וואס האט עטץ דא צו זוכן?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

די וואך אין די פרשה, פרשת בחוקותי, שטייט אלע גוטע ברכות וואס דער אויבערשטער זאגט צו, צו געבן פאר די אידן ווען זיי וועלן אפהיטן און זיך אריינטון אין די תורה און מקיים זיין די מצוות ווי עס דארף צו זיין, ווען זיי גייען אריין קיין ארץ ישראל. און אויב ח"ו נישט, שטייט א רייע מיט קללות וואס עס גייט קומען אויף זיי. צוערשט גייט קומען צרות רבות ורעות, דבר וחרב ורעב ויגון, ר"ל, און דאס אלעס גייט קומען דארט אין ארץ ישראל. און אויב וועט מען נאכאלס נישט תשובה טון, וועט קומען דער צווייטער שלב, ווי ואתכם אזרה בגוים..... ואתם בארץ אויביכם, און דארט אין דער פרעמד, וועט קומען די אלע שטראפן פאר די זינד. חלילה.
פרעגט זיך א פראגע: פארוואס דארף מען פארטרייבן די אידן פון ארץ ישראל, און זיי באשטראפן אין דער פרעמד אויף זייערע עבירות, די אלע שטראפן קען דאך אויך געשען דארט ווי זיי זענען?

***

"הכנסת אורחים" איז געשטאנען אויף דעם גרויסן פלאקאט, פארנט פונעם גביר'ס הויז. אלע געסט וואס זענען אנגעקומען אינ'ם שטאט, נישט קיין חילוק ארים אדער רייך, אלע האבן געוואוסט אז ווען אומער מען קומט אן אין דעם שטאט, קען מען זיך ווענדן צום הכנסת אורחים צימער, וואו דער גביר פון שטאט האט אליינס אלעס צוגעשטעלט און זיך אפגעגעבן מיט אלע געסט, זיי צושטעלנדיג מכל טוב וטוב, און ווער עס איז אריין הונגעריג, איז ארויס פון דארט א זאטער.

וויבאלד דער גביר האט געוואלט אז די הכנסת אורחים זאל זיין בשלימות, און אז אלעס זאל זיין צוגעשטעלט אויפן בעסטן און באקוועמסטן אופן וואס עס איז שייך, האט דער גביר זיך פערזענדליך אפגעגעבן מיט אלע מאכלים וואס מען האט צוגעשטעלט און זיכער געמאכט אז אלעס ווערט געמאכט דאס בעסטע.

ווי אויך האט דער גביר גענומען אין אכט אז צווישן די באזוכער זענען דא אסאך ערליי געסט, האט ער פארשטאנען אז ער קען נישט צושטעלן נאר איין צוגאנג מיט די עסן, ווייל נישט ביי יעדעם לויפט דער צוגאנג דאס זעלבע. די ארימעלייט וואס שטייען דארט איין, זענען צוגעוואוינט צו עסן געיאגט און געכאפט, זיי וועלן אריינבייסן אין א לעבל ברויט, אויסטרינקן א ווארימע זופ פונם טעלער ארויס און דערנאך אויסלעקן מיטן צונג. און אז מען וועט זיי נאך צוגעבן רעטעך, צוויבל און א געזאלצענע הערינגל, וועט נישט זיין קיין גליקליכערע ווי זיי. ווי אויך דארפן זיי נישט קיין עסצייג אדער טישטוכער, נאר ביי זיי ווי שנעלער מען דערלאנגט די עסן, איז אריין אין מויל, און פארטיג.

פון דער אנדערער זייט, קומען אויך צו גיין אינעם שטאט רייכע לייט פאר געשעפטליכע צוועקן, און אויך זיי קומען צום גאסט הויז זיך איבערצוכאפן דאס הארץ, אבער זיי זענען צוגעוואוינט צו עסן געלאסן מיט מער בעסערע עסן, און געבן געווענליך אכטונג צו האבן א שיינע טישטוך מיט טעלערס און עסצייג אנגעגרייט, זיי עסן רואיג און איינגעהאלטן, יעדע מאכל באזונדער. וועלן נישט אפלעקן די פינגערס קיינמאל, נאר וועלן אייביג נוצן א סערוועטל, און זיי דולדן נישט צו הערן די קראכעריי פון דאס קייען און די לעקעריי פון די צונגען.

צוליב דעם, האט דער גביר איינגעטיילט זיין גרויסע טיש. אנהייב טיש ווי ער איז געזעצן ביים שפיץ, איז געווען אנגעגרייט פאר די רייכע באזעסענע לייט, און דארט איז געווען אלעס שיין צוגעגרייט מיט א טישטוך, שיינע אויסגעצירטע טעלערס, סערוועטלעך און עסצייג ביי יעדנס פלאץ, אזוי ווי זיי זענען צו געוואוינט, און דארט האט מען געטיילט יעדע מאכל באזונדער שיין אויסגעלייגט אין אויסגעצירטע טעלערלעך מיט פארשידענע ערליי דעליקאטן.

ביי דעם אנדערער האלב, איז נישט געווען קיין טישטוך, נאר אויפן נאקעטע טיש איז געווען אראפ געלייגט אלע עסן וואס די ארימעלייט האבן ליב. שיסלעך מיט סאלאטן, טעפ מיט זופ און דאס גלייכן, א הויפן פון ברויטן, אז זיי זאלן זיך נעמען פון אלעם, און עסן לויט זייער געוואוינהייט אומגעשטערט.

אזוי האבן אלע באזוכער געוואוסט, אז די רייכע לייט זיצן אנהייב טיש צוזאמען מיטן גביר דער מכניס אורח ביים שפיץ, און די ארימעלייט זיצן ביים אנדערן האלב טיש, ביים עק.

האט זיך געמאכט איינמאל אז דער גביר איז - ווי זיין שטייגער - געזעצן ביים טיש, ארום גענומען מיט אסאך רייכע געסט וואס זענען – ווי אייביג – געזעצן נעבן אים. איז אריינגעקומען א וואנדערנדיגער גאסט, ער איז געווען אנגעטון מיט שיינע בכבוד'יגע קליידער און האט נישט אויסגעזען צו זיין פון די ארימעלייט. דער גביר האט אים גלייך איינגעליידנט זיך צו גיין וואשן און זיך זעצן נעבן אים. דער גאסט איז געווארן אנטציקט פון די צוגעטיילטע כבוד. ער האט זיך געוואשן און זיך געזעצט עסן.

אזוי זיך ארום קוקנדיג דערזעט ער ווי אים סערווירט מען אזעלכע קליינע טעלערלעך מיט פארשידענע מיני סאלאטן, איינס ביי איינס, און דארט ביים צווייטן עק פונעם טיש, ליגט אנגעהויפנט לעבלעך ברויט, בערג מיט געשניטענע גרינצייגן, פארע שפייענדע טעפ מיט געשמאקע זופ, און די וואס זיצן דארט שטרעקן אויס די הענט און נעמען זיך פון אלעם גוטן. האט ער זיך געגעבן א שטרעק אויס אויפן טיש און זיך אויסגעצויגן די הענט און זיך אנגעפילט א האנט מיט רעטעך און צוויבל, און גלייך אריינגעשארט אין זיין מויל, אז עס האט זיך געהערט קראכעס ווי פון אויפטאנצענדע פאפקארן.

ווי נאר דער גביר האט דאס דערזען, האט ער זיך געוואנדן צו אים און געזאגט: "מיין טייערער גאסט, זייטס אזוי גוט און זעצטס אייך ביים אנדערן עק פונעם טיש".

דער גאסט איז געווארן ערשטוינט, און זיך כמעט געשטיקט אויף די עסן פון זיין מויל, שנעל אראפגעשלינגן, און געפרעגט פונעם גביר מיט א באליידיגטע שטימע: "איז דאס דער באוואוסטער הכנסת אורחים פון וואס יעדער פארציילט אויף דיר? איז דאס אייער סדר צו באליידיגן די געסט, אוועק צו שטיפן פון די פלאץ און אפרוקן צום עק פונעם טיש?".

"זייטס נישט ברוגז", בארואיגט אים דער גביר, "אונז האבן נישט אזא זאך ווי אן 'עק טיש'. אונז האבן פשוט צוויי אפטיילונגען ביים טיש. צום ערשט האב איך געמיינט אז דו געהערסט צו די בעסערע אפטיילונג, ווי מען סערווירט געמיטליך און מען עסט געלאסן, האב איך דיר געזעצט דא. אבער זעענדיג אז עס איז נישט אזוי, און דו ביזט נישט צופרידן מיט די בעסערע עסן און דער וועג וויאזוי מען עסט דא, נאר דו גלוסט פאר דאס וואס ליגט דארט ביי די אנדערע זייט, האב איך געטראכט: צו וואס זאלסטו דיך מיטשענען? בעסער גיי אריבער זיצן דארט, און עס וואס עס גלוסט זיך דיר, פון די עסן וואס דו האסט ליב, גלייך פון אונטער דיין האנט".

***

זאגט דער דובנער מגיד ז"ל: ארץ ישראל, איז א הייליג לאנד, אסאך מאמרים איז געזאגט געווארן אויף דעם לאנד. עס שטייט אין תורה כתורת ארץ ישראל. אוירא דארץ ישראל מחכים. אין הנבואה שורה אלא בה, און נאך.

אלעס איז פיין און וואויל. אבער ווען? ווען מען קומט אהין אינעם לאנד אויסצונוצן די סגולות פון איר הייליגקייט, צו פארמערן אין תורה און צו מקיים זיין די מצוות, צו לעבן ווי ערליכע אידן לויט די ירושה פון אונזערע עלטערן, וואס איז אונז געווארן איבערגעגעבן מדור דור.
אבער ווען מען לעבט אין ארץ ישראל, און מען איז פארנומען צו זוכן די אומווערדיגקייטן פון די ארומיגע פעלקער. מען וואוינט אין ארץ ישראל אבער מען איז פארנומען צו קוקן אויף די שפילערייען און מוזיק פון די ארומיגע פעלקער. מען איז באזעצט אין ארץ ישראל אבער מען מאכט נאך די ארומיגע פעלקער מיט זייערע אנטיעכץ און מאדעס, און מען אימפארטירט אלע שלעכטע אויפפירונגען פון די פעלקער פון די אנדערע זייט ים קיין ארץ ישראל. דאן, צו וואס? וואס האט עטץ דא צו זוכן? עטץ קומטס דא, און איר ברענגט אלעס אהער פון דרויסן? זייטס מוחל און גייטס אהין, און מאכטס נישט שמוציג דאס פלאץ דא. נישט פאר דעם האט מען געגעבן ארץ ישראל פאר די אידן.
לעצט פארראכטן דורך עפעס אנדערש אום דינסטאג מאי 24, 2022 9:59 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

הערליכע משל, און הערליך אראפגעלייגט.
דיין שריפט איז פלאענט און געשמאק צו לייענען
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

יישר כח!
הפלא'דיגע שפראך!
קום אריין מיט נאך אלטע וויין אין נייע בעכערס!!!
אלטע משלים פון אונזער ספרים שאנק אויף א היינטיגע אידיש
אוועטאר
ממש יעצט
שר האלף
תגובות: 1944
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

Re: וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

הערליך הערליך.
זוכה אהא אהא...
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הערליך און געשמאק!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

הערליך און שיין!

מאך עס וועכנטליך אויב די קענסט.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

enjoy האט געשריבן:הערליך און שיין!

מאך עס וועכנטליך אויב די קענסט.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

און שוין! האט געשריבן:הערליך און געשמאק!!
תהלים
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 04, 2022 6:35 pm

Re: וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהלים »

enjoy האט געשריבן:הערליך און שיין!

מאך עס וועכנטליך אויב די קענסט.

גאמ
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

Beautiful!! Again @something else is it
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

דו האסט שוין איינמאל וואס דא צו זוכן..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שארמאש 136
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:32 am

Re: וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארמאש 136 »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
תהלים האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:הערליך און שיין!

מאך עס וועכנטליך אויב די קענסט.

גאמ
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

שיין!
פארוואס אין קרעטשמע? באלאנגט אין היכל ראזענבערג.
זוסיא
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 07, 2021 12:32 pm

Re: וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זוסיא »

הערליך. א דאנק!
וועלן מיר דאס איבערזאגן אינדערהיים.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1220
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: וואס האט עטץ דא צו זוכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

א שטארקע נקודה,
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”