בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

''שחרית אין שמוא-ל חיים'' דאס איז די ערשטע זאך וואס מ'הערט ווען מ'טרעט איבער דעם שוועל פונעם קארידאר יעדן אינדערפרי.

און שלמה איז שוין לאנג נישט דא , א מינוט שפעטער וואק איך אריין אין חדר ברך משה און ער שרייט שוין ''דריי דאלער די מצוות, אדער ''פינף דאלער כבוד התורה'' ! קיינער וויל נישט !? פארוואס ? , אה די ? יעי !!
העמיר איבער לאזן שלמה'ן אפאר מינוט און אראפגיין פאר א טור אויפן אונטערשטען שטאק.

סא די קומסט אן אונטן גייט מען קודם צו צום לאקער נעמען אביסל נכאת וצרי פארן גוף, סא דעי לאקערס ארבעטן אז ווען די ענדיגסט פיינעלי אנדרייען דעם קאמבינאציע און מ'געט א שטיקל שלעפ דעם טירל , געט זיך עס א פליק צוריק צו ..

יעצט גייט מען אפנעמען דעם גוט מארגן פון ר' שלמה ווייזער ... אההה די שמייכל ! אן דעם קען איך נישט אנהייבן דעם טאג, מיט דאס שטיקל חיזוק דאס איז ווי די קאצקע פארן קאווע ! ווי נעמט מען נאך אזעלכע אידן ?

די מקוה איז ווי א ניו דזשערסי טרעין סטעישן: ריזיג און פראכטפול אבער נאך אלץ א טרעין סטעישן... גיי ווייס פארוואס ס'נישט דא קיין ראבערס אויף דער ערד ? מסתמא ווייל אידן וועלן דאס נוצן צו קראצן די פוס און ס'פאסט נישט פאר דעי סטאנדארד מקוה... גוט מארגן צעטליך אויף די הוקס איז יא דא .. נו שוין .

די ערד הייצונג האביך באמערקט איז פארלאשן אום זומער , קען זיין איך חלום. ווי נישט ווי גאנץ א באטעם'טער מקוה.

די פענצי סינקס אויפן וועג ארויס פון מקוה גלייך איך נישט, ס'מאכט מער נאס ווי טריקן הגם ס'פלעגט זיין ערגער , נו צו וואס זיך אפרעדן ?

קומט מען ארויף אויבן באגעגנט ס'טוך מיט דעי ''געשמאקע'' גוי וואס האלטצוך משוגע באטעם'ט .. ער דערמאנט מיך אביסל פון מיין עלטער פעטער...

''הודו אין חדר דא ! '' הערט זיך א געשריי .. אקעי שלומי איז שוין אווערטייערט... איך גיי מיר מאכן מיין קאווע, דער גוי קריכט אינטער די פוס ער הערט נישט אויף קלינען.

כאפן א שטיקל לערנ'דל פארן דאווענען , די כולל איז שוין אין פולן שוואונג ר' שבתי איז זיך שוין מפלפל מיט א אינגערמאן אין א קאמפליצירט סוגיא .

שוין הכנות, כ'האלט נאך אינמיטן ארויסהאבן די caution tape וואס דער גוי לייגט ביים רוימען, א חידוש פון אן המצאה !

געגאנגן דאווענען מ'גלייך מיר געווענליך צו דאווענען אין דעם רואיג'ן עירלי חצות מנין ווייל דעמאלטס איז שלמה אונטן אין שטיבל ... דשאסט טשעפענינג ... ושמו אחד יעצט גיי מיר אביסל תיקונ'ן .

סא עפעס א דיעל האט הרב ווערצבערגער מיט גרינ'ס ווייל יעדן טאג קומען אן טראקס מיט קיפעלעך .. ס'גראדע זייער געשמאק, שוין זאלן אלע ברכות זיין לעילוי נשמת דעם טאטן.

ארויסקומענדיג פון היכל הביהמ''ד פאלט מיר איין אז א סליוו אויפן ברייטליכן קארידאר וואלט נישט געשאדט הגם איך בעצם גלייך עס אבער ווייסטוך מ'מוז דאך האבן טענות.
נו שוין עפעס אויסגעלאזט ?
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

זייער גוט!!

זייער שיין ארויסגעברענגט די שטערקסטע מעלות פונם שול
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
chicken
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 10:11 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך chicken »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

איך מוז דיר זאגן האסט מיר געמאכט יעצט אין די גוסטע פון זיך אריבערכאפן קיין ווילי כאפן א שחרית'ל דארט..

ב.ד.וו. איך האב ליב דעם דיסקלעימער אינעם קעפל :smile:
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

א עכטע @מיניטשור באשרייבונג... ביסט גוטע נייעס...

אבער קאמפיינסט דאך יא. בעסט דאך זאל מען סליוו'ן דעם קארידאר און מען זאל לייגן ראבער'ס אין מקוה....
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

פיין פיין...!
בעסטע פארט איז די Caution Tape אין בית הכבוד.......

פיינע נייעס @מיניטשער
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

;l;p- פששש... זייער שיין באשריבן.


זוך מיר נאר איינער זאל באשרייבן פון פארטאגס ביז 11...:wink:
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אדרעס?
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

האסט פארגעסען פון די באטאמטע שמעק וואס קומט דיך אקעגן ווען מען טרעט אריין אינעם בנין, (פלעגט גראדע זיין אמאל אסאך שטערקער)
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

הערשקא האט געשריבן:האסט פארגעסען פון די באטאמטע שמעק וואס קומט דיך אקעגן ווען מען טרעט אריין אינעם בנין, (פלעגט גראדע זיין אמאל אסאך שטערקער)

יא יא ביים באנייאונג האט עס ממש געמאכט איבלען..
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

זייער שיין באשריבן
באמת זייער א געשמאקע שול. נישטא זיינס גלייכן און די גאנצע וועלט. ווען כ'בין און וויליאמסבורג גיי איך אהין דאווענען

אבער פון שלומי פעלט זיך אויס א עקסטערע ארטיקל...
אוועטאר
פונעם ווייטן תימן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונעם ווייטן תימן »

דאס איז קעסקעיד (מארסי) אדער מירטל - בעדפארד געגנט?
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:דאס איז קעסקעיד (מארסי) אדער מירטל - בעדפארד געגנט?

בעדפארד-פארק
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

יא א פראכטפולע בית המדרש א געשמאק צו דאווענען און לערנען
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

איך מיין זאלסט טוישן יעדע חודש בית המדרש און נאך א חודש זאלסטו קומען מיט דיין עקספיריענס און זיסע קרישקעלעך.....
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

העי!!! ווער רעדט פון מיין שוהל?

באמת קעמען אסאך רעדן פון דעם שוהל, ביידע ר' שלמה'ס פארדינען עקסטערע אשכולות... אבער וואסי די Caution טעיפ פון וואס דו רעדסט?

טענקס מיניטשור... וויל בי בעק...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

איך טריי נאך צו כאפן ווער זענען די זקנים וואס דרייען זיך דארט, אז מען האט ספעציעל געבויעט פאר זיי צוויי ביה''כ אויבן.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:העי!!! ווער רעדט פון מיין שוהל?

באמת קעמען אסאך רעדן פון דעם שוהל, ביידע ר' שלמה'ס פארדינען עקסטערע אשכולות... אבער וואסי די Caution טעיפ פון וואס דו רעדסט?

טענקס מיניטשור... וויל בי בעק...

די גוי ווען ער קלינט די טוילעטס אונטן לייגט ער caution tape ווייל ער וויל נישט מ'זאל אריינטרעטן...
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:איך טריי נאך צו כאפן ווער זענען די זקנים וואס דרייען זיך דארט, אז מען האט ספעציעל געבויעט פאר זיי צוויי ביה''כ אויבן.

אך ! די וויכסטיגסטע פארט האב איך אויסגעלאזט ! :twisted:
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איר רעדט גארנישט פון היכל, כ'ווייס נישט ווי א מענטש קען זיך אזוי פארעכענען, כ'האב געמיינט אז ער האט אביסל עקספיריענס, יעדעס מאל מ'קומט אריין לערנען א אידיש ווארט איז קוים דא עפעס א פלאץ צו זיצן, ס'פשוט לוידעד מקצה אל הקצה.

פון די מנחה מעריב גבאי רעדט איך נישט, קיינמאל רירט ער איין, אדער דאווענט ער ביים עמוד אדער ליינט ער אדער טיילט ער טאביק, זאל ער זיין געבענטש מיט אלעם גוטן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

:lol: :lol: :lol:

די געשמאקסטע ביהמ"ד אין די שטאט! און איך האלט קלאר אז עס איז די גאנצע רעצעפט, נישט נאר די ברייטע קארידארן, נישט נאר די געשמאקע אויסשטעל, רחבות'דיגע היכל, ריזיגע מקוה, נאר עס איז "אלעס". זיכער איז ר' שלומי קליין אויך א הויפט פאקטאר אינעם בילד, ממש א געשמאק צו אריינקומען דארט נאר פאר זיין גוט מארגן און גוט ווארט. - איך וואונדער מיר אמאל אויף אים וויאזוי ער איז אלעמאל פריש, אלעמאל מיט דער לעכטיגער שמייכל, ביי אים רעגנט קיינמאל נישט?

מען טאר נישט פארגעסן אז דער עיקר קרעדיט פאר דער מעכטיגער צענטער קומט פאר הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע האט אריינגעלייגט קאפ און מוח צו אהערשטעלן דעם בית המדרש לשם ולתפארת. אשרי לו ואשרי חלקו!
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

ווייסט איינער ווער עס איז געווען די דיזיינער? האט ער שוין אמאל געמאכט נאך א ביהמ''ד?
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

מעכטיג באשריבן אונזער מקום יא כ'מיין אז ס'איז די שטערקסטע ביהמ'ד אין די געגנט (עכ'פ חצות מנין...)
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:ווייסט איינער ווער עס איז געווען די דיזיינער? האט ער שוין אמאל געמאכט נאך א ביהמ''ד?



דאכצעך ליפא דייטש
Dream Green Design


נישט 100% זיכער
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

עכט היימיש האט געשריבן::lol: :lol: :lol:

די געשמאקסטע ביהמ"ד אין די שטאט! און איך האלט קלאר אז עס איז די גאנצע רעצעפט, נישט נאר די ברייטע קארידארן, נישט נאר די געשמאקע אויסשטעל, רחבות'דיגע היכל, ריזיגע מקוה, נאר עס איז "אלעס". זיכער איז ר' שלומי קליין אויך א הויפט פאקטאר אינעם בילד, ממש א געשמאק צו אריינקומען דארט נאר פאר זיין גוט מארגן און גוט ווארט. - איך וואונדער מיר אמאל אויף אים וויאזוי ער איז אלעמאל פריש, אלעמאל מיט דער לעכטיגער שמייכל, ביי אים רעגנט קיינמאל נישט?

יאפ. דער שול איז א סעמפל פאר אנדערע צוקופנדע שולן. יא דער הויפט פאקטאר איז די געשמאקע אטמאספער. א פריינטליכע שטאב מאכט די זאך. שלומי מיט אלע אנדערע. פרישע חברה.

ס’דא צענטערן וואס נאר מיטליעריגע פילן באקוועם. די שמשים/גבאים קוקן פון אויבן אראפ אויף די אינגעלייטלעך.
באקומסט א געפיל אז ס’איז א שטיקל עוולה פון דיין זייט צו זיין אונטער 30 יאר אלט...
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”