דער פיליבאסטער

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שרייבער
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 1:01 pm

דער פיליבאסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייבער »

דער פיליבאסטער

א בליק אויף דער מאכטפולסטער וואפן פון דער מינאריטעט אינעם אמעריקאנעם סענאט

אין די לעצטערע יארן הערט מען מער און מער רעדן פון דעם 'פיליבאסטער', הויפטזעכליך הערט מען עס ווען דער פיליבאסטער ווערט מער און מער באזייטיגט צוליב די פאליטישע גרידלאק וואס הערשט אין וואשינגטאן, ווען די צוויי פאליטישע פארטייען קענען זיך שווערליך פאראייניגן אויף סיי וואס, און דער פארטיי וועלכע איז די מאיאריטעט וועט פראבירן צו באזייטיגן דעם פיליבאסטער ווי מער, כדי צו קענען דורכפירן זייער אגענדע.
אונז וועלן מיר כאפן א בליק אויף די היסטאריע פון דעם פיליבאסטער, און אויף די פילע טוישונגען וואס עס איז אריבער דורכאויס די יארן.


וואס איז דאס א 'פיליבאסטער?'

צום ערשט וועלן מיר אויסשמועסן וואס עס איז דער 'פיליבאסטער', וויאזוי עס ווערט באנוצט, און וויאזוי עס אפעקטירט דעם סענאט אין אמעריקע.
יעדע סארט געזעץ קען אדורכגעפירט ווערן אינעם סענאט מיט 51 שטימען. דאס הייסט, אויב א מערהייט פון די 100 סענאטארן שטימען אין שטיצע פון דעם געזעץ. אבער דער סענאט האט אויך א געזעץ, אז בעפאר מען שטימט אויף א געזעץ דארף מען עס דעבאטירן, און כדי עס צו קענען אויפברענגען פאר אן אפשטימונג, דארף זיין אן אפשטימונג אז מען ענדיגט די דעבאטע, און איינמאל די דעבאטע איז געענדיגט קען מען אנהייבן א פראצעדור צו עס ברענגען צו אן ענדגילטיגע אפשטימונג.
א פיליבאסטער באדייט אז איינס אדער עטליכע סענאטארן האבן געטון שריט נישט צו לאזן ענדיגן די דעבאטע, וואס דורכאויס די יארן האט זיך דער אופן וויאזוי זיי האבן בלאקירט דאס ענדיגן די דעבאטע זיך געטוישט כסדר, אבער דער סך הכל איז געווען אז זיי האבן נישט געלאזט ברענגען די ענדע פון די דעבאטע פאר אן אפשטימונג, וואס דאס האט געמיינט אז דער ביל קען נישט אויפגעברענגט ווערן.
דאס הייסט א 'פיליבאסטער', אן אופן וויאזוי דאס ענדיגן די דעבאטע ווערט בלאקירט, און אזוי מאכט עס אוממעגליך פארן סענאט צו שטימען אויף א געזעץ.
פון די צווייטע זייט איז די פארטיי וועלכע איז אין קאנטראל פונעם סענאט, ערלויבט צו טוישן די געזעצן פונעם סענאט לויט זייער געשמאק, מיט א פשוט'ע מערהייט פון 51 שטימען, וואס דער געזעץ געבט די מעגליכקייט פאר די פארטיי אין די פירערשאפט צו עלימינירן דער פיליבאסטער ווען זיי זעען פאר נויטיג. - אבער דאס איז עפעס וואס פארטיי-פירער זוכן נישט צו טון אפט, ווייל זיי ווייסן אז קיינער בלייבט נישט אלעמאל ביי דער מאכט, און אויב דער פיליבאסטער וועט עלימינירט ווערן וועט עס זיי מאכן פראבלעמען איינמאל זיי וועלן זיין אין די מינאריטעט.


דער פיליבאסטער דורכאויס די יארן

דורכאויס די יארן האבן סענאט פירער געמאכט פארשידענע טוישונגען אין דער סדר וויאזוי א פיליבאסטער קען ווערן אפגעשטעלט, און וויאזוי עס קען בכלל פארקומען. די מערסטע טוישונגען זענען געווען אין די לעצטע עטוואס איבער 100 יאר, ווייל בעפאר דעם פלעגט עס זייער זעלטן גענוצט ווערן.
אין יאר 1917 האט דער סענאט געזוכט צו באשטעטיגן א געזעץ אין צוזאמענהאנג מיט די ערשטע וועלט-מלחמה, וועלכע איז דאן אנגעגאנגען, אין וואס אמעריקע איז געווען שטארק פארמישט, און א רייע סענאטארן וועלכע זענען געווען קעגן די מלחמה' האבן פראבירט צו בלאקירן די געזעץ פון דורכגיין.
דאן האט דער סענאט באשטעטיגט א געזעץ, אז אויב א צוויי-דריטל פון די סענאטארן וועלכע שטימען, זענען גרייט צו שטימען צו פאראויסגיין מיט אן אפשטימונג צו ענדיגן די דעבאטע, קען דאס איבערדרייען א פיליבאסטער.
אין יאר 1949 האט דער סענאט געמאכט נאך שווערער דאס אפשטעלן א פיליבאסטער, דורכן באשטימען אז עס דארף זיין צוויי-דריטל פון אלע 100 סענאטארן וואס זאלן שטימען עס צו אפשטעלן, ארויס פון די צוויי-דריטל סענאטארן וואס ווילן שטימען, וואס עס איז געווען דער געזעץ אינעם סענאט ביז דאן.
אין יענע אלע יארן האט אן איינצלנער סענאטאר נאר געקענט אפהאלטן אן אפשטימונג אויף א געזעץ אויב ער האט גערעדט די גאנצע צייט, און מיט דעם בלאקירט דער ביל פון אריבערגיין, אויב זענען געווען עטליכע סענאטארן ביינאזאם וועלכע האבן געוואלט בלאקירן דעם געזעץ, האבן זיי געקענט רעדן ווילאנג זיי האבן געוואלט, און אזוי בלאקירן דעם ביל.
געווענליך ווען עטליכע סענאטארן האבן גערעדט צו אנהאלטן א גאר לאנגע פיליבאסטער, און נישט אויפגעבן ווילאנג מען געבט זיי נישט נאך, האט די סענאט פירערשאפט אויפגעגעבן צו דורכפירן דער ביל, ווייל זיי האבן ליבערשט געוואלט קענען אנגיין מיט די ארבעט פונעם סענאט אויף אנדערע געזעצן, וואס בשעת א פיליבאסטער איז אלעס גענצליך בלאקירט.
אבער ווען זיי האבן געהאט צוויי-דריטל פון די סענאטארן אין שטיצע פון דער געזעץ, האבן זיי געקענט אפשטעלן דעם פיליבאסטער, און פאראויסגיין מיטן דורכפירן דער געזעץ.
ווען אן איינצלנער סענאטאר האט דורכגעפירט א פיליבאסטער איז עס געווענליך געווען בלויז סימבאליש, ווייל ווילאנג קען דען איין סענאטאר רעדן? דורכאויס די יארן ווען איינצלנע סענאטארן האבן דורכגעפירט פיליבאסטערס, האבן זיי גערעדט פאר לאנגע שעות, ווילאנג זיי האבן געקענט, ביז זיי האבן מער נישט געהאט קיין כח, און אויפגעגעבן דעם פיליבאסטער.
טראץ וואס די סענאטארן האבן געוואוסט ביים אנהייב אז זיי וועלן נישט קענען רעדן אויף אייביג, איז עס אבער געווען א סימבאלישע וועג צו צייגן ווי שטארק מען איז קעגן דעם ביל.
דורכאויס די 10 יאר פון 1949 ביז 1959 איז פארגעקומען עטליכע פון די לענגסטע פיליבאסטערס דורך איינצלנע סענאטארן, אריינגערעכנט ווען א סענאטאר האט אין 1953 גערעדט פאר איבער 22 שעה, זיך קעגנשטעלנדיג א געוויסע געזעץ. א רעקארד איז געבראכן געווארן בלויז עטליכע יאר דערויף, אין יאר 1957, ווען א דעמאקראטישער סענאטאר האט גערעדט פאר איבער 24 שעה, זיך קעגנשטעלנדיג א ציווילע-רעכטן געזעץ, וועלכע וואלט געגעבן מער רעכטן פאר שווארצע.
די גרויסע טויש אינעם פיליבאסטער אין די 1970'יגער יארן

אין יאר 1970 האט די דעמאקראטישע פירערשאפט פונעם סענאט זיך דערזען מיט א פראבלעם, אז אזויווי דורכאויס די 1960'יגער יארן ווען א רייע ציווילע רעכטן געזעצן זענען אריבער, זענען כסדר פארגעקומען פיליבאסטערס, און יעדע פיליבאסטער האט גענצליך אפגעשטעלט דעם סענאט ביז דער פיליבאסטער איז געווען פארביי, און דאס האט געמיינט אז אסאך טעג פון ארבעט איז געגאנגען לטמיון צוליב דעם.
איז מען דאן אויפגעקומען מיט א מהלך, אז א פיליבאסטער קען אנגיין אפילו ווען מען רעדט נישט, נאר א סענאטאר מעלדט איין אז ער פיליבאסטערט א ביל, וועט מען נישט ענדיגן דעבאטע ווילאנג ער געבט נישט אויף זיין פיליבאסטער, און אין די צייט וואס דער פיליבאסטער גייט אן וועט די סענאט ווייטער אנגיין מיט די ארבעט אויף אנדערע געזעצן.
אין אנדערע ווערטער האט דאס געמיינט אז א סענאטאר קען איינמעלדן אז ער הייבט אן א פיליבאסטער, און פשוט אהיימגיין שלאפן, און דער פיליבאסטער וועט ווייטער אנגיין, ביז... דער סענאט וועט האבן א צוויי-דריטל צו אפשטעלן דעם פיליבאסטער.
דער נייער אפמאך האט פון איין זייט פארגרינגערט צו אנגיין מיט די ארבעט בשעת עס איז דא א פיליבאסטער, וואס דאס האט געמיינט אז דער סענאט האט געהעריג געארבעט טעגליך, און גארנישט האט עס נישט אפגעשטעלט, אבער פון די צווייטע זייט האט עס געמיינט אז עס איז געווארן זייער גרינג צו דורכפירן א פיליבאסטער, און יעדע צווייטע געזעץ וואס איז נישט געפאלן פאר א גרעסערע גרופע סענאטארן איז געווארן פיליבאסטערט, און עס איז געגאנגען שלאפן.
דאס האט געברענגט אן ערנסטע פראבלעם פאר די פארטיי וועלכע איז געווען אין קאנטראל פונעם סענאט, ווייל אויב האבן זיי נישט געהאט קיין צוויי-דריטל שטיצע פונעם סענאט, וואס דאס מיינט א שיינע צאל פון די סענאטארן פון די אנדערע פארטיי, האבן זיי ממש גארנישט געקענט אריבערפירן.
נאך עטליכע יאר זיך מוטשענען מיט דעם פראבלעם, האט דער סענאט אין יאר 1975, ווידעראמאל געטוישט די רעגולאציעס, אז כדי צו קענען אפשטעלן א פיליבאסטער און ענדיגן די דעבאטע, דארף מען נאר האבן 60 סענאטארן, וואס אזא צאל איז מער מעגליך צו האבן אויף געווענליכע געזעצן.
אט די רעגולאציעס איבער דער פיליבאסטער איז שוין פארבליבן ביז היינט.
די נוקלעארע אפציע

אין יאר 2005 אונטער פרעזידענט בוש דער צווייטער, האבן דעמאקראטן נישט געלאזט באשטעטיגן א רייע ריכטער וועמען פרעזידענט בוש האט נאמינירט, און די רעפאבליקאנער האבן דאן באטראכט א רייע אפציעס וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, אריינגערעכנט די מעגליכקייט צו אפשאפן דער פיליבאסטער פאר פרעזידענטליכע נאמינאציעס צום געריכט.
דער טענה פון די רעפאבליקאנער איז געווען, אז דער קאנסטיטוציע געבט די רעכט פארן פרעזידענט צו נאמינירן ריכטער, איז פארוואס זאלן עטליכע סענאטארן קענען אוועקנעמען דעם רעכט פון דעם פרעזידענט.
אויף א געזעץ וואס דער סענאט דארף באשטעטיגן איז פארשטענדליך אז מען דארף האבן א פיליבאסטער, ווייל מען דארף זיך רעכענען מיט די מיינונג פון סענאטארן, אבער אויף די נאמינאציעס פון ריכטער איז עס דער רעכט פון דעם פרעזידענטס, און נישט פון דער סענאט.
איינער פון די רעפאבליקאנע סענאטארן האט דאן באצייכנט דער געדאנק אלס דער 'נוקלעארע אפציע', און זינט דאן ווערט יעדע פריוו אדער רעדע איבער אפשאפן די פיליבאסטער איבער סיי וואס, גערופן 'די נוקלעארע אפציע'.
למעשה איז דאן אויסגעארבעט געווארן אן אפמאך צווישן ביידע זייטן, און דער פיליבאסטער איז געבליבן אין פלאץ פאר פרעזידענטליכע נאמינאציעס פאר ריכטער.
אין יאר 2010 ווען פרעזידענט אבאמא איז געווען אין אמט, און דאסמאל האבן רעפאבליקאנער בלאקירט דעמאקראטישע ריכטער נאמינאציעס, האט זיך פון פריש געעפנט די דעבאטע איבער גיין נוקלעאר - דאס הייסט מבטל זיין דעם פיליבאסטער - אויף פרעזידענטליכע נאמינאציעס פאר ריכטער.
דער דעבאטע איז פריש אויפגעברענגט געווארן אין יאר 2013, ווען רעפאבליקאנער האבן דאן אויפגעהאלטן מערערע נאמינאציעס מיט די טענה אז די ריכטער זענען צו לינק גענויגט, און זענען נישט פאסיג צו דינען אויפן געריכט.
די דעמאקראטן האבן דאן מחליט געווען צו גיין נוקלעאר, און אראפגענומען דעם פיליבאסטער פון נאמינאציעס צום געריכט, וואס דאס האט געמיינט אז נאמינאציעס האבן געקענט באשטעטיגט ווערן מיט א בלויזע מערהייט. עפעס וואס האלט אן ביז היינט.
רעפאבליקאנער האבן דאן געדראעט אז די דעמאקראטן ברעכן מיט דעם א שעדליכע פרעצעדענט, און עס וועט זיי נאך איין טאג צוריקקומען בייסן, ווען רעפאבליקאנער וועלן טון ענליך.
אין יאר 2017 ווען פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט זיין ערשטער ריכטער צום העכסטן געריכט, און דעמאקראטן האבן קלארגעשטעלט אז זיי זענען אין קיין שום פאל נישט מסכים צו שטימען פאר דעם ריכטער, דאן האבן רעפאבליקאנער מקיים געווען דאס וואס זיי האבן געווארנט עטליכע יאר פריער, און זענען געגאנגען נוקלעאר אויך אויף סופרים קאורט נאמינאציעס, און אזוי באוויזן צו באשטעטיגן דריי ריכטער דורכאויס די פרעזידענטשאפט פון פרעזידענט טראמפ.


***

איר קענט דא איבערלאזן הערות און פידבעק פארן שרייבער און מיר וועלן אים דאס שיקן.
לעצט פארראכטן דורך שרייבער אום פרייטאג מאי 20, 2022 6:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
out of the blue
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 5:53 pm

Re: דער פיליבאסטער - אויף דער מאכטפולסטער וואפן פון דער מינאריטעט אינעם אמעריקאנעם סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך out of the blue »

זייער קלאר ישר כח!!
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

זייער קלאר מסביר געווען
אזאך וואס איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: דער פיליבאסטער - אויף דער מאכטפולסטער וואפן פון דער מינאריטעט אינעם אמעריקאנעם סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שכח זייער שיין מסביר.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: דער פיליבאסטער - אויף דער מאכטפולסטער וואפן פון דער מינאריטעט אינעם אמעריקאנעם סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

איך מיין אויף קיין שום נאמינאציע בעט מען נישט קיין זעכציג זייט דעמאלטס נישט נאר אויף ריכטער, עס איז קלאר אז די ערשטע צו ברעכן דעם פאליסי זענען געווןע די דעמס, אבער די רעפאבליקענס האבן עס פארברייטערט, איך געדענק נישט ווי ווייט. די חילוקים זענען, עס איז געבליבן נאר אויף געזעצן נישט אויף נאמינאציעס און נישט אויף בודשזשעטן
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

זייער זייער שיין, גוט מסודר, און געשמאק אראפגעלייגט.

איר קענט דא איבערלאזן הערות און פידבעק פארן שרייבער און מיר וועלן אים דאס שיקן.

ביטע איבערגעבן אז ער זאל אויפהערן מיט זיין סעלפ-העיטינג, און ער וואלט עס רואיג געקענט לייגן מיט זיין ארגינעלער רעקל. (א חוץ דאס איז עפעס א פראבע/טעסט.)
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

Re: דער פיליבאסטער - אויף דער מאכטפולסטער וואפן פון דער מינאריטעט אינעם אמעריקאנעם סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער חנן »

;l;p- שיין ארויס געברענגט שכח
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: דער פיליבאסטער - אויף דער מאכטפולסטער וואפן פון דער מינאריטעט אינעם אמעריקאנעם סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

באקומען אין אישי

נייע שטאט האט געשריבן:איך מיין אויף קיין שום נאמינאציע בעט מען נישט קיין זעכציג זייט דעמאלטס נישט נאר אויף ריכטער, עס איז קלאר אז די ערשטע צו ברעכן דעם פאליסי זענען געווןע די דעמס, אבער די רעפאבליקענס האבן עס פארברייטערט, איך געדענק נישט ווי ווייט. די חילוקים זענען, עס איז געבליבן נאר אויף געזעצן נישט אויף נאמינאציעס און נישט אויף בודשזשעטן

דעמאקראטן האבן -אין 2013- עס אפגעשפאן פאר אלע פרעזידענטליכע נאמינאציעס אויסער סופרים קאורט ריכטער.

אין 2017 האבן רעפובליקאנער דאס פארברייטערט אז סופרים קאורט ריכטער נאמינאציעס קענען אויך נישט ווערן פיליבאסטערד.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: דער פיליבאסטער - אויף דער מאכטפולסטער וואפן פון דער מינאריטעט אינעם אמעריקאנעם סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

זייער הנאה געהאט!

יישר כח!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: דער פיליבאסטער - אויף דער מאכטפולסטער וואפן פון דער מינאריטעט אינעם אמעריקאנעם סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

זייער קלאר!

זאג דעם שרייבער אז ער קען מאכן א ניק. אויב ער האט נישט, אין אזוי שרייבן.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: דער פיליבאסטער - אויף דער מאכטפולסטער וואפן פון דער מינאריטעט אינעם אמעריקאנעם סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

הנאה געהאט.
יישר כוח.

איין שאלה, לויט ווי דו שרייבסט, פארוואס האבן קרוז און פאול און נאך קאנסערוואטיוון געדארפט רעדן פאר שעות ארוכות אין די אבאמא יארן?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”