ווילסטו זיין א ביליאנער?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווילסטו זיין א ביליאנער?

יא
129
68%
ניין
61
32%
 
סך הכל שטימען: 190

בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

היסטאריש האט געשריבן:נאופ. כ'דארף נישט ביליאן. אן אפענעם קארטל איז גענוג, אנע לימיטס.
די ווארט איז נישט ביליאן. כ'וויל אלעס קענען האבן..

צו דיין שפעטערע שאלה וועלכע איז ענדערש.
אויב האט מען וואס מ'דארף, וואס איז די חילוק?
אבער לכאורה דארפן ווייניגער איז בעסער..

עניוועיס ש'כח פארן שיינעם אנאליז

די חילוק גייט כאפן ביי די וואס זענען נישט קיין עשירים און ווילן זיין עשירים....

אבער אין אמת'ן, דאס דארף מען נישט זאגן אז 'מרבה נכסים מרבה דאגה' און אז מאסיווע עשירות ברענגט דאס פונקט פארקערטע פון רואיגקייט און צופרידענקייט. עס ברענגט סטרעס, אנגעצויגענקייט און אפילו דעפרעשאן, דו ווילסט נישט וויסן וויפיל עשירים לעבן אויף די סחורה....

מיין עיקר ציל איז געווען אנצוקוקן די נושא פון א פרישע ענגל, נישט אז עשירות האט אויך חסרונות און סייד עפעקטס, נאר אז די עצם קאנצעפט פון עשירות איז א באלאן, ווייל די דורכשניטליכע מענטש קען צוקומען צו דעם עושר'ס ציל סאך גרינגער און ביליגער!

פארשטייט זיך אז איך רעדט נישט פון זיך מוטשען פאר פרנסה, איך רעדט פון איינעם וואס מאכט גאר שיין פרנסה ווערסוס די אסטראנאמישע עושר.
אוועטאר
פלעגט גיין שלאפן פרי
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 4:15 am

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעגט גיין שלאפן פרי »

יאפ אונזער עולם פארשטייט צי געלט
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:צ/ק
ניין.

כ'זעה דאך שוין אויף דיין נאמען...

די חילוק פון לעבן בעל הבעטיש און באקוועם ביזן זיין א מיליאנער, איז נאר דאגות.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3357
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

ווער עס איז א ביליאנער
"פארשטייט נישט "
צו קיין געלט
קוים וואס ער לעבט
פרעגט זיין פיסכיאטער
סה"כ ענק זאלן אויסגיין פאר קנאה
פאקט!
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

פלעגט גיין שלאפן פרי האט געשריבן:יאפ אונזער עולם פארשטייט צי געלט

וואס ביסטו אזוי פריילעך דערמיט?...
דאס איז די שיינקייט פון כלל ישראל מיט וואס דער אייבערשטער איז זיך מתפאר אז זיין הייליג פאלק פארשטייט צו געלט?

אויב עפעס: אידן פארשטייען צו אמת, זיי זוכן אמת'ע און טיפע גליק! און צומאל רעדן זיי זיך אפשר איין אז די געלט גייט זיי עס ברענגען, עפעס וואס די פאקטן אויפן שטח צייגן אז נישט
אוועטאר
פלעגט גיין שלאפן פרי
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 4:15 am

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעגט גיין שלאפן פרי »

צדוק האט געשריבן:
פלעגט גיין שלאפן פרי האט געשריבן:יאפ אונזער עולם פארשטייט צי געלט

וואס ביסטו אזוי פריילעך דערמיט?...
דאס איז די שיינקייט פון כלל ישראל מיט וואס דער אייבערשטער איז זיך מתפאר אז זיין הייליג פאלק פארשטייט צו געלט?

אויב עפעס: אידן פארשטייען צו אמת, זיי זוכן אמת'ע און טיפע גליק! און צומאל רעדן זיי זיך אפשר איין אז די געלט גייט זיי עס ברענגען, עפעס וואס די פאקטן אויפן שטח צייגן אז נישט

ווי האסטו מיך געזען פרייען ?
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

אגב, ווילן זיין א ביליאנער אי טי סי, קען מיינען אז דער מענטש וויל זיין פארזיכערט אז ער האט שוין געלט פאר זיין גאנצע לעבן, מער דארף ער נישט צוקומען צום אייבערשטן און צו תפלה, ער איז שוין מסודר אן דארפן ווארטן אז דער אייבערשטער זאל אים העלפן ח''ו

אונז דארפן זוכן צו זיין אנגעוואנדן אינעם אייבערשטן, און אוודאי זאל אונז דער אייבערשטער טאקע געבן יעדעס מאל וואס מיר בעטן אים שנעל און געשיקט

אבער נישט זוכן צו אנטלויפן פון די געפיל אז דער אייבערשטער געט מיר אלעס און איך פארלאז מיר אויף אים כגמול עלי אמו ווי א קינד איז פארזיכערט ביים טאטע
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

פלעגט גיין שלאפן פרי האט געשריבן:ווי האסטו מיך געזען פרייען ?

פארשטאנען אזוי פונעם אויסדריק

אמטשולדיג פארן נישט ריכטיג אפטייטשן
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3357
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

נאך א נקודה
קיינער לעבט נישט היינט באקוועם

עקזעסטירט מער נישט אזא פרעדאקט
מיט גרויס געלט מיט קליין געלט

רוב וועלט לעבט אין הוילע פאנטאזיע'ס
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

איך האב גראדע אמאל געליינט א גאנצע באשרייבונג פון א מולטי ביליאנער וואס האט געהאט אלעס אין דער וועלט אבער נאכדעם זיך פארעקלט דערפון און געזען ס'גארנישט דא דארט, ער צולייגט עס אין די לענג און אין די ברייט און ברענגט ארויס די שקר דערפון מיט אלע סארט אויסדריקן און לשונות, ממש מתוק מדבש


דא האט איר א לינק דערצו בחינם, אדער דא
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

פלעגט גיין שלאפן פרי האט געשריבן:יאפ אונזער עולם פארשטייט צי געלט

ס'איז מער אז דער עולם האט ארויס די נושא און פארשטייט אז די ווארט איז נישט צו די מאכסט פופציג טויזענט דאללער א יאר צו צען ביליאן דאללער א יאר די עיקר איז ווי צופרידן די ביזט.
אין מאגן ברענט א פייער קיין טאמס קען עס נישט פארלעשן
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:נאופ. כ'דארף נישט ביליאן. אן אפענעם קארטל איז גענוג, אנע לימיטס.
די ווארט איז נישט ביליאן. כ'וויל אלעס קענען האבן..

צו דיין שפעטערע שאלה וועלכע איז ענדערש.
אויב האט מען וואס מ'דארף, וואס איז די חילוק?
אבער לכאורה דארפן ווייניגער איז בעסער..

עניוועיס ש'כח פארן שיינעם אנאליז

די חילוק גייט כאפן ביי די וואס זענען נישט קיין עשירים און ווילן זיין עשירים....

אבער אין אמת'ן, דאס דארף מען נישט זאגן אז 'מרבה נכסים מרבה דאגה' און אז מאסיווע עשירות ברענגט דאס פונקט פארקערטע פון רואיגקייט און צופרידענקייט. עס ברענגט סטרעס, אנגעצויגענקייט און אפילו דעפרעשאן, דו ווילסט נישט וויסן וויפיל עשירים לעבן אויף די סחורה....

מיין עיקר ציל איז געווען אנצוקוקן די נושא פון א פרישע ענגל, נישט אז עשירות האט אויך חסרונות און סייד עפעקטס, נאר אז די עצם קאנצעפט פון עשירות איז א באלאן, ווייל די דורכשניטליכע מענטש קען צוקומען צו דעם עושר'ס ציל סאך גרינגער און ביליגער!

פארשטייט זיך אז איך רעדט נישט פון זיך מוטשען פאר פרנסה, איך רעדט פון איינעם וואס מאכט גאר שיין פרנסה ווערסוס די אסטראנאמישע עושר.

נעוואדע. איזהו עשיר זאגט דאך שוין די משנה..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

פוילער האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:צ/ק
ניין.

כ'זעה דאך שוין אויף דיין נאמען...

די חילוק פון לעבן בעל הבעטיש און באקוועם ביזן זיין א מיליאנער, איז נאר דאגות.

מרבה נכסים מרבה דאגה
אין מאגן ברענט א פייער קיין טאמס קען עס נישט פארלעשן
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:פיינע אנליז דאס .

די סיבה מענטשען ווילען א ביליאן, איז נישט ווייל ער דארף די געלט פאר זיין שוואולטאג, ווארום מיט צוואנציג דרייסיג רינדיכיגע מעלאנעס קען ער זיך נאכגעבן סיי וועלכע תאוה שבעולם. צי חולמען און געדענקען

א ביליאן דארף מען פאר פאוער, און קאנטראל, א גוי קען קויפען טוויטער און אנדערע קאנטראל געצייג, א איד קען מישן די טאפ און גרויסע חצירות און ארגענעזאציעס. זיין ווארט איז א ווארט, גרויס קהל רעכנט זיך מיט אים שטארק.
שמעקט אים עפעס נישט עפענט ער אייגענס מיט א בלינק פון אויג, ער וויל זיין און קאנטראל אויף גרויסע זאכן.
אדערווייז פארוואס דארפסטו ביליאן? וועלכע צוועק שבעולם?

ס'רעדסטע?

א צען מיליאן קלעקט נישט אויף קויפן הייזער פאר זיך מיט די קינדער...............

א 100 מיליאן קען א אידיש קינד אויסגעבן אין אן אויגנבליק, צען אויסגעצאלטע הייזער (פאר זיך מיט די קינדער) = מינימום 20 - 30 מיליאן
א גרויסע קאר (+געז......) ועוד ועוד...
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

זייער שיין צולייגט!



אבער איך וויל נאכאלץ האבן א ביליאן אין באנק!!!
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

Wow a1 האט געשריבן:ניין.

איך בין אקעי מיט 300 מילאן, מער פון דעם מאכט שוין סאם קאפ-וויי.

מיט די היינטיגע אינפלאציע…. ברויכסטו כאטש 500..
אוועטאר
פעטע פישל
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2022 7:40 pm

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטע פישל »

ווי באקומט מען עס?
א גריס פונעם לויתן
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

:lol:
הקולמוס שלי האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
j718 האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:אין א זייטיגע נאטיץ, דשעף בעזאס און אילאן מאסק וחבריהם קענען נישט הנאה האבן פון זייער גאנצע געלט אפילו זיי ווילן! די רגע זיי נעמען זיך איינקעשן זייערע סטאקס טראסקעט די פרייז.

איך וויל זיין א עכטע בילינער, מיין בענק עקאנט זאל האבן ביליען דאלער

כ'מיין אז די גרעסטע קעש עושר האט אינגאנצן געציילטע הינדערט מעלאונעס. זאגסט אז דו וועסט אים איבערשטייגן? פארגעס אבער נישט פון דיינע גוטע פריינד פון אייוועלט...

וויאזוי זאגט יענער… איך פארגעס נישט פון מיינע אלטע חבירים… נייע?? דאס שוין נישט!
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

גאר א גוטע אנאליז!
איך האלט אז רוב אמעריקאנער פארשטייען אז דער וואס האט אביסל אדער אסאך מעלאנעס איז סאך מער העפי ווי די ריזיגע ביליאנערן
וועגן דעם איז מיין שטומע אויך געווען ניין (אבער פארשטייט זיך נאר אויב אנשטאטס דעם באקום איך א נומבער וויפל איך וויל יא)
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

מיט א בילאן דאללער איז די לעבן קיין לעבן, מען לעבט אין פחד פון גנבים/רוצחים, פחד פון פארלירן די געלט, פחד אז איינער וועט מיר איבערשטייגן, פון פארלירן מאכט וכו'. מען לעבט פאר יענעם, מען ווערט א פאבליק פיגור און מען פארלירט די גאנצע פריוואטקייט וכדו'.

אפאר מיליאן איז פונקט גענוג.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

אחת ואחת האט געשריבן:מיט א בילאן דאללער איז די לעבן קיין לעבן, מען לעבט אין פחד פון גנבים/רוצחים, פחד פון פארלירן די געלט, פחד אז איינער וועט מיר איבערשטייגן, פון פארלירן מאכט וכו'. מען לעבט פאר יענעם, מען ווערט א פאבליק פיגור און מען פארלירט די גאנצע פריוואטקייט וכדו'.

אפאר הונדערט מיליאן איז פונקט גענוג.



גא"מ!!

קוקט אייך ארום אויף די ביליאנערן וועט איר אלעס פארשטיין. אויסגעלאשענע קראנקע נפשות אן קיין טאג אדער נאכט.
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

צ"ק

כבין שוין!
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

א געשעפט האב איך האט געשריבן:צ"ק

כבין שוין!

נעמט נישט אוועק פון די פראגע, דו ווילסט זיין א ביליאנער?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: ווילסטו זיין א ביליאנער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
א געשעפט האב איך האט געשריבן:צ"ק

כבין שוין!

נעמט נישט אוועק פון די פראגע, דו ווילסט זיין א ביליאנער?

פונקט פארקערט! חברה, אונז האבן דא לייוו א חבר אונזערע וואס איז א ביליאנער! לאמיר הערן, אז איר האט, וואס האלט איר? גיבט איבער פאר די צוהערער...
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”