די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

אקעי, מורי ורבותי אחים ל"מאה" מיר האבן בעזר הבורא דערגרייכט דעם טיטל פון "שר מאה".
דאס מיינט:
"הונדערט" תגובות דא אויפן וועלט'ל.
"הונדערט" מאל וואס מ'האמיר געהאט די הנאה פון אריינווארפן א תגובה דא.
"הונדערט" מאל וואס מ'האמיר געלאזט הערן מיין דעה.
אבער ביז יעצט מילא... ווער ביסטו? נאך איינער וואס פרובירט צו האבן די מייק אין האנט.... נו...
אבער אכשר דרא....
מיר זענען א שר מאה...! אשר על כן ווער ס'האט די מאה, האט די דעה
(וכן להיפך)
וועל איך פרובירן צו צולייגן מיינע "הונדערט" צענט.

זיין נאמען ברענגט שוין ארויף פאראיבל,
זיין פרצוף מאכט מיר ברעכן, זיין נומבער אויפן טעלעפאן איידי איז עפעס אזאנס מיאוס, אין אוודאי ווען ס'קומט אויס איך זאל אין אים אריין באמפן, ה"י אויף קיין שום איד געוואונטשן...
וויפיל איך פרוביר צו שטיין פון די פארשוין ווייט, פרובירט ער פי כמה צו זיכער מאכן אז איך שטויס מיך אן אין אים,
יא ברוך השם רוב מאל געלונגט עס מיר אבער די פאר מאל וואס נישט.... אך אין וויי פאר מיר אין מיין הויז-געזונד.

איך רעד דא פון די אינגערמאן וואס אונז אלע טרעף מיר אן ביי שמחות פון די משפחה ער זיצט דארט נעבן מיין חשובן זיידן אויפן אויבנאן מער באקאנט מיטן געשמאקן צונאמען הנקרא "עלטער-פעטער"...

יא גוט צוגעטראפן די גאר גאר ב'טעמט'ע געשמאקע פעטער זאל געזונט זיין,
וואס האט דיר געגעבן א פופציגער ביי דיין חתונה, דער וואס אינטערעסירט זיך אייביג וואס דו מאכסט אין וויאזוי די שלום בית גייט וכו' וכו'.....

איי ער געדענקט נאך דעם זיידן וואס איך הייס נאך אים יו... די זכרונות....
איי ווי נעמט מען צוריק די צייטן...

א רגע דיין שווער לייגט פרעשור אויף דיך? שיסט ער ארויס אזא בחנט'ן פראגע...
בקיצור אונזער אלעמען באקאנטן נערווינדע עלטער-פעטער..
אזוי שמועסנדיג מיט אזא געשמאק דערמאנט ער זיך ווען איך נאך אלס קינד ווי קיו"ט איך בין געווען ממש פונקט ווי זיין אייניקל וואס טראגט אויך די נאמען פונעם זיידן זכרונו לברכה.

שוין.
מ'ה יצא הדבר, אט דער פעטער האט פונקט היינט געפילט פאר וויכטיג מיר צו טרעפן צו מיין שלעכט מזל,
אין איך טרעף מיך פנים אל פנים מיטן פעטער אליינס בכבודו ובעצמו אויפן וועג אהיים פון שול היינט אינדערפרי נאכן דאווענען, אין די שמועס איז צוגעגאנגען בערך אזוי:

עלטער פעטער: אה א גוט שבת! (מיט אזא שבח תנועה. .) די ביסט משה יענקלס אן נייניקל?
איך: יא,
ע"פ: יאסל'ס א זוהן?
איך: יא,
ע"פ: שיין, שוין לאנג נישט געזען... נו וויאזוי גייט עס עפעס?
איך: ברוך השם מ'קען זיך נישט אפרעדן,
ע"פ: קוק נאר אן די יונגווארג ער האלט שוין ביי א מצב פון זיך נישט אפרעדן, יונגערמאן די ווייסט וויאזוי עס פלעגט אויסקוקן אמאל נישט פאר צו לאנג צוריק אביסל נאך וואס איך האב חתונה געהאט מיט די מומע תחי' די ווייסט וויאזוי זי הייסט? פרעגט ער מיין פיר יעריג'ס כאילו ער האט דא א חידה פונעם יאר הונדערט...
איך: ער האט דאך אזוי סאך עלטער מומעס קע"ה פון וואו זאל ער געדענקן אלע?
ע"פ: וואס הייסט וואלט געפאסט זאלסט מיט אים דורכגיין אלע מומעס (אין פעטערס פארשטייט זיך...) די נעמען פונקטליך וויאזוי ער איז א נעפיו,
איך: גערעכט, אבער די פעטער דארף פארשטיין ס'דאך היינט א וועלט פון..
ע"פ: האסטע... גייט מיר די טראטשאק אויסלערנען וואס מ'דארף פארשטיין.
איך: די פעטער זאל מיר מוחל זיין אבער ער איז דאך סך הכל אינגאנצן פיר א האלב יאר כ'מיין וואס קען מען שוין פארלאנגען פון אים,
ע"פ: (שוין מיט א שטרענגע טאן) כ'ווייס נישט אבער איך אין זיינע יארן... אוי האמיר געהארעוועט
איך: שוין נייע צייטן וואס קען מען טוהן.
ע"פ: יא יא, דאס איז מיין פראבלעם שוין גיימיר די לאקשן קוגל איז שוין באלד אויסגעקילט, אפשר קומסטו ארויף קידוש מאכן? ווייסט ווי די מומע העט זיך פרייען...
איך: (אך נאר נישט דעיס פליז....)
אמ... כ'האב נאך א קידוש צו צוגיין,
פרוביר איך א וועג ארויס...
ע"פ: שוין, נישט איז נישט העל מיר נישט האבן די זכיה.. גוט שבת! גוט שבת!
איך: הא...
גוט שבת (נישט) צום ווידערזעהן

איך געזעגן מיך אפ פון אים מיט א הייסע תפילה אז ביים קומענדיגע שמחה זאל ער נישט האבן קיין שום שליטה אויף מיר.
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

אין יעצט....
דאס איז מיין תגובה נאמבער "הונדערט"...
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

גוט גוט!!
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

:lol: :lol: :lol:

נישט געוואוסט אונז שערן א פעטער…
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

האסטעך יא א זיסער עלטער פעטער...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

כ'האב שוין אזא אלטע חקירה, דער עלטער פעטער איז אויך אזוי 'געשמאק' פאר זיינע אייניקלעך?

בעסער געפרעגט, מיין חשובער באליבטער זיידע איז אין מיינע ערשט-פארוקטע קאזינס' אויגן אויך א 'געשמאקע-עלטער-פעטער'???.....
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

:grin: :grin: :grin: ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

פיין געוועהן יישר כח
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:
זייער גוט!!
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

מעיקרה איז נישט געווען אין פלאן סזאל פארן מיט א המשך אבער שוין.. זאל שוין מיטגיין

איז אזוי.

דער אלעמען באקאנטן הידוע ל'געשמאק, ווען ער איז אין די גוסטע פון שמועסן בנוגע די יחוס חלק איז ממש א פעי"ן וואס ס'איז אומבאשרייבאר,
דער הייבט אן פארן פון איין זיידן צום צווייטן ארויף למעלה למעלה מיט אלע מחותנים אינצווישן, אזש דער איר-נעפיו וואס ווערט צוקראכט ווען ער רעדט דערפון איז ממש א ליידיגייער,
דער קען רעדן פון דעים נושא אויף טויזנט מייל א שעה אומ-אפשטעלבאר, איך זאג ענק גלייבטס מיר..
און ווען ענדליך ער ענדיגט, הייבט זיך אן די בחינה הגדולה.

נאכדערצו ווען ער געט אזא ווארף אריין א געשמאקען סטעיטמענט בנוגע עפעס א מעשה פון מיין זיידע אינדערהיים.... אוי גיסט זיך געשמאקייט.

כ'דערמאן זיך יעצט איינמאל ווער ער האט חתונה געמאכט א אייניקל,
פארשטייט זיך 'איש-בל-יעדער' אלע נעפיו'ס פון אלע פופצן זייטן האבן געמוזט אנטיילנעמען אינעם שמחה, הלמאי, ער איז דאך א 'עלטער-פעטער'.
בקיצור, האט זיך געמאכט אז איך בין געקומען גלייך פון ארבעט, אין פארשטייט זיך אז מיינע שבת'דיגע בגדים האב איך פארגעסן אינדערהיים,
נישט וויסנדיג וואס צו טוהן האב איך מחליט געווען אז איך נעם די ריסק אין איך גיי אריין וואכענדיג,
קום איך אריין דארט, האפענדיג אז ער זאל נישט כאפן פונקטליך וואס ווען וואו,
אין וואס מיינסטו...
נאך פאר כ'האב געהאט א שאנס צו טועם זיין עפעס,
איז דער חכם צוגעשפרינגען צו מיר ווי א קאץ צו א מויז אין מיט אזא שיעור עיון חידוש קשיא געט ער א פרעג,
העי... דיין בעקיטשע איז ביים קלינערס? (פארגעס נישט ער איז געשמאק.)
איך זעה גלייך אין וועלעכע גוסטע ער איז,
פרוביר איך מיין מזל אין איך ענטפער צוריק,
וואנעט האב איך געדארפט וויסן אז די פעטער האט זיך געקויפט נייע ברילן?
נישט קיין תירוץ שיסט ער צוריק.
שוין איז נישט,
איך גיב אפ מזל טוב פאר די מחותנים אין איך שפאציר מיר אהיים,
ויהי ערב ויהי בוקר, איך פארגעס פון וואס איז געווען אין א גוטן טאג.

אבער וואס מיינסטו.....
דער וויל דאך ווייזן אז ער ליידט נישט אויף אלצהיימער'ס דארפן מיר אלע ליידן....
בערך זיבן וואכן שפעטער האט מיין זיידע חתונה געמאכט א אייניקל אין איך קום אן דארט (פארשטייט זיך שבתדיג בין איך געווען)
און כ'האב שיעור נישט געכאפט א הארץ אטאקע....
דער שטייט און צענטער פון זאל בתקפו,
זיינע אויגן זענען אנגעשטעלט אויפן טיר און ער ס'קענט יעדן איינעם וואס וואקט אריין,
ווי נאר איך שפאציר אריין פליעט ער צו צו מיר אין געט א געשריי...
זעהסט כ'האב געוואוסט!
איך שטיי דארט פאררויטליך איך טריי מיך צו דערמאנען וואס ווייסט ער..?
ער לאזט מיך נישט ווארטן צו לאנג אין זאגט, כ'האב געוואוסט אז צו דיין זיידעס שמחות קומסטו יא שבתדיג....
אוי רבונו דעלמא הדין ווי געדענקט ער אזויפיל שטותים??
איך ענטפער אזוי שטיל,
ווייסט דאך כ'קען עס נישט טוען צו מיין זיידן.
יא, איך פארשטיי דען נישט?! פרעגט ער מיר צוריק.
קומענדיגע מאל זאלסטו בעסער געדענקן! לייגט ער אראפ א ווארענונג.
פיין.
עס ליגט מיר אזוי אין די ביינער אז איך דארף טראכטן צוויי מאל פאר איך גיי צו א צווייטע קאזינס חתונה.
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

שלמה מולכו האט געשריבן::lol: :lol: :lol:

נישט געוואוסט אונז שערן א פעטער…

יא יא.. ער וואוינט אפשר און אלט ווילאמסבורג...?
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

אלטער האט געשריבן:האסטעך יא א זיסער עלטער פעטער...

זיס ווי פוטער אין ווייעך ווי צוקער
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן:כ'האב שוין אזא אלטע חקירה, דער עלטער פעטער איז אויך אזוי 'געשמאק' פאר זיינע אייניקלעך?

בעסער געפרעגט, מיין חשובער באליבטער זיידע איז אין מיינע ערשט-פארוקטע קאזינס' אויגן אויך א 'געשמאקע-עלטער-פעטער'???.....

אפשר בין איך גאר דער וואס שרייבט דאס אויף דיין חשוב'ן באליבטן זיידן מיין עלטער-פעטער??
אוועטאר
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

כבוד הרב HOWIS, איר זאגט גאר גוט!!

פאלטס אריין דא מער אפטער, און פארשטייט זיך אביסעלע קריטיק, נעקסט טיים טריי צו גיין אויף פאזעטיוו.
:lol: :? :lol:
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
אוועטאר
אבי דוד
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2022 5:52 pm

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי דוד »

אוי וויי איך האב מורא אז מיין זיידע איז דיין פעטער...
-c:o -c:o -c:o -c:o -c:o -c:o -c:o -c:o
דא האט איר וואס ספעלט איר קענט דאס לייגן וואו איר ווילט לויט אייער געשמאק
,,,,,,,,,,,,,,,,,,,................."""""""""""""""???????????????????!!!!!!!!!!!!!!!
ומגביה שפלים
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 11:06 pm

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ומגביה שפלים »

אבי דוד האט געשריבן:אוי וויי איך האב מורא אז מיין זיידע איז דיין פעטער...
-c:o -c:o -c:o -c:o -c:o -c:o -c:o -c:o

כאב אויך אזוי מורא,

ער האט אפשר א ווייסע בארד?
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

שלמה מולכו האט געשריבן::lol: :lol: :lol:

נישט געוואוסט אונז שערן א פעטער…

:lol: :lol: :lol:
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
שטיין ביין
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 4:25 pm

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין ביין »

יא יא ווארט נאר ווארט ביז דו וועסט זיין די עלטער פעטער די זעלבע זאך וועט זיין . כמיין איז עס אין די צייט ווען מען גלייכט בארשט
דו דארפט טון וואס פאר דיר געפעלט. וועסטו געוועלטיגן אויף דער וועלט....
אוועטאר
עלטעפעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:31 am

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלטעפעטער »

HOWIS!!! אזוי מיך אפצופאטשען אין פובליק :evil: :evil: :evil: ווארט נאר ווארט אויפ'ן קומענדיגן באגעגענישט!!!
למשל האט געשריבן:
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!
איך בין נישט דא צו זאגן מיין מיינונג, נאר צו הערן, פארשטיין, און אפשר אננעמען, דיינס. זאגן מיינס, איז א מיטל דיר צו מאכן זאגן דיינס.
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

עלטעפעטער האט געשריבן:HOWIS!!! אזוי מיך אפצופאטשען אין פובליק :evil: :evil: :evil: ווארט נאר ווארט אויפ'ן קומענדיגן באגעגענישט!!!

אויוויי..... נישט געוואוסט אז איר האט עקסעס צו אייוועלט.... נעם דיר צוריק דיין פופציגער אין לאמיר במנוחה....
(סמיינסטו האסטע מיר נישט געטראפן די שבת? איך בין געגאנגען פון א צווייטע וועג...)
אוועטאר
עלטעפעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:31 am

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלטעפעטער »

How Is Your Day האט געשריבן:

על ראשון ראשון... קודם כל נישט נאר א פופציגער האב איך אינוועסטירט און דיר... פון די סעט מאור עינים וואס מ'האט געדרוקט נאך אין די ניינצן זעכציגער יארן וואס איך האב דיר געגעבן ביי דיין בר מצווה האסטו שוין פארגעסן??? און ווער וואלט געזאגט ברכה אחריתי ביי דיין חופה ווען נישט מיר???
זארג זיך נישט פאר מיר... 1)איך וועל נאך טרעפן די וועג וואס דו גייסט שבת 2)און דו מיינסט טאקע אז איך האב נישט געטראפן קיינער פון דיינע קוזינס??? 3)חוץ פון דעים איט"ס יא"ר לאס"ס!!!
און איבער די צוויי פעסטע השמצה בריוון וועט מען מוזן אריינמישן די עלטעמומעס!!!
למשל האט געשריבן:
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!
איך בין נישט דא צו זאגן מיין מיינונג, נאר צו הערן, פארשטיין, און אפשר אננעמען, דיינס. זאגן מיינס, איז א מיטל דיר צו מאכן זאגן דיינס.
אוועטאר
עלטעפעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:31 am

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלטעפעטער »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
#קי"פ אי"ט קאמינ"ג
מיר ווילן דיר זעהן דא מער אפט...
למשל האט געשריבן:
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!
איך בין נישט דא צו זאגן מיין מיינונג, נאר צו הערן, פארשטיין, און אפשר אננעמען, דיינס. זאגן מיינס, איז א מיטל דיר צו מאכן זאגן דיינס.
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

עלטעפעטער האט געשריבן:
How Is Your Day האט געשריבן:
עלטעפעטער האט געשריבן:HOWIS!!! אזוי מיך אפצופאטשען אין פובליק :evil: :evil: :evil: ווארט נאר ווארט אויפ'ן קומענדיגן באגעגענישט!!!

און איבער די צוויי פעסטע השמצה בריוון וועט מען מוזן אריינמישן די עלטעמומעס!!!

מיין קאפ שווינדלט מיר נאך פון די סטראשע,
מיין אויגן דרייען זיך רינגס ארום,
מיינע פיס ווארפן זיך פון שרעק.....
דער לייגט סאנקציעס!!!
ער גייט אריינמישן די "עלטער-מומע" ירום הודה...!

מיין בונקער איז רעדי אריינפליען דארט ווען די סיירענס פון מיין היים טעלעפאון גייט זיך צעקלינגען, אין אויף די אנדערע זייט גייט זיין די עלטער מומע,
יוש איז דאס שרעקעדיג.... איך גיי צוגיין צום טעלעפאון ווי א האן צום שחיטה אין זי גייט זיך נעמען שרייען אין שעלטן כל מיני קללות ויללות מיט אלע נעמען פון באבעס אין זיידעס למעלה למעלה,
זי גייט מיך באוואשן פון העכער מיין שטריימל ביז אונטער מיין קנעכל,
איך ציטטטטטטטער....

שיק איר א הייסע גריס זי זאל זיך אפבריען איר צונג אין נישט קענען רעדן צו מיר.
ש'כח
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

אינטערסאנט ווי אין יעדע משפחה איז דא איין זיסע פעטער, דער וואס וועט אלעמאל אנטוען די שטריימל פאר די בחור וואס איז נעקסט וכדומה
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: די געשמאקייט פונעם עלטער-פעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

How Is Your Day האט געשריבן:
עלטעפעטער האט געשריבן:
How Is Your Day האט געשריבן:
עלטעפעטער האט געשריבן:HOWIS!!! אזוי מיך אפצופאטשען אין פובליק :evil: :evil: :evil: ווארט נאר ווארט אויפ'ן קומענדיגן באגעגענישט!!!

און איבער די צוויי פעסטע השמצה בריוון וועט מען מוזן אריינמישן די עלטעמומעס!!!

מיין קאפ שווינדלט מיר נאך פון די סטראשע,
מיין אויגן דרייען זיך רינגס ארום,
מיינע פיס ווארפן זיך פון שרעק.....
דער לייגט סאנקציעס!!!
ער גייט אריינמישן די "עלטער-מומע" ירום הודה...!

מיין בונקער איז רעדי אריינפליען דארט ווען די סיירענס פון מיין היים טעלעפאון גייט זיך צעקלינגען, אין אויף די אנדערע זייט גייט זיין די עלטער מומע,
יוש איז דאס שרעקעדיג.... איך גיי צוגיין צום טעלעפאון ווי א האן צום שחיטה אין זי גייט זיך נעמען שרייען אין שעלטן כל מיני קללות ויללות מיט אלע נעמען פון באבעס אין זיידעס למעלה למעלה,
זי גייט מיך באוואשן פון העכער מיין שטריימל ביז אונטער מיין קנעכל,
איך ציטטטטטטטער....

שיק איר א הייסע גריס זי זאל זיך אפבריען איר צונג אין נישט קענען רעדן צו מיר.
ש'כח

צוקאש :lol:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”