דער אריה איז אויס במסתרים?!?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אריה במסתרים
- שר מאה
- תגובות: 150
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am
דער אריה איז אויס במסתרים?!?
הערט מיר אויס טייערע אידן, זעצט אייך אנידער און לאמיר זיך אביסל אויסשמועסן. געווענליך שרייב איך מער הומאריסטיש, אבער דא רעדט מען פון גאר אן ערנסטע נושא, וההכרח לא יגונה ולא ישובח.
אום אקטאבער פארגאנגענע יאר בין איך ארויפגעקומען אויף אייוועלט, א ניק אריה במסתרים, א לייב אין די באהעלטעניש פאר ווער ס'ווייסט נישט קיין טייטש, און כ'האב פרובירט צו דערפרייען אידן מיט ארטיקלן דא דארט.
אסאך וואסער פול מיט שמוץ איז געפלאסן אינעם האדסאן, גאלאנען טשולנט איז ארויס פון גריל אן לי, און ימ'ען קאוק זענען שוין געטרינקן געווארן, שטייצעך מיט א הכשר.
דרייצעך א וועלט, דער האט חתונה, דער גט זיך ליידער. דער ווערט אן עושר און דער שפילט עושר, און דא אויף אייוועלט אויך, דער ווערט ב'גילו'ט, דער עפענט א נייע ניק, און דער ווערט פארשפארט צוזאמען מיט אלע זיינע קינדער און רינדער.
ס'איז געקומען די צייט פארן לייב ארויסצוקומען פון די באהעלטעניש. איך וויל נישט, כ'האב אבער נישט קיין ברירה.
וואס האט פאסירט? זעצט אייך אנידער, הערט אויס. פארגאנגענע וואך, איין טאג איז עס געווען, א נארמאלע טאג, די מקווה איז געווען שמוציג, דער בעל תפלה האט געשלעפט, אלעס איז אנגעגאנגען, כ'האב באקומען טשערידי לינקס און כ'האב געקייט אן אייער שפייז.
באשלאסן האב איך צו כאפן א בליק אויף מיין קאמפיוטער, גארנישט האט מיר נישט פארגעזאגט וואס עס קומט, קיינער האט מיר נישט אנגעגרייט אויף וואס עס ערווארט מיר.
אזוי כאפענדיג א בליק אויפן קאמפיוטער זעה איך א קליינע מעלדונג, בכלל נישט גרויס, אבער אזוי ריזיג. איך גלאץ אריין אינעם געדעמפטן חלל אריין, מיין בליק פארט פון קאמפיוטער צו מיין האנד, און א שוידער איז א דורך מיינע ביינער.
וואס איז געשטאנען דארט? נישט מער און נישט ווייניגער, די אמעריקאנער רעגירונג האט באשלאסן צו פארבאטן דזשועל. יאפ אזוי ווי איר הערט. דזשועל איז די פראבלעם אין אמעריקע. מ'גייט עס פארבאטן. נישט אונטער מיין זייגער.
רוצחים אנטיסעמיטן. אומפארשעמטע מענטשן פרעסער און קאניבאלן. הזדעזו ארץ.
הערט מיר אויס ביליגע אמעריקאנער רעגירונג, טערעסירט מיר נישט גארנישט, מיינע רעכטן וועט איר מיר נישט צונעמען. נאו דזשועל נאו פיס! נאו פאדס נאו הענט! ווי וויל רייאט או דע סטריעטס! ס'קומט זאכן וואס איר האט נאכנישט געזעהן.
דער לייב איז ארויס פון די מסתרים. מ'וועט פאררופן מאסן דעמאנסטראציעס, מ'וועט ראיאטירן אין די גאסן און ווילדעווען אין די מאסן! סטעמירגעזענהאזאנס??? מ'גייט מיר פשוט און פראסט צונעמען מיינע ג-ט געגעבענע קאנסטיטוציאנאלע רעכטן? ניין מיט אן אלף. איר קענט פרובירן, גוד לאק.
איך ארבעט צו אויפקומען מיט א גרויסע עי-אר פיווצן ביקס וואס מ'קען אויך אריינלייגן דזשועל פאדס, דאס וועלן די צודרייטע פערדן זיכער נישט פארבאטן... אבער אויף דערווייל, כ'בין ענק נישט מקנה.
רוף איך דא צו אייך מיינע טייערע ברודער, לאמיר זיך נישט לאזן פון די רשעים, מיר וועלן זיי צייגן וואס עס פאסירט ווען זיי נעמען צו אונזערע סאמע וויכטיגסטע רעכטן.
קיין מאסקיטא וועט נישט ארויסגיין אומגעשעדיגט און קיין מוריטשעקע וועמיר אונז נישט איבערהיפן. ס'קומט מאוסטלי פיעספול פראטעסטן.
און צו די עף בי איי, סי איי עי, מארשאלס, פאליציי, טרופערס, ען עס עי, ען קא ווע דע און אלע אנדערע באנדיטן, פרובירט נאר. איבער אונזערע קאלטע פינגער.
למעשה האב איך מיך דערמאנט אז כהיום וואוין איך שוין אין אוגאנדע, פאר ווער ס'ווייסט... סאו מקענסל מיר די גאנצע מצב...

מרחוק השם נראה לי
- enjoy
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6610
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
- לאקאציע: אייוועלט.קאם
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
יוי ביסטו גוט..
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
טאטע זיסע!!
מיטן אזא ערנסטקייט ווער דארף נאך הומאר...
- יקוש פייוויש
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6651
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
אוגאנדא… הלואי..
- דרייטצעך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6224
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
דארפמיר נאך אפאר אזעלכע געזעצן ארויסצושלעפן דעם לייב פון די גלייזן, גאו אן!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!

- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15470
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
ערענסט איט איז...
גינגאלדענע אוגאנדישע פעדער דער אנטפלעקטער לייבל, שכוח.
גינגאלדענע אוגאנדישע פעדער דער אנטפלעקטער לייבל, שכוח.
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
אידישליך האט געשריבן:אידישליך האט געשריבן:די FDA האט היינט אפיציעל פארבאטן Juul צו פארקויפן זייערע פראדוקטן אין אמעריקע, און פארארדענט אראפצונעמען אלע זייערע פראדוקטן פון די געשעפטן.
א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט צייטווייליג בלאקירט די פארבאט וואס די FDA האט ארויפגעלייגט אויף Juul צו פארקויפן זייערע פראדוקטן אין אמעריקע.
דער לייבל זאל זיך נאר נישט צוריק אריין גיין אין לעכל מיט זיין דזשול
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
אייביג געהאט א חשד אז ער איז עס
שטעלט זיך ארויס אז נישט....
א דאנק פארן געשמאקן הומאריסטישן ארטיקל
שטעלט זיך ארויס אז נישט....
א דאנק פארן געשמאקן הומאריסטישן ארטיקל
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17814
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
צ/ק
דער לייב קומט ארויס פון באהעלטעניש?!
איים אוט...
דער לייב קומט ארויס פון באהעלטעניש?!
איים אוט...
- דער הימלישע איד
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7313
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
- לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
קוקוריקא...
די האסט מיר כמעט פארפעלט א קלאפ אין מיין הארץ...
אייזן שטארק ווי לאוו איט

מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
- שלמה מולכו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4214
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
- לאקאציע: אין פעלד
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
פון רעמסס קיין ניו יארק
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.

- מיניטשער וועלט
- שר האלפיים
- תגובות: 2427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
דזשול איז ממית ומחי-ה מיר וועלן זיך נישט לאזן !!
ארי-ה כ'האב געציטערט אז דא קומט שוין נאך א קאמפיין אבער האסט מיך איבערראשט

- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4023
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
אזוי במסתרים'דיג גילוי'ט ער מיר ארום דא..
דו מאך ווייטער אייערשפייז אבער שרייב נאר נאך ארטיקלען, שטייצעך מיט א ערנסטקייט.
טעינקיו @אריה
#פיעספול פראטעסטן איט איז

די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17148
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
במסתרים תבכה נפשי.
קאן זיין א נייע פשט והבן
קאן זיין א נייע פשט והבן
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
אריה במסתרים האט געשריבן:הערט מיר אויס טייערע אידן, זעצט אייך אנידער און לאמיר זיך אביסל אויסשמועסן. געווענליך שרייב איך מער הומאריסטיש, אבער דא רעדט מען פון גאר אן ערנסטע נושא, וההכרח לא יגונה ולא ישובח.
אום אקטאבער פארגאנגענע יאר בין איך ארויפגעקומען אויף אייוועלט, א ניק אריה במסתרים, א לייב אין די באהעלטעניש פאר ווער ס'ווייסט נישט קיין טייטש, און כ'האב פרובירט צו דערפרייען אידן מיט ארטיקלן דא דארט.
אסאך וואסער פול מיט שמוץ איז געפלאסן אינעם האדסאן, גאלאנען טשולנט איז ארויס פון גריל אן לי, און ימ'ען קאוק זענען שוין געטרינקן געווארן, שטייצעך מיט א הכשר.
דרייצעך א וועלט, דער האט חתונה, דער גט זיך ליידער. דער ווערט אן עושר און דער שפילט עושר, און דא אויף אייוועלט אויך, דער ווערט ב'גילו'ט, דער עפענט א נייע ניק, און דער ווערט פארשפארט צוזאמען מיט אלע זיינע קינדער און רינדער.
ס'איז געקומען די צייט פארן לייב ארויסצוקומען פון די באהעלטעניש. איך וויל נישט, כ'האב אבער נישט קיין ברירה.
וואס האט פאסירט? זעצט אייך אנידער, הערט אויס. פארגאנגענע וואך, איין טאג איז עס געווען, א נארמאלע טאג, די מקווה איז געווען שמוציג, דער בעל תפלה האט געשלעפט, אלעס איז אנגעגאנגען, כ'האב באקומען טשערידי לינקס און כ'האב געקייט אן אייער שפייז.
באשלאסן האב איך צו כאפן א בליק אויף מיין קאמפיוטער, גארנישט האט מיר נישט פארגעזאגט וואס עס קומט, קיינער האט מיר נישט אנגעגרייט אויף וואס עס ערווארט מיר.
אזוי כאפענדיג א בליק אויפן קאמפיוטער זעה איך א קליינע מעלדונג, בכלל נישט גרויס, אבער אזוי ריזיג. איך גלאץ אריין אינעם געדעמפטן חלל אריין, מיין בליק פארט פון קאמפיוטער צו מיין האנד, און א שוידער איז א דורך מיינע ביינער.
וואס איז געשטאנען דארט? נישט מער און נישט ווייניגער, די אמעריקאנער רעגירונג האט באשלאסן צו פארבאטן דזשועל. יאפ אזוי ווי איר הערט. דזשועל איז די פראבלעם אין אמעריקע. מ'גייט עס פארבאטן. נישט אונטער מיין זייגער.
רוצחים אנטיסעמיטן. אומפארשעמטע מענטשן פרעסער און קאניבאלן. הזדעזו ארץ.
הערט מיר אויס ביליגע אמעריקאנער רעגירונג, טערעסירט מיר נישט גארנישט, מיינע רעכטן וועט איר מיר נישט צונעמען. נאו דזשועל נאו פיס! נאו פאדס נאו הענט! ווי וויל רייאט או דע סטריעטס! ס'קומט זאכן וואס איר האט נאכנישט געזעהן.
דער לייב איז ארויס פון די מסתרים. מ'וועט פאררופן מאסן דעמאנסטראציעס, מ'וועט ראיאטירן אין די גאסן און ווילדעווען אין די מאסן! סטעמירגעזענהאזאנס??? מ'גייט מיר פשוט און פראסט צונעמען מיינע ג-ט געגעבענע קאנסטיטוציאנאלע רעכטן? ניין מיט אן אלף. איר קענט פרובירן, גוד לאק.
איך ארבעט צו אויפקומען מיט א גרויסע עי-אר פיווצן ביקס וואס מ'קען אויך אריינלייגן דזשועל פאדס, דאס וועלן די צודרייטע פערדן זיכער נישט פארבאטן... אבער אויף דערווייל, כ'בין ענק נישט מקנה.
רוף איך דא צו אייך מיינע טייערע ברודער, לאמיר זיך נישט לאזן פון די רשעים, מיר וועלן זיי צייגן וואס עס פאסירט ווען זיי נעמען צו אונזערע סאמע וויכטיגסטע רעכטן.
קיין מאסקיטא וועט נישט ארויסגיין אומגעשעדיגט און קיין מוריטשעקע וועמיר אונז נישט איבערהיפן. ס'קומט מאוסטלי פיעספול פראטעסטן.
און צו די עף בי איי, סי איי עי, מארשאלס, פאליציי, טרופערס, ען עס עי, ען קא ווע דע און אלע אנדערע באנדיטן, פרובירט נאר. איבער אונזערע קאלטע פינגער.
למעשה האב איך מיך דערמאנט אז כהיום וואוין איך שוין אין אוגאנדע, פאר ווער ס'ווייסט... סאו מקענסל מיר די גאנצע מצב...
די שפראך איז עפעס מורא'דיג!
ש'כח!
אויב איך מעג פרעגן וואס איז דאס "דזשועל"? בין איך די איינציגסטע וואס ווייסט נישט?
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
עניטינג האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן וואס איז דאס "דזשועל"? בין איך די איינציגסטע וואס ווייסט נישט?
viewtopic.php?p=3635541#p3635541
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
א פיפטער האט געשריבן:עניטינג האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן וואס איז דאס "דזשועל"? בין איך די איינציגסטע וואס ווייסט נישט?
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p3635541
א דאנק!
- אריה במסתרים
- שר מאה
- תגובות: 150
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
שכוח יעדער איינער באזונדער וואס האצעך מצרף געווען צו מיין רוף... רבותי כמיינעס גאר ערנסט....
מרחוק השם נראה לי
Re: דער אריה איז אויס במסתרים?!?
עניטינג האט געשריבן:א פיפטער האט געשריבן:עניטינג האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן וואס איז דאס "דזשועל"? בין איך די איינציגסטע וואס ווייסט נישט?
viewtopic.php?p=3635541#p3635541
א דאנק!
ועדיין ווייס איך נישט וואס דער סוד פון 'דזשועל' איז, חוץ אז ס'איז בכוח אויפצווועקן לייבן..
נ.ב דער שפראך איז צוקאש.
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי