.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

אה, ב"ה נאך א פארזעצונג, ישר כח פארן ממשיך זיין - מיר ווארטן אויף ווייטער מיט שפאנונג!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1446
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

שכח, קיפ איט אפ
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
ומגביה שפלים
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 11:06 pm

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ומגביה שפלים »

וואף! יעצט דורכגעליינט אלע קאפיטלעך.

עמיר ווארטן אויףן פארזעצונג
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

@תבלין טייערער, מיר האפן אלץ גייט כשורה דארט אין לואיזיענע....
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”