הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

אין די קומענדיגע שורות וועל איך שרייבן אביסל פון מיינע רוישיגע געפילן וואס טוט קאכן אין מיר זייט וואס מיינע אויגן האבן געזען וואס זיי האבן געזען אין די נאכט פון ל"ג בעומר תשפ"א.

איך וועל נישט שרייבן די דעטאלן אדער דאס צוגאנג פונעם אומגליק וואס דאס קענט איר טרעפן גענוג אונעם וועלט'ל און אין די אויסגאבעס למיניהם, איך וועל נאר שרייבן וועגן די לאך וואס איז געשאפן געווארן אין מיין זעל אין ליכט פונעם אומגליק, די גייסטישע שוועריקייטן וואס איך בין אריבער, און די שארפע ווייטאג געפילן וואס האבן מיר באנומען וואס איך שפיר נאך ביזן היינטיגן טאג.

אזוי אויך איז דער ציל פון די שורות נישט צו ברענגען א געשמאקע ארטיקל אדער אנרירן געפילן. דער ציל איז בלויז א האפענונג אז מיט ארויסשרייבן די איבערלעבענישן וועלן זיך די שניטן פארנייען, די זעל וועט זיך ערהוילן, און די זעאונגען און געדענקענישן וועלן מער נישט באדראען. אזוי אויך אויב איז דא נאך איינער וואס ליידט, זאל די שורות זיין פאר איהם א חיזוק און א וועגווייזער ווי אזוי בייצוקומען די שוועריקייטן.

אלזא טייערע ברודער, מיינע אויגן האבן געזען מיינע נישט לעבעדיגע ברודער, מיינע אויערן האבן געהערט דאס שרעקעדיגע שטילקייט פון טויט, מיין נאז האט געשמעקט די גערוך פון שריפת הנשמות בשעת מיין גייסט האט זיך געספראוועט איינצוזאפן אומפארשטענדליכע ציפעדיגע פאקטן, מיין הארץ איז מיר געלעמט געווארן און מיין מויל האט מיר פארראטן און נישט געלאזט זיך אויסרעדן צו א פריינט אדער צום בורא ווי א פריינט.

שטייטערהייט פראביר איך אויפעסן די רעאליטעיט אבער עס גייט נישט, איך פארנעם נישט, איך בין צו שוואך, איך פראביר מיט גוטן און בייזן אבער די פינסטערע פאקטן גייען נישט אריין אין מיין קאפ און דערשטיקן מיר.
איך זאג זיך די ווערטער "עפעס שטימט נישט", "עס קען נישט זיין", "ס'וועט נאך ארויסקומען עפעס א גוטע נייעס", אבער שעפעלע טייערע דאס איז דאס, פאקט איז פאקט, לוויה נאך לוויה קומט שוין פאר און טרערן גיסן און די געסער.

גאר שווערע טעג פון ווייטאג און אויפגעגעסנקייט, איינזאמקייט און אויפברויז, שאקירונג און שווערע אנטויש, האבן נאכגעפאלגט.
מוטלאז און פארצווייפלט, הארץ אויפעסענישן און זעלבסט באשולדיגונג, אומווילן אנצוגיין, דעפרעסיע און אראפגעקלאפטע שטימונג, איז נאר א טייל מיט וואס איך האב זיך געספראוועט אן די כוחות הנפש אנצוגיין.

האסט געמיינט די ווייסט וואס מיינט א טראגעדיע? טרעפט אייך א נייע ווארט צו באשרייבן א פלוצלינגדיגן אומקום פון א אינגערמאן מיט א שטוב פון קינדער. האסט געמיינט די ווייסט וואס מיינט א אומגליק? נו טרעפט אייך א נייע ווארט צו באשרייבן דאס אומקום פון צוויי יונגע ברודער און די זעלבע טאג.
עס איז נישט פאר אייך צו פארשטיין, און דאס איז נישט עפעס וואס קען ארויסגעברענגט ווערן אויף פאפיר. אלע ווערטער פון שוידער און אנגסט זענען אונטערגעשאצט. זען און שפירן פארניכטונג און פולן זין פון ווארט איז נישט עפעס וואס קילט זיך אויס איבערנאכט.

די קלימאקס פון דערשטיקונג איז געווען ל"ג בעומר אינדערפרי אין די צייט וואס איך בין געגאנגען צוריקגעבן מיין געדינגענע קאר פאר די קאמפאני. שטייענדיג ביים טישל ווי מען ענדיגט אפ די קאנטראקט האבן מיינע אויערן דערגרייכט א שמועס פון צוויי אומווערדיגע מוידן וואס האבן זיך געוויצלט איבערן אומגליק אויפן חשבון פון די פאמיליע געליטענע, הערנדיג אזאנס האט א קנויל זיך געשטעלט און מיין האלז און דערמיט פארזיגלט מיין לאגע.

איך האב דאן אפגעמאכט אז זינט די איבעלעבעניש איז צו שווער פאר מיר, און בפרט נאכן נישט האבן באקומען די ריכטיגע אנווייזונגען און נישט האבנדיג ערפארונג ווי אזוי צו לעבן דערמיט, וועל איך פשוט פארמעקן די געשיכטע פון מיין געדענק ארט! עס וועט מיר נישט אנגיין צו מען פארשטייט מיר, עס וועט מיר נישט אנגיין וואס די נייעס זאגט און ווי אזוי מענטשן רעאגירן דערצו, אזוי אויך גייט מיר נישט אן ווער ס'איז דארט געווען און וואס ער האט געזעהן. אין איין ווארט, אנטלויפן! ווי טיפער אוועקשטופן און באהאלטן די געפילן זיי זאלן מיר נישט באדראען, נישט טראכטן, נישט זעהן, און נישט וואוסן!.

אבער די מענטשליכע מח ארבייט נישט פונקט אזוי, טראומא און שרעק איז עפעס וואס באנעמט די מענטשהייט אפגעזעהן און די סארט מענטש.

פאלגנדיג זענען א טייל פון די רעזולטאטן פון דערשטיקן און נישט ארויפברענגען די געפילן.

הערנדיג מיין 3 יעריגער זיסקייט זיך צוזינגען "באא יוחאי" מיט א לעכטיגע חן, האב איך שנעל פארדרייט צו אן אנדערע ניגון מיטן טענה אז ער קען נישט גוט דעם ניגון.
גייענדיג צו א חתונה וואס האט זיך געפונען דארט א קלארינעט שפילער (גאר א פאפולערע אינסטרומענט און די מירון'ער אטמאספערע) האב איך נישט געקענט זיך מיטפרייען, און דאס אנגעהאנגן און די שפילער וואס טויגט נישט.
זעהענדיג א נייעס'ל אדער אויסגאבע וואס באציהט זיך צו מירון אדער ל"ג בעומר האט דאס מיר ארויפגעברענגט קאשמארן און ווייטאג.
שוין אפגערעדט הערנדיג סירענעס אדער נאר זעהן די זק"א לאגא, און אזוי ווייטער און ווייטער וואס איך קען נישט מאריך זיין.

ליידער האבן נאך אומגליקן נאכגעפאלגט דעם ל"ג בעומר, און נישט וואוסנדיג ווי אזוי זיך אומצוגיין האט דאס נאך מער פארשטערקערט די זיגל אויף מיין הארץ.
איך האב געוואוסט אז איך האב א פראבלעם אבער נישט געהאט די כוחות עס צו ברענגען צו א ענדע, און די ווייטאגן האבן געשמיסן און פנים אויף א ענדלאזן פארנעם.

זעלבסט פארשטענדליך אז דאס עצם אנקום פון ל"ג בעומר איז געווען די קלימאקס פון ווי פיל איך האב געקענט אויסהאלטן, און דאן האב איך פארשטאנען אז מ'ברויך זיך אויסשמועסן.

איך האב אנגעהויבן מיט הייסע תפילות בעיקר אויף מיין אייגענעם שפראך, געלאזט די געדענקענישן און בילדער ארויף שווימען און מיר באנעמען אפילו ס'האט זייער וויי געטוהן, זיך אליין דערציילט די מעשה מיט אלע דעטאלן, אויסגעשמועסט מיט זיך די צער וואס איז איבערגעגאנגען אויף אידישע קינדער און די פאמיליעס, און אזוי ווייטער ביז צוביסלעך האב איך געשפירט ווייניגער פחד.

שרייבנדיג די שורות און נאכן אויפוויקלען די שיכטן פון מיין איבערלעבעניש האב איך אנגעהויבן פארשטיין די סיבה פון א סאך זאכן וואס האבן מיר געבאדערט אבער איך האב נישט געוואוסט פארוואס, אזוי אויך האב איך זיך דערמאנט אסאך זאכן וואס איך האב שוין געהאט פארגעסן אבער האבן נאך אלס געדריקט אין געוויסן.

די "דורכגאנג" ניגון איז דאן געווען ווי א זאלב אויף מיין אפענע וואונד.

איך גיי דיר נישט זאגן אז, דו זאלסט נישט זיין צובראכן
איך גיי דיר נישט זאגן לייג אייז, אויפן שניט וואס האט דיר צושטאכן
איך גיי דיר נישט זאגן אז, ס'וועט ווערן בעסער נאך אפאר וואכן
איך זעה דיינע אויגן נאס, און איך זע ווי דיין בלוט טוט קאכן

לאז די טרערן רינען, אבער הער נישט אויף צו גלייבן
דו וועסט גאר אויסגעפינען, ווי סאך דו קענסט דערהייבן
זיך שטארקן קומט צונוץ דיר, אויפן גאנצן לעבן
לאז יעדן איינעם חוץ דיר, אויפגעבן
וכו'

(קרעדיט: מאטי אילאוויטש)

דאס יאר ל"ג בעומר בין איך צוריקגעגאנגען צום זעלבן פלאץ ווי איך בין געשטאנען פאר א יאר און געלאזט מיינע טרערן רינען.
איך שפיר א סאך בעסער ב"ה און מיר בעטן "ומחה ה' דמעה מאת כל פנים", עס זאל זיין זיס און לעכטיג פאר אלע נפשות ישראל.

***
שכח פאר די ניקס וואס האבן מיר געגעבן די קוראזש ארויסצושרייבן די שורות און בפרט @מיאושדיגער און @קיינמאל אויפגעבן
לעצט פארראכטן דורך מיטל מזרח ווינטל אום מאנטאג מאי 23, 2022 12:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

:-(

ב"ה ס'איז דיר שוין לייכטער! והרופא לשבורי לב, ירפא ויחבוש הלבבות!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שטארק שטארק!

זאלסטו זיך נאר מער און מער שטארקען און שטארקען ומאן דיהיב חיי זאל דיר מיטגעבן די כח און מח צו איבערקומען דאס נישט פשוט'ע
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אינספרירענד
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

Wow!
אזוי אפען און צוגאסען. די אייבערשטער זאל דיר געבן די כח און מח דאס איבער צוקומען.
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

איך בין גענצליך ווערטערלאז. א טיפע שטילקייט און מיטגעפיל פארנעפלט מיינע אויגן.
א גרויסן דאנק פארן שרייבן אטא די שורות. און זאל השי"ת דיר אינגאנצן אויפרעכטן אים צו קענען דינען מתוך שמחה באמת.
עס איז נישט לייך זיך מחזק צו זיין אבער געדענק, עס איז נישט דא נאך אזא אב הרחמן ווי אונזער פאטער אין הימעל. עס איז נישט דא קיין גרעסערע רחמן ווי אונזער טאטע וואס ער האט אלעס אויספלאנירט פונקטליך ביזן לעצטל דעטאל.

זאל שוין טאקע זיין ומחה השם דמעה און מיר זאלן זוכה זיין צום ביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

גאר שטארק.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דיין שפראך איז מורא'דיג, און דיין שילדערונג איז בארירנד ביז גאר!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

@'מיטל מזרח' דיין 'ווינטל' האט מיר צוריקגעבלאזן מיט א יאר צוריק.
.............
(נישטא קיין ווערטער)
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

זאל דער אייבערשטער דיר טרייסטען!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

הרופא לשבורי לב יחבש לעצבותם
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:שטארק שטארק!

זאלסטו זיך נאר מער און מער שטארקען און שטארקען ומאן דיהיב חיי זאל דיר מיטגעבן די כח און מח צו איבערקומען דאס נישט פשוט'ע
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער שטארק. ברענגסט מיר טרערן מיטצואוויינען מיטן צרת הכלל נאכאמאל.

דער אויבערשטער זאל דיר - און אלע וואס קלאמערן זיך נאך מיט די געפילן פון יענע ביטערע מאמענטן - אויפרעכטן.
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

שכוח @מזרח ווינטל!

זייער הארציג און ווייטאגלעך!!

(אפשר דאך אביסל פון דיינע איבערלעבענישן?!)
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

wow.. וואספארא שטארקייט! און נאך ארויסצוקומען ברבים..

וואס ס'חידוש'ט מיר די מערסטע, ווי דו האסט מצליח געווען אליינס ארויסצוקריכן פון דיין באהעלטעניש אן די הילף פון א צווייטן.

זאל דיר דער אויבערשטער געבן כח איבערצוקומען אינגאנצן דיינע מיטמאכענישן.
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

אל תדאג האט געשריבן:wow.. וואספארא שטארקייט! און נאך ארויסצוקומען ברבים..

וואס ס'חידוש'ט מיר די מערסטע, ווי דו האסט מצליח געווען אליינס ארויסצוקריכן פון דיין באהעלטעניש אן די הילף פון א צווייטן.

זאל דיר דער אויבערשטער געבן כח איבערצוקומען אינגאנצן דיינע מיטמאכענישן.

שכח פאר די קאמפלימענט, גראדע האבן צוויי געטרייע ניקס מיר ארויסגעהאלפן ותשחח"ל.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אין מילים - איך האב נישט קיין ווערטער... איך בין יעצט שפראכלאז.. ווערטערלאז... אזוי זיך ארויס געבן מיטן ריכטיגע ווערטער

האטס מיר אויך יעצט מחזק געוועהן אויף א שטארקע אופן.... האסט מיר געלאזט גיסן הייסע טרערן...

ייש"כ

הרופא לשבורי לב יחבש עצבותם..... מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן בקרוב ממש... מיטן ריכטיגע נחמת ישראל אמן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

wow! וואס קען מען צולייגן?

הרופא לשבורי לב זאל טרייסטן דיר בתוך שאר עמך ישראל!

א גרויסן ייש"כ פארן מיטטיילן דיינע געפילן.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איי איי איי, וויפיל נאך מענטשן דרייען זיך ארום ווי שאטענס אן דעם וואס מיר ארומיגע ווייסן פון.

יישר כח פארן אונז ערלויבן צו לעזן אייערע רויע געפילן אזוי אין דער אפן, עס איז א חיזוק פאר מיר און איך בין זיכער פאר פילע אנדערע.

איך מוז זאגן, דו האסט עפעס אויסטערלישע כוחות הנפש אין דיר. צו קענען אזוי טיף אריינגריבלן און דערקענען וואס דו שפירסט איז בכלל נישט וואס רוב מענטשן קענען באווייזן, קודאס.

דער פון אויבן זאל דיר ווייטער שענקן די כוחות צו קענען זיך שטארקן און אינספערירן אנדערע.

שכוח נאכאמאל.
לייקוס
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

די אויבערשטער זאל אייך טרייסטען!
טוה א טובה פאר דיך און פון אלע ארומיגע און גיי פאר טראומא טעראפי.
די אויבערשטער האט מגלה געווען גרויסע גילוים און דיע פעלד פון טראומא טעראפי ,וויאזוי זיך צו פארמעסטען מיט די שאק און אנגסט וואס נעמט איבער די גאנצע מענטש.
אויב דארפט איהר מער אינפארמעישען קאנטעקט מיר און אישי.
מענטשען פארשטייען נישט אמאל וואס מיינט עמאושען דיפעקט.
איעדער פארשטייט אז ווען א פיס צוברעכט זיך גייט מען זיך היילען,און ווען א קאפ צוהאקט זיך גייט מען און שפיטאל.
גייסטישע דיפעקטען זעעט מען נישט בפומבי,סאיז אבער אסאך ערגער,סשטעלט אפ די גאנצע מענטשען פון זיין לעבען,אסאך ערגער וואו א צוהאקטע פיס.
איך בין וואונטש אייך איהר זאלט טרעפען א פאסיגע טראומה ספעצילעסט וואס זאל אייך קענען העלפען בסייעתא דשמיא ארויסצוגיין און דיעלען מיט די שרעקליכע טראומא וואס איהר זענט אריבער.
אוועטאר
גרויסע פראפעסאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 20, 2022 9:04 am
לאקאציע: אוניווערסיטעט

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע פראפעסאר »

טראכט אריין וויפיל צענדליגע טויזענטער יודן בעיקר פון ארץ ישראל אבער אויך פון חוץ לארץ וואס זענען געווען דארט בשעת מעשה און וואס זענען נישט געווען אין מירון, משפחה מיטגלידער און ווילד פרעמדע וואס זענען אין טראומא. יא יעדער וואס האט עס געזען (טויזענטער יודן) איז אין טראומא. קיינער קען נישט זאגן איך בין שטערקער פון מיין געפילן.
מ'זאל וויסן אז מ'דארף רעדן צו איינעם מ'מיז! זייטס נישט קיין אויבער חכמים ס'שאדט פארן געזונט און פארן נפש. אין פון דא איז די קריאה פאר יעדעם פון צווישן אונז עס באדערט ענק עפעס? באהאלטס עס נישט נאר רעדס צו איינעם! איך האב באהאלטן מיין געפילן פאר דרייסיג יאר און זאכן זענען נאר געווארן ערגער און ערגער!
פרבירטס אויך צו מאכן ענקערע קינדער רעדן! זיי וועלן וואקסן אסאך בעסער און שענער! אמן.
די גרויסע פראפעסאר
אלע אשכולות פון די גרויסע פראפעסאר: דריק דא
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

לייקוס האט געשריבן:די אויבערשטער זאל אייך טרייסטען!
טוה א טובה פאר דיך און פון אלע ארומיגע און גיי פאר טראומא טעראפי.
אנטשולדיגט פארן אייך באדערן...
די אויבערשטער האט מגלה געווען גרויסע גילוים און דיע פעלד פון טראומא טעראפי ,וויאזוי זיך צו פארמעסטען מיט די שאק און אנגסט וואס נעמט איבער די גאנצע מענטש.
אויב דארפט איהר מער אינפארמעישען קאנטעקט מיר און אישי.
מענטשען פארשטייען נישט אמאל וואס מיינט עמאושען דיפעקט.
איעדער פארשטייט אז ווען א פיס צוברעכט זיך גייט מען זיך היילען,און ווען א קאפ צוהאקט זיך גייט מען און שפיטאל.
גייסטישע דיפעקטען זעעט מען נישט בפומבי,סאיז אבער אסאך ערגער,סשטעלט אפ די גאנצע מענטשען פון זיין לעבען,אסאך ערגער וואו א צוהאקטע פיס.
איך בין וואונטש אייך איהר זאלט טרעפען א פאסיגע טראומה ספעצילעסט וואס זאל אייך קענען העלפען בסייעתא דשמיא ארויסצוגיין און דיעלען מיט די שרעקליכע טראומא וואס איהר זענט אריבער.
א שכח פאר די אויפריכטיגע ווערטער.

גרויסע פראפעסאר האט געשריבן:טראכט אריין וויפיל צענדליגע טויזענטער יודן בעיקר פון ארץ ישראל אבער אויך פון חוץ לארץ וואס זענען געווען דארט בשעת מעשה און וואס זענען נישט געווען אין מירון, משפחה מיטגלידער און ווילד פרעמדע וואס זענען אין טראומא. יא יעדער וואס האט עס געזען (טויזענטער יודן) איז אין טראומא. קיינער קען נישט זאגן איך בין שטערקער פון מיין געפילן.
מ'זאל וויסן אז מ'דארף רעדן צו איינעם מ'מיז! זייטס נישט קיין אויבער חכמים ס'שאדט פארן געזונט און פארן נפש. אין פון דא איז די קריאה פאר יעדעם פון צווישן אונז עס באדערט ענק עפעס? באהאלטס עס נישט נאר רעדס צו איינעם! איך האב באהאלטן מיין געפילן פאר דרייסיג יאר און זאכן זענען נאר געווארן ערגער און ערגער!
פרבירטס אויך צו מאכן ענקערע קינדער רעדן! זיי וועלן וואקסן אסאך בעסער און שענער! אמן.
די גרויסע פראפעסאר

אמת אמת, עס איז באוואוסט אז אלע הצלה מעמבערס וואס האבן אנטייל גענומען אין די הצלת נפשות האבן געמוזט גיין פאר טעראפי.
אזוי אויך איז געווען ציגעשטעלט פראגראמען פאר אלע וואס האבן געדארפט הילף.
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

יאנאש האט געשריבן:איי איי איי, וויפיל נאך מענטשן דרייען זיך ארום ווי שאטענס אן דעם וואס מיר ארומיגע ווייסן פון.

יישר כח פארן אונז ערלויבן צו לעזן אייערע רויע געפילן אזוי אין דער אפן, עס איז א חיזוק פאר מיר און איך בין זיכער פאר פילע אנדערע.

איך מוז זאגן, דו האסט עפעס אויסטערלישע כוחות הנפש אין דיר. צו קענען אזוי טיף אריינגריבלן און דערקענען וואס דו שפירסט איז בכלל נישט וואס רוב מענטשן קענען באווייזן, קודאס.

דער פון אויבן זאל דיר ווייטער שענקן די כוחות צו קענען זיך שטארקן און אינספערירן אנדערע.

שכוח נאכאמאל.

שכח פאר אייך.
עס דערפרייט אז די ווערטער האבן דערגרייכט דעם ציל.
לייקוס
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: הושענא נפש מבהלה - מיינע איבערלעבענישן נאכפאלגנדיג מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
לייקוס האט געשריבן:די אויבערשטער זאל אייך טרייסטען!
טוה א טובה פאר דיך און פון אלע ארומיגע און גיי פאר טראומא טעראפי.
אנטשולדיגט פארן אייך באדערן...
די אויבערשטער האט מגלה געווען גרויסע גילוים און דיע פעלד פון טראומא טעראפי ,וויאזוי זיך צו פארמעסטען מיט די שאק און אנגסט וואס נעמט איבער די גאנצע מענטש.
אויב דארפט איהר מער אינפארמעישען קאנטעקט מיר און אישי.
מענטשען פארשטייען נישט אמאל וואס מיינט עמאושען דיפעקט.
איעדער פארשטייט אז ווען א פיס צוברעכט זיך גייט מען זיך היילען,און ווען א קאפ צוהאקט זיך גייט מען און שפיטאל.
גייסטישע דיפעקטען זעעט מען נישט בפומבי,סאיז אבער אסאך ערגער,סשטעלט אפ די גאנצע מענטשען פון זיין לעבען,אסאך ערגער וואו א צוהאקטע פיס.
איך בין וואונטש אייך איהר זאלט טרעפען א פאסיגע טראומה ספעצילעסט וואס זאל אייך קענען העלפען בסייעתא דשמיא ארויסצוגיין און דיעלען מיט די שרעקליכע טראומא וואס איהר זענט אריבער.
א שכח פאר די אויפריכטיגע ווערטער.

אנטשולדיגט כאב יעצט הערשט באמערקט אייער ריספאנס
אנטשולדיגט פארען ערשטען פראז,
כאב גארנישט פערזענדליך געמיינט,זייענדיג איינער וואס איז שוין אוכט אריבער פארשידענע טראומעס,ווייס איך אז אנדערע ארומיגע האבען אוכט מיט געליטען מיט מיר,בעקיפין ושלא בעקיפין.זייענדיג אונטערען טראומא שאדען האב איך נישט געקענט טוהן מיינע חיובים והשתדלות
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”