דרייטצעך האט געשריבן:לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:דרייטצעך האט געשריבן:וועגן דיר האט געשריבן:און וואס איז מיט מוסדות וואס האבן געדארפט צוריקשיקן געלט פאר די שטאט פון אומאויסגעניצטע באס פראגראמען?
זייער פשוט די באס פראגראמען זענען גענצליך לימיטעד און מען דארף ווייזן פרוף פונקטליך אויף וואס מען נוצט עס - נאר די לעגאלע וועידזשעס פון דרייווערס, געז אויב נעמט מען עס ביי א קאמפעני, פאררעכטן די באסעס אויב טוט מען עס ביי א לעגאלע באדישאפ וכו'.
===
צייט צו אויפהערן מיט די נאנסענס אין דעם אשכול, רוב אדמיניסטרעטארס זענען גרייט צו ענטפערן יעדע איינציגסטע שאלה דא ווען מען קומט צו זיי עס אדורכשמועסן רואיגערהייט, און יא יעדע שאלה דא האט א תירוץ, און ניין, איך בין נישט קיין אדמיניסטרעיטאר, איך ארבעט שווער פאר פרנסה און צאל שכר לימוד.
איך גיי טרייען מער נישט צו שרייבן אין דעם אשכול, איך דערמאן מיר יעצט איינעמס חתימה, דענק איך נישט וועמענס א גוט ווארט "ווען איינער נוצט דעם קיבארד צו אויסגיסן זיין ווייטאג פרוביר איך אים נישט צו שטערן"... אבער קען זיין איך גיי מיר נישט קענען איינהאלטן...
ביזט גערעכט
אבער פארוואס זאל די מוסד נישט ארויס שיקן איינמאל א יאר א פיינענשעל סטעיטמענט פאר די עלטערן / שותפים אינעם מוסד?
זאל אלע הוצאות שטיין דעטאלירט
אזוי שנעל זיך צו ברעכן? אבער נאך דאס.
זאג מיר, דיין גראסערי לייגט אויך ארויס זייער פיינענשעל סטעיטמענטס? אפשר אויך דיין פיש סטאר?
יוש ביסטו זיס - דעס איז דאך די טענה דא - מוסדות איז נישט קיין פיש סטאר!!