טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

אסדר, ביסט א מחוצף פארן מנהל! כ׳בין דיך נישט מקנא וואס דו גייסט כאפן ביי לאנטש..
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

אסדר!! :lol: :lol: :lol:

קום אריין עפטער.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הערליך שיין און קלאר געשריבן הרב מנהל!! דיין פעדער איז שטענדיג אויסגעשפיצט צו שרייבן קלאר און שארף. יעדעס ווארט אויסגערעכנט.

איך וואלט פארגעשלאגן אז יעדע קאפיטל זאל קומען מיט א נומער. "פרק א" אדער "קאפיטל 1" אזוי וועט זיין לייכטער מיטצוהאלטן און לייכטער צו רעאגירן. (נאך בעסער וואלט געווען צוצולייגן א נאמען צום קאפיטל, איבער וואס די רעדע איז, אבער איך וויל נישט אזוי שטארק באמוטשענען דעם מנהל...)
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:wow wow לכאורה איז דא צוריק מיט א טאג בוך. יא געפלויגן, נישט געשטויגן, מאכט נישט אויס. דער עיקר אז אונז גיימער פליען...

לויט ווי איך געדענק פון לעצטן טאג בוך, גייט די סדר פון די קומענדיגע פרקים לויפן ווי פאלגנד:

פרק ב: די די טעלעפאן רוף צום מנהל פון מיין זון'ס ישיבה בעטן רשות
פרק ג: די שבת איידער די נסיעה, כולל ליינען די אר"י פרשה, עולה זיין אלס יוצא לדרך, און וישלח מוצ"ש
פרק ד: די הכנות צום נסיעה, אויפשטיין פארטאגס, געזעגענען ביים רב, און די לעצטע מנחה און תפילת הדרך ביי שמע קולנו
פרק ה: דאס איינפאקן די אוצר הלכות, ברכות גמ', און די (מילכיגע) צידה לדרך פון די בני בית
פרק ו: רייזע פיבער, מאגן פראבלעמען, קאוועס און הכנות איידער'ן פארן
פרק ז: געזעגענען פון אבי מורי שליט"א און פון די קינדער
פרק ח: אריינלייגן דאס רענצל אין קאר און די וועג צום לופטפעלד (ארחיקה האט געדרייווד?)
פרק ט: אנקומען צום לופטפעלד, און דאס זיך אראפזעצן אויפ'ן פליגער און צומאכן די סיט בעלטס
פרק י: די שמועס מיטן שכן אויפן פליגער
פרק י"א ביז י"ד: די איבריגע חלק פון די נסיעה...

מאכסט מיך לאכן... אזוי פרעדיקטיבל בין איך?
קענסט שוין איבערהיפן עטליכע פרקים, ווייל איך האב נישט גערופן דעם מנהל פון ישיבה צו בעטן רשות
איך האב זיך נישט געזעגנט ביים רב
נישט געהאט קיין רייזע פיבער און מאגן פראבלעמען מיט קאוועס און הכנות איידער'ן פארן
זיך נישט געזעגנט פון אבי מורי שליט"א [א בושה גראדע, איך האב נאכנישט געזען מיינע עלטערן זינט... פורים!]
נישט געשמועסט מיט'ן שכן אויפ'ן פליגער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יצחק אייזיק האט געשריבן:הערליך שיין און קלאר געשריבן הרב מנהל!! דיין פעדער איז שטענדיג אויסגעשפיצט צו שרייבן קלאר און שארף. יעדעס ווארט אויסגערעכנט.

איך וואלט פארגעשלאגן אז יעדע קאפיטל זאל קומען מיט א נומער. "פרק א" אדער "קאפיטל 1" אזוי וועט זיין לייכטער מיטצוהאלטן און לייכטער צו רעאגירן. (נאך בעסער וואלט געווען צוצולייגן א נאמען צום קאפיטל, איבער וואס די רעדע איז, אבער איך וויל נישט אזוי שטארק באמוטשענען דעם מנהל...)

דברים של טעם, שוין א נאמען געגעבן פאר קאפיטל א'
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

יישר כח פארן שרייבן גראד נאכן נסיעה אזוי האט עס נישט קיין סוף ווי מיינע נסיעות טאג ביכער

כזוץ און ווארט פאר די פארזעצונג
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

מנהל, הערליך.
קוקן מיר ארויס מיט גרויס שפאנוג.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שכוח פארן רב שליט”א פארן כאטש אנהייבן שרייבן, אויב זענען די פארגאנגענע טאגבוכער סיי וועלכע אינדיקאציע דאן זעמער אין פאר עי לאט אף אינטערטעימענט.

אסדר, ביסט פיינע נייעס...

נ.ב. דער רב זאל מוחל זיין און זיך היינט ארויפזעצן אויפן באס באזוכן אב ואם, אנעקסעפטעבל ביהעווער און א חרפה. (סארי, באט ס’מוז געזאגט ווערן)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זעמיר גרייט מיט צו פארן..

סיט בעלטס איינגעבינדן..

(דאס האסטע דאך נישט שולל געווען..)
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

א דאנק אייך הרב מנהל

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

לכאורה האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:הערליך שיין און קלאר געשריבן הרב מנהל!! דיין פעדער איז שטענדיג אויסגעשפיצט צו שרייבן קלאר און שארף. יעדעס ווארט אויסגערעכנט.

איך וואלט פארגעשלאגן אז יעדע קאפיטל זאל קומען מיט א נומער. "פרק א" אדער "קאפיטל 1" אזוי וועט זיין לייכטער מיטצוהאלטן און לייכטער צו רעאגירן. (נאך בעסער וואלט געווען צוצולייגן א נאמען צום קאפיטל, איבער וואס די רעדע איז, אבער איך וויל נישט אזוי שטארק באמוטשענען דעם מנהל...)

דברים של טעם, שוין א נאמען געגעבן פאר קאפיטל א'

לייג אריין אינם קעפל ״קאפיטל א״ און ווען דו לייגסט צו נאך א קאפיטל שרייב אינם קעפל ״קאפיטל ב״ אז מ׳זאל זען אז דו האסט צוגעלייגט נאך א קאפיטל..
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רבי ר' לכאורה פארט עכט ארום? אדער דאס איז בלויז א פיקציע?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

דער ניק איז א פיקציע אבער דער מענשט איבער דער ניק איז טאקע געפארן בגוף ובנפש...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

געליינט מיט אינטערעסע.

יישר כח!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

לכאורה האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:די נסיעה אין ארץ ישראל גייט כאטשיג טראגן אן ענליכע כאראקטער ווי שש'ס טאג בוך

ווארט און זע
איך אליינס קען נישט וויסן וויאזוי זאכן וועלן אריבערקומען אין שריפט



האף מיר נאר אז דער מנהל זאל נישט פליען פון דאנעט אווי שש'ן...

לכאורה האט געשריבן:די נסיעה האט זיך אנגעהויבן מאנטאג אמור (בהר בא"י) און געענדיגט דינסטאג בהר (בחקתי בא"י)


ביזט נישט געווען ל"ג בעומר אין מירון?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

so
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:די נסיעה אין ארץ ישראל גייט כאטשיג טראגן אן ענליכע כאראקטער ווי שש'ס טאג בוך

ווארט און זע
איך אליינס קען נישט וויסן וויאזוי זאכן וועלן אריבערקומען אין שריפט



האף מיר נאר אז דער מנהל זאל נישט פליען פון דאנעט אווי שש'ן...

לכאורה האט געשריבן:די נסיעה האט זיך אנגעהויבן מאנטאג אמור (בהר בא"י) און געענדיגט דינסטאג בהר (בחקתי בא"י)


ביזט נישט געווען ל"ג בעומר אין מירון?

ניין

---
גיימיר שרייבן קאפיטל ב' בס"ד
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל ב' - מ'פאקט די פעק

פאראיאר אין ליכט פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים, וואו מיר האבן באזוכט ביים הייליגן בעל שם און זיינע גרויסע תלמידים, האט מיר געכאפט א התעוררות צו אנהייבן לערנען א שיעור קבוע אין ספרי חסידות. פאראיאר האב איך אנגעהויבן לערנען דגל מחנה אפרים, אוהב ישראל, עבודת ישראל, און היי יאר האב איך צוגעלייגט בת עין. דיזע פיר ספרים לערן איך טעגליך במשך א פערטל שעה, און טאקע אויף דעם סדר. זונטאג דגל, אויב איז עס א לענגערע סדרה איז מען ממשיך מאנטאג אויך, און אזוי ווייטער, דאן אוהב ישראל, דאן עבודת ישראל, און צולעצט בת עין. אויב מען האט שוין אלעס געענדיגט און דער וואך איז נאכנישט פארטיג, האב איך אנגעהויבן לערנען די ליקוטים פון די דערמאנטע ספרים, כדי צו קענען מאכן א פולשטענדיגע סיום אויפ'ן גאנצן ספר ביז ענדע יאר. [די ליקוטים פון דגל מחנה אפרים האב איך געלערנט ארום די טעג פון פסח, ווען עס איז בכלל נישט געווען קיין סדרה].

יעצט, אויף די ציונים הקדושים פון דער הייליגער דגל און דער הייליגער אוהב ישראל [וועלכע ליגן גראדע אינעם זעלבן אוהל, אוהל הבעש"ט אין מעזבוז], בין איך דאך געווען ביי יענע נסיעה, ווידער ביים הייליגן קאזניצער מגיד האב איך נאכנישט געהאט די זכי' צו זיין, אבער עס איז נישט געווען אזא דבר רחוק פון מיר, ווייל איינמאל מ'כאפט זיך אריבער אויף א נסיעה קיין ליזענסק אדער צאנז, קען מען זיך אריבערכאפן קיין קאזניץ אויך. ביים בת עין האב איך אבער נישט געהאט קיין שום קלער אנצוקומען אמאל, דען ווי געשריבן איז ביי אונז נישט קיין אנגענומענע זאך צו פארן קיין ארץ ישראל, און דער בת עין ליגט אין צפת - ווי באקאנט.

א ווארט איבער דער קפידא נישט צו פארן קיין ארץ ישראל. אין סאטמאר איז דאס נישט אזא אפגעפרעגטע זאך, און די אדמורי"ם זענען כסדר געפארן אינאיינעם מיט די חסידים, אבער איך שטאם פון איין זייט פון מונקאטשער חסידים, וועלכע זענען געווען מער אויסגעשפראכן קעגן אלעס וואס אנבאלאנגט ציונות, און מיין עלטער זיידע ז"ל איז אין זיין לעבן נישט געווען אין א"י און נישט געלאזט די קינדער/אייניקלעך פארן אהין. ער האט געהאט אן איינציגע שוועסטער וואס האט דארט געוואוינט, און ווען זי האט זיך געוואלט מיט אים טרעפן, האבן זיי אפגעשמועסט א טרעפפונקט אין שווייץ - אונטערוועגנס, אבער ער איז נישט געפארן קיין א"י. אויך מיין זיידע ז"ל איז נפטר געווארן ביי די אכציג יאר, אן האבן באטראטן אין זיין לעבן דעם באדן פון ארץ ישראל.

איך האב אבער אנדערע זיידעס אויך, און יענע זענען יא געפארן. און מיין טאטע זעלבסט איז שוין מערערע מאל געווען אין א"י; בעיקר פלעגט ער פארן אויף ל"ג בעומר טאקע. אשר על כן, קיין איסור האב איך טאקע נישט צו פארן, אבער איך האב קיינמאל נישט אונטערגענומען קיין נסיעה אהין, און קיינמאל געהעריג געפלאנט דאס צו טון [אויסער אויף פאראיאר ל"ג בעומר, ווי געשריבן אין קאפיטל א', ווען מען האט מיך פון הימל צוריקגעהאלטן ב"ה, און אזוי ארום האב איך פארמיטן די גאנצע אומגליק וואס איז דארט פארגעקומען יענעם נאכט]. אלזא, האב איך געלערנט בת עין, אבער נישט גע'חלומ'ט זיך צו קענען משתטח זיין אויף זיין ציון הקדוש.

האט זיך אבער אונטערגעריקט דער נסיעה'לע, און אלעס ארום האט געטייטלט און געווינקט אז דער צייט איז רייף און מען דארף טון צו דער זאך, האב איך טאקע געגעבן דעם יא, און אזוי ארום געהאט דער זכי' שוין היי יאר זיך צו משתטח זיין אויף די ציונים פון די צוויי חסיד'ישע רבי'ס וועמענ'ס ספרים איך לערן אדורך וועכנטליך. פארשטייט זיך אז איך האב מיטגענומען אויף דער נסיעה די הייליגע ספרים זייערע, וואס איך האב מיר איינגעהאנדלט בליל בדיקת חמץ נאכדעם וואס איך האב דאס בכלל נישט פארמאגט אין שטוב.

אויסערדעם האב איך מיטגענומען נאך אפאר ספרים, א שטייגער ווי מיין באליבטע עוה"ב מסכת - ברכות [און איך האב טאקע געלערנט אונטערוועגנס א שיינע פאר בלאט בס"ד], און מיין גאר באליבטע משניות מהדורת רייזמאן [וואס איך האב באקומען די גאנצע סעט במתנה און איך לערן דערין כמעט טעגליך] - די באנד פון שקלים-יומא-סוכה [איך לערן יעצט מס' יומא], און איך האב געבעטן מיין זוהן צו גיין קויפן אן אוצר הלכות חלק יוצא לדרך [כ'האב געמיינט עס איז א געהעריגע ספר מיט א הארטע דעקל, דערווייל האט ער געקויפט מיט א ווייכע דעקל - איך האב דורכגעלערנט די גאנצע מעשה אונטערוועגנס], אויך האב איך זיכער געמאכט צו מיטנעמען א געהעריגע סידור וואס פארמאגט אויך קריאת שמע שעל המטה [ביים פאריגן נסיעה האב איך דאס נישט אינזין געהאט], און פארשטייט זיך א תהילים.

די עסן און טרינקען - צידה לדרך - האב איך איבערגעלאזט פאר די בני בית צו ערלעדיגן, און מען האט טאקע איינגעפאקט מכל טוב וטוב, אריינגערעכנט היימישע געבעקסן, געהאניגטע מאנדלען, געזאלצענע קאשוען, געטרוקענטע מאנגאלעך, געבאקן-נאך-פסח קרעקערלעך פון די דבש פירמע אין עטליכע סארט געווירצן, און זעלבסטפארשטענדליך עטליכע דזשעי דזשעי חלב ישראל קאפאטשינאוס...

צווישן אנדערע האב איך אויך מיטגענומען א האנטוך, ווייל מען האט מיר געזאגט אז ביי געוויסע מקואות דארף מען דאס אליינס מיטברענגען (א שטייגער ווי דער מקוה האריז"ל, אבער אויך אנדערע 'נארמאלע' מקואות אין א"י, ווי מיר וועלן צוקומען שפעטער אינעם טאגבוך), און אנדערש ווי ביים פאריעריגן נסיעה האב איך דאסמאל יא געדינגען אן אויסלענדישע טעלעפאן צו קענען זיין פארבינדן אהיים כסדר, און נישט דארפן צוקומען צו די חסדים פונעם מיטפארער [דער שותף האט אויסער די אייגענע טעלעפאן אויך געגעבן פאר'ן זוהן איינס, אבער מיין זוהן איז געווען צופרידן אן אן אייגענע טעלעפאן]. איך האב איינגעפאקט די בגדי שבת [אויסער די ווייסע וועסטל און אויסער די שבת'דיגע שיך, אויך דעם שבת טלית האב איך נישט מיטגענומען], און וועש גענוג פאר א וואך צייט. מיין שותף האט מיר געזאגט מיטצונעמען כאטש צוויי טויזנט דאלער אין קעש, און די שטוב האט צוגעלייגט א דריטע אויך ליתר שאת.

קאוויד טעסטס האב איך געמאכט ביי מיין ברודער [כ'דארף אים נאך טאקע באצאלן דערפאר, פאפיר איז זייער טייער די טעג...], און מיר זענען גרייט צו פארן.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אהה.. דער מנהל טייפט שנעל..

מהאמיר זיך דאך נארוואס געזעהן
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פיינע נייעס! שכוח הרב מנהל!


יעצט גיימער עס ליינען...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

פשי קיינמאל נישט געוויסט אז @לכאורה איז א אזא דערהובענע איד!! אזויפיל ספרים מיט צי נעמען אין עס נאך לרענן אויך?? וואוו
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4183
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

טענק יו מנהל, צו א קורצע קאפיטל.

ווי וואנט מאאר!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

זייער שיין. א געשמאק צו לעזן.

--
איז די קאפיטאל געשריבן געווארן לייוו ביי די פארברענג?
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קו הישר האט געשריבן:זייער שיין. א געשמאק צו לעזן.

--
איז די קאפיטאל געשריבן געווארן לייוו ביי די פארברענג?

אלמאסט

מ’האט געמאלדן אז ס’קומט

יישר כח לכאורה ס’ליינט זיך איינגענעם און לאזט א ערענסטע רושם
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח זייער שיין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”