אזא שיינער טויט

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עפעס אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:10 pm
פארבינד זיך:

אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אזוי »

מיינע אויגן גלאנצן נאך, און מיינע ליפן זענען נאך צאמגעקלאפט ווען מיין הארץ באכעט נאך, נאדעם וואס איך האב יעצט גענדיגט ליינען דעי טאגבוך פון מיין באבען.

שטיקער איז געריסן געווארן, ווען קאפיטל נאך קאפיטל ווערט די מעשה ערגער און ערגער, בעת וואס א שטעטל אין הארץ פון פוילן זענען מיין זיידעס משפחה צופליקט געווארן דורך די מלאכי חבלה, און ווי שדים און געשטאלט פון מענטשן זענען מקיים די פסוקים פון די תוכחה מיט אלע הידורים.

שווערע 6 יאר זענען אריבער פון גיהנום (וואס איך גיי נישט דא יעצט אדורך שמועסן, מיר וועלן עס איבערלאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט.) סוף פון די בוך האט עפעס אנגעפאנגן צו שיינען. פארשטייט זיך ווי א האלב דערטראנקערנער קנויט אינעם אויל גלעזל, ווי די ישועת השם איז אנגעקומען, און א שיין פון האפענונג איז אריבער. און אריבערמישן א פריש בלעטל און אנפאנגען אויפבויען מיט צובראכנע כלים א פרישע לעבן, און וואס די חיזוק געבער האט אליין געדארפט א קוואנטום פון חיזוק אבער ווי אידן מאמינים בני מאמינים האבן זיי זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט כדי מקיים צו זיין דעם נצח ישראל לא ישקר און מיט דעם שיקן א מעסידזש דעם דייטש אז מיר זענען די געווינער.


אזוי ליינענעדיג און מיינע קניען זענען שוין געווען געפרוירן, זענען מיינע אויגן געלאפן אין די הויכע פערציגער קאפיטלעך איבער וויאזוי מיין באבע האט בדרך נס דערגרייכט אדמת אמעריקע, און ווי אראפגעפאלענע ערגעץ ווי אין די עמעזאן דשאנגלען זענען זיי ארומגעקראכן אן האבן דעם מינימאלע געברויכן צום לעבן, און זירא טראסט אינעם בריאה. ווען יעדער גוי און אויך יוד ווערט באשולדיגט במחשבה אין דעם ערגסטן. און די טויט לויפט נאך און דאס לעבן אין אנגסט איז אויפן העכסטן פארנעם.

מיין באבע ביילא, וואס האט זיך בדרך נס געראטעוועט, און אהערגעברעגט אויף דעם גאלדענעם אמריקא מיט הילף פון אנקל זשעיקאב וואס האט גענומען דעם פולסטן אחריות מטעם דעם אמעריקאנער גאווערמענט צו זיין די שירעם אז די נשמות אין געשטאלט פון הויט און ביין זאלן ח"ו פאלן צו לאסט אויף די רעגירונג.

ביילא האט מיט די שטערקסטע כוחות ביי זיך אפגעמאכט אז מען גייט נאך קוקן אויף די חסדים וואס מען פארשטייט, און אנגיין מיט'ן לעבן, און פראבירן מיט וויפיל עס איז שייך צו צירוקברענגען דעם דרך ארץ און נארמאלן רוטין וואס א געזונטער מענטש טוט א יעדן טאג.

אזוי אויך האט זי פראבירט צו ארויסהעלפן מיט פארשידענע וואלענטירישע ארבייט, און העלפן מיט וואס נאר אימער אירע אידישע שוועסטער און ברודער האבן געדארפט. למשל מיט'ן אויסטיילן ברויט פאר די וואס האבן נישט. ווען די סארט זאכן איז געקומען מיט א פרייז וואס מחמת צרות הדור האט נישט נאר איין מאל א נישט געזונטן נפש געגעבן שווערע קלעפ פארן חטא פארן וועלן העלפן.

אינעם רינגעלע פון העלפן אנדערע, פלעגט ביילא גיין צו שפיטעלער באזוכן קראנקע מענטשן מיט א גרופע חבר'טעס און באדינען די קראנקע אויף וויפיל עס איז שייך געווען, דארטן אין שפיטאל איז געווען א מיידל מיט א קראנקע מענטש וואס די דאקטוירים האבן שוין ל"ע פארלאשן דארט די לעקטער אינעם צימער.

די אויגן פון די מיידל איז שטעדיג געווען כאבן דומם אן ארויסקוק פון אינטערעסע דא צו זיין אויף דעם עולם, און מיט וואס די גרופע פרענדס האבן נאר פראבירט איר צו אויפלעבן, האט די חושך איבעגעוואויגן, וימאן להתחזק נישט וועלנדיג אריינלאזן און זיך קיין טראפנס האפענונג און ארויסקוק פאר גוטע צייטן.

אין איין שיינעם פרייטאג צופרי ווען איינע פון די פון די גרופע איז געקומען באזוכן, האט זי געטראפן דעם פאציענט אויפגעלייגט און גאר א צווייטע שטומונג. אויף די פראגע אויף וואס עפעס איז היינט אזא שיין טאג אין די אויגן קוקן יא און לעבט ווי די באשעפער האט איר באשאפן. און צום ווינדער וואס האט פאסירט איז די תירוץ געווען אז ביילא איז דא געווען פריער.

ביילא מיט שמועס אויף פארוואס זי קוקט אויס אזוי, און וויל נישט זיכן איבערקומען די שוועריקייט איז די ענפער געווען וואס הייסט? זיי די חברה אין די ווייסע חאלאטלעך ווילן מיר פארשיקן פון דא, איז וועגן דעם האבן גע'טויט'עט מיינע געפילן נישט צו שפירן וואס עס קומט אויף מיר.


ביילא האט מיט א שטילן אבער פעסטן טאן זיך אנגערופן..

"אמת...

"וואס זיי זאגן הערט זיך ריכטיג אבער און נאך אמאל אבער, ווי אזוי גייסטו שטארבן מיט א ווייסן ליילעך, און פיינע גוטע מענטשן וואס האבן דיר געוואלט זעהן לעבן און פראבירט דיר מחזק זיין ווען אימער. ארום דיר און געזעגענען ווי איד.

"אונז האבן אלע געגלייבט אז הענגען אדער פארברענען וועט זיין אונזער ענדע און בעסטן א קויל און קאפ.
"איז דאס נישט די שענעסטע טויט?


מיט א בליק פון אויפריכטיגקייט קוקט זי אין די אויגן פון ביילא.. "די האסט מיר באזיגט"..

"דאס האט מיר געמאכט אז ווי אזוי און וואסערע מצב איך בין איצטער גיי איך האבן אזא שיינע ענדע"

"דאס האט צוגעגבן פיל גייסט און מוהט אנצוגיין..


"אזא שיינער טויט..
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

אזא שיינע פעדער ! נישטא קיין ווערטער ! ביזט א מייסטער !
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

גאר שיין, האסט מיר איבערגענומען...!!!

#שרייב אפטער
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

נוץ אפטער דעי ניק ארויסצוגעבן פיינע סחורה!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

עפעס אזוי האט געשריבן:מיינע אויגן גלאנצן נאך, און מיינע ליפן זענען נאך צאמגעקלאפט ווען מיין הארץ באכעט נאך, נאדעם וואס איך האב יעצט גענדיגט ליינען דעי טאגבוך פון מיין באבען.
שטיקער איז געריסן געווארן, ווען קאפיטל נאך קאפיטל ווערט די מעשה ערגער און ערגער, בעת וואס א שטעטל אין הארץ פון פוילן זענען מיין זיידעס משפחה צופליקט געווארן דורך די מלאכי חבלה, און ווי שדים און געשטאלט פון מענטשן זענען מקיים די פסוקים פון די תוכחה מיט אלע הידורים.
שווערע 6 יאר זענען אריבער פון גיהנום (וואס איך גיי נישט דא יעצט אדורך שמועסן, מיר וועלן עס איבערלאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט.) סוף פון די בוך האט עפעס אנגעפאנגן צו שיינען. פארשטייט זיך ווי א האלב דערטראנקערנער קנויט אינעם אויל גלעזל, ווי די ישועת השם איז אנגעקומען, און א שיין פון האפענונג איז אריבער. און אריבערמישן א פריש בלעטל און אנפאנגען אויפבויען מיט צובראכנע כלים א פרישע לעבן, און וואס די חיזוק געבער האט אליין געדארפט א קוואנטום פון חיזוק אבער ווי אידן מאמינים בני מאמינים האבן זיי זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט כדי מקיים צו זיין דעם נצח ישראל לא ישקר און מיט דעם שיקן א מעסידזש דעם דייטש אז מיר זענען די געווינער.
אזוי ליינענעדיג און מיינע קניען זענען שוין געווען געפרוירן, זענען מיינע אויגן געלאפן אין די הויכע פערציגער קאפיטלעך איבער וויאזוי מיין באבע האט בדרך נס דערגרייכט אדמת אמעריקע, און ווי אראפגעפאלענע ערגעץ ווי אין די עמעזאן דשאנגלען זענען זיי ארומגעקראכן אן האבן דעם מינימאלע געברויכן צום לעבן, און זירא טראסט אינעם בריאה. ווען יעדער גוי און אויך יוד ווערט באשולדיגט במחשבה אין דעם ערגסטן. און די טויט לויפט נאך און דאס לעבן אין אנגסט איז אויפן העכסטן פארנעם.
מיין באבע ביילא, וואס האט זיך בדרך נס געראטעוועט, און אהערגעברעגט אויף דעם גאלדענעם אמריקא מיט הילף פון אנקל זשעיקאב וואס האט גענומען דעם פולסטן אחריות מטעם דעם אמעריקאנער גאווערמענט צו זיין די שירעם אז די נשמות אין געשטאלט פון הויט און ביין זאלן ח"ו פאלן צו לאסט אויף די רעגירונג.
ביילא האט מיט די שטערקסטע כוחות ביי זיך אפגעמאכט אז מען גייט נאך קוקן אויף די חסדים וואס מען פארשטייט, און אנגיין מיט'ן לעבן, און פראבירן מיט וויפיל עס איז שייך צו צירוקברענגען דעם דרך ארץ און נארמאלן רוטין וואס א געזונטער מענטש טוט א יעדן טאג.
אזוי אויך האט זי פראבירט צו ארויסהעלפן מיט פארשידענע וואלענטירישע ארבייט, און העלפן מיט וואס נאר אימער אירע אידישע שוועסטער און ברודער האבן געדארפט. למשל מיט'ן אויסטיילן ברויט פאר די וואס האבן נישט. ווען די סארט זאכן איז געקומען מיט א פרייז וואס מחמת צרות הדור האט נישט נאר איין מאל א נישט געזונטן נפש געגעבן שווערע קלעפ פארן חטא פארן וועלן העלפן. אינעם רינגעלע פון העלפן אנדערע, פלעגט ביילא גיין צו שפיטעלער באזוכן קראנקע מענטשן מיט א גרופע חבר'טעס און באדינען די קראנקע אויף וויפיל עס איז שייך געווען, דארטן אין שפיטאל איז געווען א מיידל מיט א קראנקע מענטש וואס די דאקטוירים האבן שוין ל"ע פארלאשן דארט די לעקטער אינעם צימער
די אויגן פון די מיידל איז שטעדיג געווען כאבן דומם אן ארויסקוק פון אינטערעסע דא צו זיין אויף דעם עולם, און מיט וואס די גרופע פרענדס האבן נאר פראבירט איר צו אויפלעבן, האט די חושך איבעגעוואויגן, וימאן להתחזק נישט וועלנדיג אריינלאזן און זיך קיין טראפנס האפענונג און ארויסקוק פאר גוטע צייטן.
אין איין שיינעם פרייטאג צופרי ווען איינע פון די פון די גרופע איז געקומען באזוכן, האט זי געטראפן דעם פאציענט אויפגעלייגט און גאר א צווייטע שטומונג. אויף די פראגע אויף וואס עפעס איז היינט אזא שיין טאג אין די אויגן קוקן יא און לעבט ווי די באשעפער האט איר באשאפן. און צום ווינדער וואס האט פאסירט איז די תירוץ געווען אז ביילא איז דא געווען פריער.
ביילא מיט שמועס אויף פארוואס זי קוקט אויס אזוי, און וויל נישט זיכן איבערקומען די שוועריקייט איז די ענפער געווען וואס הייסט? זיי די חברה אין די ווייסע חאלאטלעך ווילן מיר פארשיקן פון דא, איז וועגן דעם האבן גע'טויט'עט מיינע געפילן נישט צו שפירן וואס עס קומט אויף מיר.
ביילא האט מיט א שטילן אבער פעסטן טאן זיך אנגערופן.."אמת..."וואס זיי זאגן הערט זיך ריכטיג אבער און נאך אמאל אבער, ווי אזוי גייסטו שטארבן מיט א ווייסן ליילעך, און פיינע גוטע מענטשן וואס האבן דיר געוואלט זעהן לעבן און פראבירט דיר מחזק זיין ווען אימער. ארום דיר און געזעגענען ווי איד."אונז האבן אלע געגלייבט אז הענגען אדער פארברענען וועט זיין אונזער ענדע און בעסטן א קויל און קאפ."איז דאס נישט די שענעסטע טויט?
מיט א בליק פון אויפריכטיגקייט קוקט זי אין די אויגן פון ביילא.. "די האסט מיר באזיגט"..
"דאס האט מיר געמאכט אז ווי אזוי און וואסערע מצב איך בין איצטער גיי איך האבן אזא שיינע ענדע"
"דאס האט צוגעגבן פיל גייסט און מוהט אנצוגיין..
"אזא שיינער טויט..

את פתח לו האט געשריבן:גאר שיין, האסט מיר איבערגענומען...!!!

#שרייב אפטער

ליין אפטער דיין באבעס טאג בוך
אן אמתדיגער שכוח
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

Wow wow very emotional
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הערליך, לאמיר אבער בעסער לעבן א שיין לעבן...
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

זייער הארציג און שיין געשריבן!! צו די פאעטישע זייט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

WOW איז דער א מייסטער שרייבער. זאפטיגע לשונות.
גערירט דאס הארץ.
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
עפעס אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:10 pm
פארבינד זיך:

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אזוי »

מיניטשער וועלט האט געשריבן:

טענקס פאר די קאפלעמענט

את פתח לו האט געשריבן:

שכוח פאר די פידבעק

הקולמוס שלי האט געשריבן:נוץ אפטער דעי ניק ארויסצוגעבן פיינע סחורה!


דאנט קנאוי וואט יא טאקינג :wink:

טעוועליך האט געשריבן:

טענק יא פאר די פידבעק

חיים ברוך האט געשריבן:Wow wow very emotional

טענקס

יצחק אייזיק האט געשריבן:זייער הארציג און שיין געשריבן!! צו די פאעטישע זייט.

דאנקע אייזיק פאר די שיינע ווערטער

אושפיזין האט געשריבן:WOW איז דער א מייסטער שרייבער. זאפטיגע לשונות.
גערירט דאס הארץ.

טענקס @שפיזי

יאנאש האט געשריבן:הערליך, לאמיר אבער בעסער לעבן א שיין לעבן...


WOW מנהל טענקס פאר די פידבעק

און א ספעציעלן דאנק פאר @עמי הארץ פאר מגיה זיין
אוועטאר
פוילישע שענק
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 3:50 pm

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישע שענק »

שיין געשריבן!
אוועטאר
עפעס אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:10 pm
פארבינד זיך:

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אזוי »

פוילישע שענק האט געשריבן:שיין געשריבן!



טענק יא פאר די פידבעק
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

א שטארקע מעשה. גיימיר ליינען דיין אנדערע.
אוועטאר
לייכט טורעם
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2022 1:08 am

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייכט טורעם »

הערליך שיינע ארבעט.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
באלייכטן דיין ארום מיינט נישט אייביג ליכטיג מאכן דיין ארום, עס מיינט אויך אמאל לייכט מאכן פאר דיין ארום.
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

שיין געשריבן!!
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

עפעס אזוי האט געשריבן:
אזא שיינער טויט.pdf
(53.12 KiB) געווארן דאונלאודעד 25 מאל
.
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איבערגעליינט
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
חיים יצחק
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: אזא שיינער טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 8:41 pm
איבערגעליינט
קיינער נישט שולדיג.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”