טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

הערליך !
כהאב געמיינט די גייסט צונעמען די גאנצע מאלצייט אויפן פליגער בכל פרטיה אריינגערעכענט די אנווייזונגען צעטלעך / הכשר / הלכת קאווע אויפן ערעפלאן/
אולי אויפן נעקסטע פליגער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:א מין אייזערנע זיכרון

אלא אם כן איז דאס שוין דעמאלטס געווארן אפגעשריבן און יעצט ווערט דאס בלויז ארויסגעלייגט,



בכל אופן איז דאס זייער באטעמ'ט געשריבן

יישר כח

מיר האבן ליידער נישט פארצייכנט קיין איינצלהייטן, און דערפאר איז זיכער דא אומפונקטליכקייטן - נאר דער עולם וואס איז נישט מיטגעווען כאפט נישט...
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

לכאורה האט געשריבן:
דוקטור האט געשריבן:קיין פרישטאג האט מען נישט געטיילט אויפן פליגער?

אפשר יא, אבער איך האב געהאלטן בעפאר פרישטאג און נאר גענומען אביסל וואסער.

"דאווענען" האסטו לכאורה (תרתי משמע) געוואלט שרייבן. איא?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זאג נאר ר' מנהל, דאווענען און פרישטיגן איז אויך אויף א סטאפ וואטש?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

farshlufen האט געשריבן:זאג נאר ר' מנהל, דאווענען און פרישטיגן איז אויך אויף א סטאפ וואטש?

יעצט אין קאנטרי מסתם יא...
programmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 11:34 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך programmer »

אושפיזין האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?

למשל א איד באשליסט אז ער וויל לערנען טעגליך איין שעה אויפ'ן זייגער

מישט ער אויף דעם סטאפ-וואטש אויף זיין טעלעפאן, און יעדע מאל ער זעצט זיך לערנען געבט ער א דרוק אראפ דעם "סטארט" קנעפל און דער זייגער נעמט זיך לויפן. ווען ער פארטיגט דעם לימוד, קוועטשט ער "סטאפ", מאכט צו דעם טעלעפאן.

ווען ער וויל שפעטער נאכאמאל לערנען, מישט ער נאכאמאל אויף צום זייגערל, קוועטשט נאכאמאל "סטארט", און אזוי ווייטער.

סוף טאג זעט ער ווי ער שטייט מיט'ן שעה, צי ער איז דאס איבערגעגאנגען אדער דארף ער נאך משלים זיין מינוטן דערצו.

געואלדיגע זאך דאס, איך בין מורא'דיג נתפעל פון דעם. מ'גיי מיר עס פראבירן נאכטון.

רוב מאל מאכן מענטשן קבלות מיט בלעטער וואס א בלאט קען זיין איינמאל גרויס איינמאל קליין אדער מ'גייט לערנען א שיעור אינדערפרי ס'נישט אזוי קבוע'דיג ווי אז מ'דארף לערנען די סכום שעות.

עס האט זיך געעפנט אן אוטומאטישע טעלעפאון סיסטעם לעצטענס צו האלטן חשבון אויף די שעות לימוד התורה 929-444-9020
זוכט איר א לעזונג? דריקט דא
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
דוקטור האט געשריבן:קיין פרישטאג האט מען נישט געטיילט אויפן פליגער?

אפשר יא, אבער איך האב געהאלטן בעפאר פרישטאג און נאר גענומען אביסל וואסער.

"דאווענען" האסטו לכאורה (תרתי משמע) געוואלט שרייבן. איא?

וואדען?... יישר כח פאר'ן אנמערקן, שוין פארראכטן במקור.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

farshlufen האט געשריבן:זאג נאר ר' מנהל, דאווענען און פרישטיגן איז אויך אויף א סטאפ וואטש?

ניין.
דאווענען געדויערט פון הנחת טלית ביז נאך עלינו, מלה במלה
פרישטאג ווענדט זיך אין וויפיל דווחים מ'דארף מסדר זיין אויף אייוועלט...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:זאג נאר ר' מנהל, דאווענען און פרישטיגן איז אויך אויף א סטאפ וואטש?

יעצט אין קאנטרי מסתם יא...

שחרית דויערט דאהי פיל לענגער ווי געווענליך, זינט מיר דאווענען אין א ישיבה קטנה (צב"ש, נעכטן מאנטאג האט דער שחרית געדויערט זיבעציג מינוט פון הודו ביז עלינו!)
פרישטאג עס איך אבער אין באנגעלוי, נישט ווי אין די פארלאפענע יארן אין עסזאל מיט קאמפאניע
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

programmer האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?

למשל א איד באשליסט אז ער וויל לערנען טעגליך איין שעה אויפ'ן זייגער

מישט ער אויף דעם סטאפ-וואטש אויף זיין טעלעפאן, און יעדע מאל ער זעצט זיך לערנען געבט ער א דרוק אראפ דעם "סטארט" קנעפל און דער זייגער נעמט זיך לויפן. ווען ער פארטיגט דעם לימוד, קוועטשט ער "סטאפ", מאכט צו דעם טעלעפאן.

ווען ער וויל שפעטער נאכאמאל לערנען, מישט ער נאכאמאל אויף צום זייגערל, קוועטשט נאכאמאל "סטארט", און אזוי ווייטער.

סוף טאג זעט ער ווי ער שטייט מיט'ן שעה, צי ער איז דאס איבערגעגאנגען אדער דארף ער נאך משלים זיין מינוטן דערצו.

געואלדיגע זאך דאס, איך בין מורא'דיג נתפעל פון דעם. מ'גיי מיר עס פראבירן נאכטון.

רוב מאל מאכן מענטשן קבלות מיט בלעטער וואס א בלאט קען זיין איינמאל גרויס איינמאל קליין אדער מ'גייט לערנען א שיעור אינדערפרי ס'נישט אזוי קבוע'דיג ווי אז מ'דארף לערנען די סכום שעות.

עס האט זיך געעפנט אן אוטומאטישע טעלעפאון סיסטעם לעצטענס צו האלטן חשבון אויף די שעות לימוד התורה 929-444-9020

wow
קוקט אויס א שטארקע זאך
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

ערגעץ יעצט דארף מען פראווען די סעודת הודאה איבער דעם אויג וועלכע האט אייך געקאסט א שבת אין שפיטאל פאר א יאר זוממער, און געברענגט נאך א פארזעצונג אינעם טאג בוך פאר אונז דארשטיגע ליינער.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

בערל קראקאווער האט געשריבן:ערגעץ יעצט דארף מען פראווען די סעודת הודאה איבער דעם אויג וועלכע האט אייך געקאסט א שבת אין שפיטאל פאר א יאר זוממער, און געברענגט נאך א פארזעצונג אינעם טאג בוך פאר אונז דארשטיגע ליינער.

ר' בערל, אונז ווארטן מיר נאך פאר א פארזעצונג צו אייער קאוויד נסיעה טאג בוך
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בערל קראקאווער האט געשריבן:ערגעץ יעצט דארף מען פראווען די סעודת הודאה איבער דעם אויג וועלכע האט אייך געקאסט א שבת אין שפיטאל פאר א יאר זוממער, און געברענגט נאך א פארזעצונג אינעם טאג בוך פאר אונז דארשטיגע ליינער.

סוף זומער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

די טיים לימיט פאר שחרית בינעך נישט באקאנט אבער די לחיים נאך שחרית געדויערט שוין א וואך...


מנהל, המשך?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער זייער פארנומען היינט-מארגן
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

לכאורה האט געשריבן:זייער זייער פארנומען היינט-מארגן

שוין איבער-מארגן
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

ששששש....
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

ארחיקה נדד האט געשריבן:ששששש....


שוין געמיינט אז דו קענסט יא
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

איז דא א PDF
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

לעמאן סאדע האט געשריבן:איז דא א PDF

מ'ווארט נאך אז איינער זאל עס צאמשטעלן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל ז' - עלנד אליין אין א פרעמד לאנד
ווי נאר מיר האבן געלאנדעט אין פאריז (דער זי"ן איז מער שטום ביי די לאקאלע פראנצויזן, זיי רופן דאס 'פארי'), האבן מיר פרובירט דערשנאפן אויב אין דעם טשארלס-דע-גאול לופטפעלד (גערופן נאכ'ן געוועזענעם פרעזידענט פון פראנקרייך) איז מען מקפיד אויף די מאסקעס ווי אין קענעדי לופטפעלד אין ניו יארק. מיר האבן זיך עטוואס אומגעקוקט און געזען אז יש ויש, מאנכע האלטן שטארק אן דעם מאסקע בעת אנדערע דרייען זיך פראנק און פריי און אטעמען רואיג דעם באשעפער'ס לופט. ווי נאר מיר זענען נישט די איינציגע און אויטאמאטיש מאכן מיר נישט קיין חילול השם ח"ו, האבן מיר אראפגעריקט די מאסקעס פון די אויערן און אריינגעשטעלט אין טאש אריין. במשך די גאנצע צייט וואס מיר האבן פארוויילט אין פאריזער לופטפעלד האבן מיר געאטעמט פריי ב"ה.

ווען מען האט אנגעהויבן ארויפלאזן אויפ'ן פליגער וואס וועט אונז פירן קיין בודאפעסט, האבן מיר געקלערט אז אויך דא וועט מען אונז לאזן אטעמען במנוחה און נישט פארלאנגען קיין מאסקעס, און מיר האבן טאקע ארויפגעשפאנט מיט די האנט וואלוזקעס אבער א פרייע נאניע און מונד. די ערשטע אויפנאמע אויפ'ן פליגער איז גראדע געווען גאנץ העפליך, און איך האב זיך איינגערעדט אז דאס איז עס, מיר גייען נישט דארפן אפזיצן נאך צוויי מיט א פערטל שטונדן אונטער'ן שטיקעדיגן מאסקע, אבער דאן האט די העפליכע אויפנעמערין געגעבן א פרעג אויב מיר האבן מאסקעס, און אן קיין גרויסע ברירות האבן מיר צוריק ארויפגעצויגן די מאסקעס אויף די פנימ'ער ביז'ן אנקומען קיין בודאפעסט. פון דאן און ווייטער, ביז הויטע ועד בכלל, האב איך שוין בכלל נישט געדארפט אנטון קיין מאסקע ב"ה. [לאט פויליש אויפ'ן וועג צו א"י האט נישט פארלאנג קיין מאסקע, און דאס זעלבע איז געווען אויפ'ן וועג צוריק פון א"י קיין שווייץ, און פון שווייץ קיין ניו דזשערזי. ניו יארק פארלאנגט פון אלע אריינקומענדע פליגערס צו האלטן דעם עולם אונטער מאסקעס, אבער אנקומענדיג קיין נוארק קען מען האבן פרייהייט אין די לופטן].

די קורצע פלי רייזע פון פאריז קיין בודאפעסט בין איך געזעצן אין די עקאנאמיע אפטיילונג אינאיינעם מיט מיין זוהן, אבער דאך נישט ממש נעבן אים. [כ'הייב יעצט אן קלערן אז איך געדענק שוין נישט אזוי פונקטליך אלע פרטים און וועל דארפן איבערפרעגן מיין זוהן... איך בין כמעט זיכער אז איך האב אויסגעלאזט א וויכטיגע פרט פון די געשיכטע וואס האט פאסירט ביים לאנדן אין פאריז, מיינענדיג אז דאס האט פאסירט ביים לאנדן אין בודאפעסט. יעצט כאפ איך זיך אז דאס האט געמוזט פאסירן אינעם ערשטן פליגער, ווען איך בין געזעצן היבש פאראויס פון מיין זוהן און נישט מיטגעהאלטן וואס טוט זיך מיט אים בכלל. גיימיר געבן דא א שרייב די השמטה].

מיין זוהן זז"ג האט א טבע אז ער ווערט גאנץ שנעל אויסגעטריקנט [דיהיידרעיטעד בלעז], און ביי יעדע תענית טרינקט ער זיך אן פון פאראויס מיט ספעציעלע געטראנקן וואס זענען פול מיט עלעקטראלייטס, א מינעראל וואס העלפט דעם קערפער האלטן אין זיך דאס וואסער און נישט ווערן אזוי שנעל אויסגעטריקנט. מסתמא האט ער אונטערוועגנס נישט גענוג געטרינקען [איך האב געבעטן פון די משרתים א גלעזל וואסער ממש יעדע מאל זיי האבן געטיילט מאכלים ומשקאות, וויסנדיג אז קיין אנדערע פליסיגקייטן האב איך בכלל נישט מיט זיך. איך בין אבער נישט געזיצן נעבן אים, און נישט מיטגעהאלטן וויפיל ער טרונקט אדער נישט], אדער איז געווען עפעס א צווייטע סיבה וואס האט אים געמאכט איבלדיג ביים לאנדן [עס איז נישט די לאנדן גופא, ער איז נישט קיין שווערער פארער ב"ה, און אויך ביי די קומענדיגע פיר לאנדונגען איז אלעס אדורך כשורה ב"ה], און ווי נאר דער פליגער האט בארירט דעם פאריזער באדן האט ער זיך געשפירט גאר שלעכט, און נישט האבנדיג קיין זעקל [ווען איך זיץ ווען נעבן אים, צייג איך אים אן דעם ספעציעל דעזיגנירטן זעקל וואס ליגט געווענליך אינעם טעשל פארנט פון יעדן זיץ] האט ער גענומען דעם קאלדרע וואס מען פארטיילט ביי די לענגערע נסיעות, און אריינגעגאסן דערין דאס גאנצע אינהאלט וואס איז ארויס פון זיין מויל...

אלס רעזולטאט איז אויך זיין טלית קטן געווארן גענצליך באגאסן, ווי אויך דער העמד וואס ער האט אנגעהאט, און דאס איז אויך געווען דער סיבה וואס ער איז געווען אזוי פארשלאפט די גאנצע צייט אינעם פאריזער לופטפעלד, ווען די פארטריקנטקייט האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט די מידקייט צו א חטיבה אחת פון פארשלאפטקייט. דארט אין פאריז האבן מיר דאך נישט געהאט די רענצלעך מיט וועש, האט ער זיך ניטאמאל געקענט איבערבייטן צו ריינע מלבושים, און ער האט זיך געמוזט באגענוגן מיט'ן גיין צום סינק פון די בית הכבוד אין לופטפעלד און זיך עטוואס ארומוואשן. אבער ווי נאר מיר האבן געלאנדעט אין בודאפעסט און ארויסגענומען די רענצלעך, האט מען די ערשטע זאך געכאפט א פרישן העמד און די נאכט ציצית און זיך איבערגעביטן דערצו, א זאך וואס האט שטארק צוגעהאלפן דעם מצב און אריינגעברענגט א פרישקייט אין די עצמות היבשות. דעם וואלענעם טלית קטן מיט'ן שמוציגן העמד האט מען געגעבן א ריק אריין אין א זעקל וואס מען האט גוט פארמאכט, און געהאפט אז עס זאל נישט פארשימלט ווערן ביז מיר קומען אן אהיים און מען קען דאס אויסוואשן. אויף דערווייל האט ער געטראגן דעם קאטענעם שלאף ציצית, ביז אין ירושלים עיר הקודש וואו ער האט געבעטן איך זאל אים קויפן א פרישע וואלענע טלית קטן און ביי איינע פון אונזערע באזוכן אין ארטיגע געשעפטן האב איך אים צוליב געטון און געקויפט א פרישע וואלענע ציצית מיט א ירושלימ'ער אויסקוק - וואס ער טראגט מיט שטאלץ יעדן שבת ויום טוב.

אונטערוועגנס קיין בודאפעסט האב איך ב"ה אביסל פארמאכט דעם אויג, עס איז דאך שוין געווען טיף אינמיטן די נאכט אויפ'ן ניו יארקער זייגער און דער קערפער האט געפאדערט זיינס. מיר האבן געלאנדעט אין בודאפעסט ארום 11:30 לאקאלע צייט, דאס איז 5:30 פארטאגס אין אמעריקע. אויפ'ן פליגער זענען מיטגעווען מיט אונז א גרויסע גרופע ספארטלער אדער קונסטלער וועלכע זענען געווען אונטערוועגנס פון פאריז קיין בודאפעסט צו שפילן א שפיל אדער צייגן אנדערע קונצן. די יעניגע זענען געווען יונג און זיך געהאלטן אינאיינעם, און ווען דער פליגער האט געלאנדעט האבן זיי געפאטשט און געשאלט פאר שמחה כאילו דאס איז זייער ערשטע רייזע מיט א פליגער. ווען עס איז געקומען צו אפנעמען די פעקלעך, האבן מיר מיטגעהאלטן ווי די חברה נעמען אראפ פון די פארנדיגע פאסיק איין מאסיווע זאק נאך די אנדערע. מאסיוו איז אן אונטערשאצונג. זייערע פעקלעך זענען געווען גרעסער ווי א שטוב אין א וויליאמסבורגער דירה'לע... כ'ווייס נישט וואס זיי האבן אלץ געהאלטן דארטן, אבער די חברה זענען געקומען קאמפסגרייט און אויפגעריסטעט ביז די ציין מיט צוגעהערן און באגאזשן. עטליכע פון די גרופע אינאיינעם האבן געדארפט אראפשלעפן יעדן אזא פעקל פונעם מאשין, און איך האב קיין אנונג וויאזוי זיי האבן דאס שפעטער אריינגעפירט אין שטאט אריין, זינט זיי האבן געהאט אזויפיל אזעלכע ריזיגע געפעקלעך אז דאס וואלט לכאורה נישט אריינגעפאסט אונטער א באס א.ד.ג.

נאכ'ן דורכגיין די גרעניץ קאנטראל האב איך אנגעהויבן טראכטן וואס איך טו דא ווייטער... איך בין יעצט דא מיט מיין זוהן אליינס אין א פרעמדע לאנד. איך קען נישט די שפראך, האב נישט קיין שום אדרעסע אדער טעלעפאן נומער מיט וועמען זיך צו פארשטענדיגן, און מיין באגלייטער איז ערגעץ הויך אין די לופטן יעצט מיט א פארלאשענע טעלעפאן. איך האב אנגעצינדן - דאכט זיך שוין אין פאריז - דעם ספעציעלן אויסלענדישן טעלעפאן וואס איך האב זיך געדינגען נאך אין מאנסי [וואס קומט מיט א ווארנונג אז אויב נוצט מען דאס אין אמעריקע, קאסט עס גאר טייער געלט יעדע מינוט, ממש איבערגעטריבן טייער, און איך האב עס טאקע געהאלטן פארלאשן ביז'ן אנקומען קיין אייראפע], און באמערקט אז איך האב א שטימע-נאטיץ דערויף, אבער איך האב נישט מצליח געווען דאס אויסצוהערן, נישט האבנדיג דעם פאסווארט דערצו [מעגליך איז דער מעסעדזש נאך געווען דארט פונעם פריערדיגן דינגער און האט ניטאמאל מיט מיר געהאט, אבער איך מיין אז זיי ריסעטן אדער פארמעקן דעם טעלעפאן צווישן איין קונד און אנדערן, ווייל איך האב נישט געפינען דארט קיין שום פארצייכנטע רעקארד פון ארויסרופן אדער אריינרופן אדער גע'סעיוו'טע נומערן]. איך האב פרובירט צו רופן מיין באגלייטער, אבער עס איז אריין צו זיין וואויסמעיל. באשעפער אין הימל, וואס טו איך דא??? וואו שטעל איך מיין ערשטן טריט אין דעם ווילד פרעמדן לאנד?

די ערשטע זאך האב איך גענומען צוויי הונדערט דאלער און דאס אויפגעטוישט ביים געלט וועקסלער אין לופטפעלד, קלערנדיג אז גאנץ זיכער וועל איך דארפן אליינס נעמען א טעקסי און צופארן צום אידישן געגנט אין בודאפעסט וואו איך זאל עפעס עסן אדער פשוט אויסווארטן ביז מיין באגלייטער קומט אן אהער. פאר די צוויי הונדערט אמעריקאנער דאלארן האב איך באקומען א שטוינענדע "פינף און זעכציג טויזנט אונגערישע פארינט"!!! א באנדע אונגערישע בהמות... וואס קענען זיי נישט איינמאל פאר אלעמאל אפגרעידן זייער וואלוטע אז יעדע טויזנטער ווערט אן איינזער און שוין...

געלט איז שוין דא, מיין זוהן איז שוין אויפגעפרישט, יעצט דארף מען זיך אריענטירן און אויפקומען מיט אן עצה 'וואס ווייטער'. איך שטיי אזוי אין א ווינקל פונעם לופטפעלד, און נעבן מיר זיצן מאדיארן אדער טוריסטן און ריקן אריין א פיינעם פרישטאג וואס דרינגט מיר אריין אין די נאזלעכער, אבער חוץ אביסל היימישע מזונות און נאשערייען פארמאג איך גארנישט. איך האב געקענט באשטיין צו האבן א הייסע קאווע צו אנהייבן דעם טאג מיט א פרישקייט, אבער איך טרינק נישט אונטערוועגנס פון גוי'אישע פלעצער - הגם איך ווייס אז יש מקילין.

איר מעגט מיר גלייבן אז ווען איך האב נישט מיט מיר מיין זוהן, שטיי איך נאך יעצט אין די "ליסט פערענץ" לופטהאפן (גערופן על שם אן אונגארישער מוזיקאנט, לויט גוגעל)... ווען איך דארף ווען נישט ארויסווייזן אז 'איך האב נישט מורא' און 'איך טו צו דער זאך', וואלט איך אויסגעזוכט א ליידיגע בענקל ערגעץ אינעם גרויסן לופטפעלד און זיך דארט באקוועם געמאכט אויף ווילאנג עס זאל נאר געדויערן... איך וואלט דארט געגעסן, געטרינקען (וואס? אפשר די קאלטע קאווע פונעם רענצל), געזאגט תהלים און געלערנט ביז איך וואלט אנטשלאפן געווארן... אדער ביז די זיכערהייט וועכטער וואלטן מיר ארויסגעווארפן בשן ועין פאר'ן אקופירן דעם לופטפעלד אן באצאלן רענט. אבער יעצט אז איך בין א גרויסער טאטע... דארף איך דאך טון וואס גרויסע טאטעס טוען, און די ערשטע כלל איז אז מען טאר נישט ארויסצייגן פחד אדער פארלוירנקייט, אויך ווען מען איז באמת אינערליך פארלוירן און צעמישט כשה אובד.

קומען מיר צוריק צום נודזשענדן פראגע: וואו אויף דער וועלט שטעלט מען דעם ערשטן טריט דא אין ארץ הגר? מחשבות האבן מיר אנגעהויבן לויפן פארשידנארטיג, צווישן זיי: כאפ דיך אריבער צום אידישן קווארטל אין בודאפעסט, עס עקזיסטירט דאך היינט א אידישע קהילה, אפשר וועט דיר געלונגען צו טרעפן א הכנסת אורחים אדער כאטש אן אפענעם שול וכדומה. אה, אז דו ביסט שוין אין בודאפעסט, כאפ דיך אריבער צום בית עלמין, דיין טאטע האט דאך א ברודער ליגן דארט פון בעפאר'ן קריג! אבער רבש"ע, איך בין נישט געוואוינט צו ארומרייזן איינער אליינס, און איך בין כמעט ברור אז איך וועל נישט מצליח זיין צו טרעפן דעם בית החיים, ווער רעדט נאך פון דעם ספעציפישן קבר. און אפשר זאל איך מיך אריבערכאפן צו דעם שטאט וואו מיין טאטע'ס טאטע האט געוואוינט ביז מען האט זיי ליקווידירט קיין אוישוויץ - עס איז נישט צו ווייט פון בודאפעסט לויט ווי איך האב געהערט... אבער דארט האסטו זיכער גארנישט צו זוכן, ניטאמאל א קבר פון א קרוב אדער גואל געפינט זיך דארטן.

אקעי, איך ווייס שוין. יעדער וואס באטרעט נאר דעם אונגארישן באדן אין די לעצטע צען יאר בערך, ווייסט דאך זייער פיין אז אפגעזען אין וועלכע שטעט מען באזוכט, מאכט מען זיכער אויך צו באזוכן דעם בארימטן קערעסטירער הויף פון הרה"צ ר' ישעי'לע זי"ע, וואו עס טוט זיך א גאנץ יאר פרייליך און מען קאכט און באקט און טיילט עסן לרחצה. איך גיי כאפן א טעקסי אהין און דארט וועל איך שוין באקומען א פיינע נארהאפטיגע פרישטאג/מיטאג און אפשר אפילו א געלעגער אויף די פאר שעה ביז מיין שותף דערגרייכט אהער.

איך שטעל זיך אין די רייע ביי דעם בודקע פארנט פונעם לופטפעלד וואו מען קען באשטעלן א טעקסי, איך פרעג די יאכנע ביים פענסטער וויפיל עס וועט מיר קאסטן קיין קערעסטיר און זי זאגט "הונדערט טויזנט פארינט"... אלע מיינע דמיונות אז איך בין אן עושר דא אין לאנד זענען יעצט צעפאלן און צערינען ווי א זייפנבלאז... איך האב טאקע פינף און זעכציג טויזנט פארינט, אבער ניטאמאל קיין קערעסטיר קען איך פארן דערמיט... איך שמועס אפ אז איך נעם דעם טעקסי אהין, און איך פלאן צוריקצולויפן אריין אינעם לופטהאפן צו אויפטוישן נאך אמעריקאנער דאלארן אויף פארינט, וויבאלד די חברה דארט נעמען נישט קיין אמעריקאנער וואלוטע [אפשר קרעדיט קארד וואלטן זיי יא גענומען? איך געדענק נישט צי איך האב זיי געפרעגט. אויך האב איך לכתחילה נישט געוואלט נוצן דעם ק"ק אין אויסלאנד, זינט עס קומט צו עפעס אויסטויש געלט]. די איינגעשטעלטע פרינט מיר ארויס א צעטל מיט מיין דעסטינאציע, און זאגט מיר אז איך זאל דאס געבן פאר דעם טעקסי דרייווער דארט אין די זייט וועלכער וועט אונז פירן קיין באדראג-קערעסטיר...

מיר שלעפן אונזערע רענצלעך צום קאר און מיר ווילן זיך שוין אריינפאקן דערין, ווען דער דרייווער האלט אונז אפ דערפון, זאגנדיג מיט א געבראכענעם ענגליש אז ער איז נישט צופרידן פון די לענגערע צוויי-שעה נסיעה קיין קערעסטיר, און וועט בעטן ביים פענסטערל מען זאל אונז אנ'שדכנ'ען מיט אן אנדערן דרייווער. דערווייל וואס ער האט זיך גע'טענה'ט מיט די יאכנע ביים בודקע פענסטער, באמערקן מיר א אידל וואס שטייט נישט ווייט פון אונז, און מיר רעדן אזוי צווישן זיך אז אפשר קען מען פרעגן דעם איד וואוהין ער פארט, און אפשר קענען מיר זיך שפארן די הונדערט טויזנט פארינט און כאפן א היטש מיט יענעם... גייען נישט אדורך קיין פאר סעקונדעס, און יענער אידל גענענט זיך צו אונז, און מיט א וואונדער מינע אויפ'ן פנים פרעגט ער מיך "יאנקי???" [פיקטיווע נאמען - ער האט גענוצט מיין עכטע נאמען]. צו הערן מיין נאמען אין דעם פרעמדן לאנד איז מיר געווען אן איבערלעבעניש... אבער למעשה האט ער בכלל נישט מיך געמיינט, נאר מיין שותף וואס הייסט אקוראט ווי מיר. ער זאגט אויך דעם פאמיליע נאמען, און איך באשטעטיג אז יא, דאס איז מיין באגלייטער וועלכער איז ערגעץ אונטערוועגנס, ער האט פארשפעטיגט דעם פליגער אין ניו יארק.

דער איד איז געווען נישט קיין צווייטער ווי ר' שלמה קורץ, א איד וואס וואוינט אין וויען און פאר פרנסה טוט ער ארומפירן מענטשן איבער די שטעט און לענדער פון אייראפע. מיין שותף האט געזען זיין נאמען רעקאמענדירט אויף די אידישע וועלט פארומס און האט מיט אים אפגעשמועסט א פונקטליכע נסיעה פלאן און א בערך'דיגע פרייז, און ווי עס שטעלט זיך ארויס האט ער אים שוין עספיעט צו מעלדן דורך וואטסעפפ וכדומה אז ער איז אראפגעבליבן פונעם פליגער אבער איך מיט מיין זוהן וועלן אנקומען ווי געפלאנט אין בודאפעסט און ער זאל אונז אפנעמען און אנהייבן מיט אונז אליינס די נסיעה, וואס ער און זיין זוהן וועלן זיך שפעטער מיטכאפן דערמיט.

יעצט בין איך שוין געווען פולקאם רואיג, איך בין אין היימישע גוטע הענט ב"ה. וואס דארף א איד מער ווי דאס, אז ער קומט אן אין א פרעמד לאנד און א היימישער איד (לאו דוקא היימיש אין אונזער זין פון ווארט, אבער אן ערליכער אייראפעישער איד) ווארט אונז אפ העפליך. מיר האבן זיך אריינגעפאקט די פעקלעך אין זיין גרויסן ווען, אקופירט דעם ערשטן זיץ אינאיינעם מיט מיין זוהן, און מען לאזט זיך ארויס אויף די בודאפעסטער גאסן.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אההה שכח מנהל.

די פארזעצונג איז איינס און גוטס.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

לכאורה האט געשריבן:
קאפיטל ז' - עלנד אליין אין א פרעמד לאנד
כמיז דיר זאגן, די קאפיטאל איז די ערשטע וואס איך ליין פון די טאג בוך (אויב מעג איך זאגן, די ערשטע פון דיינע טאג ביכער…) וו ס׳איז געלונגען… פון יעצט אין ווייטער גנב׳סטו אראפ פון מיין טייערע צייט יעדעס מאל א פארזעצונג קומט ארויף…
———
כהאב שוין ערעגץ אמאל געהערט פון דיר דיין שוואכקייט צו קאנטראלן א מצב? ווייל ליינענדיג דיינע פחדים אינעם לופפעלד פראבירענדיג צו ווייזן שטארקייט פאר בחור האבעך מיר אינטערגעשמייכלט און געטראכט ״יאפ.. לכאורה איט איז…״
לעצט פארראכטן דורך ניינער אום מיטוואך אוגוסט 03, 2022 12:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

שכח מנהל!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ניינער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
קאפיטל ז' - עלנד אליין אין א פרעמד לאנד
כמיז דיר זאגן, די קאפיטאל איז די ערשטע וואס איך ליין פון די טאג בוך (אויב מעג איך זאגן, די ערשטע פון דיינע טאג ביכער…) וו ס׳איז געלונגען… פון יעצט אין ווייטער גנב׳סטו אראפ פון מיין טייערע צייט יעדעס מאל א פארזעצונג קומט ארויף…
———
כהאב שוין ערעגץ אמאל געהערט פון דיר דיין שוואכקייט צו קאנטראלן א מצב? ווייל ליינענדיג דיינע פחדים אינעם לופפעלד פראבירענדיג צו ווייזן שטארקייט פאר בחור האבעך מיר אינטערגעשמייכלט און געטראכט ״יאפ.. לכאורה איט איז…״
חציף עלי מאן דמגלי חטאיה... אזוי גראב און פרעך ארויסצושרייבן אז דו האסט נאכנישט טועם געווען קיין איין קאפיטל פון קיין איינע פון מיינע טאגביכער??? יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דו מאכסט זיכער איך זאל זיין פארנומען מיט אנדערע זאכן און נישט קענען שרייבן ווייטער... זאכן גייען זיך דראסטיש טוישן מהיום והלאה...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”