ערב שבת חנוכה דיסארדער...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

ערב שבת חנוכה דיסארדער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ערב שבת חזון נאכמיטאג, בין איך געגאנען מקיים זיין וואס דער מחבר זאגט ירחץ פניו ידיו ורגליו, אין די לאקאלע מקוה אין די הרי הקעטסקילס, באלד ביים טיר האט מיר אנטפאנגען א מודעה מיטן לעדער העד פון אונזער קאנטרי קהילה, אז דעם שבת חזון ערב תשעה באב צופרי וועט מען זיך שטעלן דאווענען שחרית 8:50,

איך פרעג באלד, צען צו ניין? וואסי?, באלד האבן זיך געלאזט א געזעמל מיט מענטשן מיט ברייטע הסבירים אז אזויווי מ'דארף נאך עסן מילעכיג פאר די שקיעה בערך 10 מינוט נאך אכט, מוז מען דאווענען פריער, איך הייב אן צו פרעגן, איך פארשטיי נישט ווילאנג נעמט צו עסן, א שעה?, גוט לאמיר געבן א שעה צום עסן, קען מען דאך אנהייבן עסן 10 מינוט נאך זיבן, אויב רעכנט מען גאנצע 6 שעה, פון עסן פליישיג מוז מען האבן אפגעגעסן 10 מינוט נאך 1, נו דערפאר דארף מען דאווענען 8:50 ?, אפגערעדט אז ווען מ'שלאפט צווישן פליישיג און מילעכיג מוז מען נישט האבן קיין גאנצע 6 שעה, (ויש לפלפל הרבה בזה)

די אנטווארט אז געוועהן איין זאך, כ'ווייס נישט מ'דארף עסן מילעכיג פריער און שוין, כ'האט מיר דערזעהן מיט אידן וואס האבן צו טון מיט די נערווען, זייער אסאך מענטשן זענען אזוי אז ווען עפעס גייט אנדערשט אינעם סדר היום ווי געווענדליך ווערן זיי משוגע, זיי האבן ממש א דיסארדער...

למשל, ערב שבת חנוכה, (יעצט פארשטייסטו שוין דעם קעפל?) א גרויס פראצענט עולם, ווערט שוין פאריקט צופרי ביים דאווענען, ער יאגט נערוועזערהייט דעם בעל תפלה, וואס הייסט ס'איז ערב שבת חנוכה מ'דארף צינדן די מנורה ס'אישפעט, א האלבע שעה נאך חצות איז די מקוה געפאקט, וואס הייסט ס'איז ערב שבת חנוכה מ'דארף צינדן די מנורה ס'אישפעט, ווער ס'שטייט אים אין וועג כאפט אריין ס'איז ערב שבת חנוכה, מ'דארף צינדן די מנורה ס'אישפעט..., א רגע, לאמיר פארשטיין, ווילאנג נעמט צוגרייטן א מנורה, און ווילאנג נעמט צינדן א מנורה, 5 מינוט 10 מינוט, 15 מינוט, גוט כ'וועל דיר געבן 20 מינוט, צו וואס ווערסטו משוגע ערב שבת חנוכה?, אלא מאי דו האסט א דיסארדער..., א ערב שבת חנוכה דיסארדער..., וואס ווען עפעס גייט אנדערשט אין סדר היום ווערט מען נערוועז...,

דער ערב שבת חנוכה דיסארדער קלאפט אויס נישט דוקא ערב שבת חנוכה, נאר אויך אנדערע זמנים אזא איינער ווערט אויך ערב יו"כ גאר מסוכן, באמת איז דער ערב יו"כ א טאג וואס מ'טוט נישט גארנישט, אבער פארן בעל ה'ערב שבת חנוכה דיסארדער איז דאס געפערליך ווייל אלעס גייט אנדערשט ווי נארמאל, מ'שטייט אויף פארטאג'ס מ'שלאגט כפרות, מ'עסט 1 אדער 2 סעדות, מ'דאוונט מנחה פרי א אנדרע מין מנחה ווי געווענדליך, ער דארף זיך געזעגענען פון די עלטערן – זיידעס, טראגן מחזורים אין שול, וואס באמת איז דאס נישט אזא שווערן סדר היום, אבער וויבאלד גארנישט איז נישט נארמאל ווי געווענדליך, ווערט אונזער בעך הדיסארדער זייער צורודערט, אויסער וואס קומט נאך צו די אמת'ע פחד ואימת הדין וואס יעדער יוד האט ערב יו"כ.

ערב פסח איז אויך גאר א שווערע זמן פאר איינער וואס ליידט אויף ערב שבת חנוכה דיסארדער, ערב פסח איז פאר רוב מענער נישטא קיין סאך וואס צו טון, מ'שטייט אויף פארטאג'ס מ'עסט חמץ, מ'פיצט די ציין, מ'פארברענט דעם חמץ, (אין קאך לאזט מען אים נישט אריין), מ'גייט אויף פיקן די מצות, און......., גארנישט, מיט דעם אלעם, אפי' דער בעל ה'ערב שבת חנוכה דיסארדער זאל טאקע נאר האבן אזא סדר היום ערב פסח ותו לא, וועט ער זיין גאר אנגעצויגן, ווייל דער טאג איז אנדערשט ווי געווענדליך, מוז דאווענט פרי, מוז עסן חמץ, מוז פיצן די ציין, מוז פארברענען חמץ, מוז אויףפיקן די מצות, מוז זיך אראפ לייגן שלאפן....

דעריבער וועט א ערב שבת חנוכה דיסארדער ליינדער שוין פון פריער זיך וועלן באקוועמער מאכן און אראפ נעמען דעם שווערן עול פון די אנגעצויגענע טעג וואס גייט אנדערשט ווי נארמאל, למשל ערב שבת חנוכה גופא, וועט ער טאקע דאווענען פרי, גיין פרי אין מקוה, און אנגרייטן די מנורה ליל שישי, אלעס כדי אז דער שווערן סדר היום זאל לייכטער ווערן, ווי אויך סתם א טאג וואס ער ווייסט אז ס'גייט זיין אנדערשט, למשל זיין טאטע מאכט חתונה, וועט ער שוין א וואך פריער אלעס ערלעדיגן אז יענעם טאג זאל זיין במנוחה, א נאכט פאר ערב יו"כ וועט ער שוין טראגן די מחזורים אין שול, צום גדלי' וועט ער שלאגן כפרות, און 2 טעג פאר יו"כ וועט ער זיך געזעגענען פון די זיידעס,

און וואס נאך?, איינער וואס ליידט אויף ערב שבת חנוכה דיסארדער, וועט הענגען א צעטל ערב שבת חזון ערב תשעה באב אז שחרית דאוונט מען 8:50.......
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך לייד אויף אזא שאצער דיסארדער, ווען איך זעה זיינס אן ארטיקל הייב איך אן שוויצן 'סי'שאץ', איך דאווען אפ סי'שאץ, איך טראג אפ די קינות'ער אין שול סי'שאץ, איך פארק מיין קאר שיעף סי'שאץ, עפעס אזא בעל דיסארדער סי'שאץ.

כאפסט? דער שאצער רב זא געזונט זיין נעמט א תמימות'דיגער צעטל און שלאגט דערמיט קאפיטאל ביז ערב שבת חנוכה, די בעלי דיסארדער זאלן כאפען די מעסעזש באצייטנס ווייל אז נישט קומט איינס ער"ח אלול מיט די יוכ"ק דיסארדער, נאכאיינס א אחות קטנה'לע דיסארדער פאר ערב ר"ה, א תשובה-ראשאוער פאר ערב שבת שובה, ווער רעדט פון די קורצע סליחות פון מחר יהי' האות הזה וואס איז ספעשל דיזיינט פאר די כפרה-שלעגער דיסארדער, ווארטס מיט שפאנונג פאר די קיישעלעך-קניפער וואס שטייען אויף פרי ערב סוכות אדער די קינדל-פרעסער פון הושע"ר.

סטעי-טונד טו די שאצער בראדקעסט.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שאצ'ל, כ'וויל דיך נישט צו שטארק דערפרייען אין תשעה באב, סאו זאגעכדער פלעין א קליינע יישר כח. נהניתי.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

וויאזוי מעג מען אזוינס טון אום טישעבאף? כ'וועל מיך דארפן איינהאלטן פון ליינען ביז שבת חנוכה... דעמאלטס האב איך צייט...
An article a day keeps the babies away
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

שאצל דעם שכוח העסטו באקומען אום מוצאי.

באנונז אין סמעדערש האט מען געדאווענט רעגולע 9:30 ברכות, זאגט מיר א אינגערמאן אז די רעבעצען זאגט אים, אלץ מוז ענקער סמעדרעש זיין אויבער חכמים די גאנצע שטאט דאווענט פרי ווייל........? וואס הייסט... טשיז לאקשען קוגל........ פונקט עטץ מוזט דאווענען געהעריג.

בד"וו איך האב געהאט מילכיגס אזוי אויך ביז איבערן קאפ.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יא יא, אונזער קאנטרי האט נישט אויסגעמיטן דעם ערב-שבת-חזון סינדראם פון עסן מילביגס (סארי, מילכיגס איז שוין אויסגעגאנגען אין די 9 זאטע טעג) פאר די 9 שלינגעס ביי די מזוזה. און פרעג נישט וואס האט פאסירט יעצט ביי מנחה, א יונגערמאן איז שיער צוזאמגעפאלן אין חלשות, און מען האט זיך געכאפט אז ער האט געמאכט די 9 שלינגן ביי א טיר וואס איז נישט מחויב במזוזה לויט אלע דיעות (דא האסטו נאך א שיטת השילוב פון חזון מיט די חנוכה ליכט).

מען האט זיך געשטעלט דאווענען 9:30, אנדערש ווי יעדע וואך וואס מען שטעלט זיך צענע. די פלא איז געווען אז די וואס קומען יעדע וואך אן ארום האלב עלף, זענען די וואך אנגעקומען פונקט צענע. איך האב זיי געוואלט פרעגן אויב זיי ליידן אויף נשמת, ווייל עפעס אנדערש האט זיך נישט געריקט די וואך פון אלע פריערדיגע וואכן.

היינט איז אויך געווען א גאנצע טומעל ווען מען זאל זיך שטעלן. די בעסערע לייט האבן פארלאנגט צענע ברכות, די כלומר-פרומע עולם האט געוואלט דאווענען פאר סוף זמן תפילה. למעשה האבן די אומבאקוועמע געלעגערס (מיט די שטיינער להמחמירים, אן די קושענעס להמקילים) ארויסגעשטויסן די נאך-טשאלנט'יגע מעגענער (אויך א ווארט וואס איז ערפינדן געווארן דעם באטע-צונאכטס דורך א פאר'ששק'עטען אברך) ארום 7 אזייגער. קאלט איז געווען ווי אין סיביר, און אנע ווארימע קאווע אדער מקוה זיך צו ווארימען די ביינער, האט מען זיך בלית ברירה אריינגעפעקלט אין שוהל און געאטעמט פארע איינער אויפן צווייטן. למעשה האט מען זיך געשטעלט צענע זייגער הודו, און די בעסערע לייט זענען אנגעקומען צו קוש (לאו דוקא, ווייל ת"ב קושט מען נישט די ציצית).

פאר איך גיי מעריב'ן, א יישר כח פאר שאץ-מאץ, דיין ארטיקל איז א שטיק אמת, ואין חכם כבעל הנסיון: איך בין פון די יעניגע וואס גרייטן אן די מנורה יעדן טאג ביי מיטאג, צו קענען צינדן אין די ערשטע האלבע שטונדע. ערב שבת חנוכה איז עס שוין גרייט ביי פרישטאג.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ישר כח שאץ'ל מאצ'ל פאר דיינץ'ל ארטיק'ל.


גאר גוט צולייגט דעם סינדראם. נעקסטע חודש וועט אין מעלות זיין א אפהאנדלונג דערוועגן..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שאץ מאץ האט געשריבן:איך פרעג באלד, צען צו ניין? וואסי?, באלד האבן זיך געלאזט א געזעמל מיט מענטשן מיט ברייטע הסבירים אז אזויווי מ'דארף נאך עסן מילעכיג פאר די שקיעה בערך 10 מינוט נאך אכט, מוז מען דאווענען פריער, איך הייב אן צו פרעגן, איך פארשטיי נישט ווילאנג נעמט צו עסן, א שעה?, גוט לאמיר געבן א שעה צום עסן, קען מען דאך אנהייבן עסן 10 מינוט נאך זיבן, אויב רעכנט מען גאנצע 6 שעה, פון עסן פליישיג מוז מען האבן אפגעגעסן 10 מינוט נאך 1, נו דערפאר דארף מען דאווענען 8:50 ?, אפגערעדט אז ווען מ'שלאפט צווישן פליישיג און מילעכיג מוז מען נישט האבן קיין גאנצע 6 שעה, (ויש לפלפל הרבה בזה)

די אנטווארט אז געוועהן איין זאך, כ'ווייס נישט מ'דארף עסן מילעכיג פריער און שוין,
יאך ווייס נישט פון אוואו זיי נעמען דאס, אין זידיטשויב קאמארנא והנמשכים אחריהם ספינקא, קאסאן, טאהש עסט מען ביי שלש סעודות פלייש, און ביי אונז האט מען טאקע אריינגעריקט בשר בהמה אזוי מיט רינענדיגע שמאלץ כדבעי למיהוי און ווי פארשטענדליך דאס איז חוץ די טשאלענט פון צופרי.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35240
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב משאץ,

איך האב נישט קיין ווערטער, דו צולייגסט מיך אויף קליין געלט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שאצער רבי, פאר דיר האב איך ניטאמאל קיין ווערטער. יעדע פיצי זאך וואס דו טרעפסט אן, פארברענסטו מיט דיינע אויגן, כ'מיין מיט דיין פענע. אז כ'וועל וועלן איינעם אפטון, וועל איך אים שיקן בארגן א קוואדער פון דיר... דו וועסט זיכער מאכן א ברייטל פון אים...

מיללער, כ'ווייס נישט וואספארא היתר דו האסט צו מאכן לאכן דעם עולם אום תשעה באב. איין תירוץ קענסטו ענטפערן פאר די רבי, אז שאצי האט אנגעהויבן...

קרעמער, דיינע תגובות בלייבן ווייטער "וואן אף עי קיינד". קיינער קען דאס נישט נאכמאכן.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שוין ווייטער איז עס דער שאצ'ל! וואס דען? ווער האט איר געמיינט קען דאס זיין אויב נישט ער?

דיינע ארטיקלן מיט זייער אייגענארטיגן חן האט נישט זייער'ס גלייכן, און צוגאב צו די טעמע'ס ווא די טרעפסט אויס פון וואס צו מאכן אן ארטיקל.

גיב מיר ביטע דיין שמש'נס נומער, איך האב א צעטיל וואס איך וויל ער זאל אויפהענגען..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

א גוטן חמשה עשר, לשיטת ש'מאַץ-קאָץ... העי, עעעםם.... פפפיום... אפפ... א וועלגער האָלץ! א וועלגער האָלץ!...

שמאצל טייערער, דיסאָרדער? וועא"מ, צוטאָגס ביינונז אין ס'מעדרעש איז קיין בראַטל ווער ס'רודערט מיט 'דיזיז' צו - סאו עווער איט קאָלד. אמאל האט מען געמיינט אז דער מיטן גרויסן ריפסענעם הוטל, מיט אן איינגעשווערצטן כאלאט'ל, דער איינער וואס זאגט נאך פון מאגאזינען, פלעגט צומאל זינגען אין שול, אזוי: אידן -- העליכייך זאאאַגן! אזויע. ליידער מען זאל נישט וויסן... אוי... סר'עולם איז געשטאנען אין פרובירט צו דערגיין, אויששש... וואס איבעלט אין דעם מוח וואס וויל נישט ארויסגעבן פאר די קופקע צוהערער וואס שטייען אין ווילן האָרכן, וואס יינט דיסאָרדער?... אבער ניין! ער יאַוועט זיך מיט זיין מחשבה אין וויל נישט ארויס געבן פאר אונז קליינווארג.

אבער האָרך-נאר; העפּענס טו בּי - האבן מיר דא אונזער שמאַץ וואס באגענוגט זיך מיט אונז אהער שטעלן מיט שמאליצגע דיסארדערישער שטיקער. ב'דיסארדער אחת, (איין פעקעדזש, איין ארדער. זוי זאָגיך) וועלן מיר אים באשכח'ן, וואס דו טוסט מיט אוז טאָן.

נאר אזוי, קיפ האַקינג ארטיקלען!

שמאַצ'מער; נו קען מען שוין שרייען א וועלגער האָלץ? איי... קלאַפ המן - האַק המן טאשן, אין דערנאך קען מען תיכף גיין מאָלן חרוסת. - זוי זענען דא אידן וואס האבן שוין נעכטן ביים אויסטאָן די פאָפאָטשען אפגעקלאפט די הושענות, נ'פארטיג!

טענקס שמאץ.

****

אין ווי מאשקע האט שוין געזאגט, קרמער; דיינע תגובות מאכן מיר שפורן מילביג, אבער הער; אויסגעפאסט האבעך שוין, סאו וואס נאך זאל מיר שטעכן דאַנעט?...
זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

שאצעל, איך מוז דיר זאגן אז דו האסט מיך אויסגעכאפט, א האלבע ארטיקל אויף דעם ענין האצעך שוין געהאט אויסגעפארעמט אין מיין מוח.

נו שוין, אבער ווער האצעך דען גערישט פאר אזא קעפל ? אילו לא באת אלא בשביל הקעפל הזה דיינו, און בכלל דאס גאנצע ארטיקל איז זייער אריגינעל און צום טאג-טעגליכן געפירעכטס, א געשמאק געווען צום לייענן, קיין איין ווארט נישט איבעריג.

קרעמער, דיינע אויסדרוקן וואלט איך נישט געמעגט לייענען היינט פאר חצות, דו ביסט געפערליך.

מיללער... הער אויף.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ביקסאד האט געשריבן:יאך ווייס נישט פון אוואו זיי נעמען דאס, אין זידיטשויב קאמארנא והנמשכים אחריהם ספינקא, קאסאן, טאהש עסט מען ביי שלש סעודות פלייש, און ביי אונז האט מען טאקע אריינגעריקט בשר בהמה אזוי מיט רינענדיגע שמאלץ כדבעי למיהוי און ווי פארשטענדליך דאס איז חוץ די טשאלענט פון צופרי.

הרב ביקסאד
איך האב מיך אויך געחידוש'ט האב אבער גארנישט געזאגט, ווייל גיי ווייס וואס פאר א נייע חומרא האט מען שוין יעצט אויסגעטראפען.

ביי מיין טאטען ע"ה האב איך אויך געזעהן עסען דאווקע פלייש [הגם ער האט געגעסען בשר עוף ווייל ער האט נישט געקענט פארטראגען בשר בהמה] דאס איז געווען דאס איינציגע שלש סעודות וואס ער האט געגעסען פלייש. דער מנהג האט ער געזעהן ביי זיין טאטען,
דער זיידעס משפחה זענען געווען רוב סאנזער חסידים
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שאץ
זייער גוט באשריבען
איך ווינטש אייך א דיסארדער פון אסאך שרייבען
קיפ עם קאמינג
the SCY is the limit
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יוש אייביג מוז איך אנקומען נאכדעם וואס יעדער האט שוין מגיב געווען, עס איז נישט פעיר איצטערט האבעך נישט וואס צוצולייגן.

העלעך מוזן סטעיטן די אבוויעס, שאצי יו אר וואן אף עי קיינד (מאשקע, אנאנדער קיינד פון קרעמער, שריי נישט) דיינע ווערק איז אויסער וואס עס איז זאפטיג שמאלציג לוסטיג הומאריסטיש, איז עס אויכעט סיריעס תוכנ'דיג שרייבעריש מיט א פוינט צו געדענקן.

יישר כח.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מילער = איינער וואס ליידט אויף שאציגער דיסארדער, איז נישטא קיין רפואה,

אבאמא = ביטע בלייב מיט די חכמים און נישט מיט די אויבער חכמים, אם חכם אתה בעיניך..

קרעמער = ווי עס שיינט ליידסטו אויף "גאנץ חנוכה דיסארדער", נישט נאר אויף ערב שבת חנוכה...

ביסאד און ר' שמחה = יפה עשיתם צו עסן פליישיג, מעקרא דדינא איז משמע אז מ'זאל עסן כסעודת שלמה בשעתו, וואס מיינט אוודאי נישט טשיז...

מאשקע = עס איז לגמרי נישט געוועהן קיין לצנות מיין ארטיקל, נאר כ'האב דאס געשריבן מיט ווייסע ליפן גערעגטערהייט...

צייטלעך = דער שמש ארטיקל הייבט זיך אן צו קאכן,

אלטר = איר קענט שוין ארויס נעמען דעם וועלגער האלץ, דרך אגב דער וואס שרייט א וועלגער האלץ מאכט אויך המן טאשן מצות....

זילבערנע בעכער = אז מ'הא א גוטן "קעפל" קען מען דערגייין יענעמס מחשבות...

יאנאש = נעווער טו לעיט...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

זאג דו ברויך'סט צוויי אדער דריי?

אזוי צו מאכן פורים מיט מיר?

עטץ ווייסט'ס וואס איך האב אריין געכאפט און מיין ס'מעדרעש די וואך, בשעת'ן זאגן פאר איינעם אז ער זאל נעמען נאך א קאווע ווייל מארגען וועט ער נישט האבן? אאהההה... דאס ביסטו שאצער?

ביידעוועי די זעלבע דאווענען מעריב ביי די 45 מינוט נאכן שקיעה, נשוט וועגן זיי יאגן זיך, און נישט וועגן זיי קענען עסן א מינוט פאר מיר.

שכוח, זייער גוט צולייגט.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

שאצי אלעס וואס איך האב געהאט צו צולייגען צו דיין ארטיקעל האט מען מיר שוין אויסגעכאפט.

אני כשלעצמי האלטיך אז איך לייד נישט אויף דער דיסארדער, אבער איך האב גראדע יא ליבן צו צוגרייטען אלעס פון א טאג פריער, ווייל איך גלייך זייער דאס רואיגקייט. איך האב אויך א משוגעת אז איך דארף קענען נעמען די קינדער אין פארק דוקא ערב שבת ווען א יעדער איינער איז פאריאגט, איך מוז שלאפן דוקא ערב יום כיפור ווען אלע זענען נערוועז, איך מוז קומען שרייבן אין קרעטשמע דוקא ערב פסח ווען אלע קאמפיוטערס זענען שוין אין די נמכר למכרי שאפע.

פון די אנדערע זייט האלטיך אז מיין עזר כנגדי ליידט יא דערויף אביסל. אין די זיממער וואכן מאך איך פרי שבת, דאס הייסט אז איך גיי דאווענען בערך 7 אזייגער. א גאנצע טאג איז זי נערוועז און אנגעצויגן וועגן דעם, מער ווי אין די ווינטער וואכן ווען מען דאווענט האלב נאך פיר.

אקיצור, א גרויסע שכח, מיר האבן עכט הנאה געהאט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

לעווי די האסט א אנדערע דיסדארדער....
נישט קיין ערב שבת חנוכה דיסארדער
נאר א איפכא מסתברא דיסארדער, רוף עס רואיגע דיסארדער....
א טאג פריער דיסארדער...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

שאצ'ל ווידער גוט, איך דארף נישט זאגן מער ווי דעם, אז עס איז עז יוזשעאל.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

לעווי האט געשריבן:אבער איך האב גראדע יא ליבן צו צוגרייטען אלעס פון א טאג פריער, ווייל איך גלייך זייער דאס רואיגקייט.
א טאג פריער איז שוין שפעט אין טאהש גרייט מען אן מיט א חודש פריער, ווי חנוכה ליכט אין חשון די מגילה חמשה עשר בשבט, אין ספינקא לערנט ביים פורים טיש הלכות פסח, די אלע אויבן דערמאנטע איז אלס די הלכה פון שלשים יום קודם החג.
שאץ מאץ האט געשריבן:לעווי די האסט א אנדערע דיסדארדער....
א איפכא מסתברא דיסארדער, רוף עס רואיגע דיסארדער....
א טאג פריער דיסארדער...
במחילת כבודכם ווי אויבן דערמאנט איז עס גארניקס קיין דיסארדער, ומענין לענין באותו ענין ר' אייזיק זעלקאוויטש ברענגט אין זיין ספר אין נאמען פון זיין רבין אז אויב מען זעהט איינעם לויפן אין מקוה פארן זמן איז דאס נישט זריזות נאר בהלה, א זריז [והוא הדין א מתמיד] רישט זיך אויס פון פריער און דארף זיך נישט יאגן = דיסארדער בלע"ז [אויף דעם זענען מיר מתפלל והסר ממנו יגון].
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד,
יעדעס ווארט פון אייך איז פערל, אבער דער 'והסר ממנו יאגן' איז גאר גוט, מ'קען מוסף זיין אז די 'אנחה' וועט אויאטמאטיש אוועקגיין אן דען 'יגון'.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

איך קום יעצט פון סווימינג פול, זיצט דארט א אינגערמאן וואס האלט זיך פאר א גרויסע פסיכילאג, און האלט א דרשה איבער די פריש אנדעקטע מחלה ASCD און זאגט איבער ווארט ביי ווארט פון שאצל בנוגע ערב שבת חנוכה דיסארדער.

איז געזעצן דארט א צווייטער איד וואס יאגט זיך זייט איך קען אים, און שרייט אויס אהההה ענדליך גייט זיך איינער מרחם זיין אויף מיר, איך יאג מיר שוין יעצט אויף נעקסטע יאר ערב פסח. וואס איז? הערט א חשבון פון א איד וואס ליידט נעבעך ביטערליך אויף ASCD
ערב פסח תשסט פאלט אויס אויף א מיטוואך ממילא דארף ער מאכן אן עירוב תבשילין, דאס גייט נאך מיט. אבער וויי געוואלד, אינדערפרי דארף ער נאך מאכן ברכת החמה און דאס צושפילט אים די קארטן אינגאנצן...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

נאכ'ן לייענען דיין ארטיקל מוז איך דיר זאגן אז טריט און שריט ווען איך באטראכט מיך דערזעה איך מיר אינעם כלל לדוגמא וועלעכע גראסערי און נאדעם וואס כ'האב שוין דעסיידעט הייבט מענאן טראכטן וועלעכע קאמפעני און נאבדעם וועלעכע פארקינג ס'בעסער בקיצור יעדער מיט זיין פעקל איז אין דעם כלל בכל עת וכל שעה,בכל יום ובכל זמן
א חתימה ברויך מען האבן ?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”