א גראסערי נאר פאר מענער?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

פאר וועמען ס'איז וויכטיג צו וויסן מיין גראסערי ליסט, איז אזוי:
אינמיטן וואך קויף איך אין "למען הקהלה" [סופערמארקעט אין אונטערשטן שטאק פון ביהמ"ד ויואל משה סאטמאר מהרי"י, דער אייגנטומער איז רנ"ב ראטה חבר הנהלת מוסדות סאטמאר מהר"א, ס'איז דא וואס ווערטלען זיך אז אין די נייע בנין פארן ביהמ"ד ברך משה - רחוב יונה, וועט זיין צוויי שטאק פאר 'למען הקהלה'] - ביי זיי קען מען אלעס באשטעלן אויפן טעלעפאן און ס'קומט אן אהיים.
דאך האב איך געטראפן א גליק אין 'אושר עד', ווייל דער באשעפער האט מיר געשיקט א קינד(אפשר צוויי? קען זיין, מ'ווארט נאך אויף תשובות) וואס איז אלערגיק אויף... און צב"ש א ברויט וואס קאסט ערגעץ אנדערש 20/25 ש"ח קאסט אין 'אושר עד' 5 ש"ח, אזוי אויך פרעצלס און אנדערע זאכן וואס זיי האבן א ברייטע אויסוואל און פאר אסאך ביליגער, אבער אנקומענדיג דארט, האב איך שוין איינגעפירט אז איינמאל אין א תקופה גיי איך דארט איינקויפן, ס'איז נישט אזוי שלעכט.
אונטערשטע שורה ווייס איך שוין אז איך רוהיג גיין אין 'אושר עד'אן קיין חשש גילוי זיך צו טרעפן מיט @טישטוך און @עירוב.
לעצט פארראכטן דורך זילבערווערק אום זונטאג יאנואר 23, 2022 6:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

עירוב תבשילין האט געשריבן:ווען מ'רעדט פון גרינצייג שעם איך מיך בכלל אדורך צוגיין די שערי רוחה גרינצייג, ווייל ס'פארשעמט די פירות ארץ ישראל, איך ווייס נישט וועלכע חלק פון לאנד פראדעצירט אזעלכע שוואכע ווארע, באט עניוועי..

ס'איז שמיטה. מ'רעדט פון פירות נכרי, אדער פון פירות חו"ל פאר אידן וואס זענען מקפיד כשיטת מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע...
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

זילבערווערק האט געשריבן:

מען רעדט נישט פון פירות נכרי, מען רעדט פון פירות וואס האבן מיטגעמאכט לאגערן.

אויסגעמאגערטע קאצעטניקע פעפער׳ס קוקן ארויס מיט פארווייטאגטע בליקן פון דעם קארב, פארוועלקטע חצילים וועלכע זענען שוין לאנג ארויסגעפאלן פון גדר גרינצייג, זיצן מאכטלאז אין די שאכטלען. אויך קען מען דערקענען מיטגעמאכטע פארפלאגטע הויכע פירות וואס נאר א שילד איבער זיי טוט אויפמערקן אז זיי זענען קרובים מיט די אוואקאדאו׳ס פון ניו יארק, זיי וויינען נעבעך אז מען זאל זיי נעמען.

ווער רעדט דען פון די באזארגטע האר באוואקסענע לעטוס וואס עלטערן זיך אין זייערע זעקלעך, אדער די צושטויסענע קרויט וואס עס שיילט זיך פון זיי די הויט (א גראם כי-כי-כי) און די צוקאליעטשטע קורבי׳ס.

און דאס איז נאר א קליינער טייל פון די א.ג. גרינצייג אויסוואל. שערי רווחה לא ננעלו, און אינאיינעם די שערים פון די דמעות הירקות.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ס'האט גארנישט מיט שמיטה צוטוהן.

די ירקות ווי @טישטוך לייגט עס אראפ (כדרכו מיט זיין זאפטיגע שפראך..), זענען שוין אזוי פון אסאך בעפאר שמיטה. און סתם אזוי, איך פארשטיי נישט פארוואס שמיטה קען מען נישט צושטעלן נארמאל, אטו די אראבער און חוץ לארץ'דיגע פארמער קענען נישט גוט באהאנדלען און קעיר נעמען פון זייער פרוכט און גרינצייג? איך ווייס נישט פארוואס, אבער רוב ירושלים'ע גרינצייג געשעפטן האבן גאר שוואכע ווארע, אפי' נישט אין שמיטה, אויסגעמאגערטע פרוכט און אויסגעטריקענטע גרינצייגן..

איך בארעד חלילה נישט די פירות ארץ ישראל וואס דאס לאנד איז געבענטשט געווארן, די ארץ זבת חלב ודבש, אבער די היימישע גראסערי'ס וואלטן געמעגט אריינברענגען אביסל בעסערע פרוכט און גרינצייג אז ס'זאל ראוי זיין להעלות על שולחני (שולחן מלכים?..)

לעצטנס בין איך געווען אין שוק מחנה יהודה, פאראהן דארט עטליכע פארקויפער וועלכע פארמאגן גוטע הכשרים, און פארקויפן גאר גוטע קוואליטעט פירות, רייפע און זאפטיגע פרוכט, קריספי איגורקעס, און זיסע רויטע טאמאטן. טאקע פאר א גוטע פרייז אבער ס'ווערד יעדער אגורה.. זאלן די חרדישע גרינגראסער זיך אפלערנען וואס מיינט פירות ארץ ישראל.

איך האב געהערט אמאל א טעם פארוואס די גראסערי'ס ברענגען נישט אריין קיין גוטע סחורה, ווייל די ציונים שיקן זייער גוטע סחורה קיין אויסלאנד וואס זיי מאכן אסאך געלט דערפון, בלייבט נישט איבער קיין סאך פאר די ישראלים, וואס דאס מאכט עס אוטאמאטיש טייערער. קען זיין.
אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטשינער »

איך האב באמערקט אז די גרינצייג/פרוכט פון די עדה קוקט אויס אסאך ערגער ווי די אנדערע.
נאך לאאאנג בעפאר שמיטה.
אבער בכלל איז די פרוכט אין גרינצייג וואס מען פארקויפט אין די געשעפטן אויף די זעלבע קוואליטעט ווי די געבעקסן וואס מען פארקויפט אין בעקעריי.....
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)
--------------------
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטשינער »

אגב איך פלעג איינקויפן אויף ישיר למהדרין ז"ל דאס איז געווען א וועבסייט פון 'יש' וואס איז אויך אונטער שופרסל, דארט האט מען געקענט באשטעלן אלעס, מיט די עדה"ח הכשר אויף גרינצייג, אזוי אויך האט יעדע זאך געוויזן די הכשר גאר קלאר, און עס איז אנגעקומען שיין פארפאקט צו מיין טיר אויף די זעקסטע שטאק אן קיין עלעוועיטער.

האבן די צינים ימש"ו נישט געקענט צוזען ווי היטשינער היטשענט ארום בשעת מען באדינט אים אזוי זארגספעליג, און איין שווארצן מוצ"ש האבן די טעלעוויזיעס 'אנדעקט' א אונטערגרינד וועבסייט פון די 'חרדים' ווי מען פארקויפט פראדוקטן פאר ביליגער ווי אין די פרייע גראסערייען, הישמע כזאת?, דאס איז דאך א הימלשרייענדע אויפדעקונג, נאך יענע נאכט האט דער בעל הבית פון שופרסל ארויפגעקומען אויפן שאנדסלופ אין געמאלדן פארן ציבור אז חטאתי עויתי ופשעתי, ומאותו רגע איז די וועבסייט פארשלאסן, ווי מען קען זען דא

זינט דאן האבעך פראבירט אסאך קאמפעניס וואס טוען כלומר'שט די זעלבע סערוויסעס אבער נאך וואס יעדע מאל האב איך געדארפט אויפרייניגן א גאנצן טרעפן צימער פון אייער צוזאמגעמישט מיט קאקע קאלע און זאלט מיט דעטערדזשענט האט מען מחליט געווען פה אחד אז מען וועט מיזן אנהייבן קויפן אין געשעפט ווי א נישט נארמאלע מענטש.
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)
--------------------
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

עירוב תבשילין האט געשריבן: לעצטנס בין איך געווען אין שוק מחנה יהודה, פאראהן דארט עטליכע פארקויפער וועלכע פארמאגן גוטע הכשרים, און פארקויפן גאר גוטע קוואליטעט פירות, רייפע און זאפטיגע פרוכט, קריספי איגורקעס, און זיסע רויטע טאמאטן. טאקע פאר א גוטע פרייז אבער ס'ווערד יעדער אגורה.. זאלן די חרדישע גרינגראסער זיך אפלערנען וואס מיינט פירות ארץ ישראל.

עמיצער האט מיר פאריגע וואך איינגעזאלצן אין שוק מיט א פיינעפל פאר די ביליגע פרייז פון אכציג שקל. ער האט מיר מסביר געווען ווי אויסדערוועלט די פרי איז, און דערנאך ווען איך בין אנגעקומען אהיים האב איך דערהערט די שמועה אז עס איז שמיטה אויף דער וועלט, און איך בין דא פארפיינעפלט מיט א צווייפלהאפטיגע היתר מכירה׳דיגע פרוכט.

דעריבער איז די שוק אויך ארויס פון מיין ליסטע.
פרייליכען
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכען »

זילבערווערק האט געשריבן:פאר וועמען ס'איז וויכטיג צו וויסן מיין גראסערי ליסט, איז אזוי:
אינמיטן וואך קויף איך אין "למען הקהלה" [סופערמארקעט אין אונטערשטן שטאק פון ביהמ"ד ויואל משה סאטמאר מהרי"י, דער אייגנטומער איז רנ"ב ראטה חבר הנהלת מוסדות סאטמאר מהר"א, ס'איז דא וואס ווערטלען זיך אז אין די נייע בנין פארן ביהמ"ד ברך משה - רחוב יונה, וועט זיין צוויי שטאק פאר 'למען הקהלה'] - ביי זיי קען מען אלעס באשטעלן אויפן טעלעפאן און ס'קומט אן אהיים.
דאך האב איך געטראפן א גליק אין 'אושר עד', ווייל דער באשעפער האט מיר געשיקט א קינד(אפשר צוויי? קען זיין, מ'ווארט נאך אויף תשובות) וואס איז אלערגיק אויף... און צב"ש א ברויט וואס קאסט ערגעץ אנדערש 20/25 ש"ח קאסט אין 'אושר עד' 5 ש"ח, אזוי אויך פרעצלס און אנדערע זאכן וואס זיי האבן א ברייטע אויסוואל און פאר אסאך ביליגער, אבער אנקומענדיג דארט, האב איך שוין איינגעפירט אז איינמאל אין א תקופה גיי איך דארט איינקויפן, ס'איז נישט אזוי שלעכט.
אונטערשטע שורה ווייס איך שוין אז איך רוהיג גיין אין 'אושר עד'אן קיין חשש גילוי זיך צו טרעפן מיט @טישטוך און @עירוב.

דענק איך ווי די גרעסערע בץהאט זיך געעפענט, אנגעהויבן האט זיך עס טאקע מץנאר מיט ברויט אין מילך למען הקהלה, שפעטער איז עס געווארן א גאנצע געשעפט, אבער אין דיזע געשעפט קען מען כמעט בכלל נישט ארים פארן מיט א וועגעלע
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

היטשינער האט געשריבן:מען וועט מיזן אנהייבן קויפן אין געשעפט ווי א נישט נארמאלע מענטש.

יא יא, דו פינסטערע חרדי איינער וואס וויל אונז אויסזעקלען די מדינה׳ס קאסע!

יעצט קום מיט מיר אויף א שפאציר אין ׳שערי דמעות׳ סופערמארקעט, און צאל צוריק די געשפארטע שקלים דיינע דורכן צאלן זעכציג שקלים פארן זינד פון ווילן עסן זופ אין א פלאסטיק טעלער, און אויך קריגט איר א קנס פון נאך פיר און פוציג שקל פארן זינד פון פארזיסן די וועלט מיט נאך א גלעזל קאקע קאלע.

די פרייזן דאהי זענען הימלשרייענד. ליבערמאן עסט אויף אונזערע גראסערי׳ס און לאזט אונז גארנישט איבער.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

פרייליכען האט געשריבן:דענק איך ווי די גראסערי האט זיך געעפענט, אנגעהויבן האט זיך עס טאקע נאר מיט ברויט אין מילך למען הקהלה, שפעטער איז עס געווארן א גאנצע געשעפט, אבער אין דיזע געשעפט קען מען כמעט בכלל נישט ארןם פארן מיט א וועגעלע

נאטירט.
למעשה, קענסטו באשטעלן אויפן טעלעפאן און אלע ס קומט אן שיין אינדערהיים.
גראדע איז דארט דא זייער שיינע פרוכט און גרינצייג. טאקע טייערער אבער ס'איז ווערד.
יעצט שמיטה איז דאס אביסל שוואכער, ער פרובירט זיך צושטעלן צו דער סאטמאר'ער ציבור וואס זוכט דוקא פון 'חו"ל', דאך, פון די סחורה וואס ער האט יא, איז כמעט אלעס אינגאנצן גוטע סחורה.
אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטשינער »

טישטוך האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן: לעצטנס בין איך געווען אין שוק מחנה יהודה, פאראהן דארט עטליכע פארקויפער וועלכע פארמאגן גוטע הכשרים, און פארקויפן גאר גוטע קוואליטעט פירות, רייפע און זאפטיגע פרוכט, קריספי איגורקעס, און זיסע רויטע טאמאטן. טאקע פאר א גוטע פרייז אבער ס'ווערד יעדער אגורה.. זאלן די חרדישע גרינגראסער זיך אפלערנען וואס מיינט פירות ארץ ישראל.

עמיצער האט מיר פאריגע וואך איינגעזאלצן אין שוק מיט א פיינעפל פאר די ביליגע פרייז פון אכציג שקל. ער האט מיר מסביר געווען ווי אויסדערוועלט די פרי איז, און דערנאך ווען איך בין אנגעקומען אהיים האב איך דערהערט די שמועה אז עס איז שמיטה אויף דער וועלט, און איך בין דא פארפיינעפלט מיט א צווייפלהאפטיגע היתר מכירה׳דיגע פרוכט.

דעריבער איז די שוק אויך ארויס פון מיין ליסטע.

דערפאר דארף מען קוקן אויב עס האט א גוטן הכשר
אגב ניטש נאר שמיטה דארף עס א גוטע הכשר נאר אייביג, צוליב תרומות ומעשרות.
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)
--------------------
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ס'זענען דא גוטע הכשרים אין שוק.

אגב, א פיינעפל דארף נישט קאסטן קיין אכציג שקל, מ'קען טרעפן א נארהאפטיגע זאפטיגע פיינעפל פאר ביליגער אויך.
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

איך פלעג זיך אסאך דרייען אין שוק, עס זענען דא אסאך געשעפטן גאר נאנט איין צום אנדערען און מ'דארף זיכער מאכן אז מ'קויפט טאקע פון די וואס האט די הכשר.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פיינעפל גייט אין אמעריקע אפטמאל פאר אונטער 3 דאלער. 80 שקל שיינט צו זיין אביסל העכער ווי די קאנווערזשאן רעיט
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

מי חכם האט געשריבן:פיינעפל גייט אין אמעריקע אפטמאל פאר אונטער 3 דאלער. 80 שקל שיינט צו זיין אביסל העכער ווי די קאנווערזשאן רעיט

קוקט אויס אז איר האט שוין לאנג נישט געקויפט, עס איז כמעט דאפעלט פון 3 טאלער, אבער 80 שקל איז טאקע איבערגעטריבן.
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

בינגא האט עס גאר אפט פאר א דאלער פופציג ביז 3 דאלער. יעצט אויף דער מינוט איז עס ארום 4 דאלער
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3559
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

אה! אן ארץ ישראל'דיגן קרעמל. אוירא דא''י.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”