חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

בעזהשי״ת

זעמיר געפרעגט געווארן אויב מיר וואלטן זיך משתתף געוועזן אין א נסיעה אויף ראדאשיץ לקראת דעם יארצייט, האמיר אויסגעפעלט צו מנין פאר א פריוואטע נסיעה און איינער האט מיר געאפפערט א טיקעט, און סהאט מיר נישט געקאסט קיין גרייצער (כ'מיין, כ׳בין דיך דאך א מענטש האבעך אריינגעווארפן פארן מסדר הנסיעה אזא $250)

זונטאג בהעלותך אום עלעווער אויפדערנאכט האמער אריינגעשיקט דעם פאספארט און געבעטן דעם הויעך און נידריג אגענט צו מאכן א פערמיט (על הצד אונז באשליס מיר צו פארן..) למעשה האמיר הערשט [געקריגען א] באשטעטיג[ונג](ט) אום א קוואדער נאך 2 נאכמיטאג, תיכף גערופן האגענט הנ"ל זאל בוקן א טיקעט, ער'ט מיר געבעטן אריינצוהיסן אינעם טעלעפאון לצורך הקאוויד טעסט און ס'שטייטצעך ב"ה געוועזן נעגעטיוו.

עכ"פ, האמיר זיך ארויסגעלאזט אין א ספרינטער מיט די קארגע מנין משתתפים בערך 4:30 נאכמיטאג, ויסעו.

אנגעקומענדיג אין נוארק פלוג-האפן בערך 5:45, זעמיר געגאנגן ארויסנעמען באורדינג פעסעס און איינטשעקן ביי יוניידעט, די חברה האבן קודם געמאכט פראבלעמס און האבן געברויכט הילף צו ליינען און וואלידעיטן די אונגארישע פערמיטן (למעשה, האבן די מיליכיגע בארס טשאקעלאדע - וואס אלע דארטן האבן געקריגן- געווירקט און זיי האבן שנעל אלעס באשטעטיגט).

סעקיורעטי, לויטן פוסטקייט וואס האט געהערשט דארט (ווארשיינדליך צוליב קאראנא) האט אויסגעקוקט ווי ס'איז א פארשטופטע דריטע וועלט לאנד, די חברה האבן אונז (חלוצי נעל) אויסגעפראקט ווי מהאנדלט ווען מיט שוידערליכע טעראריסטן (איינעם האט מען גאר אריינגענומען פאר ספיציעלע באהאנדלונגן, לכאורה איז דער (א סופר סת"ם) געוועזן א סכנה פאר אמעריקע'ס זיכערהייט..)

נאך סעקיורעטי האט מען געקויפט טייערע וואסער און זיך געזעצט ווארטן אויף באורדינג (העטעך ווען געפארן אליינס וועטעך ווען נישט געברויכט ווארטן.. כ'וואלט אנגעקומען דאס לעצטע מינוט און שוין.)

עניוועי, ענדליך איז מען ארויף אויפן פליגער און זיך באקוועם געמאכט דאס מערסטע וואס שייך, אנגעטאן די רבינו תמ'ס און גע'מנחה'ט, שפעטער האמיר געמאכט א מנין מעריב (עד החני׳ בפפד״מ חסר.)

ויחנו בפראנקפורט דויטשלאנד, מ'האט אויסגערופן אז מגייט ארויס לויט ווען מען רופט אויס (פער 10 שורות) דערנאך האט מען אונז ארויפגעטריבן אויף לאסט וואגאנען און אפשטייגענדיג האט געהערשט א מין צומישעניש דארט, קאפויס זיינען געקומען, געהייסן יעדן גיין לינקס (נאר אי יו סיטיזאנס האבן געקאנט גיין רעכטס) למעשה, האבן זיי אונז - אלץ יידישע גרופע- געשיקט אינאזייט, און צוויי חברה האבן געברויכט קעיר נעמען פונונז, גענומען אלע פאספארטן מיט קאוויד טעסטס און זיך גענומען צו יעדן באזונדער, מקיים געוועזן דעם ויסיר המסוה מעל פניו..זיכער געמאכט אז קיינער האט נישט משנה צורה געווען פונעם אויפשטייגן ביזן אפשטייגן, שפעטער האבן זיי אויסגעפאקט די רענצלעך און למעשה געלאזט האלטן די מנין קארטאנען ציגרעטלעך, ווייל סיז געוועזן יעדעמס..

צוריק צום נושא, אראפשפאצירענדיג צום געיט (גיי מיר אויסלאזן די חלק צו ס'בכלל געוועזן א געיט..) האמיר זיך אפגעשטעלט אינעם סמאקינג עריע (נתנדב ע"י קעמל..יזכרו לטובה, אניש גוטע ציגרעטן, כאטש אנדערע זאכן לטובת הרויכערער) דארט האמיר זיך אויסגעטאן דאס מאסקע, שטייצעך האמיר עס געלאזט אויסגעטאן אויף כמעט 3 שעה ביזן באורדן צום צווייטן פליגער (פראנקפורט צו בודא) ביני לביני האמיר זיך מכין געווען צום דאווענען (א קלוגער יוד -יזכר לו לטובה- האט מיטגעברענגט א טשייניק מיט אלע קאווע צוגעהערן, ער'ט אויך מחי' געווען 2 אנדערע גרופעס..) נאכפאלגענדיג מיט א דאווענען אינעם דויטשן גיהנם (האמיר ב"ה געהאט א שיינע גרויסע מנין, איינצעלנע פון אנדערע גרופעס און אפאר לובאבס) און פרישטאג וואס די מסדר החבורה האט מיטגעברענגט (מהאט אפילו געהאט אן אייזערנע טעפל זיך צו וואשן)..

יום שנכפל בו כי טוב, כחצות היום (לאקאלע זייגער) איז מען אויפגעשטיגן אויפן קלענערע פליגער וואס האט אונז געפיהרט אויף בודאפעסט (דארט אימען דורך א גאנצע פראצעדור מיט די פערמיטס, נאכ-א-מייזל כאניש פארצייכענט קיינע דעטאלן איבער דעם לאאאאנגן שפיל)

די עולם (למעוטי אני הק׳) האטצעך געשטעלט אפווארטן די פעקלעך (אונז פירן זיך, נישט איינצוטשעקן..) ברוך השם ס'האט אונז אפגעווארט א באקוועמע באס (געהאט א פערקולעטור, פרידזשידער ויסעו,ויסעו,און בית הכסא..)

האמיר קודם באזיכט אין אפאר בתי חיים במקום מגורי אבותי אונגארן

הערשט שפעט מיטוואך אויפדערנאכט זעמיר אנגעקומען אויף באדראג-קערעסטיר אוואו מיר האבן געגעסן נאכטמאל און זיך צוגעלייגט אינעם הכנסת אורחים שע"י נכדי ר' ישעי'לי ז"ל, שחרית האמיר געדאווענט אינעם קוויטל שטוב און נאך פרישטאג (לכאורה דארף מען שרייבן נוסח באדראג-ק.) זעמיר ארויף צום ציון (מיט אפאקארס, באס קאניש ארויפארן) און שטייטצעך געפויעלט אלל דע בעסט פאר איטש ענד עווריוואן.

ויסעו, אויפן וועג האמיר זיך אפגעשטעלט אין מאדע, אינזין געהאט אפאר ניקים/אייניקלעך, אמר"ש, סיזייער שיין קעירגענומען און צוגעשטעלט דארט..די כהנים שטיבל ביים קול ארי' איז א ספעציעלן יופי..

פון דארט זעמיר געגאנגען אויף ליסקא צום רבין פון ר׳ ישעי׳לי דער הייליגער ר׳ הערשעלע ליסקער (די רבי פרובירן בלויז צו דערמאנען שמו הק׳ פאר די תקיעות..) אנקומענדיג, האמיר געגעבן טשוימער געלט פאר די באבוטשקא דארט, און זי האט געעפענט די טויערן, געזאגט פון צ׳ ביז ק״ז.

פון דארט האצעך אונזער באס געשלענגלט קיין שאטאראוהיעלי צום הייליגען ישמח משה און הרה״ק ר׳ סענדרל קאמארנער.

אין איהעל איגעוועזן א גאר שטארקע התעוררות, (מ'האט פאברענגט דארט גאנץ לאנג..) בליקענדיג אינעם תפלה למשה תהלים האבעך געזען דארט א ווארט אויף ה׳ נגדך כל תאותי ואנחתי ממך לא נסתרה, אז אפילו אלע מיינע תאוות זענען אויף זאכן וואס זענען נגד ה׳ אבער דאך ואנחתי ממך לא נסתרה קרעכצעך אויף דעם, כעין רבי ר׳ זוסיא׳ס ווארט אז ערט נאך קיינמאל געזען א גאנצע מלאך באשאפן דורך א יוגב עבירה, ווייל דער קרעכץ נאכדעם.. עניוועי, איינער האצעך דארט געטענהט אז נישט דעיס זאגט דער ישמח משה..און שוין.

נאכדעם איז מען אריין אינעם בנין על יד הציון, סיגעוועזן דארט זאכן נאפה אחר פסח תשע״ט
312CAFF8-7A97-4B7F-9A2B-E46D8812E6CB.png
312CAFF8-7A97-4B7F-9A2B-E46D8812E6CB.png (419.17 KiB) געזען 2236 מאל
3B775C9E-CB4A-4E4E-BB07-FDD5FA0A12AA.png
3B775C9E-CB4A-4E4E-BB07-FDD5FA0A12AA.png (408.1 KiB) געזען 2236 מאל
ווארשיינדליך צוליב קאוויד, דערווייל האט נאך איינער אריינגעכאפט א מקוה (אזאנע היצן אינעם גאנצן אינטערשטן שטאק..סווערט דרינגענד געזוכט א נדבן פאר אן עקזאוסט)

(זעמיר אויכעט צו געגאנגען צו שרה די בעקערין, די מאמע פון ר׳ הערשעלע ליסקער. אמר"ש, זעיעך אז די מציבה איז נתחדש געווארן דורך הרב אברהם בן העניא לויפער..)

המשך יבוא בקרוב אי״ה

ספעציעלע קאראנע ליכט צוגעשטעלט אין איהעל
992E3A52-DD67-4797-B3C1-D7A0BBB5B038.png
992E3A52-DD67-4797-B3C1-D7A0BBB5B038.png (378.64 KiB) געזען 2236 מאל

—-
גילוי דעת; היות שכבר עבר שיעור שכחה, הזכרונות שלא נכתבו בעתם נאבדו מאתנו, וחבל על דאבדין)
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

שלום עליכם

גיימיר זיך זעצן ליינען מיט ישוב הדעת!!!!

ס'קוקט אויס ווי עס האט זיך געלוינט צו ווארטן.....
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

שכח פאר דיין ארטיקל און מזל טוב צום 8000!
1 + 1 = חלה דעקל...
מצה מעהל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 3:03 pm

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה מעהל »

Wow. kollel like all the time claer short and strong to the point full with humor. keep on
לעצט פארראכטן דורך מצה מעהל אום דאנערשטאג מאי 26, 2022 1:31 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

מזל טוב צום אכטער;

כולל ווילסט עס ליינען אין ענגליש?
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

זייער אינטערסאנט און געשמאק צו ליינען!

און מזל טוב צום לאנג ערווארטערטער אכטער!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

Wow קומסט אריין זייער קלאר.

דערציילסט דא אז די קאפויס האבן ענק געשיקט אין א זייט אלץ א אידישע גרופ. זאג האסט שוין געעפנט א סקאנדאל אשכול דערוועגן?

ווארט מיר פארן המשך.
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יישר כח @כולל, ביטע גיי אן דערעולם ווארט!


(בד”וו א מזל ביסט געפארן מיט יונייטעד און נישט לופטאנזא אזוי האסטו נישט געדארפט נעמען א שויער פארן פליען)
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ויסעו מהאנגערי, אריבער דעם טשעכעשין גרעניץ, צוויי סאלדאטן ביים גרעניץ האבן געבעטן די קאוויד טעסטס, האמיר זיי צו נאר געלייגט פרעגענדיג אויב זיי פארשטייען טאקע נישט קיין ענגליש אז זיי קוקן אזוי..שטייטצעך, נאך איידער זיי האבן געענדיגט איבערבליקן דעם ערשטן טעסט האבן זיי געזאגט אז ווי אר גוד טא גאו, דערנאך זעמיר אריבער דעם פוילישן גרעניץ אויפן וועג צום הייליגן רב אין ניי-סאנז.

אנקומענדיג אין סאנז האמיר גע'מנחה'ט (מנחה ליום ה') אינעם שוהל׳כל בבנין בוני סאנז, געמקוה׳ט (זייער א שיינע, ריינע און באקוועמע מקוה) געלערנט אביסל דברי חייים און ארויף צום ביה"ח, זיך משתתח געווען אויפן הייליגן ציון און אויסגעזאגט תהלים, נאכער איז געווען צוגעשטעלט ארחות ערב דורך בוני סאנז.

פון דארט איז מען ארויסגעפארן בערך א פינעף שעה׳דיגע רייזע צום בעל הילולא הסבא קדישא מ׳ראדאשיץ, גע'מעריב'ט אויפן באס, בערך 3ע פארטאגס זעמער אנגעקומען צום ביה"ח (אגב, די 5 שעה וואס אונז זעמיר געווען דארט, גע'תהלים'ט, גע'שחרית'ט כוותיקין און געפרישטאגט..האמיר נאר באגעגענט איינעם [הרב יואל הלברשטאם-בוני סאנז ובנו שעדיין הוא בהי״ב חודש] אבער פאליציי איגעוועזן דארט מער ווי פובליק סעיפטי ביים רבי׳ן זכרונו לברכה׳ס יארצייט.)
ECD6E7E1-D00E-4B95-A787-37A5380E46ED.png
ECD6E7E1-D00E-4B95-A787-37A5380E46ED.png (402.84 KiB) געזען 1832 מאל
7674B6EC-688E-497F-9C60-A6CCCFC34BE7.png
7674B6EC-688E-497F-9C60-A6CCCFC34BE7.png (338.98 KiB) געזען 1832 מאל


פון דארט זעמיר געגאנגן אויף שיניאווא (ביה"ח איז אין א שרעקוועדיגן מצב, איבערגייענדיג יעצט - מוצש"ק לך- זעיעך אז אבותינו שרייבט אז זיי האבן איבערגעמאכט אפאר הונדערט מציבות, תשוחח״ל)

שפעטער האמיר געמאכט א סטאפ (תהילים/קדיש) אינעם פשעווארסק'ן באס סטאנציע וואו ר' משה'לע ליגט (מהאטצעך געשלאגן איבערן סטאפ, ווייל געוויסע האבן געוואלט זיך קענען גרייטן מיט א רואיגקייט צום שבת און האבן שוין געוואלט רוען פאר חצות אין ליזשענסק (וואו מהאט געפראוועט דעם שבת) איינער האט דארט פארציילט א מעשה בשם ר' ירמי' בן הרה"ח ר' אהרן מאיהעל אז ביי איינס פון די נסיעות וואס די רבי האט געשיקט אויף יוראפ האט דער רבי געהייסן גיין צו ר׳ משה׳לע זאגן א קדיש, זאגענדיג ״יאך טראג דאך זיינע תפילין״)

——

זעמיר אנגעקומען קיין ליזשענסק כחצות, איינגעשטאנען זעמער אין דעים נייעם האטעל דארט, ב''ה געוועזן דארט נארמאלע בתי כבוד, געבראנטשט, זעך אביסל צוגעלייגט, נאכן זמן האמיר גע'מקוה'ט און זעך געגאנגען גרייטן צום דאווענען, נאכדעם איפארגעקומען סעודות שבת אינעם הכנסת אורחים בילדונג (ברם יזכר אותו האיש לטובה וואס האט מיט געברענגט אלעס אלעס היימיש מיט א קראק-פאט אא''וו, אזוי זעמיר נישט געבליבן הונגעריג אפי' די באצאלטע עסן איניש געווען אין מויל צו נעמען..דער איינציגסטער זאך וואסי יא פיין געוועזן, איז דע ווארקא ביר, א מעשה פאר זיך)

שוין, שבת צופרי האט מען זיך געשטעלט יענץ צייטליך (כנהוג ווען מברויך האבן יעדעם צו מנין..) פארן ליינען האט איינער וואס פירט אן אקטיוויטעיטן ביי איינע פון די באקאנטע בתי חיים גערעדט אפאר ווערטער ארויסברענגעדיג אז סקאסט גאר אסאך אויפצוהאלטן די פלעצער און געבעטן די עולם צו קויפן די עליות, סהאצעך טאקע פארקויפט פאר גאנץ טייער (כפי ערך), אני הקטן האב געדינט בתור בעל קורא, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסארטיגן קידוש, מהאט דארט לאנג ארומגערעדט מיט מעשיות און ניגונים לבית ליזענסק ראפשיץ ועוד, שפעטער איז מעי אריבערגעגאנגען צום בנין הכנסת אורחים פראווענען דעם סעודתא דעתיקא קדישא.

נאכן סעודה זענען געוויסע (ואני בתוכם) ארויפגעגאנגען צום ציון, און אנדערע האבן גאר זוכה געווען דארט צו עליית נשמה (שפעקעלאציעס אז סהאט געהאט שייכות מיטן קידוש מאכן.)

איידער וואס ווען וואו האט מען זיך געדארפט מאכן צו כאפן דע מנחה ושל''ש פארן זמן.. שפעטער איגעוועזן הבדלה און מלוהד'מלכה און דערנאך איז מען אפיציעל ארויף צום ציון, אויסגעזאגט תהילים און זעך געגאנגען גרייטן צום דאווענען, ליידער האבעך איבערגעלאזט מיין שטריימלקע אין מקוה..[סימער נישט ווערט געווען קיין פינעווער עס צו ראטעווען..] נאך שחרית כותיקין, האט מען צוגעשטעלט פרישטאג פאר ווער ס'האט געקענט עסן..

און מהאצעך ארויסגעלאזט אין וועג..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

שלום עליכם!!!

מבין כותלי בית המדרש פרייען מיר זיך צום ראש הכולל׳ס צוריקקער, נאך אזא לאנג פארצויגענע 999 סינדראם. און דערצו פאר די הערליכע פארזעצונג.
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

בדרך אפשר האט געשריבן:יישר כח @כולל, ביטע גיי אן דערעולם ווארט!


(בד”וו א מזל ביסט געפארן מיט יונייטעד און נישט לופטאנזא אזוי האסטו נישט געדארפט נעמען א שויער פארן פליען)

:lol:
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ויסעו ל'לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב, געלערנט אביסל זרע קודש און געזאגט כמה פרקי תהלים, און ביי ר'אלעזר'ל לאנצהוט'ער האמיר געלערנט אביסל יודעי בינה.

דערנאך אימען געגאנגען אויף ריישא, וואו עס ליגן ר׳ אלעזר ריישער און נאך איינער, דענקעך ניש ווער. (סאיז אן אויסגע'אקערטן פעלד ר''ל מיט אן אוהל אינדערזייט)

נאכדעם דוכצעך קראקא ר'אייזיק ר' יעקלס שוהל (כהיום אקאפירט דורך חב״ד, דער שליח האט געהאלטן אינמיטן לייגן תפילין פאר איינעם מיט א לאנגע פאני..) דערנאך זעמיר געגאנגען פוקד זיין דעם אלטן בית החיים וואו עס ליגן דער רמ''א ובני משפחתו, תוספות יום טוב, מגלה עמוקות און נאך שטייטצעך אויך אריין אינעם רמ''א שוהל סיגעוועזן פול מיט טוריסטן, דער שומר אויפן פלאץ האט אונז גערן געעפענט די בתי כבוד.

נאכדעם זעמיר געגאנגען פוקד זיין דעם נייעם בית החיים, ביים מאור ושמש, כתב סופר און נאך, דערנאך אימען געפארן אין לופטפעלד (כ'געדענק נישט וואו..) למעשה אימען געפלויגן אויף נאווי יארק און אויפן וועג אויפן קאנעקטינג פלייט זעמער געזעצן נעבן אן אראבער (ער האט געזעהן אז ס'שמעקט מיר לגמרי נישט זעך צו זעצן נעבן אנישה..האטער ארומגעטוישט און אזוי ארום געווארן מיין שכן..) ער'ט מיר אויסגעפרעגט על דא ועל הא (דע גאנצע לבוש און אלע מיינע אנשויאונגען..) שטייטצעך מ'האמער זעך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס איבער די שיטה.. ונהנה מאוד אז ניש נאר וואס אונז שטוטץ מיר נישט די ציוניסטישע באוועגונג, זעמיר גאר אנטי. (פאר האום ווארק האבעך אים געשיקט צו טרו-טאורע-דזשוס.קאם)

אויפן צווייטן פליגער האמיר געלייגט רבינו תם'ס און מיין שכן האט געכאפט א גלוסטעניש צו לייגן תפילין, ער טענה'ט אז ער איז אויפגעוואקסן אינטער דע קאמעניסטן און וואוינט כהיום אין מיאמי נעבן א חב''ד סענטער און ער לייגט יעדן טאג תפילין..און פונקט היינט האטער נישט געלייגט.. בינעך געגאנגען פרעגן א מורה הוראה וואס איז געפארן מיט אונז וואס צו טאן..(די רבי שרייבדעך אין על הגאולה קעגן דאס לייגן תפילין פאר..) למעשה האטער מיר געגעבן אן הוראת שעה צו לייגן..

עניוועי, נאכן פארברענגן מיט יענעם חברה מאן גענוג לאנג האטער זעך טאקע ארויסגעשטעלט צו זיין א איד, געגאנגען אנע מאסק (ניטאמאל האטער געמאכט א חילול השם, זינט ער׳ט נישט אויסגעקוקט ווי א יוד..) און ערט מיר אויכעט געוויזן אז ער מאכט חינם אין כסף פאלטשע טעסטס פאר מענטשן..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

שבת זעמיר געוועזן אין דעם האטעל
8A482B51-5B9F-4BF6-AE4D-EB31C7C2211A.jpeg
8A482B51-5B9F-4BF6-AE4D-EB31C7C2211A.jpeg (235.25 KiB) געזען 1473 מאל

און מיט דעם באס זעמיר ארומגעפארן
אטעטשמענטס
192371D8-980B-4811-9FA8-D38A8FB0DBD8.jpeg
192371D8-980B-4811-9FA8-D38A8FB0DBD8.jpeg (125.91 KiB) געזען 1473 מאל
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הערליך כולל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

זעהר שיין!!
דאכצעך הרה''ק ר' אלעזר ריישער ואביו הרה''ק ר' אלימלך רודניקער ליגן אין סאקאלאוו, נישט אין ריישא
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שכח כולל גאר שיין

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

און שוין! האט געשריבן:זעהר שיין!!
דאכצעך הרה''ק ר' אלעזר ריישער ואביו הרה''ק ר' אלימלך רודניקער ליגן אין סאקאלאוו, נישט אין ריישא

דאן זעמיר געוועזן אין סאקאלאוו..

סישוין דורך שיעור שכחה..

—-

שרייב מיר כמעט נישט קיין לענגערע זאכן, ווען יא, האבעך הנאה צו הערן פידבעק.

ש׳כח אלע דאנקערס!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

ליינט זיך זייער געשמאק און אינטערעסאנט, שרייב ווייטער!
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן:
איך שיהיה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2016 3:56 pm

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך שיהיה »

ווייסט איינער איבער א נסיעה דאס יאר קיין ראדאשיץ?
פעם התבטא כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע ואמר בדרך צחות שעשיו דיבר יודיש כמו גוי שאמר ולמה זה לי בכורה שפירושו 'פארוואס דאס מיר בכורה' - (אוצר מאמרים משולחן רבותינו א' עמ' 222)
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

איך שיהיה האט געשריבן:ווייסט איינער איבער א נסיעה דאס יאר קיין ראדאשיץ?

יע.. דורך ביהמ״ד ראדאשיץ קר״י בראשות הרב שמואל שפיטצער
אטעטשמענטס
4CE5D95B-8380-41F0-AA6B-47946D16F59E.jpeg
4CE5D95B-8380-41F0-AA6B-47946D16F59E.jpeg (114.29 KiB) געזען 1039 מאל
0E4B9631-C741-4533-92CF-63F1C51AFB12.jpeg
0E4B9631-C741-4533-92CF-63F1C51AFB12.jpeg (87.98 KiB) געזען 1039 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
איך שיהיה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2016 3:56 pm

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך שיהיה »

א גרויסן דאנק, ביטע לייגט א טעלעפאן נאמבער מיט וועם זיך צי פארבינדען איבער די נסיעה
פעם התבטא כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע ואמר בדרך צחות שעשיו דיבר יודיש כמו גוי שאמר ולמה זה לי בכורה שפירושו 'פארוואס דאס מיר בכורה' - (אוצר מאמרים משולחן רבותינו א' עמ' 222)
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

הערליכע זכרונות
;l;p- ;l;p-
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: חלק מהזכרונות מהנסיעה לראדאשיץ ח"י סיון תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

ייש''כ כולל!!!
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”