ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

משה פערל
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2016 11:44 am

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פערל »

א גרויסן יישר כח אלע ידידים דא פאר די ווארימע חיזוק דא איך דארף עס מוראדיג שטארק
ווען עטס זאלטס וויסן וויפול פרעשור פארקערט איך באקום איז יעדע ווארט חיזוק דא ווערט גאלד

יעצט פאר די אלע וואס פרעגן פארוואס איך האב עס אויפגעגעבן,
די שטופ איז געווען איך האב אסאך דרשות געהערט לעצטנס פון הרב קעפעטש (געדענקט איך נישט זיין ערשטע נאמען) און ביי איינע פון די דרשות האב איך ממש געפילט ווי ער שפילט אויס מיר לעבעדיג, אפילו איך האב עס נאר געהאט אויף א טעבלעט + נישט אריינגעטראגן אינדערהיים, אבער די קאנעקשאן דערצו איז נאך אלץ אזוי ווי א גלעזל וואסער צו א מענטש.

איין טאג נאכן הערן די אויבנדערמאנטע דרשה, האב איך אפגעמאכט אז דאס איז עס, איך האב עס פאר קיינעם נישט דערציילט חוץ פאר מיין ב"ב, און דערנאך פשוט עס דיליטעד די אקאונט + אויסגעמעקט די עפפ, איך בין נאכנישט גענוג שטארק ביי זיך צו ארום גיין פארציילן אז איך האב עס דיליטעד, אפילו ביזנעס חברה פרעגן מיר וואס גייט פאר מיט דיין וואטעפפ, דריי איך מיך נאך ארויס פון ענטפערן געהעריג.

אבער איך מוז ענק זאגן אז איך פיל א גרויסע טויש אין מיין טעגליכע לעבן!!
ס'איז נישט גרינג, ס'איז ביטער שווער, ממילא האב איך נישט געוואלט גיין צוביסלעך ווייל איך האב געוויסט אז איך גיי דורך פאלן, האב איך עס געטוהן עקסטרעם, און לאמיר האפן צו השי"ת אז איך זאל קענען אנגיין!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

וואו ס׳איז טאקע מורא׳דיג!
אבער כ׳מיין זאלסט זיך אנגארטלען מיט א גאווה דקדושה און יעדן ענטפערן מיט א מתינות, כ׳האב עס מער נישט.
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

חזק ואמץ!!!
שכרך הרבה מאוד!!
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

אשריך!

וואויל איז פאר דיר, און וואויל איז פאר דיין ווייב און קינדער!!!!

אני הקטן האט דער אויבערשטער געהאלפן בערך א יאר און א האלב צירוק צו דיליעטן וואטסעפפ

איך בין האב כמעט נישט געהאט קיין סטאטוס און ממש נישט אויף קיין גרופס
אבער דאך האב איך געפילט איך בין נישט דער זעלבער מענטש בגשמיות און די זעלבע איד ברחניות ווי פארדעם

למען האמת מיז איך מודה זיין אז די ערשטע וואך צוויי איז עס געווען ביטער ביטער שווער כהאב ממש געפילט ווי עס פעלט מיר א שטיק פון מיין לעבן כהאב געפילט ווי איך האב פליצלינג א גרויסע חלל ווי אויך האב איך געהאט אזא שרעקליכע fomo (fear of missing out) פילינג.... כהאב אפילו טייל מאל חרטה געהאט און געהאט א נסיון עס צירוקצילייגן אבער ברוך השם דער אויבערשטער האט מיר געגעבן די שטארקייט עס נישט צו טיען

מיינע חברים האבן געמיינט איך בין משוגע געווארן, געווען אפילו אזעלכע טאקע נישט קיין סך וואס האבן אפילו חוזק געמאכט פון מיר.... אבער כהאב געוויסט אז כהאב געטיען די ריכטיגע זאך און זיי האבן דאס אויך געוויסט...

כהאב גראדע יא געהאט 2 וואטסעפפ חברים וואס האבן מיך געקאלט איינער נאך בו ביום וואס כהאב עס אויפגעגעבן און א צווייטער עטליכע טעג שפעטער מיר געבן חיזוק זאגענדיג אז כהאב געטיען די ריכטיגע זאך און זיי זענען מיך מקנא און הלאוואי קענען זיי ווען האבן די שטארקייט מיר נאכציטיען וואס דאס איז געווען א גרויסע חיזוק פאר מיר (יא כהאב געדארפט חיזוק און יענע ערשטע טעג)

עניוועי נאך בערך צוויי וואכן האב איך אנגעהויבן פילן די חילוק פון before and after כהאב אנגעהויבן שפירן צירוק ווי א נארמאלע מענטש וואס קען טראכטן און האבן צייט מיט זיך אליינס, אפגערעדט פון מיין ווייב און קינדער וואס האבן אנגעהויבן צירוק צו האבן א טאטע וואס זיין קאפ איז פולי דא קאנעקטעד (און ניין אפילו ווען כהאב יא געהאט וואטסעפפ האב איך עס זעלטן ארויסגענימען ביי סאפער אדג)

סהאט מיר געדוירט א שטיק צייט ביז כהאב אנגעהויבן פילן ווי פארריקט און נישט מיך אליינס איך בין געווען
כהאב אליינס נישט געוויסט בשעת’ן עס האבן אז עפעס פעלט מיך איך רעד יעצט נישט פון רוחניות איך רעד בלויז פון גשמיות זיין א נארמאלע מענטש און נישט זיין אדיקטעד צו עס, ביזן אויפגעבן כאפט מען אליינס נישט ווי אדיקטעד מאיז צו דעם

וועסט זעען אז מיט די צייט וועט דיר עס נאר ווערן גרינגער און גרינגער אויף אזוי ווייט אז סוועט דיר ממש נישט אינטערעסירן די אלע קליפס און סטאטוס און קען אפילו זיין אז טייל מאל וועסטו אפילו באקימען רחמנות געפילן אויף אנדערע...

חזק ואמץ!
דיינע חברים זענען דיך מקנא!
אוועטאר
פייף דיך אן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 14, 2018 1:05 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייף דיך אן »

איי עם פראוד טא בי א דזשאו....
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

איך האף אז איך וועל אמאל האבן די כוחות הנפש דאס צו קענען באווייזן.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4436
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

WOW!!
קיעה''ר!!
איך האף אז די האסט עס איינגעקעשט, ס'שטייט פון ספרים הק' אז ווען א איד גיבט אוועק זיין רצון פאר הקב''ה איז אזוי ווי ער ברענגט א קרבן און ער קען דאן בעטן פונעם אייבערשטען וואס ער וויל,
דא רעדט מען דאך נישט פון א קרבן מנחה און נישט פון עוף אין ניטאמאל פון א שעיר... מ'רעדט דא פון א פעסטע פר בן בקר...

געהערט אמאל א ס'שטייט אין חסידות כחסידות בתחילתו, און פון די 2טע זייט האמיר געזעהן פאריגע וואך רש''י הקדוש מכאן ואיליך יערב לכם שכל התחלות קשות, איז דאך עס א סתירה, איז קודם שווער און נאכדעים ווערט גרינג צו גאר אנהייב איז גרינג אבער שפעטער לאזט עס נאך?
האב איך אמאל געהערט (כלפי לערנען אבער ה''ה דא און ביי יעדע דבר רוחני) אז ס'איז טאקע ביידע אמת, גראד ווען א איד הייבט אן איז אין חסידות כבתחילתו, און ער שפירט א געוואלדיגע טעם, פשוט אים צו געבן די געשמאק, אבער נאך א שטיק צייט לאזט דאס נאך און ס'הייבט אן די כל התחלות קשות, דאס איז די נסיון, אבער אז די אייבערשטער העלפט מ'האלט זיך פעסט און מ'פאלט נישט צוריק קומט דערנאך אויף אייביג דער מכאן ואיליך יערב לכם..
אלזא הרב פערל אויב שפירטסו פולי פריש זיי גערישט אויף א שטיקל לעט-דאון און ספיקות וכ''ו ערגעץ ווי דאון די ראוד.. אבער זיי וויסן אז ס'איז געסקעדזשועלט און ווער נישט דערשראקען נאר לאך אים און די פויסטען און נאך א קורצע צייט וועט בעז''ה זיין מכאן ואיליך יערב לכם.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

זייער א חשובע זאך! חזק!
איך קען נישט פארשטיין די נסיון, ווייל ב"ה איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין וואטסאפ, אפילו ווען איך האב נאך געהאט א סמארטפאון.
ווי איך ארבייט, איז איעדער אויף וואטסאפ. עס איז די די פיינעסעל גרופ, די בילינג גרופ, ועוד. האט השי"ת געהאלפן ברוב רחמיו, אז א חבר מיינער האט מיר געשיקט א דרשה פון עפעס א צוהר - בעלזא שאבאטען ווי איינע פון די דרשות איז געווען אז מיר די בעלזא דיינים האבן נישט געקענט טרעפן א היתר פאר וואטסאפ אפילו לצורך פרנסה. די דרשה איז געווען בערך 8 יאר צירוק. איך געדענק נישט פאר זיכער פונקטליך. איך האב דאן באקומען א ניי אייפאון פון מיין ארבייט, און איך האב דאן אפגעמאכט אז וואטסאופ נישט. און איך בין נישט קיין פארפרומטער אינגערמאן. בכלל נישט. איז ווייס קלאר אז אויב איך וואלט יא עס אהנגעהויבן נוצן, וואלט איך מסתמא נישט געהאט די כוחות עס אויפצוגעבען. איך בין טעק סעווי, און איך האב זייער ליעב זיך צו אויסקענען מיט אלע פיטטשערס פון אידעדע פראגראם. און ב"ה איך קען זאגן אז מען קען ארבייטען אהן וואטסאופ. איך judge נישט קיינעם וואס האט עס לצורך פרנסה. אבער מען קען אהן דעם. איך האב אן אחריות'דיג ארבייט, איך בין אחראי אויף מיליאנען דאלארען איעדע חודש. און ב"ה, איך האב בלויז א פליפ פאון.
חזק ואמץ פארן עס אויפגעבן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

במקום שבעלי תשובים עומדים אין צדיקים יכולין לעמוד!

עס מיינט נישט דווקא איינער וואס האט אפגעשוירן זיין פיאות נאר יעדע נקודה קטנה(כאן היה גדולה) ! אשריך אשריך!
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

לאשתמודעתא האט געשריבן:איך האף אז איך וועל אמאל האבן די כוחות הנפש דאס צו קענען באווייזן.

גאמ
איין זאך קען איך יא זאגן, איך האב עס שוין אמאל געשפירט- דע פיליאינג פין זיין צוגעבונדן צו סאציאלע מידיע און זיך אפרייסן דערפון איז ממש א פארגעניגן וואס מען קען נישט מסביר זיין. די ערשטע וואך צוויי פילט מען ווי מען מוז/קען נישט אנגיין אן דעם אבער שפעטער פילט מען זיך ווי א פרייער מענטש.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אשריך הרב פערל!

דיין שטארקקייט ברענגט נאר חיזוק פאר די ווואס האבן עס אויך אויפגעגעבן (און האלטן זיך צוריק פון עס האבן) און קנאת סופרים פאר די וואס האבן עס נאך.

איך האב אויך שטאפלוויז פון אונען א סמארטפאון ביזן אראפנעמען אלע עפפס, און דערנאך וואצעפ, און דערנאך ביזן ווערן סמארטפאונ'לאז ב"ה.

עס נעמט אפאר יאר (!) צו כאפן וואס דאס טוט צו א מענטש און ב"ה אז מען האט די שטארקקייט דאס צו טוהן.
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

Whatapp האב איך טאקע נאך נישט אויפגעגעבען איך האב דאס נאר אין אפיס אבער מיין סמארטפאן האב איך אנגעהויבען נישט אריינצוברענגען אינדערהיים עס איז געווען שווער אבער עס האט זיך געלוינט איך בין א אנדערע טאטע
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

ר' משה הקדוש, ושאר חבריו הקדושים,
אפשר מעג איך פרעגן א שאלה, פארשטייט זיך אז איך פרעג עס נאר כדי צו באקומען די תשובה.
מה כל הרעש? וואס איז אזוי שלעכט מיט וואטסעפפ? איך האב עס נישט ווייל מען זאגט מיר אז ס'איז נישט גוט, אבער למעשה זעה איך אסאך וואוילע און פיינע אינגעלייט האבן עס יא, ס'זעהט מיר נישט אויס אז זיי זאלן עס נוצן לדברים הרעים, זיי זענען ערליך, דאווענען און לערנען, און פירן א אידישע שטוב. א קאמפיוטער קען מען אויך נוצן פאר אומאיידעלע זאכן, אלעס ווענדט זיך אינעם לעוועל פון יראת שמים, איז וואס איז אזוי שלעכט ווען מען האט וואטסעפפ און מען ניצט עס בעיקר פאר פרנסה, און אביסל זיך אויסצולופטערן?
נאכמער, איך זעה די וואטסעפפ אינגעלייט, זיי זענען אלס אינפארמירט, זיי ווייסן אלע נייעס, האבן אלץ וואס צו דערציילן, זיי קענען זיך שנעל אן עצה געבן מיט יעדע זאך, וכו', ס'זעהט מיר אויס אז די תועלת דערפון איז געוואלדיג.
איז אפשר זענט עטץ אונז מסביר וואס איז אזוי שלעכט דערמיט?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פ' לך לך האט געשריבן:ר' משה הקדוש, ושאר חבריו הקדושים,
אפשר מעג איך פרעגן א שאלה, פארשטייט זיך אז איך פרעג עס נאר כדי צו באקומען די תשובה.
מה כל הרעש? וואס איז אזוי שלעכט מיט וואטסעפפ? איך האב עס נישט ווייל מען זאגט מיר אז ס'איז נישט גוט, אבער למעשה זעה איך אסאך וואוילע און פיינע אינגעלייט האבן עס יא, ס'זעהט מיר נישט אויס אז זיי זאלן עס נוצן לדברים הרעים, זיי זענען ערליך, דאווענען און לערנען, און פירן א אידישע שטוב. א קאמפיוטער קען מען אויך נוצן פאר אומאיידעלע זאכן, אלעס ווענדט זיך אינעם לעוועל פון יראת שמים, איז וואס איז אזוי שלעכט ווען מען האט וואטסעפפ און מען ניצט עס בעיקר פאר פרנסה, און אביסל זיך אויסצולופטערן?
נאכמער, איך זעה די וואטסעפפ אינגעלייט, זיי זענען אלס אינפארמירט, זיי ווייסן אלע נייעס, האבן אלץ וואס צו דערציילן, זיי קענען זיך שנעל אן עצה געבן מיט יעדע זאך, וכו', ס'זעהט מיר אויס אז די תועלת דערפון איז געוואלדיג.
איז אפשר זענט עטץ אונז מסביר וואס איז אזוי שלעכט דערמיט?

פאר'ן לאנגער ענפער ליין די אויסגאבעס פון די הבדלה ארגענעזאציעס.

אבער דאס וואס דו זעהסט די אלע חברים יראים ושלימים וואס האבן וואצעפ. גיי צו צו זיי און פרעגן אויב בשעת'ן דאווענען קענען זיי זיך טאקע קאנצעטרירן אדער עס לויפט אדורך חוזר חזרה פון די סטעטוס וואס ער האט גע'חזר'ט מיט ערשטע חברים פון 10 PM ביז 1 AM און מיט צווייטע חברים פון 9 AM ביז 11 AM..

דערנאך: די געוועב בעצם איז נישט אזוי געפארפול, ווייל דו ווייסט דאך אז דאס איז א פראבלעם, און אפי' דו פאלסט אריין, ווייסטו וואס דו טוסט, און דו קענסט דערנאך נעמען שריט עס זאל מער נישט פאסירן, א שטייגער וואו לייגן א פילטער וכ"ו. משא"כ וואצעפ. איז א עבר-ושנה געים. דעיס אליין איז דאך נישט קיין פראבלעם. מען ווערט אריינגעצויגן פון איינס צום צווייטן, און עס נעמט א לאנגער צייט ביז מען כאפט אפי' וואו מען איז אריינגעטוהן.

און בנוגע אז זיי ווייסן אלעס. זיי ווייסן נישט מער וואו איינער וואס האט נישט קיין וואצעפ און זיין מקור פון נייעס קומט למשל פון אייוועלט, אדער קול מבשר, זיי קענען אפשר מען לשון הרע'ס און נייעס פון סעלעב'ס אבער נייעס פון די ריעל (פעיק) ווארלד קענען זיי נישט בעסער.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

אוודאי איז קיינער איז נישט מפקפק אז דאס איז א פראבלעם, כ'האב נאר אראפגעשטעלט אזוי די שאלה מיטן ציהל אז אונז זאלן הערן א תשובה מכלי ראשון פערזענליך פונעם בעל המעשה, נישט וואס אנדערע שרייבן אין פובליקאציעס אדער פארציילן נאך פון אנדערע.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

פ' לך לך האט געשריבן:ר' משה הקדוש, ושאר חבריו הקדושים,
אפשר מעג איך פרעגן א שאלה, פארשטייט זיך אז איך פרעג עס נאר כדי צו באקומען די תשובה.
מה כל הרעש? וואס איז אזוי שלעכט מיט וואטסעפפ?
אפשר זענט עטץ אונז מסביר וואס איז אזוי שלעכט דערמיט?


לאמיר לאזן די עדיקשן אין א זייט, און אויך דאס ’אז’ און ’ווי אזוי’ ס’פארדרייט די מוח, מ’טראכט אנדערש, מ’רעדט אנדערש, מ’פארשטייט אנדערש (זיי פארשטייען געווענטליך ’בעסער’ פון יעדעם) די שלאפלאזע נעכט וכו’ וכו’ דאס וועט מען לאזן פאר הבדלה וואס זיי שמיסן עס אויס מורא’דיג שיין און קלאר, בכלל נישט עקסטרעם.

נאר לאמיר רעדן דירעקט פון די איסורים. דהינו, אונז אלע געדענקן די כינוס כלל ישראל, צו די גרויסע צו די פריוואטע וואס חסידות’ן האבן געמאכט אליין, ווי מ’האט גערעדט און אויסגעשמיסט די געוואלדיגע פראבלעם פון די אינטערנעט, וואס ס’טוט און צו וואס ס’ברענגט צו, וואס פאר א שמיץ מ’קען זיך צאם זען אין א מינוט, וכו’
יעצט נעם די גאאאנצע אינטערנעט פראבלעם, און פארשטיי, אז צו אנקומען צו דעם דארף מען עס גיין זיכן, ניין, נישט מיט לעכט, און ס’נעמט נישט מער ווי דריי סקונדעס צו עס טרעפן, אבער ווען די עפענסט דיין קאמפיוטער סתם, האסטו נישט די שמיץ, און אויף אנצוקומען צו די ריכטיגע סחורה, גייסטו עס דארפן אריין לייגן און זיכן. (איך רעדט נישט פון הסתכלות בנשים וואס איז אסור, איך רעד יעצט פון ”שמיץ”)
יעצט אז האסטו א פילטער ביסטו בדרך כלל אפגעהיטן אויף %70/80
נאו, האסטע וואטסעפפ איז די גאנצע ביזנעס אנדערש, ווייל נאמבער וואן א פילטער ארבעט נישט אין קיין עפפ’ס סאו "וואס דו באקומסט איז אפן", און יעדער קען מחליט זין פאר דיר וואס דו זאלסט זען, און אלע זאכן וואס דו וואלסט אמאל געדארפט זיכן, און וואלסט ודאי נישט, דא האסטעס אויף דיין פאון ביי דיר אין טאש, מיט א נאטעפיקאציע, אז ס’דא פרישע סחורה, און ביים עפענען באגעגענסטו זיך מיט דאס ערגסטע!
אויף וואטסעפפ און ספיציעל אויף סטערעס, דרייט זיך ארים די גרוילסטיגע וואס איז נאר פארהאן,
און דו ווילסט חלילה נישט קיין שלעכטס, נאר ביסט אפען ביהמ”ד גרופ, צו וויסן ווען מ’דאווענט און ווען די מקוה איז קאלט, און ווען די שמש האט אנגעשריגן די משולח, און בום! ס’דא דארט אויף אפאר low lifes וואס זענען מזכה דערוילעם מיט ’פרישע ווארע’ און אפי’ אויב זיי שעמען זיך צו עס לייגן אויפן גרופ, וועט עס ליגן אויף זייער סטערעס,
און ס’נאר א קליק אין דיין וואטסעפפ און ה”י וואס מ’זעט זיך צאם אין א סקונדע.
און דאס איז דער שליסל חילוק פון סתם אינטערנעט vs וואטסעפפ אז א דארפסטו עס אליין ברענגען, און דא באקומסטו עס אויף א גאלדענע טאץ.

איך האף מיין נקודה איז פארשטענדליך, ’שרייבן’ איז נישט מיין שטארק פלאץ, אי האף ס’איז ליינבאר,
אז נישט וועט א צווייטער דארפן מסביר זיין.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פ' לך לך האט געשריבן:ר' משה הקדוש, ושאר חבריו הקדושים,
אפשר מעג איך פרעגן א שאלה, פארשטייט זיך אז איך פרעג עס נאר כדי צו באקומען די תשובה.
מה כל הרעש? וואס איז אזוי שלעכט מיט וואטסעפפ? איך האב עס נישט ווייל מען זאגט מיר אז ס'איז נישט גוט, אבער למעשה זעה איך אסאך וואוילע און פיינע אינגעלייט האבן עס יא, ס'זעהט מיר נישט אויס אז זיי זאלן עס נוצן לדברים הרעים, זיי זענען ערליך, דאווענען און לערנען, און פירן א אידישע שטוב. א קאמפיוטער קען מען אויך נוצן פאר אומאיידעלע זאכן, אלעס ווענדט זיך אינעם לעוועל פון יראת שמים, איז וואס איז אזוי שלעכט ווען מען האט וואטסעפפ און מען ניצט עס בעיקר פאר פרנסה, און אביסל זיך אויסצולופטערן?
נאכמער, איך זעה די וואטסעפפ אינגעלייט, זיי זענען אלס אינפארמירט, זיי ווייסן אלע נייעס, האבן אלץ וואס צו דערציילן, זיי קענען זיך שנעל אן עצה געבן מיט יעדע זאך, וכו', ס'זעהט מיר אויס אז די תועלת דערפון איז געוואלדיג.
איז אפשר זענט עטץ אונז מסביר וואס איז אזוי שלעכט דערמיט?


1) איך קען אסאך פיינע ערליכע אידן, אבער זיי רעדן ביים ליינען. איך קען אסאך פיינע ערליכע אידן, אבער ליידער מאכן זיי גרויסע שטיק אין די ביזנעס.
2) איך האב נישט קיין וואטסאופ, ווייס איך נישט די מציאות הדברים. אבער מיין בני בית טוט אביסעלע מיט קירוב קרובים, און זי האט מעשיות וואס די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף. היימישע פרומע מיידלעך זענען אהנגעקומען צי די גרעסטע אסורים. א חלק נאך אין די סיסטעם, און א חלק פארלוירן שוין ביז זיי וועלען ווערן בעלי תשובה, ולא ידח ממנו נדח. אסאך פון די מעשיות האט זיך אנגעהויבן מיט א סמארטפאון און וואטסאופ. פרומע מיידלעך פון אונזערע בעסטע מוסדות און חסידות זענען אנגעקומען ווי זיי וואלטן ווען קיינמאל נישט אנגעקומען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:אשריך!

וואויל איז פאר דיר, און וואויל איז פאר דיין ווייב און קינדער!!!!


חזק ואמץ!!
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
משה פערל
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2016 11:44 am

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פערל »

האלטן מיר שוין ביי 5 וואכן און ס'איז פילט זיך מוראדיג גוט ב"ה
גראדע לעצטע וואך באקומען אסאך פרעשור אבער עס אויך דורך געשטיפט

ייש"כ באשעפער פארן מיר געבן די כח
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

משה פערל האט געשריבן:האלטן מיר שוין ביי 5 וואכן און ס'איז פילט זיך מוראדיג גוט ב"ה
גראדע לעצטע וואך באקומען אסאך פרעשור אבער עס אויך דורך געשטיפט

ייש"כ באשעפער פארן מיר געבן די כח

געדענק ווי שווערער אלס מער איז די שכר

חזק ואמץ
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

תחזקנה ידיכם! לפום צערא אגרא, און אויב איז נישט דא קיין צער איז דאך אוודאי נישט דא קיין סיבה צו בלייבן אויף וואטסאפ

איך ווייס נישט אויב דא איז די ריכטיגע אשכול דערפאר, אויב
נישט ביטע אנצייגען ווי צו לייגן.
שוין עטליכע מאל געוואלט אויפגעבן אויף וואטסאפ, אבל דא עקא אז איך האב דארט זייער אסאך אינפארמאציע וואס איך דארף קענען נאכקוקן.

וואטסאפ אליינס האט א בעקאפ אפשען וואס גייט צו גוגל דרייוו, אבער מען קען נישט ליינען די פייל, נאר עס צוריק דאונלאודען אויף א אנדערע פאון צו וואטסאפ.
די אנדערע אפשען וואס זיי האבן איז פון עקספארט טשעט, וואס איז גראדע גאנץ גוט, אבער מען דארף מאכן יעדע קאנווערסעישן עקסטער, און עפענען א עקסטערע דראפבאקס פאלדער נישט צו פארמישן די יוצרות. אויך ארבייט עס נישט געהעריג ביי קאווערסעישענס וואס האט אסאך דעטע און עס שיקט נישט די גאנצע פייל פון אנפאנג

אויב אייינער ווייסט פון א פראקטישע עצה וואס האט געארבייט ביטע לאזט וויסן.
שוין פראבירט גוגל און געטרייט אסאך זאכן אבער דערווייל אהן סוקסעס
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16964
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

בר דעת האט געשריבן:תחזקנה ידיכם! לפום צערא אגרא, און אויב איז נישט דא קיין צער איז דאך אוודאי נישט דא קיין סיבה צו בלייבן אויף וואטסאפ

איך ווייס נישט אויב דא איז די ריכטיגע אשכול דערפאר, אויב
נישט ביטע אנצייגען ווי צו לייגן.
שוין עטליכע מאל געוואלט אויפגעבן אויף וואטסאפ, אבל דא עקא אז איך האב דארט זייער אסאך אינפארמאציע וואס איך דארף קענען נאכקוקן.

וואטסאפ אליינס האט א בעקאפ אפשען וואס גייט צו גוגל דרייוו, אבער מען קען נישט ליינען די פייל, נאר עס צוריק דאונלאודען אויף א אנדערע פאון צו וואטסאפ.
די אנדערע אפשען וואס זיי האבן איז פון עקספארט טשעט, וואס איז גראדע גאנץ גוט, אבער מען דארף מאכן יעדע קאנווערסעישן עקסטער, און עפענען א עקסטערע דראפבאקס פאלדער נישט צו פארמישן די יוצרות. אויך ארבייט עס נישט געהעריג ביי קאווערסעישענס וואס האט אסאך דעטע און עס שיקט נישט די גאנצע פייל פון אנפאנג

אויב אייינער ווייסט פון א פראקטישע עצה וואס האט געארבייט ביטע לאזט וויסן.
שוין פראבירט גוגל און געטרייט אסאך זאכן אבער דערווייל אהן סוקסעס

ס'איז מיר א זכי' צו העלפן א יוד וואס וויל זיך פאבסערן!!!!
קנאפער ידען האט געשריבן:
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

וועלקאם טו די ווארלד אף ריאליטי!
לעב און לאך א גוטס
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30748
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

את פתח לו האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:תחזקנה ידיכם! לפום צערא אגרא, און אויב איז נישט דא קיין צער איז דאך אוודאי נישט דא קיין סיבה צו בלייבן אויף וואטסאפ

איך ווייס נישט אויב דא איז די ריכטיגע אשכול דערפאר, אויב
נישט ביטע אנצייגען ווי צו לייגן.
שוין עטליכע מאל געוואלט אויפגעבן אויף וואטסאפ, אבל דא עקא אז איך האב דארט זייער אסאך אינפארמאציע וואס איך דארף קענען נאכקוקן.

וואטסאפ אליינס האט א בעקאפ אפשען וואס גייט צו גוגל דרייוו, אבער מען קען נישט ליינען די פייל, נאר עס צוריק דאונלאודען אויף א אנדערע פאון צו וואטסאפ.
די אנדערע אפשען וואס זיי האבן איז פון עקספארט טשעט, וואס איז גראדע גאנץ גוט, אבער מען דארף מאכן יעדע קאנווערסעישן עקסטער, און עפענען א עקסטערע דראפבאקס פאלדער נישט צו פארמישן די יוצרות. אויך ארבייט עס נישט געהעריג ביי קאווערסעישענס וואס האט אסאך דעטע און עס שיקט נישט די גאנצע פייל פון אנפאנג

אויב אייינער ווייסט פון א פראקטישע עצה וואס האט געארבייט ביטע לאזט וויסן.
שוין פראבירט גוגל און געטרייט אסאך זאכן אבער דערווייל אהן סוקסעס

ס'איז מיר א זכי' צו העלפן א יוד וואס וויל זיך פאבסערן!!!!
קנאפער ידען האט געשריבן:

נישטא קיין נארמאלע וועג.

אפשר אפשר דאס https://andreas-mausch.de/whatsapp-viewer/, אבער פאון מוז זיין ראאטעד און עס איז ווייט פון סימפעל.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

אויב געלט קען העלפן אוועקשטעלן א מהלך פאר אזא פראיעקט - וואס וועט מסתמא קענען העלפן נאך מענטשן - גיב איך די ערשטע שיינע נדבה. קנאפער זאג אויב עס איז דא אויף וואס צו ארבעטן
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”