כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

איך עפען דא אויף א אשכול איבער כינע און איר "ערשטע" פלאן פון וועלט דאמינאציע, און עווענטשולי איר חלום (וואס ביי זיי איז עס שוין היינט א זיכערע זאך) איין צו נעמען די גאנצע וועלט. זיי זענען זייער געדולדיג (אנדערש ווי רוסלאנד איבער אירע שכנים) און זענען גרייט צו ווארטן צעהן, צוואנציג, און אפילו דרייסיג יאר אדער מער אויב עס פעלט אויס פאר די צווייטע פאזע פון איין נעמען די וועלט.

איבער כינע און טייוואן איז שוין דא א אשכול די "כינע-טאיוואן קריזיס"
viewtopic.php?f=6&t=50360&hilit=%D7%98%D7%99%D7%99%D7%95%D7%95%D7%90%D7%9F&start=525

וואס מען ערווארט וועט זיין זייער ערשטע ערענסטע מיליטערישע שריט. אזוי אויך קען זיין אז איז שוין דא אשכלות איבער דער לאנד כינע, אירע מענטשן, און איר היסטאריע. אבער וואס טוהט זיך מיט זייערע אנדערע שריט אין אלע אנדערע תחומים וואס גייט שוין אן מיטן גאנצן פלייס?

דער מטרה פון דער אשכול איז צו ברענגן די נייעס פון זיי און אנטוויקלונגען וואס גייט נישט דורך א טאג וואס עפעס געשעהט נישט אבער כבלעו כך פלטו דער וועלט פארדייעט עס און פארגעסט עס א טאג שפעטער און שטיפט עס פוילערהייט אוועק אלס נישט רעלעווענט און נישט ביי מיין לעבן, און כינע לאכט זיך גוט אויס פון די "נארישע" און פוילער וועלט אין זייערע אויגן וואס כאפן בכלל נישט און פארשטייען נישט ווי זיי ריקן זיך אלץ נענטער און נענטער צום ציל.

מיט א דרייסיג יאר צוריק איז זיי ניטאמאל איין געפאלן אז עס בכלל שייך אזא זאך, און דאס מערסטע וואס זיי האבן געקענט חלום'ען איז צו זיין "אויך" א סופער פאוער ווי אמעריקע און רוסלאנד, אבער צו איין נעמען די וועלט און זיין דער אייציגסטע סופערפאוער איז ביי זיי און ביי יעדן געווען א דבר שאי אפשר אפילו צו חלום'ען.

וואס האט זיך געטוישט? צוויי זאכען.

איינס, טעכנילאגיע! אז אויב מען האט דער אויבער האנט אין טעכנילאגיע קען מען היינט בייקומען דער שונא'ס טעכנילאגיע, און כינע גלייבט אז ביז א פאר יאר האבן זיי דער אויבער האנט אפילו איבער אמעריקע און אוודאי איבער דער גאנצער וועלט. און וועלן קענען נעמען פול קאנטראל.

צוויי, דער אינטערגאנג פון רוסלאנד אלס א סופער פאוער, און דער אינטורנעל צוזאמען פאל פון אמעריקע אלס א פראדאקטיווע און גלייכע לאנד און איר אינטערגאנג עווענטשולי אלס א סופער פאוער. רוים דער מושל בכיפה פאר 500 יאר איז ווי באוויסט ערשט אינטער געגאנגען נאכדעם וואס עס איז אינעווייניג קודם פארפוילט געווארן און צוזאמען געפאלן און זיך מער נישט געקענט שלאגן מיט אירע שונאים, און דאס ניצען די מושלי משלים אויף אמעריקע.
לעצט פארראכטן דורך זארג נישט אום מיטוואך מאי 25, 2022 6:53 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאצייע - אלע אנטוויקלונגען איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

דער דריטע זאך (דער אייסינג אויף דער קעיק) וואס איז זיי נישט איין געפאלן ביז אפילו א 20 יאר צוריק, איז שוין ממש געקומען אומגעראכטען, אז מיט ארטיפישעל אינטליעדזענס און מיט האבן דער אויבער האנט איבער דער גאנצער קאנעקטעד קאמפיוטער און סאשעל וועלט, וועלן זיי קענען איין נעמען דער גאנצער וועלט אפשר אפילו כמעט אן א שאס.

און אנדערש ווי רוסלאנד וואס פוטין'ס קאמעראדען "נאכטרעגליך" באשולדיגען אים אז זיי האבן יא געקענט איין נעמען קיוב און געווינען דער מלחמה מיט אוקריינע, ווען נאר ער וואלט צוגעשטעלט אלע כוחות וואס זיי האבן און געווען גרייט אויף א הונדרעט טויזענט קרבנות. אבער פוטין האט זיך געמוזט רעכענען מיט וויפיל זיין פאלק קען דערהייבן. איז אבער כינע אנדערש, זיי זענען גרייט אפילו אויף מיליאנען קרבנות און איך וואלט געזאגט אז אפילו אויף הונדערטער מיליאנען קרבנות, און זיי שפירן אז זייי קענען עס יא דערהייבן אויב עס וועט ברענגן דער ציל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

די כינעזער זענען א פאלק וואס מאראלישקייט עקזיסטירט נישט ביי זיי. און אויב עפעס, מיינט מאראלישקייט וואס איז גוט פאר כינע. וואס דער פירערשאפט פון כינע זעהט אלס מאראליש דאס איז מאראליש, און מען מעג זאגן ליגענט, מען מעג גנב'ענען, מעם מעג רצח'נען אויב דאס איז וואס פאלאנגט זיך.

זיי האבן אפילו נישט קיין פראבלעם מיט רעליגיע ווי די אראבער/מוסלומענער האבן אז פאר א וויכטיגע ציל מעג מעם אפנארען דער שונא און מאכן פאלשע אפמאכן וואס מען האלט נישט ביי איין האלטן. כינע האט מעיקרא נישט דער דאזיגע פראבלעם, און איז פאראייניקט א ביליאן מיט פיר הונדערעט מענטשן כאיש אחד בלב אחד פאר דער ציל.

נעם למשל דער אסאסיעיטעד פרעס היינט מיט די קעפל Chinese leader Xi defends record to UN human rights chief

דארט שטייט אז פרעזידענט שי וואס איז דער הויפט פון דער קאמוניסטישער פארטיי האט קריטיזירט די לענדער וואס ער זאגט ווילן אים לעקטשורען וועגן "יומען רייטס" און ווילן "פאליטיזערן" דער אישו. (דאס איז א אינערלעכע זאך און האט גארנישט מיט ענק זאגט ער, און פירטס נישט קיין פאליטיק מיט מיר, ווייל וואס עטץ באשולדיגט מיר האט גארנישט מיט יומען רייטס נאר איז ריין פאליטיק קעגן כינע).

און מיט פאטאס געזאגט אז כינע דורך לאנג טורמיניגע און נאכאנאנד שווערע ארבעט, האט כינע זיך ארויס געלאזט אויפן וועג, א אייגענע דרך פון יומען רייטס וואס קאנפארמט (שטימט) מיט די גאנג און מיט די צייטגייסט פון די צייטן, און איז גוט פאר די אייגענע נאציאנאלע געברויכען און באדינגוגגען.

שי האט פארגעלייגט די קאמוניסטישע לאנג האלטענדיגע שטעלונג אויף יומען רייטס, וואס טענה'ט אז כינע מוז טרעפען איר אייגענע דרך וואס דאס מיינט יומען רייטס און נישט נאכטוהן די מאדעל פון אנדערע לענדער וואס זענען איר נישט מחייב. און דערובער רידזעקט כינע "אוטסייד" קריטיסיזס אלץ נישט לעגיטים און באטראכט עס אלס אינטערפערענס און זיך אריין מישען אין אירע אייגענע דאמעסטיק אינערליכע אנגעלעגעהייטען. ער האט אויך צו געלייגט אז צו פארבעסערן דאס לעבן פון ברואים איז דער וויכטיגסטע יומען רייט פאר דעוועלאפינג מדינות (וואס כינע "דא" האלט זיך פאר איינע פון זיי). און עס פוינט צו כינע'ס הצלחה און ארויס נעמען מענטשן פון ארימקייט.

בקיצור, כינע מעג טוהן וואס זי וויל און יומען רייטס איז וואס זי באשליסט איז יומען רייטס, אבער בעיקר איז דער ציל צו פארבעסערן דאס לעבן פון מענטשן אז זיי זאלען נישט זיין ארעם (און וואס זיי האלטען פאר ארעם און רייך וועלן זיי אויך אליין באשליסען) און די ציל כשר'ט אלעס אלעס ממש.

געהערט פונעם פערדס מויל אליין.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

אין די היינטיגע נייעס

אין א קאמפעטישען צווישען כינע און די יונייטעד סטעיטס האט כינע גע'אפערט די דרום פאסיפיק לענדער סעקיוריטי (דער לייב זאגט צו אז ער גייט נישט "יעצט" בייסען) און פריי-האנדעל אפמאכען.

כינע האט פארגעלייגט פלענער צו דראמטיש אויס שפרייטן סעקיוריטי און עקאנאמישע קא'אפיראציע מיט דרום פאסיפיק לענדער, מיט איין לאנדס פירער דארט עס אנרופען א דינע און דורך זיכטיגע באמיהונג זיי אריין צו שליסען אין בעידזינגס ארביט, און וואשינגאן האט זיי געווארענט אז זיי זאלן גוט אכטונג געבען ווייל דאס זענען נישט ריאליסטישע דיעלס.

די ברייט גרייכענדיגע דרעפט אפמאכן איז א פינעף יאר פלאן. עס אפערט די 10 קליינע אינזלען לענדער מיליאנען דאלארען כינעזער הילף, א כינע-פאסיפיק אינזלען פרייע האנדעל אפמאך, און גרינגע צוטריט צו דער ריזיגע און פראפיט מאכענדיגע מארקעט פון די איין ביליאן און פיר הונדערט מיליאן כינעזער.

כינע וועט אין אויסטויש טרעינען זייער פאליציי, וועלן ווערען אינוואלווד אין זייער לאקאלע סייבער סעקיוריטי, אויס שפרייטען זייערע פאליטישע באצינונגען (מסתמא מיינען זיי מיט רוסלאנד, נארט קאיע, סיריע און איראן), קאנדאקטען סענסעטיווע מארין מעפינג, און זיי מאכן האבן גרעסערע צוטריט צו נאטירליכע ריסארסעס אין דער ערד.

כינע זיכט צו דעוועלאפען א גרעסערע מילטערישע און פאליטשע און עקאנאמישע אחיזה אין יענער חלק פון דער וועלט, אבער ביז דערווייל האבן זיי געהאט נאר לימיטעד פארשריט , בעיקר מיט די סאלאמאן אינזלען.

צופיל איבער צו זעצן (די פרטים) וועט דאס זיין גענוג פאר היינט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

כינע איז א בא בטענה (לשטויתם). זיי טענהן אז

איינס, זיי זענען א 4000 יאר ציוויליזאציע ווען אלע אנדערע לענדער און פעלקער זענען נייע, און בעיקר אמעריקע איז אפילו נישט א פאלק נאר א ערי מקלט פאר 300 מיליאן אנטרינענע מענטשן און זענען בלויז א פערטל די באפעלקרונג פון כינע.

צוויי, כינע האט אין 2012 געהאט א 8 טרילאן דאלער עקינאמיע און אין בלויז 10 יא האבן זיי שוין אין 2022 א 18 טריליאן דאלער עקינאמיע, און ביז א קורצע צייט וועלן זיי איבער שטייגען אמעריקע און וועלען האבן א גרעסערע עקינאמיע ווי די גאנצער וועלט קאמביינד.

דריי, אז דער מערב וועלט באשטייט פון נאר 12 פרוצענט ווען דער איבעריגע וועלט וואס כינע וויל זיי רעפרעזענטירן זענען די אנדערע 88 פרוצענט פון די מענטשהייט, דערובער דארפן זיי זיין דער וועלטס באזארגערס (און נישט אמעריקע, די EU/NATO און די יונייטעד נעישאן'ס) און זיי דארפען פירען די וועלט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער אינפארמאטיוו. הערליך!

איך האלט נישט אז מדארף זיין צו באזארגט וועגן כינע, כינע האט גארנישט אייגנס, אלע טעכנעלאגיע איז געגנבט פון די מערב וועלט, זייער עקאנאמיע באשטייט אויך נאר פון די מערב וועלט.

כינע אליינס האט גארנישט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

amazing! ;l;p-
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

איך האב הנאה ?
איך בים מיר מצער!
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שלמה מולכו האט געשריבן:זייער אינפארמאטיוו. הערליך!

איך האלט נישט אז מדארף זיין צו באזארגט וועגן כינע, כינע האט גארנישט אייגנס, אלע טעכנעלאגיע איז געגנבט פון די מערב וועלט, זייער עקאנאמיע באשטייט אויך נאר פון די מערב וועלט.

כינע אליינס האט גארנישט.

וואסא חילוק?

זיי האבן עס


יישר כח זארג נישט. איך זארג יא... נעה. דער באשעפער פירט די וועלט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

זעהט אויס אז וואשינגטאן ליינט אייוועלט, ווייל מיט צווי שעה צוריק איז בלומבערג ניוס ארויס געקומען מיט ממש דער זעלבע קעפל ווי דער ארטיקל,
עס ליינט זיך
Blinken Warns of Chinese Dominance in Long-Delayed Speech

אז סעקרעטערי אוו סטעיט אנטאני בלינקען און א לאנג אווערדו ספיעטש גייט ווארענען אז כינע וויל דאמינירען דער וועלט.

אינטרעסאנט אויך אז וואס ער גייט זאגן האט ער אויך זעהט אויס דא געליינט, ווייל עס קוואוט אים ממש מיט מיינע ווערטער.

און דא זענען חלקים און די פונקטן פונעם ארטיקל (די ווערטער אין פערענטעסיס זענען מיינע).

מער ווי 16 חדשים אריין אין ביידן'ס טערמין, גייט סעקרעטערי אוו סטעיט אנטאני בלינקען פיינעלי דעליווערען דער לאנג ערווארטעטע דרשה אויס לייגענדיג דער ביידן'ס אדמיניסטראציע'ס סטראטעגיע (ליין, די סטעיט דעפטארמענט'ס סטראטעגיע) איבער כינע.

אבער אינוועסטערס און די מארקעט וואס קוקען ארויס פאר פרטים'דיגע הדרכה וויאזוי זיך אומצוגיין מיט כינע, וועלן זיין דיסעפוינטעד. ווייל ער איז עקספעקטעד צו מסביר זיין אלטע אויס געדראשענע פאליסיס (וואס ארבעט נישט) ווי איידער צו ארויס שטעלן א נייע דריאסטישע מהלך.

אמעריקע'ס צוגאנג איז כולל אינוועסטען אין דעמאקראטיע (ווי? אין אפגאניסטאן?) און אינאוואציע אין דער היים (פון וואסארע אינאוואציע רעדט ער?), פארשטערקערען אמעריקע'ס עלייס (פריינד) און שותפים (יעצט רעדט ער שוין ווערטער), און קאמפיעטן מיט כינע בנוגע מיליטערישע און עקונאימישע ענינים. (איך האב געמייינט אז כינע קאמפיעט מיט אונז און נישט פארקערט אז זיי פירען אונז ביים נאז און אונז מוזען קאמפיעטן מיט זיי)

בלינקען וועט אויך מאכן קלאר אז וואשינגטאן שלאפט נישט (ווי איך האב זיי באשולדיגט אויבן) און אז וואשינגטאן איז נישט דיסטרעקטעד צוליב אנדערע וועלט פראבלעמען ווי אוקריינע.

ער האט געזאגט אז "כאטש פוטין'ס מלחמה גייט וויטער אן, וועלן מיר נישט אראפ נעמען די אויגן פון דער וועלטס מערסטע ערענסטע און ערגסטע סכנה צו דער אינטערנאציאנעלע ארדער, וואס כינע שטעלט מיט זיך פאר און וויל איבער דרייען" (ער גייט נישט אזוי ווייט ווי מיר צו זאגן אז זיי ווילן איין נעמען די וועלט, ער באציעט זיך נאר "און דאס איז בכוונה" נאר צום ערשטע פאזע אז זיי ווילן דאמינירן דער וועלט און איין שטעלן זייער וועג פון טראכטן און העגעמאניע)

זאגענדיג ווייטער אז "כינע איז דער איינציגסטע לאנד אויפען כדור הארץ וואס האט ביידע, סיי די בייזע כוונה, און אויך די מעגליכקייט צו איבער דרייען די וועלט סדר און עס אויספארעמען די וועג ווי זיי ווילען, אויך האבן זיי מער און מער די עקינאמישע און מיליטערישע און טעכנילאגישע כח עס צו דורך פירען". (טעכנילאגישע האט ער זעהט אויס געהערט פון מיר...)

בלינקען זאגט ווייטער אז ער וויל נישט אפהאקען כינע פון די וועלטליכע עקינאמיע אדער צוריק האלטען כינע'ס וואקסען (א מאנסטער), נאר ער וויל מאכן זיכער אז פרעזידענט שי פון כינע שטעלט נישט אינטער קיין פיסלעך און גראבט נישט אינטער די גלאבאלע ארדער וואס האט זיי געגעבן דער מעגליכקייט אזוי צו וואקסען און בליען (זיי נישט קיין כפוי טובה און שיס נישט דער סיסטעם וואס האט דיר געהאלפען ווערן וואס די ביזט. נאריש צו טראכטען אז כינע גייט אן כפוי טובה אדער וואס בלינקען האט צו זאגן, אויב זיי קענען וועלן זיי מארשירען ווייטער וויפיל עס גייט נאר און מיט נאך א שמיץ ארובער).

זאגט בלינקען אז צום באדוירען אנשטאטס אז כינע זאל ניצען איר "באקומענע" כח צו פארשטערקערען און אויף לעבן די געזעצען, אפמאכען, און פרינציפאלען און אינסטיטוציעס וואס האבן זיי ערמעגליכט זייער הצלחה, און פארגינען אנדערע לענדער זאלען "אויך" געניסען פון די זעלבע פריוולעגיעס און בענעפיטען, טוהט כינע פינקט דאס פארקערטע! צולייגענדיג אז אינטער דער היינטיגע פירער פון כינע איז כינע געווארען א גרעסערע אינטערדריקער אינדערהיים און מער אגרעסיוו אויף דער כדור הארץ.
לעצט פארראכטן דורך זארג נישט אום דאנערשטאג מאי 26, 2022 3:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

המשך צו וואס בלינקען גייט זאגן אין זיין דרשה.

בלינקען גייט מדגיש זיין אז די יונייטעד סטעיטס איז וויליג צו אינגעידזן (מיט ארבעטען) מיט כינע איבער אזעליכע זאכען ווי קליימעט-טויש , אבער ח"ו וועט נישט מאכן קיין פשרות איבער שיטה פאר דער צוועק פון קא'אפיראציע.

"מיר קוקען נישט פאר קיין קאנפליקט אדער פאר א נייע קאלטע מלחמה (צו ער וויל יא אדער נישט איז עס שוין א נייע קאלטע מלחמה שוין פאר א פאר יארן און זיין עס נישט אנערקענען טוישט עס נישט), פינקט פארקערט זאגט בלינקען, מיר ווילען פארמיידען ביידע. (און וויאזוי גייסטו עס טוהן? מיט רעדן "האלבע ווערטער" וועט עס נישט געשעהן, עס פאדערט זיך טאהט וואס ביזט נישט גרייט!)

איין זאך איז קלאר זאגט בלינקען, אז די מיד-טורם עלעקשענס אין אמעריקע און די קאמוניסטישע פארטיי קאנגרעס וואס עס איז עקספעקטעד אז שי וועט נאכאמאל "ערוועלט" ווערן פאר א פרעצענטלאזע דריטע טערמין, מאכט כינע-אמעריקע באציהונגען מער קאמפליצירט ווי וואס אנאליסטען אין "ביידע" מדינות האבע עקספעקטעד ווען ביידען איז אריין אין אפיס לעצטע יאר, וואס דאס לאזט נישט איבער קיין מקום פאר קיין שום זייט צו מאכן קאנצעסיעס. (שוין אפגעמאכט און פארענטפערט כינע אז זיי "קענען נישט" אנשטוטס אז זיי "ווילען נישט")

(דאס פריערדיגע פארגראף אומר דרשוני. וואס האט די קומעננדיגע עלעקשענס צו טוהן מיט קענען טוהן וואס מען דארף? אויב עס איז א סכנה ווי ער זאגט טוהט מען וואס מען דארף און מען מאכט נישט קיין "פאליטישע" חשבונות. און צווייטענס דער חלק אז עס איז א פראבלעס אז אין כינע גייט זיין עלעקשען'ס פאר פרעזידענט איז פשוט פאלש און האר אויפשטעליג. ווייסט ער נישט אז שי מיט זיין גאנצע פמליא זענען אין איין קלאנג און עס איז א זיכערע זאך אז שי ווערט ריעלעקטעד (פאר לייף] און די אזוי גערופענע עלעקשענס אין כינע איז לא מעלה ולא מוריד? איך ווינדער זיך זייער איבער דער קלוגע בלינקען צו רעדן אזעליכע נארישקייטען)

ווייסע הויז אפישעלס האבן דערציילט אז אינטער די קאליסען האבן זיי א מער פינקטליכע "קלאסיפיצירטע" כינע סטראטעגיע (איך ווארט נאך צו זעהן די "קלאסיפיצירטע אפגאניסטאנער ארויס גיין סטראטעגיע" וואס עקזיסטירט נישט) וואס איז זיי מדריך אינטער די קאליסען וואס צו טוהן, האט זיך אבער דער "פאבליק" צוגאנג גארנישט געטוישט זינט מארטש פון 2021 ווען בלינקען האט דעמאלט געזאגט אז די כינע-אמעריקאנער באציהונגען וועלן זיין "צו זיין קאמפעטיטיוו ווען מען דארף, מיט ארבעטן ווי מען קען, און עדווערסעריעל (מיט קעגענערשאפט) ווען מען מוז".

(פארוואס עס איז דא איין פאליסי אינטער די קאליסען און א אנדערע פאר די אויגן פון די פאבליק פארשטיי איך נישט. כ'האף אז ער פארשטיייט יא).
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

בלינקען טרעפט זיך אין אינדוניזיע פאר 5 שעה מיט'ן כינעזער אויסערן מיניסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

זארג נישט האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:בלינקען האט זיך געטראפן מיט זיין כינעזער קאלעגע ווינג יו און האט עם געבעטן אז כינע זאל ארויסטרעטן אנטקעגן רוסלאנד'ס קריג אין אוקריינע.

איך פארשטיי נישט זיין בקשה. כינע מיט רוסלאנד האבן געמאכט א פאקט, א "נאו לימיט פריינדשאפט" צווישן זיי ביידע. יעצט, זאל מיר איינער מסביר זיין וואס אמעריקע בעהט פון כינע? בעהט'ן זיי אז כינע זאל אפהאקן דער פאקט? מאכ'ן דער פריינדשאפט "לימיטעד"?

אוודאי נישט, איז וואס יא?

דער גאנצע פינעף שעה'עדיגע מיטינג איז נאר געווען א אחיזת העינים! דער האט גערעדט און דער האט גערעדט (יעדער האט אויס גערעכענט א ריזיגע ליסטע פון דעם צווייטענס עבירות) און קיינער האט נישט אויס געהערט דעם צווייטן.

אבער ס'געווען א "קענדיד" מיטינג!
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

יישר כח זייער שיין
אין ברוכים הבאים צו אינזער כינע עקספערט...

איך האב שוין לאנג געהאלטן אז כינע גייט מצליח זיין פשוט ווייל א דיקטעטאר וואס זיצט יארן אויפן בענקל און פאקוסירט אגאנצען טאג אויף די זעלבע זאך וועט שנעלער אנקומען ווי אן אמעריקאנער פרעזידענט וואס די ערשטע צוויי יאר איז ער פאנומען צירוקדרייען און נאכדעם דארף ער זיך ארומשלאגן אויף צו גיין ווייטער און קוים א דריי און ער איז פערטיג...

איו איך בין נאכנישט אזוי זיכער אז רוסלאנד איז צופאלן...
לעצט פארראכטן דורך שרויפל אום דינסטאג יולי 12, 2022 6:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.
כאפט דעם פערי פון גערי ביז בערי...
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

כינע איז נישט צופרידן פון אזעליכע אשכולות און פראטעסירט איבער דעם שטארק צו בלינקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

יולי 9 האט דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט אנטאני בלינקען זיך געטראפן אין אינדונזיע מיט כינע'ס אויסערן מיניסטער וואנג לי צו צוימען די אנגעצויגענקייט צווישן וואשינגטאן און בעדזינג.

בלינקען האט אים פארגעהאלטען אז היתכן כינע שטיצט רוסלאנדס אגרעסיע און היתכן אז כינע איז געווארן רוסלאנדס מויל מאכער און הויך הילכער אויף דער וועלט וואס פאפאגייט און אמפלעפירט (מאכט העכער) און בארעכטיגט רוסלאנדס טענות און אגרעסיע.

ער האט אים פארגעהאלטן אז היתכן כינע איז נישט נוטראל אין די מלחמה פון רוסלאנד אויף אוקריינע און איז געווארן דער שופר פון רוסלאנדס פראפגאנדע.

ממש וואכן פאר רוסלאנדס אינוואזיע אויף אוקריינע האט רוסלאנד געשלאסען א "נאו לימיט" פריינדשאפט מיט כינע. און דאס האט אים בלינקען פארגעהאלטן אז היתכן אין יוני 13 האט כינע'ס פרעזידענט שי גיינפינג געזאגט פאר פוטין אז דער פריינדאפט צווישען זייערע ביידע לענדער בלייבט שטאל אייזן און כינע שטיצט ווייטער רוסלאנד.

ווענג האט אים גע'ענטפערט אז די דירעציע פון די שייכות צווישען כינע מיט אמעריקע איז אין א גרויסע סכנה, ווייל אמעריקע קוקט נישט ריכטיג אן כינע, און די אמעריקאנער פערסעפשן פון כינע איז נישט א גוטע.

ווענג האט אים געזאגט אז א סאך מענטשן (ער מיינט זיכער גאנץ נארט קאריע און דאס גלייכן) גלייבן אז אמעריקע ליידט אויף א ערענסטע קרענק וואס הייסט "סינא-פאביע" (נארישע שרעק פון אומשילדיגע כינע). ער האט צוגעלייגט אז אויב דער קרענק וועט וואקסען וועט "שייכות צווישן כינע און אמעריע קומען צו א דעד ענד מיט קיין שום וועג מער ארויס" (פארשטייט זיך פאר אמעריקע).

ווענג האט אויך אויך געפאדערט פון בלינקען אז אמעריקע מוז אראפ נעמען ווי אומשנעלסטען די טאריף'ס אויף כינעזער פראדוקטען, און אראפ נעמען איין זייטיגע סאנקציעס אויף כינעזער קאמפעניס.

בלינקען האט אים געזאגט אז אמעריקע איז זייער באזארגט איבער כינע'ס רעטארישע פראוואקאציעס און אקטיוויטעטן איבער טייוואן.

בלינקען האט אים אויך פארגעהאלטען איבער כינעס סטראטעגישע ניץ פון די דרום כינעזער ים, איר רעפרעסיע פון פרייהייט אין האנג קאנג, געצווינגענע פארשקלאפטער ארבעטערס, זייער טריטמענט פון עטנישעע און מיינאריטעטען אין טיבעט, און כינע'ס גענאסייד אין שינפענג (קעגן די וויגער פאלק).

בלינקען האט אים פארגעשלאגען אז זיי קענען האבן מער קא'אפיראציע איבער די קלימאט קריזיס, גענוג עסען פאר די גאנצע וועלט, וועלטליכע געזוונטהייט, און איבער קאנטער-נארקאטיקס.

ווענג'ס תירוץ איבער דאס אלעס איז געווען אז אמעריקע איז שילדיג אין דאס אלעס וואס מען האט אויס גערעכענט, און דער סעלושען איז נאר "אז אמעריקע זאל מאכן זיכער אז די רילעישענשיפ מיט כינע איז אויף די ריכטיגע רעלסען" (מיי וועי אדער די היי וועי. אין אנדערע ווערטער אז אמעריקע זאל זיך טוישן, ווייל כינע טוהט ריכטיג).

בנוגע אז כינע ארבעט אויף א זעלבשטענדיגע עקינאמיע ווי זי איז בעל הבית און נישט אמעריקע, האט בלינקען אים געזאגט אז אמעריקע זיכט נישט צו אפהאקען כינע פון די עקינאמיע פון די מערב וועלט. (אמעריקע מעג וועלן, כינע וויל אבער אנדערש, און וויל קענען סטראשן אמעריקע מיט סאנקציעס, און נישט פארקערט!)

בקיצור, בלינקען האט אים געזאגט וואס ער האט אין צו זאגן, און ווענג האט אים געזאגט וואס זיין האר אין בעדזינג האט אים געהייסן זאגן, און מפטירין כדאתמול. גארנישט האט זיך געטוישט, מען האט געשפילט טאטע און ווי מען וואלט עפעס אויף געטוהן.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

א אינטערסאנטע באשרייבונג.
חינוך האט געזיגט!
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

די וועיג וויאזוי כינע גייט אנקומען צו וועלט דאמינאציע, איז נישט אזוי ווייט כינע'ס קלוגשאפט, נאר די מערב וועלט'ס נארישקייטן.

זיי ריקן זיך פאראויס מיט יעדער הינזיכט, פון בויען 150 נוקלעארע ענערגיע רעאקטערס, צו גראבן מינעראלן פאר עלעקטראנישע קארן, און נאך פילע אנדערע זאכן,

און די זעלבע צייט וואס די מערב וועלט נישט נאר טוט גארנישט, נאר סטאפן פראדעצרן אויל, פלייש, און אנדערע זאכן וועגן די קליימאט צוזאמפאלן..

--
די געלעכטער איז אז די קליימאט איז א גלאבאלע זאך, אפ 'די גלייבסט אז די וועלט גייט חרוב גיין אויב טוט מען גארנישט, העלפט דיר עס גארנישט ווילאנג כינע די גרעסטע פלאטער טוט גארנישט.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

Wow a1 האט געשריבן:די וועג וויאזוי כינע גייט אנקומען צו וועלט דאמינאציע, איז נישט אזוי ווייט כינע'ס קלוגשאפט, נאר די מערב וועלט'ס נארישקייטן.

זיי ריקן זיך פאראויס מיט יעדער הינזיכט, פון בויען 150 נוקלעארע ענערגיע רעאקטערס, צו גראבן מינעראלן פאר עלעקטראנישע קארן, און נאך פילע אנדערע זאכן,

און די זעלבע צייט וואס די מערב וועלט נישט נאר טוט גארנישט, נאר סטאפן פראדעצרן אויל, פלייש, און אנדערע זאכן וועגן די קליימאט צוזאמפאלן..

--
די געלעכטער איז אז די קליימאט איז א גלאבאלע זאך, אפ 'די גלייבסט אז די וועלט גייט חרוב גיין אויב טוט מען גארנישט, העלפט דיר עס גארנישט ווילאנג כינע די גרעסטע פלאטער טוט גארנישט.

די וועג וויאזוי כינע גייט אנקומען צו וועלט דאמינאציע, איז נישט אזוי ווייט כינע'ס קלוגשאפט, נאר די מערב וועלט'ס נארישקייטן

קוואוט פונעם טאג! ;l;p-
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

שכוח @זארג נישט פארן אשכול!

איך זארג טאקע יא, אבער איך גלייב אז גאט פירט אלעס סיי ווי אזוי!
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: כינע פלאגט וועלט מיט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

זייער אינפארמאטיוו
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

גאר גוט באשריבן.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

לענדער וואס זענען שוין למחצה לשליש ולרביע אין כינע'ס קעשענע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

ישראל_הלוי האט געשריבן:סי ען ען: אין בעפארברייטונג צו די אפשטימונג אין די יונייטעד נעישאנס זיכערהייטס קאָונסיל ארויסצושטעלן רוסלאנד פון דעם מענטשן רעכטן קאָונסיל האט רוסלאנד ארומגעשיקט א צעטעלע צו אסאך לענדער מיט א סטראשע אז אויב וועלן זיי נעמען די 'אומפריינטליכע שריט' און שטימען אנטקעגן רוסלאנד אדער אפילו נאר 'עבסטעינען אדער בכלל נישט שטימען' וועלן זיי האבן אויסצושטיין ערנסטע קאנסעקווענצן.

viewtopic.php?p=3470683#p3470683

איך ברענג דא דער אפשטימונג אין די יונייטעד נעשיאן'ס ארויס צו שטויסן רוסלאנד פון דער מענטשן רעכט קאונסיל, דארט זענען געווען
93 לענדער פאר ארויס ווארפן רוסלאנד
24 לענדער קעגן ארויס ווארפן רוסלאנד
און 58 לענדער האבן אבסטעינד מורא האבענ'דיג צו וואוטן פאר אדער קעגן.

פון די דאזיגע אפשטימונג קען מען א סאך לערנען מי ומי ההולכים לגבי כינע. וועליכע לענדער האט כינע שוין למחצה, לשליש ולרביע אין איר קעשענע.

רוסלאנד האט אפען געסטראשעט אלע לענדער, און שטילערהייט האבן זיי פראבירט אינטערקויפן לענדער צו ריקן זייער וואוט כאטש איינס בעסער ווי זיי האבן געפלאנט.

מיר קענען פון דעם לערנען אז כינע אין איר "אנלימיטעד פריינדאפט" צו רוסלאנד האט אויך גע'ארבעט מיט אלע אירע קאנעקשען'ס און געסטראשעט און אינטער געקויפט לענדער צו וואוטן כאטש איין מדרגה בעסער ווי געפלאנט לגבי רוסלאנד.

פון אנאלאזירן וועליכע לענדער זענען געווען פון די 24 פרא-רוסלאנד און כינע, און וועליכע לענדער זענען געווען פון די 58 וואס האבן מורא פון כינע, זעהען מיר אז כינע האט גאר א שטארקע כח שוין אין אפריקע און אוודאי אין אזיע, און אפילו אין סאוט אמעריקע.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

כינע פראבירט א shake down און אינטימידאציע פון אוסטראליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

כינע'ס אויסערן מיניסטער ווענג לי רוהט נישט איין, כמעשהו עם בלינקן כך מעשהו עם אוסטראליע און אויך אלע לענדער פון דער וועלט.

דער פארגאנגענע פרייטיג נאכט האט זיך כינע'ס אויסערן מיניסטער ווענג לי געטראפן מיט אוסטארליע'ס אויסערן מיניסטער פעני וואנג, און פארגעלייגט א ליסטע פון פאדעררונגען "demands" וואס אוסטראליע מוז טוהן צו פארבעסערן איר רעלעשענשיפ מיט כינע. ווענג לי האט באשולדיגט אוסטראליעס פריערדיגע קאליציע רעגירונג פאר דער צוזאמען פאל פון אוסטראליע'ס דיפלאמאטישע באציהונגען מיט כינע די לעצטע 5 יאר.

כינע האט געפאדערט 4 זאכען:
1) אז אוסטראליע זאל זיך אויף פירען צו כינע ווי א פארטנער און נישט ווי א קעגנער
2) זיכען קאמאן גראנד און אוועק פאקען דיפערענצען
3) אז אוסטראליע זאל זיך נישט לאזן מאניפילירען פון אמעריקע, און
4) אוסטראליע זאל "בויען א פאזעטיווע און פראגמאטישע סאציאלע יסוד פון פאבליק אפיניען גינסטיג צו כינע"!

ווענג אין א פרעסע קאנפערענץ האט געזאגט אז:
"China hopes that Australia will seize the current opportunity, take concrete actions, reshape a correct perception of China, and reduce negative assets and accumulate positive energy for improving China-Australia relations


נעכטן האט אויסטראליע'ס פריים מיניסטער אנטאני אלבאניז געגעבן זיין ענטפער אז:
Australia doesn’t respond to demands

אין אנדערע ווערטער גיי הענג זיך, מיר נעמען נישט קיין ארדערס פון כינע.

דאס איז אבער דער modus operandi דער וועג ווי אזוי דער מאפינערישע לאנד כינע פירט זיך צו אלע לענדער. פראבירט מיט גוטן, בייזן, און פראבירט אלעמאל זעהן ווי האלט דער לאנד, צו עס האלט זיך שוין ביים ברעכן צו כינע און מען קען שוין גיין שטרענג מיט זיי.

אין דער פיוטשער וועט מען נאך א סאך צוריק קומען צו דער לעקטשער וואס אפס קצהו האב איך ענק דא געוויזען. כינע וויל אז יעדער זאל זיך טוישן צו ווי אזוי זי וויל, און וויל אז אלע לענדער זאלן זיך אפשאקלען פון אמעריקע.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

וועגן וואס מען האט נעכטן געשריבן אז אוסטראליע'ס ענטפער צו די פיר תנאים וואס כינע האט איר געשטעלט צו פארבעסערן באציהונגען, האט אוסטראליע'ס פרעזידענט אנטאני אלבאניז זיי אפגעווארפן זאגענדיג אז זיין לאנד:
doesn’t respond to demands

און אז:
We will cooperate with China where we can, but we will stand up for Australia’s interests when we must


איז אינטרעסאנט די היפאקריטיע פון כינע אז אוסטראליע האט איר געבעטן אז זיי זאלן אראפ נעמען די טאריף'ס פון אוסטראליע'ס פראדוקטען, און כינע וויל נישט, אבער פון בלינקען האט כינע פארלאנגט דאס זעלבע וואס זי האלט נישט ביי נאכגעבן אירע שכנים!
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

נאכען נעכטיגן פראסק וואס בעידזינג האט געכאפט פון אוסטראליע, פראבירט נאך אלץ כינע אז אפשר פארט וועט איר געלוגען צו האלטען אוסטראליע אינטער אירע שטיוועל.

די העד ליינן'ס אין כינע היינט איז געווען:
China again urges Australia to meet four demands to 'recalibrate' soured ties following Anthony Albanese's rebuke

דאס הייסט אז כינע בעט זיך ביי אוסטראליע זיך צו בארעכענען און יא נאכגעבן די פיר פאדערונגען און תנאים פאר באנייען צוריק איר צוריסענע באציהונגען.
און די סאב-העדליין'ס
China has doubled down on its ambitious four demands of the Australian government after Anthony Albanese rejected Beijing’s initial urgings


כינע האט היינט ארויס געלאזט א מילדערע סטעיטמענט בנוגע די פיר פאדערונגען, זאגענדיג אז כינע
was willing to “recalibrate” ties so long as Australia met its requests

דאס הייסט אז כינע איז וויליג צו צו-קיצעלען אירע פיר דעמענדס ווילאנג אז אוסטאראליע איז גרייט איר נאך צו געבן אירע פיר פאדערונגען. אין אנדערע ווערטער האבן זיי גאנישט געזאגט נאר זיך געשפילט מיט ווערטער כמנהגם.
לעצט פארראכטן דורך זארג נישט אום מיטוואך יולי 13, 2022 5:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: כינע פלאנט וועלט דאמינאציע - אלע אנטוויקלונגען אויפן וועג איין צו נעמען די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

א יאר צוריק אינטער דער מאריסאן רעגירונג האט כינע פארלאנגט 14 פונקטען פון אוסטראליע און מאריסען האט זיי געזאגט אז זיי קענען זיך גיין הענגען.

האבן זיי יעצט פראבירט נאר פיר. זיי זענען:

1) אז אוסטראליע זאל זיך אויף פירען צו כינע ווי א פארטנער און נישט ווי א קעגנער
2) זיכען קאמאן גראנד און אוועק פאקען דיפערענצען
3) אז אוסטראליע זאל זיך נישט לאזן מאניפילירען פון אמעריקע, און
4) אוסטראליע זאל "בויען א פאזעטיווע און פראגמאטישע סאציאלע יסוד פון פאבליק אפיניען גינסטיג צו כינע"!

די ערשטע צוויי וואלט אוסטראליע שוין מסכים געווען, אבער דער פראבלעם איז אז נישט די ערשטע צוויי האט כינע עכט געמיינט, דאס איז נאר געווען א מיטל צו צוקומען צו די לעצטע צוויי!

אין נומער דריי וויל כינע אז אוסטראליע זאך שלאגן כפרות מיט אמעריקע, און אוסטראליע זאגט אז ענדערש וועלן זיי שלאגן כפרות מיט כינע כאטש כינע איז א שכן, אבער א שכן רע.

אין נומער פיר וויל כינע דיקטירען צו אוסטראליע וויאוזי זיך צו פירן. און נישט קיין נפקא מינה וואס כינע טוהט, אפילו גענאסייד! מוז אוסטראליע שרייבן אין אלע צייטונגען און שרייען אין די מידיע אז כינע איז גערעכט.

פון ווי נעמט זיך אזא אויסטערלישע אראגאנץ פון א לאנד צו דימענדען פון א צווייטע לאנד אז דו מוזט רעדן גוטס אויף מיר נישט קיין נפקא מינה ווי גרויס א רשע און רוצח איך בין!

דאס איז היינטיגע אראגאנט כינע!
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”