קאפיטל י"ד - די צאנזע תנועה...
דער וועג צווישן די פאנאראמע האטעל און דער בית החיים געדויערט אפאר מינוט, מען פארט אריבער צו אן אנדערע געגנט. ווי מיר הערן פון אונזער באגלייטער (וועלכער איז נישט דאס ערשטע מאל יעצט ביים הייליגן רב - כלשונו) געפינט זיך דער גאנצער בית החיים אונטער די אייגנטומערשאפט פון אן אינדוסטריאלע פירמע וועלכע פארפיגט אויפ'ן גאנצן שטח ארום, און זיי האבן געטון א גאנצע טובה מיט'ן שענקן ערלויבעניש פאר מענטשן צוצוקומען און מתפלל זיין. מען זעט טאקע א שילד אויף עטליכע שפראכן מיט א גאנצע דאנק פאר די פאבריק וואס האט זיך אזוי שיין אהערגעשטעלט אנבאלאנגט דער אידישער בית החיים אין צאנז.
יושע מנחם ווייסט שוין פונקטליך וואו ער דארף צופארן, ער שטעלט אראפ זיין אויטא פארנט פון א הייזקע פונקט קענגאיבער דעם בית החיים, און צייגט אונז אן צו דרוקן דעם קנעפל פונעם 'בעל' (באזזער) ביים צוים, וואס קלינגט צום שטוב פון די שומר'טע וואס וואוינט אין דעם הויז. איינער פון אונז דרוקט דעם גלאק, און ספאנטאן געבט זיך א ריק אוועק די פירהאנג אויפ'ן צווייטן און אויבערשטן שטאק פון די געביידע, און א באבושקע שרייט ארויס פון פענסטער אז זי קומט שוין אראפ צו אונז. מיר האבן געמיינט אז דאס איז א פוילישע פרוי, פונקט ווי אלע אנדערע שומרים פון די בתי חיים וועלכע זענען לאקאלע ערלים, אבער ביים איבערגעבן א גרוס פאר הרב יואל הלברשטאם שליט"א דער מנהל פון בוני צאנז וועמען מיר האבן געטראפן ביי א שמחה מיט עטליכע וואכן שפעטער, האט ער אונז געזאגט אז זי איז גאר א אידענע - הגם ליידער נישט קיין שומרת תורה ומצוות. לויט רבי יואל האלט זי אן די טראדיציע פון די משפחה עטליכע דורות ארויף צו היטן אויף דעם בית החיים.
די שומרת קומט ארויס צו אונז פון איר הויף און פרעגט אונז וואו מיר ווילן גיין, אין בית החיים אדער אין הכנסת אורחים. מיר האבן אויסגעקליבן דאס לעצטע, וויבאלד מיר האבן געוואלט כאפן א מקוה און זיך עטוואס דערכאפן דאס הארץ בעפאר'ן ארויפגיין [ליין: אריינגיין, עס איז א פלאכע ארט] צום ציון הקדוש. זי פירט אונז צום אנדערן זייט בלאק, וואו מיר זעען שוין א גאנצע מערכה פון אידישע צעטלעך מיט אנווייזונגען, אויך א טענט איז דארט געווען אויפגעשטעלט, שיריים פון די צאנזער יארצייט קנאפע צוויי וואכן פריער [כ"ה ניסן; מיר זענען דארט געווען י' אייר]. מיר גייען איר נאך צום הכנסת אורחים, און זי צייגט אונז צוויי באזונדערע הייזער, איינס פארמאגט א מקוה און די אנדערע א שול מיט אן עסזאל און צובייס. דא האט זיך אונזער חבורה צעטיילט, ווען טייל זענען באלד געלאפן אין מקוה [דארט קען מען באצאלן מיט עטליכע סארט וואלוטע, ווי אויך ק"ק דאכט זיך, עס קוקט אויס גאנץ אן אהערגעשטעלטע סיסטעם] און איך בין געגאנגען כאפן א קאווע, נאכדעם וואס די פריערדיגע קאווע מיינע איז געווען אין ראצפערט נאנט צו א קיילעכיגע מעת-לעת פריער.
די עסזאל איז פיין צוגערישט מיט אלע סארט גרייטע מאכלים וואס מען קען פארבייסן, אויך קען מען אנווארעמען פארשידענע מאכלים וואס ליגן שיין פארפאקט פון פאבריק, א רייכע אויסוואל פון מאכלים ומשקאות צוגעשטעלט דורך "בוני צאנז" וואס געבט זיך שיין אפ מיט'ן פלאץ רונדע דעם יאר. די ערשטע זאך האב איך גענומען א קאווע, און דערצו האב איך פארביסן קיכלעך פון א שאכטל וואס איז געווען אויפ'ן טיש. אזוי ווי אברהם אבינו'ס געצעלט האט געהאט א טיר פון יעדע זייט אז די אורחים זאלן קענען אריינקומען פון איבעראל, אזוי איז אין דעם צימער - ווי אויך אינעם מקוה און אינעם בית החיים - דא ביי יעדע ווינקל א ספעציעלע קערבל מיט א צעטל אויפ'ן דרוקסארט [לעטערהעד] פון "צאנזער שטיבל" אויף אידיש און אויף לשון הקודש אז מען זאל ביטע געבן א טיפ פאר די שומרת, וועלכע היט שוין דאס ארט פערציג יאר!
ווי פארשטענדליך האב איך אריינגעשטעלט אפאר דאלער [אדער אן איינצלנע, ששש] אין איינע פון די קיישעלעך, אבער וויבאלד עס איז דא אזויפיל דערפון, איז שווער פאר די שומרת צו האלטן חשבון ווער עס האט שוין געגעבן און ווער נישט, אויך איז גרינגער זיך צו גענצליך ארויסדרייען דערפון (ח"ו) וויבאלד מען געבט עס נישט פאר'ן שומר אין האנט אריין. למעשה, וויבאלד זי איז מסופק אויף יעדן איינעם צי מען האט שוין געגעבן אדער נישט, האט זי זיך איינגעפירט אזא מנהג אז בשעת דער עולם דרייט זיך און פרייט זיך, גייענדיג פון די מקוה צו די הכנות און פון די הכנות צו די קאווע און מזונות, קומט זי שטילערהייט צו איטליכן, און ברומט זיך אונטער מיט א ספעציעלע תנועה "ש-ו-מ-ר ג-ע-ל-ט!!!"... ווי א פריינטליכע דערמאנונג און אויפפאדערונג מען זאל חלילה נישט פארגעסן פון איר. קוקט אויס זי האט אנגענומען א חומרא'דיגע שיטה אין דער שיעור פון זמן שכחה, ווייל אין די קורצע צייט וואס איך האב דארט געוויילט האב איך אזויפיל מאל געהערט פון איר דעם דערמאנונג, אז נאך יעצט געדענק איך דעם אינטערעסאנטן תנועה דערפון [עס גייט אזוי בטעם עליון... מסתמא א תנועה וואס שטאמט נאך פון אירע עלטערן און אור עלטערן, און דערפאר האב איך דאס א נאמען געגעבן 'די צאנזע תנועה'].
די פלא איז געווען אז פון אלע פיר מיטגלידער אין אונזער גרופע, האב נאר איך געהערט דעם תנועה פון איר, און טאקע מערערע מאל, בעת די אנדערע האבן נישט געוואוסט וואס איך וויל פון זיי ווען איך האב די קומענדיגע פאר מעת לעת גע'חזר'ט פאר מיר די נודזשענדע תנועה וואס איך האב זיך דערלערנט אין צאנז... איך גלייב אז זייערע אויערן זענען אזוי אויסגעאיידלט אז מן השמים האט מען זיי פארהיטן פון הערן די קול באשה.
נאכ'ן קומען צו זיך מיט א פיינע הייסע קאווע און א שיינע שיעור מזונות, האב איך געבענטשט און זיך אריבערגעכאפט צום אנדערן בנין צו כאפן א טבילה. דער מקוה איז הערליך שיין, ממש א יופי, א פרישע בנין מיט די נייעסטע טעכנאלאגיעס. א ריזיגע שענקל מיט צענדליגער האנטוכער איז געשטאנען גרייט פאר'ן באנוץ פון סיי ווער עס קומט צום הייליגן מקום, אויך איז דא דארט א הערליכע שאוער צימער [איך ווייס נישט צי מ'האט עקסטערע געדארפט באצאלן פאר זייף וכדומה, איך האב זיך בלויז גע'טובל'ט כדרכי], אבער איין זאך בעט איך אייך... דעם פילטער פון די מקוה זאלט איר לאזן במנוחה! א גרויסע שילד הענגט אויף די וואנט נעבן דעם בור הטבילה, געשריבן אויף לשון הקודש און עקסטער אויף אידיש, אז דער פילטער איז ספעציעל אויסגעארבעט אז די מקוה זאל אויך זיין כשר בשעת עס ארבעט, און קיינער זאל עס ביטע נישט פארלעשן ווייל ער וועט בלויז פאראורזאכן א שאדן פאר'ן ציבור.
דער בור הטבילה איז הערליך שיין, מארבל און שיינע לייטס פון אלע זייטן, בכלל איז די גאנצע מקוה גוט אהערגעשטעלט, מיט הייצונג און קילונג לויט'ן געברויך; בקיצור: א קידוש השם. אינדרויסן פון די מקוה איז דא הכנות צימערן, וואס טייל פון אונזער גרופע האט זיך אהין אריינגעכאפט אלס טייל פון די הכנות צום עלייה לציון.
דאס הארץ איז שוין דערכאפט, דער קערפער גערייניגט און אויפגעפרישט, יעצט איז צייט צו גיין צום זיידן! כמעט ביי יעדע ציון איז אויסגעקומען אז איך בין געווענליך אריין דער ערשטער אינעם אוהל הקדוש און אנגעהויבן דעם סדר התפלה, און אויך אין צאנז איז נישט געווען אנדערש. פארנט פונעם אריינגאנג צום בית החיים שטייט א שילד אז כהנים זאלן אכט געבן וואו זיי שטייען, ווייל אויך א טייל פונעם טראטואר און זאגאר שאסיי פארנט פונעם בית החיים איז אמאל געווען טייל פונעם פעלד און מען טרעט אויף קברים רח"ל. אריינגייענדיג אין בית החיים האב איך געזען מענטשן ארויסקומען, מיר זענען קענטיג נישט געווען די איינציגסטע אידן זיך צו וואלגערן יעצט אין פוילן, זאל יעדער האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.
מען שפאצירט א לאנגע וועג פונעם טויער פון ביה"ח ביז מען דערגרייכט דעם אוהל הקדוש פונעם צאנזער זיידן זי"ע, און אונטערוועגנס איז אינטערעסאנט צו באטראכטן די אלע אור אלטע מציבות און טיילמאל העכסט אינטערעסאנטע אויפשריפטן. אונטערוועגנס באגעגנט מען זיך למשל מיט א קבר אחים פון קדושי לימנוב וועלכע זענען קאלטבלוטיג ערמארדעט געווארן בשנת תש"ב דורך די נאציס ימ"ש, און זענען עטליכע יאר שפעטער אריבערגעפירט געווארן לקבורה אויפ'ן צאנזער בית עלמין. אויף אן אנדערע ארט איז דא א גרויסע מצבה פאר די נפטרים פון שטאט מעליץ וועלכע מען האט געמוזט מפנה זיין בשנת תשמ"ט, און מיט גרויס השתדלות האט מען זיי אריבערגעברענגט קיין צאנז לקבורה.
אט שטיי איך פארנט פונעם הייליגן אוהל פונעם זיידן זי"ע... א סקרוך לויפט דורך די ביינער וויסנדיג ווי ווייט אפגעריקט ברוחניות מיר שטייען פון דעם מלאך אלקים וועלכער האט געריסן פון זיך שטיקער פאר'ן באשעפער טאג טעגליך, דינענדיג השי"ת מיט מסירת נפש ממש במלוא מובן המילה זייענדיג א מדוכה ביסורים, און דא שטייען מיר - קוים זיבן דורות שפעטער - קל וריק, אויסגעזעקלט פון יעדע זיק. אבער א זיידע בלייבט א זיידע, און ווי פארכטיג עס איז אריינצוגיין, ווייסט מען אז א זיידע נעמט אלעמאל אויף יעדן אייניקל באשר הוא שם. דער אוהל איז געווען ליידיג ווען מיר זענען אריינגעקומען, און אויך ווילאנג מיר האבן געזאגט די פאר קאפיטלעך תהלים וואו מיר האבן געהאלטן אויף די רייע. מיר האבן געכאפט א שפאציר אויף די לענג פון דעם צימער, וואו עס ליגן באהאלטן עטליכע קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך פונעם הייליגן זיידן. א ספעציעלע צוים איז געבויעט איבער די קבר פונעם צאנזער רב זי"ע, אויך ארום די קבר פון זיין זוהן רבי אהרן זי"ע וואס ליגט צורעכטס פון אים [ווען מען שטייט קעגנאיבער די מציבות], ווען אויף די לינקע זייט טרעפט מען די קברים פון רבי מאיר נתן זצ"ל בן הדברי חיים, רבי משה'לע שינאווער זי"ע און זיין זוהן ר' ארי' לייבוש מרדכי זי"ע.
עס איז דא א גאר שמאלע דורכגאנג ביים עק שטוב צו קענען צוקומען צו די מציבות אליינס, איך האב זיך דארט אריינגעקוועטשט און זיך געשטעלט הארט נעבן דעם זיידנ'ס מצבה וואו איך האב געזאגט תהלים און פארגעליינט אלע קוויטלעך און אויסגעזאגט הויך אלע בקשות. ביים זייט פונעם ציון איז דא נאך אפאר מציבות, דאכט זיך פון א קינד און אייניקל פון קרייזער רב, די וועלכע האבן משמש געווען ברבנות אין שטאט צאנז ביז'ן קריג, און אינדרויסן פונעם אהל געפינט זיך די קבר פון די מומע נחמה'לע רובין ע"ה, א טאכטער פון הייליגן רב זי"ע. ווען איך בין געווען אויפ'ן וועג ארויס פונעם בית החיים, זענען ערשט אריינגעקומען די איבריגע פונעם גרופע, האב איך געוואוסט אז איך האב נאך צייט צו כאפן א לערן א.ד.ג. און איך בין טאקע צוריק צום הכנסת אורחים וואו עס געפינט זיך אויך א שול מיט אלע צוגעהערן, איך האב געלערנט אביסל פון די ספרים וואס איך האב געטראפן דארט, און דאן בין איך אריין אין פריוואטן צימער [געדויערט א וויילע ביז איך האב געטראפן דעם אנצינדער פאר'ן לעקטער, עס איז געווען ערגעץ אינדרויסן...], און ווען איך בין ארויסגעקומען איז שוין דער עולם געווען גרייט צו פארן ווייטער, ויסעו.