מאלן וואסער איז אויך עפעס...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

העי, אריה, שרייב נאך, שרייב אן ארטיקל. פיין, כ'האב הנאה אז דער עולם בעהט און האט הנאה פון מיינע ווערק... אבער...

הערט אויס, איך בין לאנגווייליג, איך ווייס ניטאמאל וואס איך גיי שרייבן אין די נעקסטע שורה, אבער מיר גייען לאזן דעם קי-זקן לויפן, האפענטליך וועט זיך א גלח איסלאמירן דורכאויס אונזער דראמאטישע רייזע.

יעצט, מיין מוח איז ליידיג פון געדאנקען איבער וואס צו שרייבן, אבער האפענטליך וועט עס קומען במשך הדרך, ביז אהין העמיר ריין מאלן וואסער.

משטייט אסאך מאל ביי א מצב וואס ממש מ'האט נישט וואס צו שרייבן, די גיסטע איז עפעס נישט גוט, איך בין פויל צו שרייבן, פויל צו ליינען אייער וועלט, פויל אהה כ'האב שוין וואס צו שרייבן.

יעדע מענטש, געמאכט פון פלייש און פיש, צומאל איז עס טונא, ווענד זיך אין וועלכע מוסד מען האט די קינדער יארן פארוועלקט און אפגע'בטל'ט, האט פארשידענע גיסטעס דורכאויס דעם לאנגן טאג.

מאנכע, אזוי ווי מיר, קען זיך די גיסטע טוישן אין געציילטע רגעים, למשל יעצט האט אזאנס פאסירט, פייער איז יעצט אין מיינע אדערן, און מיין הארץ פאמפט פלאמען, איז לאמיר צונעמען אביסל די סיטואציעס אין וואס דער מענטשליכער באשעפעניש קען זיך טיילמאל געפונען.

צום אלעם ערשט ברויך מען אוודאי אנהייבן מיט די גוטע זייט, דאס איז געווענליך ווען מען איז אין א באבל, דאס הייסט איך לעב מיך יעצט אין מיין וועלטל, וואס אט דארט איז יעצט פרייליך. ווי א חתן אין שבע ברכות, וואס דאס גאנצער יקום מיט אלע אירע באשעפענישן באלאנגן בלויז צו אים, ווייסט ער פון גארנישט, אלעס איז פארשטארבן מיט מיתות משונות, אלעס דרייט זיך יעצט ארום דעם פריש געבאקענעם צוזאמגעפארטן קאָפל, הגם קיינער ווייסט וואס די עתיד וועט ברענגען פאר דעם פאָרל, אבער די מצב איז פרייליך...

א צייט ווען מען ווייסט נישט פון קיין דאגות, מיז נישט זיין אזא לעבנס סענזאציע ווי פארשקלאפט ווערן צו א שותף, אפילו מען רעדט פון א מילדע סוטאציע, מען איז אין די אייגענע באבל, פארוואס טאקע זאג איך באבל? ווייל בעצם נישטא פארוואס צו זיין פרייליך... כ'מיין טרעף מיר א סיבה...

עניוועיס, די שמחה'דיגער שטימונג, איז שטארק געשמאק, הגם געווענליך האלט עס נישט אן פאר צו לאנג, גם זה יעבור האט דער קליגער קעניג אייביג געטראגן מיט זיך.

נאכדעם איז דא א צווייטע סיטואציע, וואס איך גלייך גראדע, אט דאס איז ווען מען גייט גלייכצייטיג אויך אריין אין א באבל, אבער גאר אן אנדערע, אההה איך גלייך אים, מען איז אויף די הויכע גראזן אן קיינע גראזן, מען שוועבט אין די הויכע ספערן אן קיין שטער, אהה, נפשי חולת.

די מוח לויפט אנע גבולים, דאס פעדערל ברענגט טיילוויז ארויס די פלאטערנדע געדאנקן וואס שפינט זיך, פארשטייט זיך גאר פארדרייט. ווי ביים ברעג ים, א לייכטע ווינטל, ענדלאזע מיילן פון זאמד און שטיינער, א לייכטע זין, דאס בלויער אקעאן פארציילט זיין שיין און פראכט, ווי א הונגעריגער דערכאפט זיך צו א שטיקל יאפטשיק, די מוח עס קוועלט פון די פרייהייט (איך ווייס איך מאך נישט קיין סענס, מ'האט קלאר געשמועסט אז מיין פעדער גייט פריי לויפן) דאס נפש דערהייבט זיך צו העכערע ספערן, דאס פארבארגענע פלאם שפרודלט אויף ווי א קוועלעדיגע ברונעם.

געניאלע בייפאלן קוילערן זיך ארויס, טיפע געדאנקען ווערן גאר פלאך, רוימפולע שפרעכונגען באקומען גאר נייע באדייטן.

אקעי איים אַוט.

נאכדעם איז דא טיילמאל וואס גארנישט מאכט נישט קיין סענס, זאכן זענען צופראסקעט און צושטויסן, מען וויל גארנישט חוץ שלאפן און עסן לאטקעס און גאלע, ווארפן נאסע פריטלעך, און טריקענע לעיבער, לאמיך שלאפן און יאפעץ אפ מיט א גאפל.

נאכדעם איז דא ווען מען פאלט אריין אין א מין ברענעדיגע גרימצארן... מען גרייט זיך צו שניידן מענטשן מיט שטומפיגע דזשילעטס, געבן צו טרינקען פארדארבענע מילך געמישט מיט טשיק פיז, אהה, דער כעס ער ברענט און וויל פארלענדן, זיך שטיקן אויף פרעש און שפייען מוריטשקעס. שטעקן בעזעמס אין ציינער, און באקלאפן ביינער, גיסן קללות נמרצות אויף אלע 456 שפראכן...

שטורמישע פראזן, קלינגעדיגע שפריכווערטער, דראמאטישע סענזאציעס, אקעי, כמאך ווייטער נישט קיין סענס.

פרייען באנאנעס און פרירן ציגלען, ווארפן צעמענט און שטויסן עפלעך, אהה... שמעקן ניקלעך און פייערן באלאטעס, צושטערן פשעטליך, און רייטן אויף אייזלען...

פאפיר איז צו ארעם צו פארנעמען די צארן וואס פלאקערט, און פעדער איז שטום צו באשרייבן די רויעך וואס שפראצט פון די אויערן. ניטאמאל מיין בענקל וויל איר פארנעמען.

נאכדעם איז דא די טיפיקל דעפרעסטע מצב, אלעס גייט מיטן פיטעם אראפ, די שלימזלנות לויפט דיר נאך ווי א ישראלי צו א פאפיטע, סאיז קאלע-מענטי אויפן געוויסן, אלעס טריפט, אלעס טראפט, ווען דו קיקסט אויף מיר ביסטו אויטאמאטיש מיין שונא נומער איינס, ארויף אויפן שווארצן ליסטע, קוק מיך נישט אן, וואגן זאלסטו צו רעדן צו מיר, כוועל דיר צורייסן ווי א פאפיר אויפן וועג צום מיסט קאסטן, ווי א הושענה בלעטל אויפן ארון קודש, ווי א קנעפל פונעם פעשליכן.

איך וויל נישט הערן פון קיינעם, זיצן מיט מיר אליינס אויך נישט, אנטלויפן פון אלעס פון יעדן, וואס איז דא בכלל? איך וועל נישט מער מאריך זייך, כ'האב נישט קיין צייט עכט...

אבער וועם גייט עס דען אן? אז מלעבט לעבט מען, מען ברויך אינדזשויען לייף עז איט איז, שאוו יור פראבלעמס, לאך פון די וועלט ווייל די וועלט לאכט פון דיר...

טו אין שטותים, ווייל אלעס איז ממילא שטותים, לעב און לאז לעבן.

כ'האב אויסגעלאזט צענדליגע סיטואציעס, יוכלו הזמן והם לא יוכלו, כ'דארף לויפן.

אנטשולדיגט יעדער איינער, דאס האט מיין קיבארד יעצט געשפיגן, איך האב קלאר געשטעלט אז כ'האב נישט וואס צו שרייבן, סאו כ'בעט יעדעם איבער פארן אפ'בטל'ן זייער צייט.

האטס מיר און זייטס מיר.

וואס יא, פילסט א מאל ביסט אין א טיפע מצב, די גוסטע איז עפעס נישט אזוי אייער אייער, זעסט ווי שנעל מיין גוסטע האט זיך געטוישט? אזוי גייט עס. פון יעדע שווערע מצב זעהט מען זיך למעשה ארויס, אמאל נעמט עס 14 סעקונדעס, און אמאל לענגער. אבער למעשה? גם זה יעבור.

א רגע, פאר דו גייסט, ווי קומט מאלן וואסער אריין דא? האַ! ער פרעגט נאך...
מרחוק השם נראה לי
אוועטאר
אקטיוויסט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 09, 2022 10:06 pm

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקטיוויסט »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

שרייב ווייטער @אריה שרייב...
נאך אלעם אפילו געמאלנע וואסער פון דיר האט א שטארקע נקודה !!

;l;p- ;l;p-
פאני...
נימער ערגערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 11:27 pm

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נימער ערגערס »

אהההה
א שמייכל אינמיטן די ארבעט...
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

פיין געמאלן!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה פען »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
music helps your mood
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

סארא געבעקס דער האט צוזאמגעבאקן מיט זיינע מים שחקו. עס איז בבחינת שחקו כל מחבקי’ און ווייסעך וואס נאך.

עפיק דעלישעס פאריקט באגיסטעט, הויעך אויף גראזן אנע גראזן ביט בעזעמעס אין די שלייקעס.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

איי איי שרייט (שרייבט) ער גוט!
דיין נישט מאכען סענס, מאכט דייקא אזויפיל סענס.
אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

נימער ערגערס האט געשריבן:אהההה
א שמייכל אינמיטן די ארבעט...

;l;p- ב"ה כ'האב זוכה געווען! א דאנק!
מרחוק השם נראה לי
אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

יאנאש האט געשריבן:סארא געבעקס דער האט צוזאמגעבאקן מיט זיינע מים שחקו. עס איז בבחינת שחקו כל מחבקי’ און ווייסעך וואס נאך.

עפיק דעלישעס פאריקט באגיסטעט, הויעך אויף גראזן אנע גראזן ביט בעזעמעס אין די שלייקעס.

יאפ! בעזעמעס אין די שלייקעס! מיר גראדע נישט פייגעבאלן... מעיבי נעקסטיים... א דאנק!
מרחוק השם נראה לי
אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

יקשן האט געשריבן:איי איי שרייט (שרייבט) ער גוט!
דיין נישט מאכען סענס, מאכט דייקא אזויפיל סענס.

;l;p-
מרחוק השם נראה לי
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

:lol: :lol:
פיינע נייעס דו.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3703
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

;l;p-
שרייבסט גוט
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יע יע.. אז מ'מאלט וואסער מאכט עס באבלס...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גוט, גוט, גוט,

זאג נאר אריה, וויפיל שעה האסטו אריין געלייגט אין דעם ארטיקל?
מ'זעט ממש די טיפקייט דערפון שניידט ווארצלען!
אזוי גוט ארויסגעברענגט די תכנית הנפש פון די אינגע בחור'ל וואס עסט עפלעך....

(ביטע זיך נישט פלאגן צו פארשטיין וואס דא שטייט אויב האט איר נישט געליינט די מאמענט'ס ארי בארי באקסער ארטיקל אינאיינעם מיט די התרגשות'דיגע בריוו א וואך דערויף,
הגם, אויב האט איר א געפיל צו מאדערן ארט דאן פארשטייט איר מעגליך אויך די טיפקייט סיי פון מיינע און סיי פון אריה'ס ווערטער)
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

זעיאך אז ארי'לע האט זיך שוין ווידער צעשריבן די הענט.
אבער וואס קען מען טאן אז מ'מוז יעצט זיך ארויסלאזן אויפ'ן וועג.

אפשר קען מען דאס האבן אין אודיאו מ'זאל דאס קאנען הערן אינמיטן דרייוון?
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

בקיצור דו האסט נישט וואס צו טוען און די טוסט עס אויף מיין צייט...כ'הער
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7927
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

די מאלסט גאנץ שיין..
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

פיין פיין. שטארקע מוסר השכל....
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:גוט, גוט, גוט,

זאג נאר אריה, וויפיל שעה האסטו אריין געלייגט אין דעם ארטיקל?
מ'זעט ממש די טיפקייט דערפון שניידט ווארצלען!
אזוי גוט ארויסגעברענגט די תכנית הנפש פון די אינגע בחור'ל וואס עסט עפלעך....

(ביטע זיך נישט פלאגן צו פארשטיין וואס דא שטייט אויב האט איר נישט געליינט די מאמענט'ס ארי בארי באקסער ארטיקל אינאיינעם מיט די התרגשות'דיגע בריוו א וואך דערויף,
הגם, אויב האט איר א געפיל צו מאדערן ארט דאן פארשטייט איר מעגליך אויך די טיפקייט סיי פון מיינע און סיי פון אריה'ס ווערטער)

:lol: :lol: ;l;p-

דער עקספערט - ווי אלעמאל, האט ארויס די זאך מיט א שטוינענדע קלארקייט!
מרחוק השם נראה לי
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

;l;p- :lol:
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מאלן וואסער איז אויך עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

צ"ק

נישט מער ווי גערעכט..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”