סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
נאר איך כאפ נישט וואס איז פאני דא?
קידינג עסייד, דאס איז אייזן גוט
קידינג עסייד, דאס איז אייזן גוט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
- עפעס אנדערש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3935
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
זעץ עס איבער אין ענגליש, און לייג עס ארויס. נישט אויף טוויטער פארשטייט זיך. זיי פארשטייען אויך בעסער וואס דו מעגסט וויסן.
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10744
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
אבא.......
באשעפער, אוואו שאפט מען אזוינע פעדער...
באשעפער, אוואו שאפט מען אזוינע פעדער...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
ווי קען מען זעהן/הערן די EDP נייעס קוואל??
מיין חלק אינעם שמועס...
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
פיינע פעליטאן...
קען זיין עס קומט א פיינע אדר אוועטאר, סטעי טונד...
-
- שר מאה
- תגובות: 103
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am
- בוחר בשירי זמרה
- שר האלפיים
- תגובות: 2627
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
א מחי' צו לעזען
שקאנאנוג פארוואס געוויסע רויע ניקלעך דא שפירן אז ס'איז א ווערטל
שקאנאנוג פארוואס געוויסע רויע ניקלעך דא שפירן אז ס'איז א ווערטל
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
דריידל האט געשריבן:נאר איך כאפ נישט וואס איז פאני דא?
גא"מ, ס'איז בכלל נישט פאני. ס'איז רעאליטעט, ליידער...
- בוחר בשירי זמרה
- שר האלפיים
- תגובות: 2627
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:נאר איך כאפ נישט וואס איז פאני דא?
גא"מ, ס'איז בכלל נישט פאני. ס'איז רעאליטעט, ליידער...
אוודאי נישט
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:א מחי' צו לעזען
שקאנאנוג פארוואס געוויסע רויע ניקלעך דא שפירן אז ס'איז א ווערטל
סאדי'ס שפראך איז דער ווערטל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- בוחר בשירי זמרה
- שר האלפיים
- תגובות: 2627
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
פעיק ניוז האט געשריבן:בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:א מחי' צו לעזען
שקאנאנוג פארוואס געוויסע רויע ניקלעך דא שפירן אז ס'איז א ווערטל
סאדי'ס שפראך איז דער ווערטל.
שטייצעך,
ס'איז געשריבן סארקאסטיש
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין א פרעצעדענטלאזער שריט האבן די סופרים קאורט ריכטער ענדע פאריגע וואך באשטעטיגט צו ענדיגן פרעזידענט ביידען'ס ביזנעס וואקסין מאנדאט, זאגנדיג אז עס איז אומקאנסטיטוציאנאל און די בירגער זאלן אליין באשליסן ווען עס קומט צו געזונטהייט באשלוסן.
עקספערטן דרוקן אויס זארג אז דער אורטייל וואס פאלגט דעם קאנסטיטוציע איז געפארפול און סקאנדאליעז, און די ריכטער וואלטן נישט געטארט לאזן אמעריקאנער בירגער אליין פאסן געזונטהייט באשלוסן.
ווי עס דרוקט זיך אויס א מאמע פון 6 הונט און 4 קעץ: "וואס דארף איך יעצט טון אז די פריוואטע פירמעס וועלן מער נישט לאביאירן אין וואשינגטאן אז איך זאל נעמען א וואקסין? דאס איז מסוכן און אידיאטיש. וויאזוי וועל איך בלייבן א געזונטע מאמע?" פרעגט זי מיט זארג.
א צווייטער מצורע זאגט מיט קענטיגע אנטוישונג אז ער דערקענט מער נישט זיין אמעריקע. "דאס איז נישט די זעלבע אמעריקע וואו מען האט אמאל געדארפט צווינגען יעדעם זיך אכטונג צו געבן אויף די אייגענע געזונט. ווער וועט מיך צווינגען צום נעמען דעם נעקסטן באסטער שאַט?"
אין רעאקציע צום געריכט אורטייל, האבן א גרופע פראטעסטירער זיך פארזאמלט פארנט פונעם סופרים קאורט געביידע, און געשריגן לאזונגען מיט היסטעריע: "פייזער ווייסט בעסער! עבאוליש דע סופרים קאורט" זיי האבן דערביי פארברענט קאפיעס פונעם אמעריקאנעם קאנסטיטוציע אין אויפברויז צום אורטייל וואס ערלויבט די קאנסטיטוציע אנצוגיין אין צייט פון א פאנדעמיע.
"מען קען נישט געבן אויסוואלן פאר בירגער" זאגט א זשורנאליסט פאר די EDP נייעס קוואל. "וואס איז אויב זיי מאכן דעם נישט ריכטיגן באשלוס? וואס טוט מען אויב איינער טוט אנדערש ווי איך וויל אז יענער זאל טון? די נעקסטע זאך וואס מענטשן וועלן טון איז צוריקשיקן זייערע קינדער אין שולעס און צוריקגיין ארבעטן אין פערסאן און קיינער וועט מער נישט שטארבן"
דאקטאר פאוטשי האט מיט ביטערניש אראפגעריסן דעם געריכט אורטייל סטראשנדיג גאנץ פדן ארם: "מיין נעקסטע וויירוס גייט זיין דאפלט שטערקער און מער מסוכן, אויב אמעריקע גייט נישט צווינגען יעדן אמעריקאנער צו נעמען דעם אמיקראן וואקסין וואס וועט זיין גרייט ביז 3 מאנאטן"
פאוטשי באציט זיך צום אמיקראן וואקסין וואס וועט זיין גרייט קומענדיגן מערץ און וועט פארטיילט ווערן פאר די אלע וואס האבן נאכנישט געכאפט דעם אמיקראן וועריאנט. דאס קומט ארויס פונקט אין צייט, ווען ארום 12 מענטשן וועלן דאס נאכנישט האבן געכאפט, דערקלערט פייזער מיט פאטאס.
"מיר מוזן ראטעווען לעבנס, אמיקראן פליט אזוי שנעל אז רוב וועלט וועט עס שוין האבן געכאפט, אבער דאך וועט דאס ראטעווען די דאזען מענטשן וואס מען וועט נאך קענען ראטעווען פון באקומען דעם קאלד פאר א וואך"
אנדערע פייזער איינגעשטעלטע האבן אויך אויסגעדרוקט זארג אז זיי וועלן זיך מער נישט קענען ערלויבן טייערע וואקאציעס ארום די וועלט, אין רעזולטאט פון דעם סופרים קאורט אורטייל. "מען וואלט זיך געמעגט רעכענען אביסל מער מיט די מולטי-ביליאנערן וואס פארפיגן איבער די דראג פירמעס וואס וועלן מער נישט שארן קיין מיליאנען"
מערקווירדיג, האט די געריכט אין די זעלבע צייט באשלאסן אז העלט קעיר ווארקערס זענען נישט ערלויבט אליין צו מאכן באשליסן פאר זייער געזונט. זיי זענען ווארשיינליך נישט גענוג קלוג דערפאר און זיי דארפן דאס לאזן פאר ביידען און העריס צו באשליסן.
"גאנץ אמעריקע קען מאכן אזעלכע באשלוסן, אבער געזונטהייט ארבעטער האבן נישט קיין אהנונג ווען עס קומט צו געזונטהייט באשלוסן. זיי מוזן לאזן אזעלכע באשלוס פאר ביידען און העריס, וויבאלד זיי זענען נישט גענוג באהאווענט ווען עס קומט צו אזעלכע לעבנסוויכטיגע באשלוסן" האבן די ריכטער אויסגעפירט מיט די גלעזער אויפ'ן שפיץ נאז.
אויסערגעווענטליך גוט אסדר!