זאל איך עסן ביים קידוש?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

עס איז שבת אינדערפרי און איך לאז מיך ארויס אויפן וועג אין ביהמ״ד אריין, מיין מוח הייבט אהן צו ווירבלען מיט מחשבה׳לך, זאל איך עסן ביי די קידוש.

שוין מיטוואך אינדערפרי איז געקומען די גוטע בשורה אז תלי האט בשעה טובה געבוירן א מיידל, דאס איז די מיידל וואס מיר אינגערלייט אין ביהמ״ד ווארטן שוין זינט די חתונה אז אט אט קומט עס שוין.

תלי איז א מין אינגערמאן וואס איז דא אין אסאך בתי מדרשים, דער וואס זיין שווער געבט זיך אהן אלץ רייכער ווי קורח, שלמה המלך, און עלאן מאסק צוזאמען, ער האט ריעל עסטעיט אין די בראנקס און אין ניו דזשערסי און פארציילט אז ער האט א שטיקל שותפות אין א ׳לעב׳.

זיין איידעם תלי איז ממש אן איידעם א שטיק שווער וואס מ׳וואלט ניטאמאל געדארפט א שדכן זאל זיי צזואפארן, ער דרייווט א פארד עקספעדישאן און מענעדזשט זיין שווער׳ס ריעל עסטעיט איבער די לאנד.

יעצט איז געקומען די גליקליכע מינוט ווען תלי האט געבוירן זיין ערשטע קינד און זיין שווער איז געווארן א זיידע און ביי זיי אין קאפ איז דאס די שמחת הדור, און מי שלא ראה שמחה כזו לא ראה שמחה בימיו, די צוויי חברה האבן אפגעמאכט אז זיי גייען זיך פשוט אויפרייזן מיט א קידוש.

קוים צוויי שעה נאך תלי איז געווארן א טאטע האט ער שוין אנגעהויבן ארומשיקן מעסעדזשס פאר יעדעם וואס ער האט נאר אמאל געסעיווט אין זיין קאנטאקטס, פאר די אינגערלייט וואס ער האט זיך געטראפן אין כולל פאר די פאר וואכן וואס ער האט דארט פארברענגט פון צוועלף דרייסיג ביז איינס דרייסיג האט ער געשיקט די באקאנטע with gratitude to hashem מעסעדזש, אבער פאר די חברה וואס זענען באמת גוט מיט איהם האבן באקומען די ווידאו וואס ער האט געמאכט צו פאוסטן אויף סטעטוס.

מיטוואך ביינאכט האט אנגעהויבן אריינפליסן פיקטשער׳ס פון צעהנדליגע פלעשער בראנפען וואס תלי מיט זיין שווער האבן איינגעקויפן, עטליכע גלענליוועט׳ס און עטליכע גלענפידיטש און צוגאב צו נאך עטליכע פלעשער פון אלקאהאלישע געטראנקן און אלע מאסן און קאלירן.

דאנערשטאג האט תלי שוין ארומגעשיקט בילדער פון די פארשידענע ערליי טשאלענט וואס ווערן ארויפגעשטעלט צוזאמען מיט א טוץ פון מיני קוגלעך מיט יאפציק, נאך האט ער געמאלדן אז ער האט באשטעלט 14 מיני הערינג, דריי מיני לעבער און ביידע סארט גאלע.

די קלימאקס איז געקומען פרייטאג נאכמיטאג ווער ער האט פארשפרייט בילדער פון אלע דזשערקי פלעטער׳ס וואס זיינע און זיין שווער׳ס חברים האבן געשיקט וואס לויט איהם זענען אלע צוזאמען ווערט איבער טויזענט דאלאר, (איך וועל נישט דא ארויסברענגען מיין מיינונג איבער געטרוקענטע פלייש איך וועל נאר זאגן אז איך האב עס די זעלבע ליב ווי געטרוקענטע ברויט).

יעצט שטייט מען שבת אינדערפרי און איך בין אויפן וועג אין ביהמ״ד, פון איין זייט שטייט דער קידוש מיטן ק׳ הידוע וואס מיינע חושים זאגן אז דאס איז א זאך וואס מ׳טאר נישט פארפאסן, אבער פון דער אנדערע זייט שטייט די דויערהאפטיגע סעודה מיין אשת חייל האט צוגעגרייט, דערווייל מאך איך אפ ביי מיר אז ס׳זאל זיין וואס ס׳זאל זיין איך טאר נישט אני קומען פון ביהמ״ד זאל ווי נאך אחשורוש׳ס סעודה.

צוויי שעה שפעטער, מ׳האלט שוין נאך כתר און די חברה הייבן אהן אריינברענגען טעצער אויף טעצער פון רויטך גייענדע עסן אין די צייט וואס מיין מאגן שיקט סיגנאלן צום מוח אז ער ברויך עפעס טועם זיין, און מיין נאז שיקט אריין ענדליכע סיגנאלן, איך פראביר מיך מער איינוויקלען אינעם טלית אבער די מחשבות זרות לאזן נישט נאך.

10 מינוט שפעטער הערט זיך די געשריי פונעם גבאי׳ן ״נפתלי קליין רופא דעם עולם צום קידוש דא אין בעסמעדרעש״ און אין די זעלבע אטעם געט ער א לייג צו סברי מרנן… בורא פרי הגפן, די קומעדיגע סקונדען וואלט געווען שיין צו זעהן אויף א ווידיאו, צעהנדליגע אינגערלייט מיט טליתים ווארפן זיך ארויף אויף די שיסלעך און טעלער׳ס ווי כאילו דאס איז א עסן טראנספארט פון די אמעריקאנער מיליטער ביים באפרייען מאטהאוזען.

צו מאכן זאכן קורץ, א האלבע שעה שפעטער טרעף איך זיך אויפן וועג אהיים ווען איך קען מיך קוים רוקן און מיין קאפ שווינדעלט, מיט די ביסל דעת וואס איז געבליבען ביי מיר מאך איך אפ אז קומעדיגע מאל וועל איך מיך יא איי האלון (בלי נדר).

זאל איך עסן ביים קידוש?
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

נעקסטע מאל, אבסעלוטלי נישט! אבער אנארטיקל דערוועגן זיכער יא!
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

עס מיין קינד עס!

אויב אזאנע ארטיקלען קומען ארויס, זאלסטו ווייטער עסן...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך ווייס נישט איבער דיר, איך בין זיכער פארשיכורט פונעם הערליכן ריח פון דיין האניג’דיגער פעדער.

ריזן ארבעט אראפגעלייגט לעבעדיג.

יישר כח פאר די אנשטרענגונג, איך האב זייער הנאה געהאט.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הער וואסעכזאגדער!
נקוט האי כללא בידך.
אז מען פאקט מיט א סדר, איז דא פלאץ פאר אלעס!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

יאנאש האט געשריבן:איך ווייס נישט איבער דיר, איך בין זיכער פארשיכורט פונעם הערליכן ריח פון דיין האניג’דיגער פעדער.

ריזן ארבעט אראפגעלייגט לעבעדיג.

יישר כח פאר די אנשטרענגונג, איך האב זייער הנאה געהאט.

;l;p- ;l;p-
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

און שוין! האט געשריבן:הער וואסעכזאגדער!
נקוט האי כללא בידך.
אז מען פאקט מיט א סדר, איז דא פלאץ פאר אלעס!

דער פראבלעם איז אבער אז ביי א קידוש איז נישט דא קיין מעגליכקייט צו פאקן מיט א סדר....
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

וועגן עסן ביים קידוש וויס איך נישט,
אבער אז געטריקענטע פלייש האט א טעם ווי ראבער. דאס יא
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

:lol: :lol: :lol: :lol:
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

גאר שטארק געשריבן

זיי ממשיך
לייקוס
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

איך האב א צודרייטע איגאו צושטיין אינדערזייט און קוקען און א ספר אדער טרעפען איינעם צו שמועסען, בשעת די עולם ווארפטזיך אויף קידוש עסען.

שוין נאכען מודה זיין אז סאיז א איגאו
אבער באמת איך שעם זיך צופאלען אויף עסען, עסען איז א גשמיותדיגע זאך, סאיז געמאכט צוטוהן אינדערהיים ״בעיקר״.
סאיז און מיין אויגען א בושה און א עמציאנאלע אומגעזונטהייט צו עסען צופיל ביי קידושים
תענית אויפפאסטען איז די נייע שיגעון,
העלאו טישטיכער מיט א פול פלעידזש מיעל, פארוואו, פארווען
דער עולם איז נישט פארהייראט,
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אינו דומה שמיעה לריאה בערך אזוי האט אויסגעקוקט די קידוש
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

אוי בין איך אדורכגעפאלן די וואך.............
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17012
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לאשתמודעתא האט געשריבן:אוי בין איך אדורכגעפאלן די וואך.............

לייג אראפ בפרטות.. מיט דיין רייכע לשון..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

גאר גיט געשריבען… איינער פין די זאכן וואס איך קען מיך נישט איינהאלטען.. איך טריי מיטאמאל מער… אויש די הערינג מיט 3 גלעזליך בראנפען…
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: זאל איך עסן ביים קידוש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

כ'האב מיך פיין אונטערגעשמייכעלט די גאנצע תגובה, אבער דא האב איך אויסגעשאסן היסטעריש:
לאשתמודעתא האט געשריבן:די קומעדיגע סקונדען וואלט געווען שיין צו זעהן אויף א ווידיאו, צעהנדליגע אינגערלייט מיט טליתים ווארפן זיך ארויף אויף די שיסלעך און טעלער׳ס ווי כאילו דאס איז א עסן טראנספארט פון די אמעריקאנער מיליטער ביים באפרייען מאטהאוזען.

:lol: :lol: :lol:

איך האב דאך אויך די זעלבע דילעמא יעדע מאל, אה מי כעמך ישראל וואס פארשטיי דער גוי ודו"ק, עכ"פ פאר א פשוט'ע קידוש וועל איך זיך נישט פארפליישיגן, אמאל א קלייניגקייט אויב דער בעל שמחה איז מיינס א קרוב (ד"ה נישט סתם א מתפלל ביהמ"ד), אבער טאמער קומט אזא איינמאליגע מאסיווע קידוש ווי דו האסט געשילדערט, מאך איך אפ פאר דעם בערך וואס און וויפיל איך גיי עסן און איך פרוביר מיך צו האלטן דערצו, דהיינו א קליין ביסל פון יעדע זאך וואס איך האב גאר ליב, און אסאך מאל געלונגט עס מיר (ואידך זיך גמור).

מען מוז נישט עסן "אלע קעיקס" און נישט האבן "אלע הערינגס" און א גאנצע סלייס פון "יעדע קוגל" און טעיסטן "יעדע בראנפן".
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”