קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

איך וואלט אוועגעלייגט אלע געווענטליך'ס. ס'קען קומען אויף אלע מינע אופנים.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

Ny-17 האט געשריבן:טייערע חברים איך בין געווארן זייער איבערגענומען פון אחים ביחד זייער ווידאו,

ס'האט מיר דערמאנט פון אלעס קינד ..

איך בין געווען זייער שוואך קינד אין חדר, פלעגט מיך אסאך טשעפען אין חדר . איך געדענק נאך מיין בר מצוה האבן קינדער פון מיינע קלאס חרוב געמאכט מיין הוט איך געדענק נישט וואס נאך !!



זייער ווייטאגלעך :cry:
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Ny-17 האט געשריבן:טייערע חברים איך בין געווארן זייער איבערגענומען פון אחים ביחד זייער ווידאו,

ס'האט מיר דערמאנט פון אלעס קינד ..

איך בין געווען זייער שוואך קינד אין חדר, פלעגט מיך אסאך טשעפען אין חדר . איך געדענק נאך מיין בר מצוה האבן קינדער פון מיינע קלאס חרוב געמאכט מיין הוט איך געדענק נישט וואס נאך !!

ב"ה

איך בין אויך געווארן פלענטי געטשעפעט, אפשר געטשעפעט אמאל אנדערע אויך. איך בין יעדעם מוחל און יעדער זאל מיר מוחל זיין, א קינד פארציילט נישט אלעס. עס קען מאכן א חורבן אין א קינדס הארץ.
יש מנהיג
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:02 pm

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מנהיג »

Borrower האט געשריבן:
יש מנהיג האט געשריבן:עלטערן דארפן כסדר רעדן דערפון ווי הארב עס איז צו טשעפען א צווייטן יונגל

וכן נהגי בעזהשי"ת

night walker האט געשריבן:
יש מנהיג האט געשריבן:עס ליגט א פליכט אויף די עלטערן פון א קינד זיכער צו מאכן אז זייער קינד בוליט נישט קיינעם

און אז ער ווערט נישט געבוליעט

;l;p-

מקען אמאל מיט אפאר מינוט מסביר זיין פאר א קינד וואס דאס מיינט טשעפען א צווייטן יונגל..... אין די קינד פארשטייט עס
יש מנהיג
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:02 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מנהיג »

די שליסעל האט געשריבן:קינדער בדרך כלל ווילן זיין גוט און פאלגן! די אלע קינדער וואס בוליען אנדערע איז פשוט ווייל זיי זענען צובראכן און צושאסן, צו ווייל זיי קומען פון א צופארענע שטוב אדער אנדערע סיבות!
איך מאך נישט אוועק די ווייטאג פונעם געבוליעטער, איך בין נאר מסביר אז אסאך מאל קען מען זיך אראפזעצען אויסהערען דעם בולי און זאכן וועלען זיך בארואיגען!

לויט וויאזוי איך געדענק פון חדר האט עס ווייט נישט צו טאן מיט קינדער פון צובראכענע שטיבער עס קומט געווענטליך פון קינדער פון א בעלבתישע שטוב וואס ער ווערט אנגעשטאפט מיט איין שטיק גיאות אין ער קומט אן אין חדר פארשטייט ער מיט א פשטות אז יענעמ'ס בלוט איז הפקר... אין ער איז א מציון ביי די לימודים אין ווען ער קומט אן אין כתה ט' בייקומט ער אפליקאציעס פון אלע ישיבות למציינים........ אא'וו
אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע ווינטל »

איך האב שטארקע מיטגעפיל מיטן פותח האשכול יא מען קען געדענקען אויף יארן אזאלעכע זאכן

מען דארף לערנען קינדער זיך צו רעכענען מיט יענעם געפילן און די מנהלים און רביס דארן טוהן פעלות וועגן דעם
מען דארף אויך אויסלערענען קינדער אז די ביסט נישט א וויקטעם און די האסט מוראדיגע כוחות און דיר נישט קיין חילוק וויאזוי אנדערע פירן זיך אויף צו דיר און די זאלסט דיך נישט לאזן מען זאל דיר טשעפענען עס איז דא הונדערטער וועגן וויאזוי

געווענליך זענען ביידע א רחמנות סיי דער רודף און סיי דאר נרדף די שאלה איז ווער עס איז א גרעסערע
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

האבעך געלערנט אין צוויי חדרים
אין איין חדר איז געווען דער קעניג מיט פעסטע שיך - גראדע פון א בעל תשובה פאמיליע - געשטויסן ווער עס איז נישט געגאנגען אין שפאן,
היינט צוטאגס ווייסעך נישט צו ער גייט מיט א קאפל...
-----------------
דער קעניג אין דער אנדערער חדר איז געווען דער שארפער קאפ פון חדר, ער איז געווארן קעניג צוליב זיינע גוטע מדות, יעדער האט זיך געוואלט חבר'ן מיט אים ווייל ער האט קיינעם נישט אוועקגעמאכט, אלס בחור איז ער געגאנגען אין א לומדי'שע ישיבה און איז היינט צוטאגס א שיינע בעל הבית, און ווערט געדענקל לטובה דורך די גאנצע כיתה.
--------------
איינס פון די בוליס אין חדר איז שוין היינט א בחור קרוב צו די 30 און נישט די געשמאקסטע בחורישע יארן
--------------
די 2 נעבעכס פון חדר זענען היינט רעלאטיוו געסעטלט ב"ה מיט געבענטשע קינדערלעך קעהי"ר

סתם פאר אינטערעסאנקייט,
און אזוי אויך איבערצוגעבן פאר די קינדער ווי אזוי זאכן שטעלן זיך אויס.
---------------
איך דערמאן זיך, איינער פון די חשובע בחורים וואס האט זיך אראפגעלאזט און מיטגעפילט מיט די נרדפים, איז היינט שיין מצליח ב"ה בפרנסה, זיין ביזנעס טראגט א שיינע נאמען ב"ה
------------------
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

מיין עיקספעריענס איז געווען א מהאט געבוליט א קינד צוליב קנאה, יענער פלעגט גיין שיין אנגעטוהן געקומען פון א בעל בתישע שטוב און האט געהאט א פיינעם קאפ ביז מהאט עם אנגעהויבן צו רודפן.

יענער האט טאקע געהאט שווערע חדר יארן אבער אין ישיבה האט ער אויסגעניצט זיין צייט צו זיך Regroup'ן זיין מח און איז געווארן א מתמיד געהאקט שטיקער, כהאב עם איינמאל געטראפן און ער האט מיר געזאגט אז היינט צוטאגס דאנקט ער יענע קינדער וואס האבן עם געבוליט, ער קען גוט לערנען ער פארשטייט זיך זייער גוט מיט מענטשן האט זייער גוטע מידות, און האט יעדעם מוחל געווען.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

יש מנהיג האט געשריבן:לויט וויאזוי איך געדענק פון חדר האט עס ווייט נישט צו טאן מיט קינדער פון צובראכענע שטיבער עס קומט געווענטליך פון קינדער פון א בעלבתישע שטוב וואס ער ווערט אנגעשטאפט מיט איין שטיק גיאות אין ער קומט אן אין חדר פארשטייט ער מיט א פשטות אז יענעמ'ס בלוט איז הפקר... אין ער איז א מציון ביי די לימודים אין ווען ער קומט אן אין כתה ט' בייקומט ער אפליקאציעס פון אלע ישיבות למציינים........ אא'וו

און וואגן זאל דער מלמד צו זאגן א ווארט... ער ציטערט פונעם פאטער...

גראדע ווייס איך פון א מלמד וואס די עשירים גלייכן צו שיקן ביי אים די קינדער (איך קען דעם מלמד און כ'האב שוין גערעדט צו עטליכע עשירים און בעלי בתים און זיי האבן גערעדט מיט צופרידנהייט פון דעם מלמד), דערציילט ער אז ווי אזוי ער האט מסדר געווען אזא אינגל וואס האט זיך מתחצף געווען מיטן פאטערס געלט בשעתן פארהאלטן, און דער מלמד האט אים געזאגט אז אויב אזוי דארף איך טאקע ערפולן מיין אויפגאבע מיט מער אחריות, און האט אים דערלאנגט וואס עס קומט זיך אים ביתר שאת...(איך וועל בל"נ איבערפרעגן דעם מלמד די מעשה)
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

Wow @ צהלתו בפניו , איך בין אויך געווען די נעבעך פון קלאס, איך האב חתונה געהאט שפעט, אויך האב געהאט אסאך צרית פון מיין ווייב,
מיין חברים פון חדר האבן שוין קינדערלעך קעהי"ר פון 7/8 יאר אלט!!
לעצט פארראכטן דורך Ny-17 אום דינסטאג מאי 24, 2022 10:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

נארמאליזעם האט געשריבן:מיין עיקספעריענס איז געווען א מהאט געבוליט א קינד צוליב קנאה, יענער פלעגט גיין שיין אנגעטוהן געקומען פון א בעל בתישע שטוב און האט געהאט א פיינעם קאפ ביז מהאט עם אנגעהויבן צו רודפן.

יענער האט טאקע געהאט שווערע חדר יארן אבער אין ישיבה האט ער אויסגעניצט זיין צייט צו זיך Regroup'ן זיין מח און איז געווארן א מתמיד געהאקט שטיקער, כהאב עם איינמאל געטראפן און ער האט מיר געזאגט אז היינט צוטאגס דאנקט ער יענע קינדער וואס האבן עם געבוליט, ער קען גוט לערנען ער פארשטייט זיך זייער גוט מיט מענטשן האט זייער גוטע מידות, און האט יעדעם מוחל געווען.

פארהאן אסאך גדולים וואס זענען אזוי אויסגעשטיגן
פארהאן שטארקע רבנים מיט וועמענס ווארט די וועלט רעכנט זיך, וואס זענען אזוי אויסגעשטיגן,
די רדיפות פון אלס קינד האט זיי געמאכט אימיונט צו די וועלט און אויפגעבויעט א פאנצער פון לא תגורו מפני איש, און ווען זיי האבן זיך געזעצט לערנען און אויסגעשטיגן אלס תלמידי חכמים, האט זיי די אימיוניטי צוגעהאלפן אז זיי זענען היינט צוטאגס אזעלכע פעסטע לייט

און מ'וועל מיר נישט גיין אויסרעכענען קיין נעמען
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

איך האלט מיך נישט פאר קיין יודע דבר, איך בין נישט קיין מחנך, משפיע, וכדו'
איך פארשטיי נישט די חשבונות פון הימל,
אין מיין עידזש זענען אויך פארהאן א.ג. נעבעכ'ס וואס זענען נאך בחורים
און איך קען אויך נעבעכס וואס זענען שוין גע'גט יארן לאנג
-----------
איך האב פשוט ארויסגעברענגט זאכן פון מיין זיכרון
------------
איך בין אין געוויסע קינדער יארן אויך געווען דער נרדף און נעבעך פון די בלאק, און אין בית המדרש, מען האט געמאכט שפיצלעך אינטער מיין רוקן, מען האט מיר גערודפט בגלוי אין בית המדרש - ברענגסט מיר אויף זכרונות...
---------------------

דער קעניג פון די געגנט איז געווען כמעט א בן יחיד, און א פארפיעטשעט קינד, ער איז גראדע געווען א שוואכע קאפ,
למעשה האט ער חתונה געהאט טעמפערערערי (איך ווייס נישט צו ער איז יעצט יא חתונה געהאט) גראדע אין מהות האט ער זיך שיין געזעצט אין די עלטערע יארן (כ'מיין צו זאגן אנפאנג די צוואנציגער) ב"ה

א צווייטער רודף - נישט קעניג, נאר סתם איינער וואס טשעפעט דעם נרדף - איז היינט אן איידעלער תלמוד חכם, א ברכה צו מאכן - ער האט מיר שוין לא-א-א-א-נג צוריק מפייס געווען.
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

Ny-17 האט געשריבן:Wow @ צהלתו בפניו , איך בין אויך געווען די נעבעך פון קלאס, איך האב חתונה געהאט שפעט, אויך האב געהאט אסאך צרית פון מיין ווייב,
מיין חברים פון חדר האבן שוין קינדערלעך קעהי"ר פון 7/8 יאר אלט!!


דאס הארץ גייט מיר אויס פאר דיר, דער אויבערשטער זאל דיר אויפרעכטן בקרוב.
האסט נאך בעז"ה א לאנגן לעבן פאר דיר, עס וועט נאך אי"ה זיין ישמחנו כימות עניתנו!
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

אויפ'ן שפיץ גאפל. רוב נרדפים זענען די וואס פעלט זיי דער פיפטער חלק. און רוב רודפים זענען פשוט ביי דיפאולט, נישט אויף קיין מיסיע יענעם צוגרונד צו לייגן.
ס'איז לאו דוקא שוואכע קעפ, צומאל איז דא עכט גוטע קעפ וואס ליידן נאכמער צוליב וואס זיי זענען נאך מער אנזעהבאר ווי א שוואכע קאפ.
און דעם זין איז דא אסך וואס עלטערן קענען 'צומאל' טון בכדי צו העלפן דאס קינד. מען ברויך אים אויסלערנען נישט צו טרעטן אויף יענעמ'ס הינער אויגן, און צומאל קען מען שיקן צו א פראפעסיאנאל.
אוועטאר
הרוגוצובר
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 2:40 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרוגוצובר »

צהלתו בפניו האט געשריבן:
יש מנהיג האט געשריבן:לויט וויאזוי איך געדענק פון חדר האט עס ווייט נישט צו טאן מיט קינדער פון צובראכענע שטיבער עס קומט געווענטליך פון קינדער פון א בעלבתישע שטוב וואס ער ווערט אנגעשטאפט מיט איין שטיק גיאות אין ער קומט אן אין חדר פארשטייט ער מיט א פשטות אז יענעמ'ס בלוט איז הפקר... אין ער איז א מציון ביי די לימודים אין ווען ער קומט אן אין כתה ט' בייקומט ער אפליקאציעס פון אלע ישיבות למציינים........ אא'וו

און וואגן זאל דער מלמד צו זאגן א ווארט... ער ציטערט פונעם פאטער...


די נקודה דארף מען מסדר זיין, די מלמדים דארפן האלטן די אויגן אפן און עס איז נישט דא קיין פראטעקציעס ''אין דוחין נפש בנפש'' וועגן דעם זאל מען אוועק לייגן א קינד אויפן לעבן?!

''א אויפוואכונג פאר מוסדות ומלמדים''
איסור כתיבה בשבת הוא דבר קשה מאוד!
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

יש מנהיג האט געשריבן:
די שליסעל האט געשריבן:קינדער בדרך כלל ווילן זיין גוט און פאלגן! די אלע קינדער וואס בוליען אנדערע איז פשוט ווייל זיי זענען צובראכן און צושאסן, צו ווייל זיי קומען פון א צופארענע שטוב אדער אנדערע סיבות!
איך מאך נישט אוועק די ווייטאג פונעם געבוליעטער, איך בין נאר מסביר אז אסאך מאל קען מען זיך אראפזעצען אויסהערען דעם בולי און זאכן וועלען זיך בארואיגען!

לויט וויאזוי איך געדענק פון חדר האט עס ווייט נישט צו טאן מיט קינדער פון צובראכענע שטיבער עס קומט געווענטליך פון קינדער פון א בעלבתישע שטוב וואס ער ווערט אנגעשטאפט מיט איין שטיק גיאות אין ער קומט אן אין חדר פארשטייט ער מיט א פשטות אז יענעמ'ס בלוט איז הפקר... אין ער איז א מציון ביי די לימודים אין ווען ער קומט אן אין כתה ט' בייקומט ער אפליקאציעס פון אלע ישיבות למציינים........ אא'וו

נישט ריכטיג.

אוודאי קען יעדער נישט קיין חילוק פון וועלעכעס ארט שטוב זיין א בולי (סתם שלעכטע מדות) . אבער רוב רובם פון בוליערס האבן ערענסטע פראבלעמען אין שטוב ודי
-
נישט קיין חילק ווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 11:34 am

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין חילק ווער »

עס איז די צוויי פעלער פין וואס א קינד ווערט געטשפעט עס איז דא אזא זאך ווי א באלי ווי איך פארשטיי איז א באלי נישט קיין מילתא דשכיחא אין אפילו אז יא נעמט די מנהל מלמדים די זאך אין די הענט אריין
אבער עס איז אסאך מער ווען די געטשפעטער קינד ברענגט אויף זיך מען זאל עם טשעפנען
עס איז דא קינדער וואס זוכן צישטערן יעדער געם אבער פארגראם אין חדר (צליב וואס ער וויל מער attention) אין דאס ברעגט די רויב פין די כותה עם צי טשעפענען

עס געט נישט די רעכט פאר די כותה צי טשפענען אבער די פראבלעם איז מער אין די ניזק
היימישע יודיש
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 24, 2018 3:54 pm

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישע יודיש »

וואס איך האב יא אדער נישט מיטגעמאכט אין חדר איז נישט קיין נפקא מנה

אבער וויבאלד דער נושא איז ארויפגעקומען דורך א ווידיאוי פון אחים ביחד, וואלט איך געוואלט ארויסברענגען א נקודה וואס דער אחים ביחד קינדער גייען אדורך.
ווען איך האב נישט מער געדאכט געהאט יענע מעשה, און מיין האר איז ארויסגעפאלן, בין איך געגאנגען איינמאל צו א פארק, און איך האב געוואלט גיין אויף די סווינג, איז געווען דארט א מיידל מיט אירע קליינע ברידערס, איך געדענק נישט פינקטליך וואס עס איז געשעהן, אבער לכאורה האב איך זיי אוועקגעשטיפט פון די סווינג, און די מיידל האט געזאגט פאר אירע ברידערס "קום אוועק פון די משוגענע ליובאוויטשער", דאס האט מיר אזוי וויי געטוהן, און די פאקט אז איך געדענק נאך די מעשה ווען ס'געשעהן פאר איבער 15 יאר צוריק, ווייזט ווי ווייט ס'האט מיר געשטערט.

דאס הייסט א סאטמארע יונגל וואס האט פארלוירן זיין פאות נאכן ליגן אין שפיטאל פאר חדשים, זאל מען עם אנקיקן ווי א פרעמדע יונגל וואס גייט נישט מיט קיין פאות. בין איך דען עפעס געווען שילדיג אז איך האב נישט קיין פאות?

וואס מ'קען טוהן דערצו ווייס איך נישט. אבער איך האב געוואלט ארויסברענגען א נקודה אז נישט נאר ווען מ'טשעפעט אין חדר איז א פראבלעם, נאר יעדע ווארט וואס מזאגט דארף מען זייער זייער אכטונגעבן ווייל יענער קען עס געדענקן פאר לאנגע יארן.

און ניין ב"ה די מעשה האט מיר נישט אוועקגעלייגט, און אויך נישט אנדערע. איך גיי אן מיט'ן לעבן ב"ה.
לעצט פארראכטן דורך היימישע יודיש אום מיטוואך מאי 25, 2022 12:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חלה טייג
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2022 10:15 am

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה טייג »

#קאשמארן
היוצא לנו מכל זה מען דארף רעדן אן שיעור צו די קינדער די הארבקייט פין זיין א רודף
ומאידך גיסא אויפבויען שטארקייט ער זאל זיך נישט לאזן טרעטן צו ווערן א נרדף ווען איינער טשעפעט אים
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

איך ווייס נישט צו מ'האט עס דא ארויסגברענגט אבער דער רודף פיהלט נישט גיט מיט דעם אז ער טשעפעט
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

דא האב איך אביסל געשריבן
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

מיין עקספיריענס לערנענדיק אין טרופ עוועניו די באמעס פלעגן רודפן די פרומע
די שליסעל
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 20, 2022 12:56 am
לאקאציע: די לעכל פונעם שלאס!

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די שליסעל »

Borrower האט געשריבן:
יש מנהיג האט געשריבן:
די שליסעל האט געשריבן:קינדער בדרך כלל ווילן זיין גוט און פאלגן! די אלע קינדער וואס בוליען אנדערע איז פשוט ווייל זיי זענען צובראכן און צושאסן, צו ווייל זיי קומען פון א צופארענע שטוב אדער אנדערע סיבות!
איך מאך נישט אוועק די ווייטאג פונעם געבוליעטער, איך בין נאר מסביר אז אסאך מאל קען מען זיך אראפזעצען אויסהערען דעם בולי און זאכן וועלען זיך בארואיגען!

לויט וויאזוי איך געדענק פון חדר האט עס ווייט נישט צו טאן מיט קינדער פון צובראכענע שטיבער עס קומט געווענטליך פון קינדער פון א בעלבתישע שטוב וואס ער ווערט אנגעשטאפט מיט איין שטיק גיאות אין ער קומט אן אין חדר פארשטייט ער מיט א פשטות אז יענעמ'ס בלוט איז הפקר... אין ער איז א מציון ביי די לימודים אין ווען ער קומט אן אין כתה ט' בייקומט ער אפליקאציעס פון אלע ישיבות למציינים........ אא'וו

נישט ריכטיג.

אוודאי קען יעדער נישט קיין חילוק פון וועלעכעס ארט שטוב זיין א בולי (סתם שלעכטע מדות) . אבער רוב רובם פון בוליערס האבן ערענסטע פראבלעמען אין שטוב ודי
-

קינדער פון בעבלתישע שטובער איז גארנישט קיין סיבה צו טראכטען אז בעצם איז ער א געזונט קינד. אין מיין כתה אין ישיבה קטנה האט געלערנט א בחור אזוי ווי איר לייגט עס אראפ פון א בעלבתישע שטוב טאטע מיט אסאך געלט ער איז געווען א מציון וכו' און געווען א בולי שאין כדוגמתו. למעשה איז ווי מען איז געוואר געווארן שפעטער איז געווען הויך יו"ט ביי זיי אינדעהיים. אין אזוי ווי מענטשען האבן דעמאלטס געהאלטן אז דאס איז סתם גיאות... איז ער היינט ווי מען רופט עס א "שגץ"!!
צריך לרקוד כל היום לפחות חצי שעה!!!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:דא האב איך אביסל געשריבן


היות דארט איז עס געשריבן מיט המשכים, לייג איך איבער דא צוזאמען

שאלה: איך וואלט געוואלט פרעגן אויב איר קענט מיר ארויסהעלפן מיט גאר א ווייטאגליכן ענין וואס דרוקט מיר אויפן הארצן שוין א לענגערע צייט, דאס איז די שרעקליכע ווייטאג פון זיין א נרדף.

איך בין ליידער א ציל ברעט פאר עטליכע בחורים פון מיין כתה, וועלעכע מיינען אז מיין בלוט איז הפקר פאר זיי און אז מ'קען טון מיט מיר וואס זיי ווילן, מיר צו דערגיין די יארן מיט אלע מינע שטעך-ווערטער.

ביטע אויב איר קענט מיך ארויסהעלפן מיט סיי וועלעכע הילף, ווייל איך שפיר אז איך האלט דאס מער נישט אויס.


תשובה:

מ'קען באמת מאריך זיין אין דעם

עס ווענדט זיך אסאך אינעם יארגאנג-און אינעם סביבה

מ'דארף אבער מוסיף זיין

א] אז ווען ס'קומט צו טשעפען איז זייער וויכטיג זיך צו שאפן א שטיקל סופארט סיסטעם. דאס מיינט אז מ'זאל פרובירן זיך צו שאפן עטליכע- אדער לכה"פ איין- חבר/ים,
ווייל אן איינצעלנער איז פיל גרינגער צו רודף'ן ווי א גרופע.


ב] אמאל אמאל קען העלפן צו זאגן פארן רודף אז 'ס'טוט מיר אמת'דיג וויי', אבער נאר אויב ס'איז אן איינצעלנער רודף, און נאר אויב ער איז א בר-דעת
מיט א שוטה-אדער מיט א גרופע וועט עס בדרך הטבע נאר ערגער מאכן

ג] ס'איז זייער פיל מאל זייער שווער צו טרעפן אן עצה צו דעם. אסאך תפילה וועט העלפן
צופרי ביי ותצילני היום ובכל יום מ...

ד] מ'דארף אויך -אין אזא צייט- זייער פיל חיזוק פון עלטערן
עלטערן:נעמט דאס נישט פאר לייכט

ה] א ווארט צום נרדף: דו גייסט דורך זייער א שווערע צייט. עס איז עכט. אבער פרוביר צו חזר'ן "איך בין נארמאל- קלוג- עס פעלט מיר גארנישט
סוף כל סוף וועט נעמען אן עק צו דעם
זייער פיל נרדפים זענען זייער גרויס אויסגעשטיגן

ו] נאכאמאל: פארגעס נישט: זייער פיל תפילה


א יישר כח פארן עפענען דעם אשכול

הרבה מאוד נשאר בקולמוס ואי"ה עוד חזון

המשך...

ז] עס איז אמת אז עס קען אמאל קומען פון עפעס וואס דער נרדף טוט נישט ריכטיג
ווי למשל:זיין קלעבעדיג- טון זאכן וואס פארעקלען יענעם- נישט פארשטיין די בעיסיק קאמיוניקעישאן- און נאך
פונדעסנוועגן:

ח] איז קלאר -ביי די וואס דרייען זיך אין ישיבות, און טוען אין די נושא-
אז אסאך מאל קען עס קומען ביי איינעם וואס טוט קיין שום אומגעווענליכע זאך
עס פאסירט פונקט אזוי ביי נארמאלע בחורים

די ידיעה אליין וועט העלפן פאר דעם בחור, נישט צו ווערן צוקלאפט
צו קענען אויספירן דאס וואס אנדער האבן שוין דערמאנט:
נעמליך : בויען די סעלף עסטיעם
דאס וועט זיכער העלפן צו שאפן אפאר חברים
צו ווערן א גרופע און פאר א גרופע, ווי אויבן דערמאנט, גלוסט זיך ווייניגער צו רודף'ן

ט] די רדיפות קענען קומען פון פיל סיבות.
איינס פון די אפסטע סיבות, איז פשוט ווייל עס געבט פארן רודף א געפיל פון הנאה [נישט ווייל ער איז שלעכט, אבער זיין תאווה פאר מאכט- גרויסקייט- שטארקייט- ווערט דורך דעם באפעסטיגט און ערפילט]

י] עס קען אויך העלפן,
דער נרדף זאל אריינלייגן כוחות זיך אויסצוצייכענען אין א געוויסע מקצוע [עס קען זיין אין תורה- יראת שמים- אדער להבדיל סיי וועלכע 'האבי' (שרייבן, זינגען, שפילן מוזיק, מאלן)]
עס וועט אים געבן די פעסטקייט פון אינעווייניג זיך צו קענען פארמעסטן


יא] זייער וויכטיג פארן נרדף:
זיך נישט שעמען צו רעדן דערוועגן צו זיינע עלטערן, מחנכים, חברים
דאס רעדן טאר נישט זיין אויף אן אופן פון 'קוועטשן'
נאר פשוט אז ער זאל באקומען די שטארקייט עס איבערצוקומען


יב] עס קען אויך העלפן
זיך צו שאפן אויך אן אנדערע סביבה ווי מ'זאל אים נישט אראפקוקן [ווי למשל א חבורת משניות ביינאכט- א חבורה חסידות פרייטאג אדער שבת-וכדו'


אנטשולדיגט פארן נישט זיין אזוי מסודר
איך בין נישט גוט אין טייפן אזוי לאנג
נאר לגודל הנחיצות כתבתי. ואי"ה אכתוב עוד אם יהי' ביקוש
המשך...

יג] זייער וויכטיג טאקע נישט צו פארקריכן אין 'וויקטים סטאטוס' [וואס מיינט, "אזוי איז דער מצב און איך קען גארנישט טון דערצו. איך דארף נאר הילף פון יענעם"]
אלעמאל געדענקען:
סיי וואס עס וועט געשען, דארף זיך אנהויבן מיט מיין ארבעט צו פרובירן וואס איך קען -מיט אסאך תפילה און סיעתא דשמיא- טון

יד] תפילה מיינט נישט, זיך אפרעדן צום רבש"ע אויף יענעם [אין די גמרא (ב"ק?) שטייט אז דער אפרעדער ווערט נענש פריער עיי"ש בגמרא ומהרש"א קצת יוצא מן הכלל]
נאר בעטן דעם אויבערשטן זאל חונן דעת זיין דעם נרדף וואס צו טון. און דעם רודף, וואס נישט צו טון.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: קינדער וואס ווערן געטשעפעט !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

wow זייער שטארק
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”