וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

chicken
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 10:11 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך chicken »

לפי עניות דעתי האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:די איינציגסטע און ווירקזאמסטע עצה איז, אויב יעדער גייט אנהייבן קויפן די ביליגערע אייטעמס און ברענדס. דאס גייט צווינגען די קאמפעניס צו אדווערטיייזן אלס "ביליגסטע בארשט" ווי איידער אלס בעסטע, און צו מאכן מער סעילס. דאס גייט מאכן אז נייע קאמפעניס ווייסן אז זיי קענען מצליח זיין דורך ביליגערע פרייזן, און די גרויסע קאמפעניס וועלן מוזן מאכן אפטער סעילס... ס'קען ברענגען א קייט רעאקציע פון ביליגערע פראדוקטן, אויב מ'וועט מאכן א מעכטיגע אווערנעס קאמפיין צו קויפן ביליגערע פראדוקטן.

א פערזענליכע משל. פרייטאג האב איך געקויפט טשולענט בונדלעך. איין קאמפעני (מערסט באקאנטע) איז געווען 2.15 אן אנדערע קאמפעני איז געווען 1.79 און אן אנדערע קאמפעני 1.49! אויב יעדער גייט אנהייבן צו קוקן פרייזן און קויפן די ביליגסטע, נישט וואס מ'רעדט זיך איין אז ס'איז בעסער, גייט קומען א רעוואלוציע.

נישטא קיין פרייזן, און דאס איז א גרעסערע עולה ווי די פרייז העכערונגען..

ברוך שכוונתי
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

תגובה דורך חסד השם »

ר' אייזיק זאגט א שטארקע געדאנק!
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

chicken האט געשריבן:איך האב אנגעהויבען צו קוקן אויף קאמפעני ברענדס, אין איך שפאר זיך אסאך.... איך ווייס נישט צו מ'מעג ארויסשרייבן ברבים....
אבער יעדער קען פאר זעך אליין קוקן ....
אין רוב זאכן! אויב נישט אלע! איז בכלל נישט דא קיין שום חילוק נישט אין טעם אין נישט אין גארנעשט נאר אין פרייז
סאיז סתם גניבה וגזילה!!!

נישט ממש אזוי, זייער אסאך זאכן איז יא דא א חילוק און קוואליטי אדער טעם פון איין קאעמפעני צום צווייטען, אבער ווי יצחק אייזיק זאגט מדארף מאכן א ווינט יעדער זאל קויפן אלע אייטעמס די ביליגסטע קאמפעני אויף די מארקעט

Potus האט געשריבן:כהאב נישט געקאט א ספעציעלע זאך פשוט ווען כגיי אין גראסערי קוק איך אויף פרייזן

פארוואס? סתם זיך מצער זיין? אויב קאטסטו במילא גארנישט דען פארוואס קוקן פרייזן?

אוועטאר
גפת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 4:41 pm

תגובה דורך גפת »

chicken האט געשריבן:

דארף מען מאכן אז אלע אייטימ'ס זאלן האבן פרייזן אזוי ווי די צייטונג'ען אזוי וועט נישט איין גראסרי קענען בעטן מער ווי די צווייטע
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

חסד השם האט געשריבן:
chicken האט געשריבן:איך האב אנגעהויבען צו קוקן אויף קאמפעני ברענדס, אין איך שפאר זיך אסאך.... איך ווייס נישט צו מ'מעג ארויסשרייבן ברבים....
אבער יעדער קען פאר זעך אליין קוקן ....
אין רוב זאכן! אויב נישט אלע! איז בכלל נישט דא קיין שום חילוק נישט אין טעם אין נישט אין גארנעשט נאר אין פרייז
סאיז סתם גניבה וגזילה!!!

נישט ממש אזוי, זייער אסאך זאכן איז יא דא א חילוק און קוואליטי אדער טעם פון איין קאעמפעני צום צווייטען, אבער ווי יצחק אייזיק זאגט מדארף מאכן א ווינט יעדער זאל קויפן אלע אייטעמס די ביליגסטע קאמפעני אויף די מארקעט

אפילו ס'איז יא דא א חילוק, איז עס נישט עפעס וואס מ'קויפט אויף צום האלטן. ווען איינער קויפן פארניטשער פארשטיי איך אז ער זוכט די בעסטע קוואליטעט, אבער עסן קומט און גייט. ווי שלעכט קען עס שוין זיין?...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

תגובה דורך בלייב געזונט »

אויפגעהערט קויפן דער איד

יעצט זיץ איך אויפן קאוטש שבת נאכמיטאג און איך קלאץ... איינער האט מיר א אלטערנעטיוו?
איך פלעג עס נישט קויפן ממש צום ליינען, ס'איז מער א בחינה פון דאס גייט מיט מיטן גראסערי ארדער, מען מישט דורך די בלעטער... אבער יעצט קען איך מיר נישט פועלן צו צאלן זעקס דאלאר פאר די פריוועליגיע..., לעצטע מאל האמיר דאס געקויפט אויף פסח

איינער האט מיר עפעס אנדערש צו מישן בלעטער אין א לאנגע שבת נאכמיטאג אדער פרייטאג צונאכטס ביז א שעה נאכן זמן...?
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

חסד השם האט געשריבן:
Potus האט געשריבן:כהאב נישט געקאט א ספעציעלע זאך פשוט ווען כגיי אין גראסערי קוק איך אויף פרייזן

פארוואס? סתם זיך מצער זיין? אויב קאטסטו במילא גארנישט דען פארוואס קוקן פרייזן?

ער מיינט צו זאגן אז ער האט נישט געשניטן קיין פראדוקטן, ער קויפט נישט ווייניגער, אבער ער זוכט יא צו שניידן פרייזן
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

בלייב געזונט האט געשריבן:אויפגעהערט קויפן דער איד

יעצט זיץ איך אויפן קאוטש שבת נאכמיטאג און איך קלאץ... איינער האט מיר א אלטערנעטיוו?
איך פלעג עס נישט קויפן ממש צום ליינען, ס'איז מער א בחינה פון דאס גייט מיט מיטן גראסערי ארדער, מען מישט דורך די בלעטער... אבער יעצט קען איך מיר נישט פועלן צו צאלן זעקס דאלאר פאר די פריוועליגיע..., לעצטע מאל האמיר דאס געקויפט אויף פסח

איינער האט מיר עפעס אנדערש צו מישן בלעטער אין א לאנגע שבת נאכמיטאג אדער פרייטאג צונאכטס ביז א שעה נאכן זמן...?

דארפסט זאגן וועלכע איידיע ווייל באלד קומט א ליסטע פון ספרים וואס די קענסט ניצן
לעצט פארראכטן דורך shimon7323 אום זונטאג מאי 15, 2022 10:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
chicken
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 10:11 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך chicken »

חסד השם האט געשריבן:
chicken האט געשריבן:איך האב אנגעהויבען צו קוקן אויף קאמפעני ברענדס, אין איך שפאר זיך אסאך.... איך ווייס נישט צו מ'מעג ארויסשרייבן ברבים....
אבער יעדער קען פאר זעך אליין קוקן ....
אין רוב זאכן! אויב נישט אלע! איז בכלל נישט דא קיין שום חילוק נישט אין טעם אין נישט אין גארנעשט נאר אין פרייז
סאיז סתם גניבה וגזילה!!!

נישט ממש אזוי, זייער אסאך זאכן איז יא דא א חילוק און קוואליטי אדער טעם פון איין קאעמפעני צום צווייטען, אבער ווי יצחק אייזיק זאגט מדארף מאכן א ווינט יעדער זאל קויפן אלע אייטעמס די ביליגסטע קאמפעני אויף די מארקעט

טעם וריח אין מתווכח
אוועטאר
גפת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 4:41 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גפת »

chicken האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
chicken האט געשריבן:איך האב אנגעהויבען צו קוקן אויף קאמפעני ברענדס, אין איך שפאר זיך אסאך.... איך ווייס נישט צו מ'מעג ארויסשרייבן ברבים....
אבער יעדער קען פאר זעך אליין קוקן ....
אין רוב זאכן! אויב נישט אלע! איז בכלל נישט דא קיין שום חילוק נישט אין טעם אין נישט אין גארנעשט נאר אין פרייז
סאיז סתם גניבה וגזילה!!!

נישט ממש אזוי, זייער אסאך זאכן איז יא דא א חילוק און קוואליטי אדער טעם פון איין קאעמפעני צום צווייטען, אבער ווי יצחק אייזיק זאגט מדארף מאכן א ווינט יעדער זאל קויפן אלע אייטעמס די ביליגסטע קאמפעני אויף די מארקעט

טעם וריח אין מתווכח

אבער צו פארשימל'טע מילך דארף מען נישט פארשטיין
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
chicken האט געשריבן:איך האב אנגעהויבען צו קוקן אויף קאמפעני ברענדס, אין איך שפאר זיך אסאך.... איך ווייס נישט צו מ'מעג ארויסשרייבן ברבים....
אבער יעדער קען פאר זעך אליין קוקן ....
אין רוב זאכן! אויב נישט אלע! איז בכלל נישט דא קיין שום חילוק נישט אין טעם אין נישט אין גארנעשט נאר אין פרייז
סאיז סתם גניבה וגזילה!!!

נישט ממש אזוי, זייער אסאך זאכן איז יא דא א חילוק און קוואליטי אדער טעם פון איין קאעמפעני צום צווייטען, אבער ווי יצחק אייזיק זאגט מדארף מאכן א ווינט יעדער זאל קויפן אלע אייטעמס די ביליגסטע קאמפעני אויף די מארקעט

אפילו ס'איז יא דא א חילוק, איז עס נישט עפעס וואס מ'קויפט אויף צום האלטן. ווען איינער קויפן פארניטשער פארשטיי איך אז ער זוכט די בעסטע קוואליטעט, אבער עסן קומט און גייט. ווי שלעכט קען עס שוין זיין?...

אמת, און פארדעים האביך געשריבן אז כבין מיט דיר אז די עולם זאל אנהייבן אזוי טוען, אפילו געוויסע פראדוקטן וואלט איך סתם אזוי נישט גענומען די ביליגערע קאמפעני איז עס ווערד צו טוען פאר א שטיק צייט, צו שטעלן זאכן און פלאץ
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

chicken האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
chicken האט געשריבן:איך האב אנגעהויבען צו קוקן אויף קאמפעני ברענדס, אין איך שפאר זיך אסאך.... איך ווייס נישט צו מ'מעג ארויסשרייבן ברבים....
אבער יעדער קען פאר זעך אליין קוקן ....
אין רוב זאכן! אויב נישט אלע! איז בכלל נישט דא קיין שום חילוק נישט אין טעם אין נישט אין גארנעשט נאר אין פרייז
סאיז סתם גניבה וגזילה!!!

נישט ממש אזוי, זייער אסאך זאכן איז יא דא א חילוק און קוואליטי אדער טעם פון איין קאעמפעני צום צווייטען, אבער ווי יצחק אייזיק זאגט מדארף מאכן א ווינט יעדער זאל קויפן אלע אייטעמס די ביליגסטע קאמפעני אויף די מארקעט

טעם וריח אין מתווכח

דאס אז געוויסע קאמפעניס האלט זיך לענגער און אז די טעם און זייער אסאך מאל אנדערש, אפילו א געוויסע אינגריעדיענט איז אנדערש איז א מציאות!
על טעם וריח קענסטו זאגן ווען די טענהריי איז וועלכע קאמפעני איז בעסער, נישט אויב סאיז די זעלבע
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
י
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 01, 2007 1:29 am

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י »

דברים אלו האט געשריבן:
י האט געשריבן:צ/ק
גארנישט. וואס איך האב יא געטון אז איך האב אויפגעהערט צו קוקן פרייזן.

וויאזוי זאגט מיר מיין חבר ער זעעט נישט קיין חילוק אין געז פרייזן. ער צאלט נאכאלס א צוואנציגער יעדס מאל

איר האט פוד סטעמפס?

ניין
איך בין א ארימאן (מיטל קלאס) איך בין נישט נהנה פון די מדינה. (איך ספּענד מיין געלט לויט שיטת רשי ביצה טז ד"ה כל מזונותיו )

אין פשוטע אידיש. ביז היינט האב איך אויך געקויפט נאר וואס עס פעלט אויס. סא וואסא חילוק וויפיל עס קאסט?
מלה בסלע שתיקה בתרי
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
Potus האט געשריבן:כהאב נישט געקאט א ספעציעלע זאך פשוט ווען כגיי אין גראסערי קוק איך אויף פרייזן

פארוואס? סתם זיך מצער זיין? אויב קאטסטו במילא גארנישט דען פארוואס קוקן פרייזן?

ער מיינט צו זאגן אז ער האט נישט געשניטן קיין פראדוקטן, ער קויפט נישט ווייניגער, אבער ער זוכט יא צו שניידן פרייזן

די פוינט איז נישט אז כהאב געקאט עפעס ספעציעל פשוט כטראכט 2 מאל פארן נעמען אייזקרים וכד'
כקוק וועלעכע קאמפאני סאיז ביליגער אדער אויף סעיל
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

כזאג פאר מיין חבר אז מילך איז ארויף מיט א דאלאר ניטאמאל האט ער געוואוסט #פוד סטעמפס
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

בלייב געזונט האט געשריבן:אויפגעהערט קויפן דער איד

יעצט זיץ איך אויפן קאוטש שבת נאכמיטאג און איך קלאץ... איינער האט מיר א אלטערנעטיוו?
איך פלעג עס נישט קויפן ממש צום ליינען, ס'איז מער א בחינה פון דאס גייט מיט מיטן גראסערי ארדער, מען מישט דורך די בלעטער... אבער יעצט קען איך מיר נישט פועלן צו צאלן זעקס דאלאר פאר די פריוועליגיע..., לעצטע מאל האמיר דאס געקויפט אויף פסח

איינער האט מיר עפעס אנדערש צו מישן בלעטער אין א לאנגע שבת נאכמיטאג אדער פרייטאג צונאכטס ביז א שעה נאכן זמן...?

אפשר קויף דעם Jewish press.. כ'ווייס נישט וויאזוי זיי האלטן זיך נאך ביי 2 דאלער מסתם האבן זיי פראטעקציע ביי די פרינטינג און פאפיר קאמפעניס.
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

צק
הונדערט מאגאזין
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

בלייב געזונט האט געשריבן:אויפגעהערט קויפן דער איד

יעצט זיץ איך אויפן קאוטש שבת נאכמיטאג און איך קלאץ... איינער האט מיר א אלטערנעטיוו?
איך פלעג עס נישט קויפן ממש צום ליינען, ס'איז מער א בחינה פון דאס גייט מיט מיטן גראסערי ארדער, מען מישט דורך די בלעטער... אבער יעצט קען איך מיר נישט פועלן צו צאלן זעקס דאלאר פאר די פריוועליגיע..., לעצטע מאל האמיר דאס געקויפט אויף פסח

איינער האט מיר עפעס אנדערש צו מישן בלעטער אין א לאנגע שבת נאכמיטאג אדער פרייטאג צונאכטס ביז א שעה נאכן זמן...?

די מקראות גדולות האט פיינע ארטיקלען. ער האט גוטע שרייבערס, למשל דער רמב"ן קומט אריין קלאר יעדע וואך...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:אויפגעהערט קויפן דער איד

יעצט זיץ איך אויפן קאוטש שבת נאכמיטאג און איך קלאץ... איינער האט מיר א אלטערנעטיוו?
איך פלעג עס נישט קויפן ממש צום ליינען, ס'איז מער א בחינה פון דאס גייט מיט מיטן גראסערי ארדער, מען מישט דורך די בלעטער... אבער יעצט קען איך מיר נישט פועלן צו צאלן זעקס דאלאר פאר די פריוועליגיע..., לעצטע מאל האמיר דאס געקויפט אויף פסח

איינער האט מיר עפעס אנדערש צו מישן בלעטער אין א לאנגע שבת נאכמיטאג אדער פרייטאג צונאכטס ביז א שעה נאכן זמן...?

די מקראות גדולות האט פיינע ארטיקלען. ער האט גוטע שרייבערס, למשל דער רמב"ן קומט אריין קלאר יעדע וואך...

אבער דאס דארף איך שוין אפלערנען, איך רעד פון בלויז מישן בלעטער לשם שטופן צייט...
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:צק
הונדערט מאגאזין

:lol: :lol: :lol:
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
איתמר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איתמר »

בלייב געזונט האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:אויפגעהערט קויפן דער איד

יעצט זיץ איך אויפן קאוטש שבת נאכמיטאג און איך קלאץ... איינער האט מיר א אלטערנעטיוו?
איך פלעג עס נישט קויפן ממש צום ליינען, ס'איז מער א בחינה פון דאס גייט מיט מיטן גראסערי ארדער, מען מישט דורך די בלעטער... אבער יעצט קען איך מיר נישט פועלן צו צאלן זעקס דאלאר פאר די פריוועליגיע..., לעצטע מאל האמיר דאס געקויפט אויף פסח

איינער האט מיר עפעס אנדערש צו מישן בלעטער אין א לאנגע שבת נאכמיטאג אדער פרייטאג צונאכטס ביז א שעה נאכן זמן...?

די מקראות גדולות האט פיינע ארטיקלען. ער האט גוטע שרייבערס, למשל דער רמב"ן קומט אריין קלאר יעדע וואך...

אבער דאס דארף איך שוין אפלערנען, איך רעד פון בלויז מישן בלעטער לשם שטופן צייט...

נעם די איד וואס האסט געקויפן פסח און מיש עס דורך יעדע וואך......
:lol: :lol: :lol:
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

טשעירמאן האט געשריבן:רבותי זייט כהאב אפגעמאכט צו 'גיין' גרין און לאזן די קאר זיך אפרוען איז מיר געווארן סאך רואיגער, אמת טאקע די וועג נעמט מיר לענגער צו גיין, אבער איך דארף כמעט נישט סטאפען ביי א רויט לייט, קיינאיינער האט מיך נאכנישט אריינגעקאט, און איך דארף נישט שטיין און ווארטען אינטער א חדר באס, אןו ווער רעדט נאך מיינע פיס טראגן מיך -הודו לשם- פון טיר צו טיר און איך דארף נישט זוכען פארקינג אדער זיך דערמאנען וואו כהאב געפארקט מיין קאר..

איר וואוינט נישט אין ווילי.....
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

חסד השם האט געשריבן:
chicken האט געשריבן:איך האב אנגעהויבען צו קוקן אויף קאמפעני ברענדס, אין איך שפאר זיך אסאך.... איך ווייס נישט צו מ'מעג ארויסשרייבן ברבים....
אבער יעדער קען פאר זעך אליין קוקן ....
אין רוב זאכן! אויב נישט אלע! איז בכלל נישט דא קיין שום חילוק נישט אין טעם אין נישט אין גארנעשט נאר אין פרייז
סאיז סתם גניבה וגזילה!!!

נישט ממש אזוי, זייער אסאך זאכן איז יא דא א חילוק און קוואליטי אדער טעם פון איין קאעמפעני צום צווייטען, אבער ווי יצחק אייזיק זאגט מדארף מאכן א ווינט יעדער זאל קויפן אלע אייטעמס די ביליגסטע קאמפעני אויף די מארקעט

כ'האב געקוקט עפל דזשוס, איז דא עטליכע קאמפעניס צווישן 2.99 ביז 3.79 - דאס איז קודם כל.
דאן איז דא איין פאר 4.99 וואס איז בלויז "זאפט פון עפל", אן קיין צוגעלייגטע קאנצעטראציע וכדומה - וואס איז אינגאנצן א צווייטע קאטעגאריע.

אויך פלעסטיק קאפס איז דא צווישן 1.79 (אמאל איז געווען .99 אדער כאטש 1.29) ביז ארום 3 דאלער.
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: וואס האט איר אויפגעהערט קויפן לאור די אבנארמאלע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

ישכר בעריש האט געשריבן:
ישכר בעריש האט געשריבן:איינער געדענקט וויפל סהאט געקאסט א פוטער נאך פארן קריג?

פארן קריג מיינעך פאר corona
היינט איז עס אין די געגענט פון זיבן דאלער
יא זיבן דאלאר די זעהסט גוט
ניין קען זיין סאיז שוין נאך טייערער פסח האט עס געהאלטן ביי די פרייז

פאריגן דאנערשטאג אין מיין גראסערי,
מהדרין 5.69
'הטוב' 4.99
האמיר עס געקויפט, פארזוכט, קיין שום חילוק אין טעם, געשפארט 1.60
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”