א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אנטונינוס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 22, 2022 9:30 pm

א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנטונינוס »

געווען איז דאס טיף אינעם ווינטער סעזאן, ווען דער קעלט האט קיין ווארעם פינטל נישט אויסגעלאזט, דאך הערשט א ווארעמקייט אין ערגעץ א פארשטופטער ווינקל, ערגעץ ווי אויפן ערד קוגל.. די ישיבה קע''ה שטייט שוין א שיינע פאר יאר, אבער דאך האט דאס פאלגענדע מעשה פארגעקומען צווישן די כף'ס אין די למד'ס.. טאקע נישט אזא באקאנטע ישיבה, אבער פארט א ישיבה'לע, פון אלע סארטן בחורים יעדער פאר זיך איז אן אוצר מלא.. די ישיבה פארט זיך אזוי על מי מנוחות, אבער.. די דאטום ט''ז טבת דערנעטערט זיך...

די דאטום איז אפשר מאדנע, אבער נישט פאר די פיר 'לייבן' פון צימער 201... דאס איז דער אפגעצייכנטער יאר דאטום פון וואס די פערטע 'לייב' איז אריינגעקומען אין צימער 201!...

באקענט אייך מיט די 'לייבן'...

אברהם ק. (חסידישער שטופער.. כ'מיין מען דארף נישט מער..)

יחיאל מ. (צוויי רעכטע הענט, טעקנישן וכו'..)

עוזר ל. (סוחר, פלאנירער, פעדלער, ועוד..)

אנאנים (.. מען גיימיר נישט רעדן פון אים.. צוליב סיבות..)

לאמיר נישט אזוי מאריך זיין לאמיר גיין צום פונקט, די משגיח ביים לייגן דארף זיין א האלב פון די צייט ביים לייגן ביי יענעם שטוב.. פון דארטן איז די 'קאמענד' צענטער פאר אלע בחורים פאר הילף געזוכט אדער סיי וואס פאר א ענין איז נומער 201 דאס פלאץ, יא.. עס געפינט זיך ממש ביים עק פונעם לאנגע שמאלע קארידאר.. דאך די טראבל פון דארט מגיע עד קצה האחרון של הקארידאר..

די פיר לייבן/חברה פון צימער 201, זענען געשוואוירענע חברים און שמועסן/פארברענגען/לערנען אינאיינעם ממש א מחיה! אבער.. ווען די נאכט שעות דערנעטערן זיך, און די פיר חברה קומען זיך צוזאם אינעם דארמעטארי, ווערט דארט ששון ושמחה.. די חברה דזשאכענען זיך דארט אויס אזש עס איז דארט עולם הבא ממש.. עס פאנגט זיך אן מיטן ''שמועס פונעם טאג'' (עס נעמט בערך אזוי לאנג ווי א שמעזנער שמועס..) דערנאך אביסל טעימה קלה, דערנאך קומט עקשען! דאס געדויערט ווי א טאג, געווענטליך איז עס א שפאציר א פארמאכטע שאכטל ציגארן וואס עספיעט נישט דאס וועג צוריק.. און אויב איז איינער פון די קארן אין געגנט בטעות די פענסטער אפן געבליבן, דאן וועט די קאר ווארשיינדליך דארפן ווערן איבערגעפילט מיט גאז נאך פארן עלות.. דערנאך קומט א שינה משובחת, און מארגן איז נאך א טאג...


דאס איז אלעס פיין און וואויל ביז די די דאטום ט''ז טבת דערנעטערט זיך.. מען פלאנט שוין חדשים די אויסשטעל פון די דערהויבענע נאכט, אזש אפילו די משגיח ווייסט שוין דערפון, און ער גרייט זיך שוין צו געהעריגע 'נייט שיפט'.. (די משגיח איז און די ישיבה א גאנצע וואך,און ער האט אן עקסטערע צימער אין די דארמעטארי..) א ברירה האט ער דען?

פלענער זענען פלאנירט געווארן, מיט גענויע דעטאלן ווי אזוי יעדע מינוט פון די נאכט זאל מקדש ווערן למען ה'201...

--------

די טאג איז דא! מיטוואך אויפדערנאכט ט''ז טבת, די ווענט טאנצן פאר שמחה! אברהם האט שטייצעך געמאכט א ריזיגע סיום אויף עטליכע מסכתת, צושטעלנדיג א ריזיגע תיקון פארן גאנצן ישיבה און צימער 201! ס'האצעך געגאסן דארט אלע מינים אלקאהל, די עולם האט געשאשקעט דארט כמו שכתוב.. אין אברהם זייענדיג א גוטע רעדנער האט זיך גענומען רעדן מיטן גאנצן קנאק! אפילו די משגיח איז געווען גענאגלט אויפן פלאץ און צוגעהערט מיט א אפענע מויל אזש די די גרויסע פארציע קוגל אויפן טיש האט רואיג דעקענט אריינגיין דארט אן קיין שטער, אברהם, וועלנדיג אז בחורים זאלן זיך לייגן ווי שפעטער לכבוד די שמחה.. האט זייער געוואלט די משגיח זאל דאס צולאזן האט ער זיך גענומען רעדן פון תלמידי בעל שם, (די משגיח פעיווערט'ס נושא..) און מיט שיינע אויגן פארכאפנדע מעשיות אזאנס וואס מען שטייט פארגאפט שעות אויף שעות..


אקעי, אברהם וויל דאך נישט איבערציען דאס שטריקל, ער ענדיגט צו מיט דברי חרוזין, און מעלדט אז די עלום קען זיך שוין גיין לייגן, הערשט יעצט האט דער משגיח געכאפט ווי שפעט דאס איז.. ''יעדער אין בעט זאפארט!!'' דער משגיח נעמט זיך טרייבן דעם עולם, און צימער 201 נעמט זיך צו דער ארבעט..

עוזר האט שוין געבראכט דעם קליינעם זעג, מיט עטליכע העלצער וואס זענען שוין געפארבט, יחיאל נעמט זיך צו דער ארבעט פון שניידן די העלצער די טיש דארף שוין זיין גרייט אין א האלבע שעה ארום, א זייגער איז א זייגער..

עוזר גייט צו זיין באהעלטעניש אין וואלד צו אהערברענגען די נעקסטע פראיעקט, שוין גארנישט אזוי לייכט.. יחיאל פארענדיגט דעם 'שלחן ערוך', און עוזר באווייזט זיך ביים טיר מיט לאנגע דראטן, קליינע העלצער, שרויפן, לעקטעריק טעפ, מיט א פאבליק טעלעפאון.. שעפער זיסער! גענוג איז גענוג! מען גייט נישט מער זיך אראפשלעפן און ווארטן צו קענען בלויז מאכן א טעלעפאון רוף פון איין מינוט.. (השגות.. זה נאמר בשנת כ' ל'..) עוזר האט א שטיק צייט צוריק געווען ערגעץ ווייט פארשטופט פון ישיבה און מען האט 'פארשאפט' א פאבליק טעלעפאון..

דאס איז אן עבודה רבה, צום אלעמען ערשט דארף מען זיכער מאכן אז דער זאל זיי נישט כאפן בשעת מעשה, אברהם האט באקומען די אויפגאבע, היות די עולם האט זיך שוין מער ווייניגער זיך געלייגט, קומט אברהם צו צום משגיח, און מיט מיסטעריעזע גרויסע אינטערעסע פאנג ער אן צו אויספרעגן דעם משגיח פון צדיקים וגדולים תלמידי בעל שם, ווער עס איז געוועזן זיינס א תלמיד, און וויפיל קינדער האט ער איבערגעלאזט, און ס'באקאנט א מעשה וואס מען פארציילט אז ווען דער צדיק האט אמאל--- אזוי האט דער אברהם זיכער געמאכט אז די משגיח קומט אפילו נישט נאנט צו דעם 201 צימער ביז ווילאנג די ארבעט איז פארטיג.

אינדערצווישן, עוזר און יחיאל מיטן אנאנים ארבעטן זייער העפטיג און צימער צו אינסטאלירן דעם פאבליק טעלעפאון, די פלאץ ווי עס גייט זיין איז אין די שאפע, הונטער די אויפגעהאנגענע מאנטליך/רעקליך.. מען שניידט אויס א קליינע לעכל פאר די דראטן, און דא דארף יחיאל ארויפקריכן אין דער דאך און שלעפן די דראטן לענגאויס די דאך ביז די אפיציעלע פאבליק טעלעפאון און באהעפטן צו יענע דראטן.. געדויערט נישט לאנג און די ארבעט איז פולקאם פארטיג..

דערנאך איז שוין אברהם געווען גוט אנגעטרינקן, און פון גרויס שיכרות, שפאצירט ער אריין אין היכל ביהמ''ד, גייט צו צום רבין'ס ארט אוןפאנגט אן צו נאכמאכן דעם רבין'ס תנועות, אזש עס איז געווען צוקאש! האלטנדיג ביי א גוט שטיקל ווערט אים פלוצים 'שווארץ' פאר די אויגן! א שאטן פון א ברייטע ביבער היט, דערנעטערט זיך... די רבי אליינס! די רבי מיט א זיס שמייכל רופט זיך אן צו אברהם, טאקע זייער גוט אבער עס איז שוין שפעט.. מען דארף זיך לייגן. אברהם האט געפאלגט ווייל די אלקאהל האט אים שוין גוט אראפגעשלעפט, ער האט זיך אריינגעלייגט אין בעט..

לאמיר נישט צופיל מאריך זיין.. עוזר און יחיאל האבן צוגע'ענדיגט נאך אפאר זאכן און די זייגער קלאפט שוין 4:15, נאך א שווערע ארבעט-נאכט האט שוין יעדער מסכים געווען זיך צו לייגן..

יחיאל איז אבער נאך געווען אין די גיסטע פון נאך איין ציגרעטל, כאפט א שפאציר אין די קאלטע 'פארטאגס' שעות אינדרויסן, אהה! טעם גן עדן.. אוי וויי! ווער קומט פון דערווייטנס? די רבי אליין! נישטא קיין צייט יחיאל טאנצט אריין אין בעט מיט זיין מאנטל מיט זיין שיך, דעקט זיך צו ביז איבערן קאפ, און האפט עס וועט גארנישט געשעהן.. געדויערט א מינוט און די רבי קומט אריין אין צימער (אוי א בראך..) שפאצירט גלייך צו יחיאל, און רופט אים שטילערהייט, יחיאל!, יחיאל האט אפגעמאכט אז ער מאכט זיך ווי ער שלאפט.. אבער די רבי לאזט נישט נאך, יחיאל!, בלית ברירה שטעקט ער ארויס נאר זיין קאפ, יא? יחיאל! האסט נישט צוגעגרייט קיין נעגל וואסער!, (אוי וויי ס'טוט מען יעצט?..) אקעי רבי איך וועל אנגרייטן אין א מינוט ארום, די רבי לאזט אבער נישט נאך.. ניין שוין יעצט זאלסטו גיין! בלית ברירה קומט ארויס פון זיין דאכענע, און עס ווערט נתגלה זיין מאנטל זיין שיך... די רבי שטייט אין א זייט מיט אן איינגעהאלטענע שמייכל, אבער זאגט גארנישט..



פופצן מינוט שפעטער אברהם שטייט אויף פריש און מונטער, און איז גרייט יעצט פאר עקשען! אבער יעדער שלאפט, און יעצט איז גענוי איין שעה פאר דער וועקער פאנגט אן זיין רייזע.. אברהם שפאצירט ארויס אין קארידאר, און א געדאנק פאלט אים ביי.. ער לייגט ארויף זיינע צוויי הענט ארום זיין מויל ווי א הויעכהילכער--

ס-ו-ף ז-מ-ן ק-ר-''ש, אכט מינוט נאך ניין, צ-ע-ה-ן מ-י-נ-ו-ט א-ר-ו-ם!!

וואף האט זיך איבערגעדרייט די גאנצע בנין, ס'האט אנגעפאנגען גיין קולות פון יעדע צימער, שא!! טייל זענען ארויסגעקומען טאנצן, אראפצוקלאפן דאס איבערגעבליבענע אלקאהל וואס האט נאך נישט אויסגעוועפט פון די לחיים פון אברהם, בקיצור די נאכט האט זיך גע'ענדיגט עפעס נישט נארמאל זיס!...

דער משגיח האט מחליט געווען אז דאס גייט ער שוין נישט פארשווייגן, אזאנס? נו נו.. צופרי כאפט ער אן אברהמ'ן ביים קארג, דו קומסט מיט מיר צום רבין! איך וועל אלעס פארציילן!.. די משגיח גייט אריין צום רבין און פארציילט וואס אברהם פירט די ישיבה ביי די נאז, נישט נאר פון היינט, און נעכטן האט ער אויפגעוועקט די גאנצע ישיבה א שעה פריער, וכו'.. און די משגיח פארלאנגט אז די רבי זאל קעיר נעמען פון דעם באגאבונד!, די רבי קוקט אן אברהם שטרענג, און דערלאנגט אים אראפ א היליכיגן פראסק! ... דער משיח רייבט זיך דאס הענט אזאנס האט ער זיך נישט געראכטן גוט פאר אים.. אברהם גייט צו צום רבין און גיבט א קוש פארן רבין'ס הענט, די רבי קוקט אים אן מאי האי? אברהם פאנגט אן צו זאגן אז מען זאגט נאך פון צדיקים אז אויב באקומט מען א שנעלקע פון א צדיק איז מען שוין א געהאלפענער! און די רבי גייט אריין אין א בסוד שיח'דיגע שמועס פון אברהם ווער עס זאגט דאס ווארט און די הסבר דערפון, און אברהם פארלציילט נאך א מעשה פון יענעם צדיק.. און דער משגיח שטייט נאך יעמט אן ''אפגעפאטשטער''...


ר' אברהם, ר' יחיאל, ר' עוזר, ר' אנאנים, אלע האבן חתונה געהאט בשעטומ"צ און אויפגעשטעלט זיסע לעכטיגע דורות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, די נאכט איז כמעט ווי פארגעסן געווארן, אבער יעצט איז דאס דאקאמענטירט.. נצח ישראל לא ישקר! זאל די אויבערשטער העלפן מיר זאלן זוכה צו די גאולה שלימה בב''א.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

Wow

שיין שיין

אמת'ע מעשה?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
דן דינענמאן
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 6:40 pm
לאקאציע: אין די מנהל'ס אפיס

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דן דינענמאן »

שיין געשריבן יא ס'בענקט זיך צו די ישיבה יארן
איך שרייב אויף אייוועלט ווייל מיין רבי האט מיך ארויסגעווארפן פון קלאס!
אוועטאר
א גוט געבענטשט יאר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 5:04 pm
לאקאציע: במקום שמחשבתו של אדם שם הוא נמצא

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט געבענטשט יאר »

אהה!!!! ווי נעמט מען די יונגע יארן
א גוט געבענטשט שעפעריש געזונט פריילעך יאר
מיט ברכה הצלחה און שפע רב
בגשמיות וברוחניות מיט בהרחבת הדעת און נחת א סך
שנה טובה ומבורכת
קאטשעלאבע
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 6:19 am

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעלאבע »

;l;p- קודם איינס פין דעם,
מעכטיגע פענע,
ממש געפילט מיט צען יאר יונגער צירוק אין ישיבה. אוי איז דעיס געוועה צייטן
#זיסע זיכרונות
''מיינע קאטשעלאבע'ס וואלטן מיט די הויזן אריינגעלאפן אינעם ים סוף!'' (הרה''ק מבעלזא זי''ע)
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

אמת׳ע מעשה?
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

;l;p- ביסט קריספי נייעס
אין מאגן ברענט א פייער קיין טאמס קען עס נישט פארלעשן
לקח שפיינדל קראפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:49 am

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקח שפיינדל קראפ »

:lol: גאר גיט. זאפטיגע לשון,
די סדר פון לחיים איז ......... עלטערע יודען קענען אריין פון דא וואו איך שטיי..
מ'בעייט נאכאמאל זיך נישטיפען......
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

פשיהא!! זאפטיג געשריבן!
כהאב הנאה פון די פליסיקייט אין די געשיכטע מיט די זיסע שפראך.

אויב די מעשה איז נישט אמת קומט זיך דיך נאך אפאר הענטעלעך פאר די דמיון…
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

גוט גוט
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Wow wow
גיט גיט
אוועטאר
אנטונינוס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 22, 2022 9:30 pm

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנטונינוס »

אזוי זאג איך האט געשריבן:אמת׳ע מעשה?
ניינער האט געשריבן:אויב די מעשה איז נישט אמת קומט זיך דיך נאך אפאר הענטעלעך פאר די דמיון…
איש האשכולות האט געשריבן:אמת'ע מעשה?

יא, און ניין, באזירט אויף אמת'ע געשיכטעס אבער דאך האמיר אביסל משפץ געווען...

למשל די פאבליק טעלעפאון מיט אלע דעטאלן (אברהם האט אויפגעהאלטן דעם משגיח, די אינסטאלירן אין די שאפע, אריינקריכן אין די דאך, שלעפן דראטן..) ווי אויך די פאטש וואס די רבי האט געגעבן פאר אברהם און דערנאך האט ער געקושט דעם רבין אין זיי זענען אריין אין א סוד שיח.. און נאך פרטים פון די מעשה, איז גענוי ווי אזוי ר' אברהם האט עס פארציילט פאר אני הק'..


די ישיבה הייסט "ישיבת אור החיים"...
אוועטאר
תלמי המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 23, 2021 10:21 am
לאקאציע: עגיפטן

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמי המלך »

אנטונינוס האט געשריבן:
אזוי זאג איך האט געשריבן:אמת׳ע מעשה?
ניינער האט געשריבן:אויב די מעשה איז נישט אמת קומט זיך דיך נאך אפאר הענטעלעך פאר די דמיון…
איש האשכולות האט געשריבן:אמת'ע מעשה?

יא, און ניין, באזירט אויף אמת'ע געשיכטעס אבער דאך האמיר אביסל משפץ געווען...

למשל די פאבליק טעלעפאון מיט אלע דעטאלן (אברהם האט אויפגעהאלטן דעם משגיח, די אינסטאלירן אין די שאפע, אריינקריכן אין די דאך, שלעפן דראטן..) ווי אויך די פאטש וואס די רבי האט געגעבן פאר אברהם און דערנאך האט ער געקושט דעם רבין אין זיי זענען אריין אין א סוד שיח.. און נאך פרטים פון די מעשה, איז גענוי ווי אזוי ר' אברהם האט עס פארציילט פאר אני הק'..


די ישיבה הייסט "ישיבת אור החיים"...

פאר בעלי תשובה?
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

אנטונינוס האט געשריבן:געווען איז דאס טיף אינעם ווינטער סעזאן, ווען דער קעלט האט קיין ווארעם פינטל נישט אויסגעלאזט, דאך הערשט א ווארעמקייט אין ערגעץ א פארשטופטער ווינקל, ערגעץ ווי אויפן ערד קוגל.. די ישיבה קע''ה שטייט שוין א שיינע פאר יאר, אבער דאך האט דאס פאלגענדע מעשה פארגעקומען צווישן די כף'ס אין די למד'ס.. טאקע נישט אזא באקאנטע ישיבה, אבער פארט א ישיבה'לע, פון אלע סארטן בחורים יעדער פאר זיך איז אן אוצר מלא.. די ישיבה פארט זיך אזוי על מי מנוחות,


באקענט אייך מיט די 'לייבן'...

אברהם ק. (חסידישער שטופער.. כ'מיין מען דארף נישט מער..)

יחיאל מ. (צוויי רעכטע הענט, טעקנישן וכו'..)

עוזר ל. (סוחר, פלאנירער, פעדלער, ועוד..)

אנאנים (.. מען גיימיר נישט רעדן פון אים.. צוליב סיבות..)

לאמיר נישט אזוי מאריך זיין לאמיר גיין צום פונקט, די משגיח ביים לייגן דארף זיין א האלב פון די צייט ביים לייגן ביי יענעם שטוב.. פון דארטן איז די 'קאמענד' צענטער פאר אלע בחורים פאר הילף געזוכט אדער סיי וואס פאר א ענין איז נומער 201 דאס פלאץ, יא.. עס געפינט זיך ממש ביים עק פונעם לאנגע שמאלע קארידאר.. דאך די טראבל פון דארט מגיע עד קצה האחרון של הקארידאר..

די פיר לייבן/חברה פון צימער 201, זענען געשוואוירענע חברים און שמועסן/פארברענגען/לערנען אינאיינעם ממש א מחיה! אבער.. ווען די נאכט שעות דערנעטערן זיך, און די פיר חברה קומען זיך צוזאם אינעם דארמעטארי, ווערט דארט ששון ושמחה.. די חברה דזשאכענען זיך דארט אויס אזש עס איז דארט עולם הבא ממש.. עס פאנגט זיך אן מיטן ''שמועס פונעם טאג'' (עס נעמט בערך אזוי לאנג ווי א שמעזנער שמועס..) דערנאך אביסל טעימה קלה, דערנאך קומט עקשען! דאס געדויערט ווי א טאג, געווענטליך איז עס א שפאציר א פארמאכטע שאכטל ציגארן וואס עספיעט נישט דאס וועג צוריק.. און אויב איז איינער פון די קארן אין געגנט בטעות די פענסטער אפן געבליבן, דאן וועט די קאר ווארשיינדליך דארפן ווערן איבערגעפילט מיט גאז נאך פארן עלות.. דערנאך קומט א שינה משובחת, און מארגן איז נאך א טאג...



פלצתי באופן מאוד :wink: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

מיין ישיבה האט אויך פארמאגט אזא צימער......
:lol: :lol:

קום אריין מיט נאך מעשיות.....
אוועטאר
אנטונינוס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 22, 2022 9:30 pm

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנטונינוס »

תלמי המלך האט געשריבן:
אנטונינוס האט געשריבן:די ישיבה הייסט "ישיבת אור החיים"...

פאר בעלי תשובה?

ניין, די ישיבה הייסט "ישיבת אור החיים ד'טאהש"...

-----
א גרויסן ש'כח פאר יעדעם באזונדער וואס האט זיך באדאנקט..
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

אנטונינוס האט געשריבן:
תלמי המלך האט געשריבן:
אנטונינוס האט געשריבן:די ישיבה הייסט "ישיבת אור החיים"...

פאר בעלי תשובה?

ניין, די ישיבה הייסט "ישיבת אור החיים ד'טאהש"...


;l;p-

האסט דעיס געדארפט געהעריג ארויסשרייבן..

שוין האמיר שוין א מעשה פאר מוצאי שבת.
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

סאליד..
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע: טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

וואף... צום געדענקען!
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

גוט איניש דאס ווארט!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
אקטיוויסט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 09, 2022 10:06 pm

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקטיוויסט »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

פיינע נייעס דעס האסט מיר געמאכט זיך ציריקבענקן!!!
פאני...
אוועטאר
טשאלמיקא
שר האלף
תגובות: 1591
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:21 am
פארבינד זיך:

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלמיקא »

:lol: :lol: :lol: :lol:

געוואלדיג מיטגעלעבט בשעת'ן ליינען

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויבל קוגעל »

ווי וואונט מאור!!!
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: א נאכט אין ישיבה.. צום געדענקען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

זייער א הערליכע ארטיקל, מלא הומאר געשריבן אין א פראפעסיאנאלע שריפט אבער פארט מיט א ערנסטן טעם.

סזינגט מיר אין קאפ:

ווי נעמט מען די אינגע יארן.
אזוי שנעל אוועקגעפארן.
וואס מען האט דעמאלטס איינגעזאפט.
דאס האט מען אריינגעכאפט.

@אנטונינוס ברענג נאך, שעם דיר אויך נישט צו דערציילן סיפורים פון אנטונינוס ורבי........
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”