אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אריה במסתרים
- שר מאה
- תגובות: 150
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am
אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
געווען איז עס אין א פארהויכטע פינקע מאנטאג, א טאג ווי אלע טעג, ס'וועקער זייער קלינגט שוין צום טויזענטסטן מאל, מיסיס במסתרים איז שוין זייער בייז... קוים וואס ס'דא צו וועם צו רעדן, כ'שוועב מיט א לעבהאפט אינעם עולם התוהו, די חלום האט שוין כמעט אנגעהויבן מאכן סענס... אבער, אזוי גייט עס, אז מען לייגט זיך ווי א פערד, שטייט מען אויף אן א קעמל, און אז מען האט נישט קיין קעמל איז די פיאות צופאטשקעט.
כ'שלעפ מיך ארויס פון בעט, א קוק אויפן זייגער האט מיר געגעבן א הילכיגע ריאליטעט פראסק, ווי צו זאגן, אינגערמאן, געבט אייך א שאקל, אז נישט קריגסטו א פינק סליפ.
אָן אן אטעם לויף איך אריין אינעם נאנטן סמעדריש, אויפן וועג אריין אין מקוה האט זיך איינער מיטגעכאפט מיט מיר. איז אזוי, בעצם האב איך נישט קיין פראבלעם דערמיט, טון א חסד צופרי, איי סטו זאגן ס'איז א מצוה וואס האט חתונה געהאט מיט אן עבירה, דאך נישט מיין פראבלעם, איך ביניש דעם שמש'ס פאליציי. אבער ביטע, אויב טוסטו אזאנס, ביטע לאז מיר אויך פלאץ אינעם קליינעם דרייער, געב מיר לופט צום אטעמען, כ'מיין ווי נישט ווי האב איך דא געצאלט געלט פאר דעם רייד.
שוין, דער וואס האט זיך מיט מיר מיט געדרייט יאגט זיך געפערליך, אני הקטן נישט. געמיטלעך זעץ מיר זיך אנידער, היינט איז דא ברייטע צעטלעך, סאו מ'קען מאכן די לאך פאר די הוק פונקט אינמיטן ביידע זייטן, אזוי ווערט נישט חרוב אפאר ווערטער אינמיטן. הגם די צעטלעך דריקער וואלטן שוין לאנג געמעגט מאכן אן אפציעלע ארט וואס זאל זיין ספעציעל פאר די הוק, אבער שוין, ב"ה פאר דעם.
כ'שלעפ מיך אריין אין בור, יעדע סטעפ באקומט די צווישנשייד פון א צווייטע פינגער צו ערלעדיגן דאס מקום, ענדליך זעמיר אין בור, אההה, פיין הייס היינט, דער אייבערשטער פארלאזט נישט קיינעם. און אזוי פארגעסט מען פונעם גאנצן ארום, אלעס איז טויט, שטא גארנישט, מ'קען מיט א רואיגקייט פילאזיפירן און דורכטראכטן אלעס מיט א קלארקייט, און ניין קיינער האט נישט געמאכט קיין ש''י טבילות, מיין מקוה איז ב"ה נישט צושטערט געווארן.
א האלבע שטונדע שפעטער, עטליכע שיכטן הויט פון די פיס ווייניגער, און מ'זעמיר אויפן וועג צו מאכן א קאווע, בונדלעך, אריין, ארויס אביסל, ווידעראמאל אריין, צו סאך זענען ארויס, שיפע האט קאפ, יאפ דאסמאל איז דא גענוג, הייס וואסער מילך, א קאצקע, אההה ש'כח טאטע די קאווע איז אזוי פיין. בוווום, שטא מער. וואסיז? דער מטורף וועלכע איז מיר נארוואס פארבייגעלאפן האט געגעבן א יאג אריין אין מיר, און מיין קאווע האט געלאנדעט אויף די ערד און געגעבן פאר אלעס ארום א חתיכה הראויה להתכבד, ס'טריפט און ס'טראפט, אבער דער איז שוין לאאאאנג נישט דא. ווען נישט איך געב אזא פראפעסיאנאלע שפרינג אויף צוריק מיט די הענט אויף ארויף און די של ראש אויף פארענט, וואלט איך מיך געדארפט אהיים גיין טוישן, שוין כאטש נישט דאס. די צווייטע קאווע האט שוין געהאט א שלעכטע טעם. פארוואס קענען מענטשן נישט וואטשן?
די גוסטע איז מיר שוין געווען נאך א שחיטה מונחת, היינט איז שוין די טאג קאפוט, נעקסט, אפשר מארגן.
טלית ותפילין, מגיימיר דאווענען פארן בוכ"ע, צו מיין גע'שחט'ענע מזל האט זיך צוגעריקט צום עמוד איינער וועלכער איז עובר אויפן ארור מכה רעהו בגרונו, ער שלעפט און שטיפט כאילו מ'זעמיר דא אין סדום, עריז זיכער אז פון ווייט און ברייט נאנט און גראב האט מען זיך פארזאמלט צו הערן זיינע פיל הארמאנישע אראפ פונעם טאן געשרייאכצער ביי וכרות אז ס'האט זיך מיר געוואלט מאכן א וכרות אים פונעם עמוד.
די געהירן האט ער מיר געדרעינט מיט אזא חיו'שע רואיגקייט, און אויב האביך נאך געהאט א טראפ מוט פארן היינטיגן טאג, אט דארט איז עס געגאנגן.
ענדליך מען ענדיגט דאווענען, איך דריי צוזאם די רבינו תם, מיטן ווינקל פון אויג האב איך געלייגט א יד אויף עטליכע פישלעך, וויסנדיג אז דאס איז מיינס, און כסדר אהין געשיקט בליקן ווי צו זאגן פארן פישל, ידידי, צהעמיר זיך זעהן בקרוב.
יאפ, האסטעך מסתם אליינס פארגעשטעלט, אזוי פון איין רגע אויפן צווייטן איז אנגעקומען א ריטערישע פערד, און פארכאפט מיינע טייערע פישלעך. סטעמיר געזענאזאנס, א מין חוצפה. ווי אן עני מהפך בחררה בינעך געגאנגען זוכן נאך עפעס א חררה און כ'האב דיסיידעד כ'העל שוין קויפן עפעס שפעטער נאכמיטאג.
אריין אין וויקעל, כ'באמערק קעטשאפ שיריים אויפן דאך, ווייזט אויס אז איינמאל ווען כ'האב געקויפט פרענטש פרייס און דאס געגעסן אין קאר, און פרובירט צו עפענען די קליינע זילבערנע בעגס בשעת איין הענט איז געווען אויפן סטירינג וויעל, און מיט איין הענט האב איך אנגעכאפט ס'בעג, און מיט די ציין פרובירט צו עפענען דעם מאנסטער זעקל, און ווי געווענליך, האט זיך עס נישט געעפענט, ביז כ'האב נישט געגעבן א גוטע ריס און אלעס האט ארויסגעשפריצט ארויף אויף מיין גלעזער פרצוף און ווי נישט, און אט זעה איך אז אויך אויפן דאך. אבער הו קערס.
ענדליך קומען מיר אן צום מקום הזיעת אפך, מיין בעל בית איז שטיקל מאדנע באשעפעניש, בעצם איז ער א פיינער און וואוילער, אבער א מין כעס'ן שאין כדוגמתו, ער איז זאלציגער פון לויט'ס ווייב, און ביטערער פון די וואסערן פון מרה.
ער כאפט טעראריסטישע אטאקעס אויף א טעגליכע פארנעם, און רייסט זיך אויף מיט א זעלבסטמערדער'ישע טראמאטעזירנדע אכזריות, אז ס'איז נורא נוראות.
איך האב ליב געהאט דאס ארבעט גראדע, פלעג איך מיך אויסלאכן פון אים, כ'האב אים גוט געקענט, געוויסט אז ס'גייט דורך און פערטיג, ער פלעגט שרייען, טיפען מיט די פיס, זיך אויס דרייען און ארויס וואקן, איך האב געמאכט א פיג מיט איין הענט, איינס איז ארויף אויפן נאז, און ארויסגעשטעקט מיין צינג, און א גוטן טאג. געווען אבער זענען אנדערע ארבעטער דארט וואס האבן נישט געהאט אזאכע דיקע הויט, און פלעגן עס נעמען פערזענליך, און זענען געווען מורא'דיג בייז אויף אים און דאס פלאץ, הגם מ'האט גוט געצאלט, אבער אסאך מאל איז געווען ממש אומדערטרעגליך.
אזוי קום איך אריין אפיס, און כ'הער דער האט געעפנט א פיסק אויף איינעם, ממש ס'גיסט זיך דברים מרורים מזפת וטנופת צופים, ער לאזט נישט נאך, ס'זעהט אויס ווי ממש יענער האט אים געוואלט אומברענגען.
איך פרעג אים, העי, וואס גייט פאר? וואס האט פאסירט? ער דרייט זיך אויס צו מיר, הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען ד- נעה נישט דאס, הא! שרייט ער, דו ווייסט נישט? ער פרעגט נאך! אזוי עפענט ער א מויל, און אינמיטן די רויעך און פארע רופט זיך דער ערשטער באשריגענער אן, האלא, איך קוויט. הצלחה רבה, איך פארלאז דאס פלאץ. דאס איז. גענוג געווען דיין שעיר לעזאזל, דעטס איט. און ער שטורעמט ארויס פון זאל.
א שניידענדע שטילקייט האט איבער גענומען די קולות, און ער איז ממש געלעמט געווארן. אנע כוח זעצט ער זיך אראפ אויף א בענקל און לאזט ארויס א קרעכטץ.
זעהנדיג אז די רעדער זענען הייס, האמיר אים געפרעגט, און כ'זאג אים, לאמיר זיין אפן, וואס איז פשט? דו ווייסט דאך אז דו האסט נאר שאדן פון דעם, פארוואס טוסטו דאס? פארוואס שרייסטו אזוי אויף דיינע ארבעטער ווי כאילו זיי זענען דיינע אינטערטאנען און דיין אייגענטום?
טרערן זענען אים געקומען אין די אויגן, מיט א נידריגע שטומע זאגט ער מיר, מיינסט אז איך וויל? מיינסט איך קען מיך באהערשן? דו ווייסט וויפיל איך לייד מיך צוזאם פון דעם? ס'איז מיר אזוי שווער. וואס קען איך טון? הא! אפשר גייסטו אויף טעראפי? נעה כ'האב עס נישט געזאגט כ'האב נישט געוואלט כאפן איינס אין פרצוף און נאכוואקן דעם ערשטן.
טייערע אידן, מ'ברויך ארבעטן אויף די מידות ווען מען קען נאך, ווען מען איז נאך אינגער און ס'איז נאך גרינג, ווייל נאכדעם איז ביטער.
איך ארבעט שוין כהיום נישט ביינעם, אבער די לעבעדיגע מוסר ספר וואס כ'האב דארט געהאט, שטייט מיר נאך פאר די אויגן, און קומט מיר אסאך צוניץ...
פארוואס איך בין ארויס פרעגסטו? אהה, ס'איז מיר געווען צו שווער צו ציילן די גרויסע פעקלעך נעפקינס צו ס'איז טאקע 500 שטיק, דאס פלעג איך טון דארט... נעה, די ארבעט'ס פלאץ און נאמען איז שטרענג געהיטן אין די רעדאקציע, בעצם האב איך געוואלט היטן דארט נאך עטליכע זאכן, אבער די רעדאקציע האט געווארענט אז כ'וועל דארפן אנהייבן צאלן רענט, סאו איז געבליבן אז בלויז די נעמען קען איך דארט לאזן, און אלע אייער באקסעס דארף איך זאפארט קומען צוריק נעמען.
אלזא הערט אויס טייערע ברודער, אז מען ארבעט נישט אויף די מידות, האט מען נישט קיין מידות, און עס איז זייער ביטער.

מרחוק השם נראה לי
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2659
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
פיינע ארטיקל!
- איש האשכולות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3227
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
- לאקאציע: יעצט בין איך דא
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
פיינע שפראך און צום פינטעל...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
דו האסט געארבעט ביים זעלבן באלעבאס ווי איך האב???
איך געדענק דיך נישט דארט...
אויך אריין געשיקט די נאמען אין רעדאקציע.. העמער זען צו זיי האבן נאך פלאץ.
_____
הערליך געשריבן
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15314
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
סארא שפראך דער באהאלטענער לייבל, וואף.
טנופת צופים....
טנופת צופים....
-
- שר מאה
- תגובות: 103
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
גאר גוט !
שטארק הנאה געהאט...
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
שטארקע נקודה
שיינע שפראך
זאפטיגע לשונת
שיינע שפראך
זאפטיגע לשונת
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח

- חאצקיל בעל עגלה
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5000
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
- לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
די שפרייך!!
דיין לשונות!!
שיגענע!!
ביסט ניינע פייעס!
דיין לשונות!!
שיגענע!!
ביסט ניינע פייעס!
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000

- קרית יואל פלייש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3643
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm
- יקוש פייוויש
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6651
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
גאר גוט!
- טעמטי
- פורים רב תשפ"ג
- תגובות: 4069
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
- לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
- פארבינד זיך:
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
א זיסער שפראך האסטע... צוקאש.
- היסטאריש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3985
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
גוט. כ'לאך נאך יעצט..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
זיסער פין זיס
פיינע נייעס דאס
פיינע נייעס דאס
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
ארור מכה רעהו בגרונו
ארי' דו קומסט אייביג אריין קלאר...
לייג אין דיין אינטערשריפט לינקס צו אלע דיינע ארטיקלען..

א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.

- האסטו וועסטו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4616
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
- לאקאציע: דא
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
אז מ’איז איז איז מען גיט
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)
#גיי קראך גרינע פעפער
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט

ציקער זיס
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)
#גיי קראך גרינע פעפער
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
(קר' ל.וו.)
#גיי קראך גרינע פעפער
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
אנבעליוועבל, אזא פיינע שפראך און אזוי גוט צולייגט.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17011
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
- אריה במסתרים
- שר מאה
- תגובות: 150
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am
Re: אז מ'ארבעט נישט האט מען נישט!
א גרויסן דאנק יעדער איינער באזונדער! כל אחד בשמו הטוב יבורך!
טענקיו, א שַראַ חמישים מעג? כ'הא געמיינט אז דאס איז נאר פאר די הויעך באגידלטע אלט געזעסענע גולשים...
נעבעך... דו האסט ארויס געשפאנט פונעם פלאץ? האסט אים שוין מוחל געווען? כליפ כליפ כליפ...טינטיג האט געשריבן:דו האסט געארבעט ביים זעלבן באלעבאס ווי איך האב???
איך געדענק דיך נישט דארט...
שטויביג האט געשריבן:ארור מכה רעהו בגרונו