שווער... כ'האב א תורה !!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אקטיוויסט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 09, 2022 10:06 pm

שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקטיוויסט »

אביסל זכרונת פון מייע בחורישע חתנ'ישע יארן


פון ווען איך קען מיר האב איך אלץ נאר געקענט רעדן מיט הענט... נא ניין זארג דיך נישט סגייט נישט גיין קיין פעטש דא... איך מיין צו זאגן אז מיך ארויס ברענגען קלאר איז מיר געווען זייער שווער אין א טונקלע שטוב, אדער אויפן טעלפאון,
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די מהלך פון די תשעה קבין וואס קענען רעדן דריי שעה אויפן טעלפאן, בקיצור א נשמה וואס וואלט געדארפט געבוירן ווערן הונדערט פופציג יאר צוריק,
וואס קען מען טוהן...

איך קען נישט זאגן אז די משוגעת האט מיר געשטערט, כ'מיין ווען זאל אויסקומען פאר מיר צו האבן א שמועס מיטן טעלפאון...
איז אבער געקומען די פרק האיש מקדש ווי ס'הייבט זיך אויך אן דער האיש מדבר, מ'דארף זיך אנשטרענגען יותר מכפי יכלתו ארויפצוברענגען א אומבאטעמטע שמייכל ווען מ'טרעפט די שווער, כ'מיין מחותן... אין גאס אדער סיי ווי עכ'פ יעדער לעבט עס דורך,

אבער דא איז געקומען א פראבלעם,
מעמיר דאך אנקאלן דעם מחותן יעדע וואך ווייזן אז סאיז נישט קיין מקח טעות און כ'בין יא די בעסטע בחור אין ישיבה ! והא ראיה כהאב פונקט געזעהן א שיין ווארט אויף די סדרה די מחותן וויל אפשר הער? -ליין שווער כהאב א תורה-

עכ"פ דא איז מיין פראבלעם געווארן א וועלטס פראבלעם ! די גאנצע שטאט האט מיטגעהאלטן אז איך קען נישט קאלן מיין מחותן און יעדער האט געגעבן זיינע בעטעמטע עצות דער האט געשריגען קאל אים נישט !! א צווייטער האט געזאגט שטיי יעדע פרייטאג נאכמיטאג ביים טיר פון מקוה און זאג אים דארט א תורה... א דריטער האט געצהט איך זאל מיר יא ברעכען מיין מהות וכו' וכו'

איך האב געהאפט אז מיין מחותן וועט מיר פטר'ן, אבער ווען די פטירה איז נישט אנגעקומען האב איך אנגעהויבן מיט די הכנות!

די ערשטע דאנערשטאג האב איך זיך געלייגט שלאפן גאר פרי בכדאי אויפצושטיין פירע פארטאגס אנצוגרייטן א תורה ! א פארסאפטער האב איך מיר אויפגעוועקט צען נאך פינעוו מיט די נשמה און די הענט, ארויס געטאנצען פון בעט, אך סהייבט זיך אן שווער... איך בין ארויס פונדערהיים מיט איין אטעם, אריינגעלאפן אין בית מדרש, געכאפט א פייל פון דרייצען ספרים, א קאפי אין די צווייטע הענט, און כ'האב אנגעהויבן זוכן א תורה, נישט צו שווער ס'זאל נישט ח"ו זיין "שווער פארן שווער" אוודאי נישט צו גרינג כ'בין דאך זיין ליבלינג תלמוד חכם איידעם... ביים זיבטיען ספר האב איך געטראפן א שטיקעל תורה, אבער דאן האב איך געזעהן די ביטירע אז ס'איז די פאריגע וואכדיגע סדרה...
האההה !!!
איך האב געמיינט איך פלאץ, שטעל דיר פאר כ'זאג דעי תורה וואס טראכט ער ווען זיין תלמוד חכם איז נישט מעבר סדרה שמועסט ביים ליינען אדער ליידט ער אויף אלצהיימערס...
שנעל האב איך צוריק געמישט צום ערשטען ספר און ווי א ניי געבוירן אינגל אנגעהויבן נאכאמאל מיט א פרישע קאווע,
דא האט עס שוין גענומען פיל לענגער פרישע ספרים זענען אפיר געקומען, שאפעס האבן זיך אויסגעליידיגט, מענטשען האבן געהויבן ברעמען, אבער דאס אלעס האט מיר נישט צוריק געהאלטן פון מיין מיסיע !!
ענדליך צענע צופרי האב איך מיר געטראפן מיט א טיש אנגפאקט מיט ספרים, צען קאפי קאפס, אבער אויך א תורה !!

די זיסקייט ווי מיין מחותן וועט זאגן שכח פאר די תורה איז מיר געקלינגען און קאפ א גאנץ דאוונען, ביי פרישטאג האב איך געגעסן נאר זאכן וואס שוואכען נישט אפ די קול ח"ו,
כ'האב מיר אראפגעזעצט אויפן קאוטש איבער חזר'נדיג די תורה און געווארט סאל ווערן צוויי אזייגער, די פאסיגע צייט צו קאלן !!

די זייגער האט זיך קוים גערירט... מיינע ברודער און שוועסטער האבן געוויסט אז נעבן מיר שטייט מען נישט יעצט ווייל סאיז סכנות נפשות ממש, און אזוי האט זיך די זייגער צוביסלך גערירט,

קוואדער צו צוויי האביך שנעל איינגענומען א הענט פיל מיט ווייטימן די און בארוינגונגס פילן, כ'בין אריין אין א שטוב געלייגט דאכנעס ביים טיר אז מזאל גארנישט אריין הערן און געדיילט די שרעקדיגע נומבער ...!
נאך פארן דריקען טאלק האביך אפאר מאל געזאגט והוא נועם, יהי לרצון אמרי פי, און ענדליך אויפן האר צוויי אזייגער מיט דרייסיג סקונדעס געדריקט דעם טאלק באטען...
ס'קלינגט איינמאל, א צווייטע מאל, מיין אנגצויגענקייט וואקסט, מיין הארץ קלאפט שוין מיט קולת, אבער דער בחור הייבט נישט אויף...

כ'בין ארויס פון די רום צו נעמען א קאפ וואסער ווען מיין טאטע קומט אהיים און זאגט מיר כהאב יעצט געהערט אז דיין מחותן איז געפארן קיין לאנדאן און איין ווארט דארט איז שוין שבת און איך בלייב דא מיט מיין תורה...

ווען איך קוק היינט צוריק טראכט איך אז כקען נעמען צוויי מוסר השכל'ס
איינס. טוה נישט קיין איבריגע השתדלות !
צוויי. על תדין את חבריך עד שתגיע למקומו, דעמלטס האב איך מיר געשוואוירען אז איך גיי אזאנס נישט טוהן צו מיינע איידמער אבער היינט זעה איך שוין אז מקען פארשטיין די געפיל פון א מחותן וואס נעמט א איידעם, און ס'איז נישט געפרליך אז דער בחור לערנט זיך צו זיין א מענטש !!
פאני...
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

שרייבן קען ער איינמאל!!
ברוך פייבול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 11:56 am

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך פייבול »

זייער א שיינע ארטיקל.. עטליכע מאך זיך גוט צעלאכט,
אבער דא האסט ארויפגעברענגט מיין גרימצארן..

אקטיוויסט האט געשריבן:אביסל זכרונת פון מייע בחורישע חתנ'ישע יארן


דעמלטס האב איך מיר געשוואוירען אז איך גיי אזאנס נישט טוהן צו מיינע איידמער אבער היינט זעה איך שוין אז מקען פארשטיין די געפיל פון א מחותן וואס נעמט א איידעם, און ס'איז נישט געפרליך אז דער בחור לערנט זיך צו זיין א מענטש !!


זיי מקיים דיין שבועה,
אין איינוועגס כאפ שוין אריין דעם מה דעלך סני לחברך לא תעביד מיט א געוואלטיגן הידור..
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

חחח…

א ;l;p- פארן אויספיר…פלצתי
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ווי איז דער שווער? שיק איהם א לינק אהער, קודם זאל ער געבן א פטור פאר די איבריגע איידימער, און ווי אויך זאל ער זעהן וואס ער פארמאגט עכט ער ווייסט דאך נישט וויפיל ספרים ער האט דורכגעלערנט פאר די איין נישט געזאגטע ווארט.
רעב לייבל
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 7:23 pm

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעב לייבל »

ברוך פייבול האט געשריבן:זייער א שיינע ארטיקל.. עטליכע מאך זיך גוט צעלאכט,
אבער דא האסט ארויפגעברענגט מיין גרימצארן..

אקטיוויסט האט געשריבן:אביסל זכרונת פון מייע בחורישע חתנ'ישע יארן


דעמלטס האב איך מיר געשוואוירען אז איך גיי אזאנס נישט טוהן צו מיינע איידמער אבער היינט זעה איך שוין אז מקען פארשטיין די געפיל פון א מחותן וואס נעמט א איידעם, און ס'איז נישט געפרליך אז דער בחור לערנט זיך צו זיין א מענטש !!


זיי מקיים דיין שבועה,
אין איינוועגס כאפ שוין אריין דעם מה דעלך סני לחברך לא תעביד מיט א געוואלטיגן הידור..

גא"מ, די אויספיר האט מיך אויך געבאדערט, אזא מעשה דארף זיין די גרעסטע לעקציע פאר מחותנים אנצוזאגן דעם חתן נישט צו נעמען קיין פרעשער פון די גאנצע גערופעכץ, אסאך חתנים קענען עס ממש נישט פארנעמען, עס האט נישט קיין שום פשט זיי זאלן דאס דארפן דורכגיין.
יעדע מחותן דארף וויסן אויב האסטו אריינגעכאפט א פיינע צורבא מרבנן וועסטו נאך שעפן גענוג נחת נאך די חתונה און אויב האסטו עניוועיס אריינגעביסן אין א בור ריק שאין בו...... וועט דעי געמאכטע תורות וואס ער האט זיך פארגעקוקט פופצען מאל אין מקח טוב קיין סאך דיך נישט ברענגען אויף נאך די חתונה
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

איך האב קיינמאל נישט צוגעזאגט.

אבער דעם ערשטן פאון קאלל "א גוטן ערב שבת מחותן" און ער האט מיר געזאגט אז גראדע אויף די פרשה איז דא א שיין ווארט.

כ'אב ניטאמאל געקווענקלט פאר א סעקונד, און אים אנגעהויבן ערקלערן וויאזוי מען פאררעכט דיעזעל מאטארען.

ער האט נעבעך נישט געוואוסט וואס איך וויל פון אים, אבער קיין תורה האט ער מיר מער נישט געזאגט...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

האב איך געזאגט מיין איידעם.
דער נאמבער פון מיין טלפון איז מיינס פליז ניץ עס נישט ביז נאך דיין חתונה.
פיין געפאלגט
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

צו געזונט האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט צוגעזאגט.

אבער דעם ערשטן פאון קאלל "א גוטן ערב שבת מחותן" און ער האט מיר געזאגט אז גראדע אויף די פרשה איז דא א שיין ווארט.

כ'אב ניטאמאל געקווענקלט פאר א סעקונד, און אים אנגעהויבן ערקלערן וויאזוי מען פאררעכט דיעזעל מאטארען.

ער האט נעבעך נישט געוואוסט וואס איך וויל פון אים, אבער קיין תורה האט ער מיר מער נישט געזאגט...

:lol: :lol:
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

פאר די אלע וואס די מחותן בעהט יא א תורה איז פאר א עצה טובה ספר ברכות התורה א גיטע אדרעס
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

יעדער האט געשריבן:פאר די אלע וואס די מחותן בעהט יא א תורה איז פאר א עצה טובה ספר ברכות התורה א גיטע אדרעס

דער מחותן נעמט שוין פון דארט, וואס ער גייט צוריקזאגען פאר זיין חתן, נאך וואס ער פארטיגט זיין תורה...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

:grin:
צו געזונט האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:פאר די אלע וואס די מחותן בעהט יא א תורה איז פאר א עצה טובה ספר ברכות התורה א גיטע אדרעס

דער מחותן נעמט שוין פון דארט, וואס ער גייט צוריקזאגען פאר זיין חתן, נאך וואס ער פארטיגט זיין תורה...

עס איז דא פאר ביידע און איך מיין אז קודם זאגט די חתן און נאכדעם די מחותן ממילא אויב ביידע האבען זיך ציגעגרייט די זעלבע תורה איז עס א גיטע לעקציע פארען מחותן אז עס איז בעסער אז אויב ער גייט אויס צי הערן א גיט ווארט אויף די סדרה זאל ער נעמען א צווייטע משפיע און נישט די אימשילדיגע חתן
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

;l;p- פאר’ן קעפל

שיין געשריבן יישר כח
שרייב נאך און נאך
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א קנאק פון א נארטיקל!!!!

_________

אלע פארפירערס קעגן דער אויספיר, מיר זענען ניש שולדיג אז איר באלט יעצט נאך פארן זאגן די תורה, לערנט אייך עס אנצונעמען גוטמוטיג
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

די תאוה פון הערן א פשוט'ע תורה פונעם חתן איז מיר טאקע גענצליך אומפארשטענדליך, אבער איך פארשטיי אז א מחותן זאל האבן א הנאה זיך אריינצולאזן אין א תורה'דיגע שמועס מיטן צוקונפטיגער איידעם, אויב ער פלאנט צו שמועסן אין די טאפיקס נאך די חתונה אויך.

פארשטייט זיך מען דארף זיכער מאכן אויף הונדערט פראצענט אז די חתן ווערט נישט געפייניגט וואס קען לכאורה אריינעמען עטליכע איסורי דאורייתא, אבער איך פארשטיי די שווער'ס תאוה.
אוועטאר
אקטיוויסט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 09, 2022 10:06 pm

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקטיוויסט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א קנאק פון א נארטיקל!!!!

_________

אלע פארפירערס קעגן דער אויספיר, מיר זענען ניש שולדיג אז איר האלט יעצט נאך פארן זאגן די תורה, לערנט אייך עס אנצונעמען גוטמוטיג


יישר כח !

הנאה געהאט פונעם צווייטען האלב !
אביסל שארף... אבער שוין...
פאני...
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7927
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

גערופן די ערשטע וואך, ווען מיין שווער ( נישט ’אזוי’ שווער) האט מיר געזאגט ”צדיק, דו ביסט נישט אבליגעיטעט מיך צו רופן”
פיין, האב איך גערוטן אויף דעם... אבער געווענטליך האב איך גערופן איין מאל אין 3/4 וואכן, אבער קיין תורה האט ער קיינמאל נישט געהערט, מע’הא’מער געשמיסט על דא ועל הא, סתם שטותים און פאמיליע פאליטיק...

מיין חבר אבער -איז זיין מחותן געווען אביסל מער עקסטרעם, און אים געלאזט וויסן באלד ביים תנאים אז ביזן חתונה וויל איך נישט הערן פון דיר! [...] כ’מיין, מ’קען אים נישט דן זיין, ער האט שוין געהאלטן ביים אינגסטע....
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

איך האלט נאך אינמיטן שנה ראשונה למזל טוב, ווען מיין שווער בעט מיר איך זאל זאגן א תורה ביי די שבת'דיגע סעודה, אויב האב איך, זאג איך אים.
אבער אויב האב איך נישט, קען ער מיר זאגן: אלס חתן האסטו געזאגט זייער שיינע חידושים... און איך פיל ווי איך פלאץ אויף אים... ווען ער זאל נאר וויסן וואספארע פרעשור איך האב געהאט פון אים פאר די חתונה... איך האב געשוויצט צו זוכן א תורה יעדע דענערשטאג...
איך האף אז איך וועל נישט דרייען א קאפ פאר מיינע חתנים, פון מיין זייט מוז מיר מיין חתן נישט רופן די גאנצע צייט ביז די חתונה.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ווען איך ווייס ווען אלס חתן אז מיין מחותן שוויצט נאך מער פון מיר ווען איך רוף אים, וואלט איך דאס קיינמאל געטון צונים.

אקטיוויסט, האסט א פיינע שפראך! די דאכענעס ביים טיר איז מיר געפאלן. :grin:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

מ'דארף וויסן נאך א זאך, קענסט קיינמאל נישט וויסן וועלכע קאמפלעקס דיין חתן האט, איך האב מורא געהאט אז נאך מיין חתונה וועל איך ווייטער האבן א פרעשור פון מיין שווער אים צו אימפרעסן... איך למשל, האב זיך אויפגעוועקט די טאג נאך מיין שידוך מיט א חלום אז מ'האט אפגעלאזט די שידוך... כ'האב נישט געקענט גלייבן אז איך בין שוין פיינעלי א חתן געווארן...

ברוך השם, היינטיגע טעג האב איך נישט קיין שום פרעשור פון מיין שווער זאל זיין געזונט
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3703
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

;l;p-
געקאסט א שמייכל
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

כ'פארשטיי נישט א שווער איז א קינד אז מ'מוז איהם זאגן א תורה?
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איך האב געלאכט... נישט נאר איינמאל נישט נאר צוויי מאל נאר אויך דריי מאל געלאכט מיט פרייד...
זייער א גוטע ארטיקל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

Re: שווער... כ'האב א תורה !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

איך האב געזאגט געווענטליך א ווערטעל אויף די פרשה,
למשל די וואך פרשת יתרו האביך געזאגט אז די וואך זעהט מען אז יתרו האט זיך גענומען טיילען דעות פארן איידעם אין וואס איז געשען משה האט עים פארשיקט.

סגווען וואכען וואס די מחותן האט (האציך פונקט) אפגעהאקט ביפאר סאיז געקומען צי די תורה סיטואציע
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”