אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאלעוויצקי
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:25 pm

אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאלעוויצקי »

מען דרייט און דרייט און דרייט און מען ווערט שוין שיעור נישט צעדרייעט.
...
"יאנקי, א חסידישע אינגל קומט מיט געקראזלטע פיאות" פרוביר איך אויפצוקלערן מיין אינגל וואס שטייט פאר'עקשנ'ט אז ער האט שוין מער נישט קיין נערוון צו דרייען און דרייען זיין פיאות ווען ער קומט סיי ווי אין ערגעץ נישט אן. וואס זאל איך טון דא מיט אים?. אפאר פראסקעס וועט העלפן מיינסטע?, אבער עס איז קעגן די "היינטיגע חינוך", האסטו געהערט א מעשה; ווען איך בין געווען א קינד בין איך געגאנגען מיט צעפלאטשקעטע פיאות פון די פעטש וואס איך האב געכאפט, און מיינע קינדער גייען מיט צעפלאטשקעטע פיאות ווייל זיי כאפן נישט קיין פעטש?!?

שוין, איך בין א עובד עצות. מען דארף איינמאל פאר אלעמאל צוזאמדרייען די פיאות! איך רוף אן מיין פסיכאלאג א פארלוירענער "איך ווייס נישט וואס צו טון, איך קען אזעלכע קינדער נישט מחנך זיין!" מיין פסיכאלאג איז א געלונגענער, ער דרייעט מיטן בארד, און הערטס א ווארט פון א קלוגע איד "גיי צום פיאות קרייזלער אויף העיווארד סטריט". איך זאג ענק איך האב באמת געזען שטערנס. וואס טוט מען אבער נישט צו האבן ריינע דורות. נו, געזאגט ווי געטון באלד האב איך באשטעלט אן אַפּוינטמענט, און די קומעדיגע פרייטאג האלב נאך איינס גייט מען אי"ה גיין צו די… פיאות קרייזלער אויף העיווארד סטריט.

(טייערע בארא פארקע אידן, טייערע מאנסי אידן, און טייערע לעיקוואד אידן, און אזוי ווייטער, איך בין אייך פשוט מקנא אז איר ווייסט נישט פון וואס איך רעד אבער דאס איז דער ביטערע מציאות, אין וויליאמסבורג עיר הבירה - מיין היימשטאט - צווישן די הייזער אויף העיווארד סטריט איז דא נאך א צושטופטע הויז ווי דארט קען מען גיין מאכן א "PERM", אט אט וועט איר שוין געוואויר ווערן וואס דאס איז).



עס איז פרייטאג איינסע צייט. איך לויף שנעל אין גראסערי צוזאמקויפן אפאר נאשעלעך מיט א סאדע אז דער תינוק שנשבר זאל האבן אויף וועם זיך צו פארלאזן אין זיין איינזאמער מצב אינעם ווארט צימער. איך לויף אהיים און איך כאפ מיין אינגל און איך לויף כאפן דעם אפוינטמענט.

איך קום אן צום אדרעס און דער גערוך - כ'מיין גליק האט מיר באטראפן. איך נוץ מיין רעקל אלס מיין שוץ פאנצער אז דער שרעקליך אנשטעקיגער גערוך זאל נישט ח"ו אוועק'הרג'ענען מיינע קישקעס, קיין תכלית אבער אזוי איז נישטא, דעריבער געוואוין איך מיך צוביסלעך צו צום ריח ניחוח, און איך פיר מיין זון אריין אין (באד) דעם בנין. אן אויסגעלאשענעם לאמפ באשיינט דעם ווארט צימער, און א גרופע פון קינדער וועלכע האבן שוין געזען בעסערע צייטן זיצן און שפילן זיך ארום ביינאזאם. עס געפינט זיך דארט א קאלעקציע פון די וועלטס עלטסטע ליין מאטריאל, א וואונדער אז די אמעריקאנע היסטאריקער האבן זיך נאכנישט דערוואוסט פון אט דעם אוצר.

און אט דער עלטער עלטער באבע איז דא, עס איז מיר א וואונדער אז זי לעבט נאך, זאל זי טאקע דערלעבן משיח'ן, וואס גייט עס מיר אן. זי בעט דעם נאמען און געבט א בערך'דיגע צייט ווען מען וועט אונז צורופן. פונקטליך 15 מינוט נאכן בערך'דיגן צייט ווערן מיר צוגערופן. "גערודער" הערט זיך יאמערן א געשטיקטע קול. און ווי שאף צו די שחיטה געב איך איבער מיין זון אין די הענט פונעם קרייזלער, צו מיין מזל, איז דאס טאקע געווען דער מאן, און ער הייסט מיין יעקל זיך זעצן.

מיין יענקל פרובירט זיך אראפצוזעצן און כאילו ס'פעלט אונז צרות איז ער צו נידעריג, און ער גרייכט נישט דעם ספעציעלן קראן. שוין, דער פיאות קרייזלער איז א מלומד אין דעם געביט, ער נעמט אפיר צוויי דריי אויב נישט פיר "ביזנעס דירעקטאריס" וואס דאס - ווי נישט באקוועם עס זאל נאר זיין - וועט דארפן דינען ווי דעם בענקל.

אזוי צוקוקנדיג צום גאנצן פראצעדור איז מיר שיעור נישט געקומען טרערן, די פיין און צער וואס די קינדער גייען נעבעך אריבער אונטערן שטראם פון שלויך איז אומדערטרעגליך ממש, פרוביר דיך אריינצולייגן אין א אזא מצב. א נאסע-קלעבעדיגע האנטוך ארום דעם האלדז, א שמאטע אויף די אויגן, און הארטע ביכער פון הונטער די פיס, און דאס איז אויסער די לוילעך וואסער וואס איז נישט אהער און נישט אהין און באשפריצט נישט נאר זיין קאפ נאר אויך זיינע בגדים און זיין בלינקעדיגע אויגעלעך. וואס זאל איך ענק זאגן, עס דערמאנט מיר פון א דענטיסט.

נאך א שיינע פאר מינוט אנוואסערן יאנקעלע'ס קאפ - וואס האט שוין שטארק אנגעהויבן וויי טון יעצט, האט זיך דער קרייזלער דערמאנט פארוואס אונז זעמיר געקומען, נישט פאר קיין עקסערעי, און נישט פאר קיין שויער, מיר זענען דא פאר א פערם... און ענדליך נעמט ער זיך צו דער עבודה, ער נעמט ארויס פון שאפע יעדע מין ריח ארויסגעביגע זייף וואס איז נאר דא צו באקומען אויפן גלאטן מארקעט און אויפן שווארצער מארקעט. יאנקעלע טרייסלט אווועק ווען די פריזינג קאלטע זייף צעשפרייט זיך אויף זיין קאפ. און א שטארקע געשריי וואס לעכערט מיינע אויערן לאזט ער ארויס ווען מען דרייט ארויף זיינע פיאות אויף אזעלכע דינע מאדנע קליינע שטעקענעס און עס איז בטעות געשלעפט געווארן אביסעלע צו שטארק. ענדליך מען איז פארטיג מיט דעם ערשטן שטאפל, יאנקעלע זעצט זיך אויף און אטעמט אפ.

יאנקעלע קוקט אויס ווי א האן פון די בני אדם, דאס איז נאך בעפאר מען האטו ארויפגעלייגט דער מאדנער פלאסיק אויפן קאפ, וואס דאס האט אים ממש געשיקט צו א משוגעים הויז. פון אלע זיינע זייטן טראפן קלעבעדיגע זייף, און ער ווישט זיי אפ מיטן שוין יעצט שמוציגן האנטוך. ער פרעגט מיט תמימות ווי לאנג וועל איך דארפן ווארטן? "בערך א שעה".

"וואס?!", און דאס איז נאר די בערך, קענסטעך פארשטעלן… שוין, נישטא וואס צו טוהן סיי ווי, איך קען דאך אים נישט אהיימנעמען אזוי… בין איך ווי א געפאנגענער געבליבן מיט מיין זון אינעם ווארט צימער. איך זאג איך האב מיך געשפירט ניטאמאל ווי צוויי צענט. דער איינציגסטער טאטע אינעם גאנצן געגענט… "א טאטע מאכט א פערם" האב איך געהערט ווי א זיס אינגל חוזק'ט אפ פון מיר צו זיין ברידער אנווייזנדיג מיטן פינגער אויף מיר… (כדי איך זאל קענען זען פארשטייט זיך). יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס מיין בחור וויל בשום אין אופן נישט מאכן קיין פערם, אפילו זיין פיאות איז מער א מאפ ווי א בעזעם, "טאטעס מאכן נישט קיין פערם". נאר וואס דען?, זיי דארפן גיין מיט צעלאטשעטע פיאות?.

שוין וואס איך האב געטון אין די שעה האט שוין ר' ארי אבראמעוויטש געשריבן פורים אין די שטיבל (א בליק). נאך דער גאנצער שעה, האט ער געגעבן א קליינע בליק אויף מיין זון אין אים באלד דיאגנאזירט צו ווארטן נאך פינף און צוואנציג מינוט, א ברירה האב איך...

ענדליך נאך פינף און צוואנציג מינוט רופט ער מיך צו און מאכט ענדליך די לעצטע פאר דעטאלן, און נעמט אראפ די שרעקליך מאדנע חפיצים פון זיינע האר. א שמייכל האט מיין זון ארויסגעלאזט קוקנדיג אין שפיגל ווי זיינע האר זענען אזוי צעקראזעלט ווי אן אראבער… ער האט אנגעהויבן שפילן א שפיל "באדינער!" האט ער אויסגעשריגן, און זיך באלד צעלאכט, און דא גייט מען שוין צוזאמדרייען די פיאות. יאנקעלע זעצט זיך ארויף אויפן דרייעדיגן בענקל און הויבט אן נאכמאכן זיין רבי. דערנאך נעמט ער זיך דרייען די בענקל שנעלער און שנעלער, ווען דער קרייזלער קומט צו לויפן אים אפצושטעלן צו צוריקהאלטן ערנסטע שאדנס.
נאך דריי מינוט רופט זיך דער קרייזלער אן "שוין, געענדיגט".



יאנקעלע קוקט ארום ווי א ניי געבוירן קינד, ער שפירט ווי א מיליאן דאלער, ער איז ממש א חתן בחור, הערליכע לאקן האט ער זיך געשאפט, איך נעם אים ארום, מיין ניי געבוירן קינד "יאנקעלע" וועלן מיר דיר רופן. זאג איך אים ציניש. קום אהיים שעפעלע, לאמיר דאס ווייזן פאר מאמי.



פארוואס אבער דארף אזא האלזונג בלויז פארקומען נאך אזא נידריגע דורכגאנג?
לעצט פארראכטן דורך מאלעוויצקי אום מאנטאג יוני 27, 2022 4:49 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צוקערדיג באשריבן...

גראדע גלייך איך דעם גערוך און ס’בענקט מיר ווען איך האט געהאט מיין קעפעלע אינעם ספעציעל סינק..

שוין, בטעם וריח אין להתווכח אבער א שריפט האט איר א גוטן איז הכל מודים.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol: :lol:
העי! א נייער חברה'מאן....

זעהט גראדע נישט אויס ווי קיין בעגינער....

זעהט אויס ווי ער טויגט, ס'זעהט אויס ווי ער האט זיך גענומען אויף די וועלט'ס פראבלעמען, ווארט מיר נאך אויף זיין מקווה ארטיקל.....

עניוועיס .... וועלקאם, שפיר דיר היימיש!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- :lol: :lol: :lol:

כ'מיין דאס קינד וואלט שוין ענדערשער געקליבן דיין ערשטע אפציע..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מאלעוויצקי
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:25 pm

Re: אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאלעוויצקי »

אוראייניקל האט געשריבן:;l;p- :lol: :lol: :lol:

כ'מיין דאס קינד וואלט שוין ענדערשער געקליבן דיין ערשטע אפציע..

ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט 'מיר' אויך טאקע גרינגער געווען די ערשטע.

אבער, לדאבונינו. וועלט איז נישט "..." און קינדער דארפן זיין "ביוטיפעל".

אז דו ווייסט נישט פון וואס איך רעד, פרעג דיין מדברת.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

איי דערמאנסט מיר קאשמארן... א טאג פאר ערב ראש השנה האט מיין חשובע מוטער אויסגעקליבן אלץ דעם גורל'דיגן טאג
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

יאנאש האט געשריבן:צוקערדיג באשריבן...

גראדע גלייך איך דעם גערוך און ס’בענקט מיר ווען איך האט געהאט מיין קעפעלע אינעם ספעציעל סינק..

שוין, בטעם וריח אין להתווכח אבער א שריפט האט איר א גוטן איז הכל מודים.

מיין דורכגאנג איז נישט געווען אזוי געפערליך א האלבע שעה אין פערטיג…
אההה… די שיינע געקראזעלטע פיאות נאכדעם הע… ווער קען זיך דאן אריין לייגן אין מיין שוך?
יישר כח גוט געשריבן!
אה פאר איך פארגעס שלום עליכם!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

שלום אליכם טייערע חבר, ס'פריידט מיר שטארק דיין אנקום אהער, ווארום דו שרייבסט גוט...
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
אבי דוד
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2022 5:52 pm

Re: אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי דוד »

זייער שיין באשריבן דארפסט וועין שרייבן מער אפט
דא האט איר וואס ספעלט איר קענט דאס לייגן וואו איר ווילט לויט אייער געשמאק
,,,,,,,,,,,,,,,,,,,................."""""""""""""""???????????????????!!!!!!!!!!!!!!!
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

גוט געזאגט, וואויל געזאגט...

ביינונז פלעגט מען עס רופן א פורים...
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

איך האף אז מען וועט הנאה האבן


אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.pdf
געמאכט נאך בעפארן ליינען די אינהאלט
(76.1 KiB) געווארן דאונלאודעד 33 מאל
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

בברררר....
א שרעק וואס דארט גייט פאר אינעם פורים צימער
צו מיין גליק האב איך קיינמאל געדארפט אהינגיין כ’האב גארנישט געוואוסט וואס איך פארדין..

א דאנק אייך @מאלעוויצקי פאר דעם שיין געשריבענעם רייך אויסגעדמיונ’טער ארטיקל
אז אייער ווילן וועט אייך ערלויבן נאך אזוינע וועלן מיר שטארק הנאה האבן
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

מיין מאמע האט קיינמאל נישט געוואלט מאכן קיין פערימס ביי די ספעשיל פלעצער וועגן א פרוי מאכט עס. זי פלעגט עס אליין מאכן. האב איך טאקע אלץ געהאט גראאאאדע ציפלויגענע קאליר געטשענשטע (פין די אלע קעמיקעלס וואס זי פלעגט ארויף לייגן) פיאות!
איך בין נאך שיעור טראמעטייסט פין דעמעלעץ…
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

גוט געשריבן!
מיין מאמע זז"ג האט מיר באזארגט דערמיט.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: אינעם שאטן פונעם פיאות קרייזלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
זייער הנאה געהאט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”