א מעשה מיט א בלעטעלע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
א מעשה מיט א בלעטעלע
א בלעטעלע!
א גרינע בלעטעלע!
זיצט זי אויפען בוים גאנץ אויבען, זי קיקט זיך אום אויף די וועלדער ארום, א שיינע וועלט פאר אירע אויגען אנטפלעקט.
עסען אין טרינקען האט זי גענוג, די בוים געט איר אלעס וואס זי דארף, זאל זי באשיינען מיט אירע שיינע קאלירען די באשעפער'ס וועלט.
[די חוקרים זאגען אז א יעדער בלעטעל האט איך זיך ארום דריי שטאק, וואס דארטען איז פארהאנען א גאנצע וועלט פאר זיך. די ליינ'ס אויף די בלעטעל אינדרויסען זענען אזוי ווי גידים, וואס טראגען די זין שטראלען אריין די ענפים, וואס שיקען עס צום גזע, און זיי אריין און שורש. די שורש שיקט צוריק וואסער אנגעפילט מיט מינארלים, צום גזע אריין און ענפים, און דארך די גידים אריין און די בלעטעל זאל זי זיך האלטען פריש און גרין].
פלוצלינג קימט א ווינט, רוח סערה עושה דברו, און עס שאקעלט זיך די בוים, די בלעטעל ווארפט זיך ארויף אין אראפ, ער ווייסט נישט ווי זיך אהינציטוהן, ביז די ווינט הערט אויף, און די בלעטעל קען אפאטעמען.
ער בארויגט זיך פון די שווערע ווינט, און קיקט זיך ארום אויפען בוים, אוי וויי, ווי זענען מיינע נאנטע שכנים? ער זעט זיי נישט אויפען בוים, ער קיקט אהין און אהער, ואיננו כי לקח אותו הרוח.
פלוצלינג הערט ער קולות פון געלעכטער מיט פרייד, די קולות הערען זיך פון אינטען אויף די ערד, די בלעטעל פוילט זיך נישט, ער בייגט זיך אראפ, און וועם זעט ער? זיינע חברים וואס זענען ביז לעצטענס געווען דא מיט עהמען, טאנצען דארטען א רקידהל'ע אויפען ערד.
חברה וואס גייט פאר מיט ענק, פרעגט ער זיי, פארוואס זענט עטס אראפגעגאנגען?
זאגען זיי איהם, קים אונז גייען מיר ארומגיין די וועלט!
זאגט די בלעטעל פאר זיינע חברים, חברה ענק זאגען דאך נישט נארמאל, ווער וועט ענק געבען דארטען צו עסען און צו טרינקען?
זאגען עהם זיי, אוי די פארנאטיקער! די פארשטייסט גאר נישט! מיר גייען זען די איבערגעדייטער קאר ביי די עק גאס, און די אנגעפירקלטע טיר פון די ביהמ"ד קעגען איבער, און די הינט וואס צווילדעט זיך ביים עק שטאט! מיר גייען טשילען א לעבען! די דערלייגסט!
די בלעטעל טראכט זיך צו זיך, 'אפשר דערלייג איך', אבער בארעכנט זיך, 'דא איז מיר גיט, איז לאז אפ'.
ס'נעמט נישט צופיהל צייט, און 'אודך' נאר א ווינט, יעלו שמים ירדו תהומות, אינזער בלעטעל פליט ארויף און אראפ ווי און א לונה פארק, נאך א פאר מוניט, די ווינט ברואיגט זיך, און מ'קיקט זיך אום די שאדענס.
אזוי זעט ער נאך אפאר חברים אינטען טאנצען מיט שמחה, 'מיר זענען פריי', מיר זענען שוין נישט צוגעבינדען צום אלטען בוים, א זקן בן מאה דאס, גיימיר איינעמען א וועלט!
חברים! ריפט ער צו זיי מיט מורא, ווי גייען ענק ווער וועט ענק געבען דארטען צו עסען און טרינקען, ווער וועט ענק באשיצען פון די ווינטען?
ויענו אותו הבלעטלעך, די נאר וואס פארשטייסטו! די ביסט דארטען אזוי צוריק געבליבען, און צוגעבינדען, די קענסט גארנישט טוהן חוץ פליען ארויף און אראפ, אינז גיימיר האקען שטיקער, מיר פארען צו אלע עקען פון די לאנד, מיר גייען אלעס מיטהאלטען, געניג געווען אזוי צוריקגעבליבען.
די בלעטעל טראכט צו זיך ' אפשר דאך זענען זיי גערעכט!
ס'נעמט נישט קיין מוניט אין די ווינט איז צוריק, הננו ער איז דא, אבער דאסמאל האט אינזער בלעטעל נישט אנגעכאפט צו שטארק די בוים, און ס'האט זיך געגעבען א רייס אראפ, און אינזער בלעטעל האט געלענדט אויפען ערד.
די בלעטעל בארויגט זיך פון די שטאקע זעץ, און הייבט אן ארום פליען מיט עקסטאז, אנגעפילט מיט עקסייטמענט, מיר גייען זעהן די וועלט.
ער הייבט אן פליען פליט ארום אהין און צוריק און זעט שוין די וועלט, ס'ריקט זיך די שעות, ער ווערט הינגעריג, און נישטא וואס צו טיהן.
זיין ריקען הייבט אן ווערען פאטריקענט און ברוין ,ס'טיט וויי, ער הייבט אן וויינען, אבער קיין סאך העלפט עס נישט, די זוהן האט זיך ארויסגעלאזט, און אפגעבאקען אינזערע בלעטעל, און ער איז געווארען אונגאנצען פאטריקענט.
די סוף זיינע איז געוען זער טרויעריג, די וועלט איז פיל מיט מענטשען וואס גייען אנע חשבון, ס'קימט א ריזיגע פיס און טרעט אן די טריקענע בלטעלעל, מ'הער אזא 'קראטש', ואיננו, אפילו צו קבר ישראל נישט זוכה געווען. תנצב"ה.
(ע"פ ר' משה גאלדמאן ז"ל)
****
האסט אמאל געטראכט אין באטרייכט ווער זענען די צופרידענע מענטשען אין ביהמ"ד?
די יונגערמאן וואס סאיז אים אייביג גיט?
די יונגערמאן וואס דרייט זיך נישט ארום א גאנצע צייט מיט טענות און מענות?
וואס די וועד הייסט איז איהם גיט?
טראכט אריין וועסטו זעהן אז ווי מער מ'איז מקושר צום עץ החיים איז מען מער צופרידען און פריילעך!

- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: א מעשה מיט א בלעטעלע
גאר שטארק!
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17144
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
- א נייניקל
- שר האלפיים
- תגובות: 2002
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
- לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים
Re: א מעשה מיט א בלעטעלע
טראצדעם וואס איך קען שוין די מעשה האב איך געליינט יעדעס ווארט פון דיין פעדער, און הנאה געהאט
-
- שר האלף
- תגובות: 1392
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
- לאקאציע: אין כולל - [email protected]
Re: א מעשה מיט א בלעטעלע
זייער שיין און שטארק,
הערליך שריפט!
הערליך שריפט!
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: א מעשה מיט א בלעטעלע
שיין געשריבן!
טאקע שוין אינמיטן ליינען איז מיר ארויף געקומען דעם ניגון :דאס איז וואר אין יעדן דור.. עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור...

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17814
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: א מעשה מיט א בלעטעלע
איינס האט געשריבן:שיין געשריבן!
טאקע שוין אינמיטן ליינען איז מיר ארויף געקומען דעם ניגון :דאס איז וואר אין יעדן דור.. עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור...
גאמ, ביים ערשטן שורה שוין.
מעכטיג געשריבן!
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: א מעשה מיט א בלעטעלע
כ'וויל האט געשריבן:א בלעטעלע!
א גרינע בלעטעלע!
זיצט זי אויפען בוים גאנץ אויבען, זי קיקט זיך אום אויף די וועלדער ארום, א שיינע וועלט פאר אירע אויגען אנטפלעקט.
עסען אין טרינקען האט זי גענוג, די בוים געט איר אלעס וואס זי דארף, זאל זי באשיינען מיט אירע שיינע קאלירען די באשעפער'ס וועלט.
[די חוקרים זאגען אז א יעדער בלעטעל האט איך זיך ארום דריי שטאק, וואס דארטען איז פארהאנען א גאנצע וועלט פאר זיך. די ליינ'ס אויף די בלעטעל אינדרויסען זענען אזוי ווי גידים, וואס טראגען די זין שטראלען אריין די ענפים, וואס שיקען עס צום גזע, און זיי אריין און שורש. די שורש שיקט צוריק וואסער אנגעפילט מיט מינארלים, צום גזע אריין און ענפים, און דארך די גידים אריין און די בלעטעל זאל זי זיך האלטען פריש און גרין].
פלוצלינג קימט א ווינט, רוח סערה עושה דברו, און עס שאקעלט זיך די בוים, די בלעטעל ווארפט זיך ארויף אין אראפ, ער ווייסט נישט ווי זיך אהינציטוהן, ביז די ווינט הערט אויף, און די בלעטעל קען אפאטעמען.
ער בארויגט זיך פון די שווערע ווינט, און קיקט זיך ארום אויפען בוים, אוי וויי, ווי זענען מיינע נאנטע שכנים? ער זעט זיי נישט אויפען בוים, ער קיקט אהין און אהער, ואיננו כי לקח אותו הרוח.
פלוצלינג הערט ער קולות פון געלעכטער מיט פרייד, די קולות הערען זיך פון אינטען אויף די ערד, די בלעטעל פוילט זיך נישט, ער בייגט זיך אראפ, און וועם זעט ער? זיינע חברים וואס זענען ביז לעצטענס געווען דא מיט עהמען, טאנצען דארטען א רקידהל'ע אויפען ערד.
חברה וואס גייט פאר מיט ענק, פרעגט ער זיי, פארוואס זענט עטס אראפגעגאנגען?
זאגען זיי איהם, קים אונז גייען מיר ארומגיין די וועלט!
זאגט די בלעטעל פאר זיינע חברים, חברה ענק זאגען דאך נישט נארמאל, ווער וועט ענק געבען דארטען צו עסען און צו טרינקען?
זאגען עהם זיי, אוי די פארנאטיקער! די פארשטייסט גאר נישט! מיר גייען זען די איבערגעדייטער קאר ביי די עק גאס, און די אנגעפירקלטע טיר פון די ביהמ"ד קעגען איבער, און די הינט וואס צווילדעט זיך ביים עק שטאט! מיר גייען טשילען א לעבען! די דערלייגסט!
די בלעטעל טראכט זיך צו זיך, 'אפשר דערלייג איך', אבער בארעכנט זיך, 'דא איז מיר גיט, איז לאז אפ'.
ס'נעמט נישט צופיהל צייט, און 'אודך' נאר א ווינט, יעלו שמים ירדו תהומות, אינזער בלעטעל פליט ארויף און אראפ ווי און א לונה פארק, נאך א פאר מוניט, די ווינט ברואיגט זיך, און מ'קיקט זיך אום די שאדענס.
אזוי זעט ער נאך אפאר חברים אינטען טאנצען מיט שמחה, 'מיר זענען פריי', מיר זענען שוין נישט צוגעבינדען צום אלטען בוים, א זקן בן מאה דאס, גיימיר איינעמען א וועלט!
חברים! ריפט ער צו זיי מיט מורא, ווי גייען ענק ווער וועט ענק געבען דארטען צו עסען און טרינקען, ווער וועט ענק באשיצען פון די ווינטען?
ויענו אותו הבלעטלעך, די נאר וואס פארשטייסטו! די ביסט דארטען אזוי צוריק געבליבען, און צוגעבינדען, די קענסט גארנישט טוהן חוץ פליען ארויף און אראפ, אינז גיימיר האקען שטיקער, מיר פארען צו אלע עקען פון די לאנד, מיר גייען אלעס מיטהאלטען, געניג געווען אזוי צוריקגעבליבען.
די בלעטעל טראכט צו זיך ' אפשר דאך זענען זיי גערעכט!
ס'נעמט נישט קיין מוניט אין די ווינט איז צוריק, הננו ער איז דא, אבער דאסמאל האט אינזער בלעטעל נישט אנגעכאפט צו שטארק די בוים, און ס'האט זיך געגעבען א רייס אראפ, און אינזער בלעטעל האט געלענדט אויפען ערד.
די בלעטעל בארויגט זיך פון די שטאקע זעץ, און הייבט אן ארום פליען מיט עקסטאז, אנגעפילט מיט עקסייטמענט, מיר גייען זעהן די וועלט.
ער הייבט אן פליען פליט ארום אהין און צוריק און זעט שוין די וועלט, ס'ריקט זיך די שעות, ער ווערט הינגעריג, און נישטא וואס צו טיהן.
זיין ריקען הייבט אן ווערען פאטריקענט און ברוין ,ס'טיט וויי, ער הייבט אן וויינען, אבער קיין סאך העלפט עס נישט, די זוהן האט זיך ארויסגעלאזט, און אפגעבאקען אינזערע בלעטעל, און ער איז געווארען אונגאנצען פאטריקענט.
די סוף זיינע איז געוען זער טרויעריג, די וועלט איז פיל מיט מענטשען וואס גייען אנע חשבון, ס'קימט א ריזיגע פיס און טרעט אן די טריקענע בלטעלעל, מ'הער אזא 'קראטש', ואיננו, אפילו צו קבר ישראל נישט זוכה געווען. תנצב"ה.
(ע"פ ר' משה גאלדמאן ז"ל)
****
האסט אמאל געטראכט אין באטרייכט ווער זענען די צופרידענע מענטשען אין ביהמ"ד?
די יונגערמאן וואס סאיז אים אייביג גיט?
די יונגערמאן וואס דרייט זיך נישט ארום א גאנצע צייט מיט טענות און מענות?
וואס די וועד הייסט איז איהם גיט?
טראכט אריין וועסטו זעהן אז ווי מער מ'איז מקושר צום עץ החיים איז מען מער צופרידען און פריילעך!
viewtopic.php?p=3190623#p3190623
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: א מעשה מיט א בלעטעלע
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 3#p3190623
מיר געלעגן אין קאפ אז כאנישל האט שוין אמאל געשריבן איבער דעם...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
Re: א מעשה מיט א בלעטעלע
איינס האט געשריבן:כאניש וואס צו טון האט געשריבן:https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 3#p3190623
מיר געלעגן אין קאפ אז כאנישל האט שוין אמאל געשריבן איבער דעם...
כאניש באמערקט אז כאניש האט עס אראפגעשריבען, אבער יא די מקור איז פארשטייט זיך די ניגון.
די ווערטער זינגען און מיין אויער שוין א לאנגע צייט, און ווי מער איך טראכט אריין ווערט מיר קלארער און שטערקער די מעסעדזש.
אגב שכויח @איינס פארען עס אריינלייגען און שרייבער.