א גראסערי נאר פאר מענער?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

איר וואונדערט זיך מסתמא אויפן קעפל אבער איך מיין עס ערענסט, עס איז שוין העכסט צייט צו טוישן די ביז יעצטיגע צוגאנג פון א ׳מיקסט׳ גראסערי צו א היימישע מענער גראסערי.

איז לאמיר צושטייליך איבערגיין וואס אונז די מאנס פערזאנען גייען אדורך ביים איינקויפן אין גראסערי צוזאמען מיט פרויען, (איך גיי נישט דא אויפבויען א מחאה קעגן עניינים פון שמירת עניים נאר זיך שטרענג קאנצעטרירן אויף די דיפערענצן צווישן מענער און פרויען.

עס איז דאנערשטאג 6:30 נאכמיטאג און דער אינגערמאן שפאצירט אריין אין גראסערי מיט די האנט געשריבענע ליסטע וואס ער באקומען פון זיין ווייב, די ערשטע האלב איז געשריבן מיט זיין ווייב׳ס האנטשריפט און דערנאך איז דא צוגעלייגט נאך א טוץ פון ראשי תיבות און גמטריאות וואס ער האט זיך אפגעשריבן די איבריגע פראדוקטען וואס די ווייב האט איהם דערמאנט דורכאויס דעם טאג.

ער גייט צו און נעמט א וועגעלע און ווי א מיליטערמאן הייבט ער אויסצורעכענען וועלכע אייל״ס ער גייט ערשט איינעמען, און ווי וואלט געווען די בעסטע פלאץ צו פארקירן זיין טרעקל, ארומגיין מיט די וועגלע אין געשעפט איז אוממעגליך צוליב די שטייט פארענדע באבעס וואס גייען ארום מיט אויסגעשניטענע פאפירן פון די די וואכנדיגע סעיל אייטעמ״ס.

נאכן אויסארבעטן א קאמפף פלאן הייבט ער אהן ארומגיין די גראסערי, צום ערשט נעמט ער איין די פרידזשידער און כאפט פאר משכונות א מילך, יאגארט״ס, און צוויי דאזן אייער און קערט זיך צוריק צום באזע, דערנאך גייט ער צו די פרוכט און פולט זיך אהן ביידע הענט און ווארפט זיי אריין אינעם וועגעלע, אזוי גייט ער אדורך די גאנצע ליסטע (אויפהייבענדיג עטליכע טעלעפאן רופן פון די אשת חיל וואס האט זיך דערמאנט נאך אפאר לעבנסוויכטיגע פראדוקטען וואס איז ארויסגעפאלן פון די ליסטע).

א גאנצע וועג דארף ער זיך אויך שלאגן מיט סאלדאטן וואס די פיינטליכע באבע מיליטער האט אויסגעלייגט איבער די גאנצע גראסערי וואס פארשווערן איהם זיין מיסיע.

שוין, נאך 4 גאנצע מוניט האט ער איינגענומען די גאנצע גראסערי און לאזט ארויס צום רעדזשיסטער ווי די לעצטע קאמפף גייט פארקומען, ער רוקט צו זיין וועגלע צו די ליניע וואס לויט זיינע שיפערישע חשבונות גייט דאס נעמען די שנעלסטע, וואס נעמט אריין די שנעלקייט וואס די קעשיער רוקט זיינע הענט און וויפיהל פראדוקטען געפונען זיך אין די דריי וועגלעך בעפאר איהם.

דא קומט מען אהן צו די פאר ערגסטע מינוט וואס א מאן קען דורכגיין אין זיין לעבן, עס הייבט זיך אהן מיט דעם אז די פרוי פון וועגעלע נומער צוויי האלט נאך בעצם אינמיטן איר ארדער און פון מינוט צו מינוט ווערט די בארג אויף די וועגעלע העכער און העכער, דערנאך זעהט ער ווי די דריי קליינע שוועסטער פון וועגלע נומער איינס זוכן צו בארגון א כשר׳ע סעלפאון אויסצוגעפונען פונדערהיים וואס איז די פי״ן פון די פ. ס. קארטל.

ענדליך האלט מען שוין ביי וועגלע נומער דריי, די אשה צדקנית וואס האט זיך דא צאמגעקויפט ווי פאר א הונגער יאר לייגט שטייטליך ארויף אויפן רעדזשיסטער אלע אירע פראדוקטען ווי כאילו קיינער שטייט נישט אונטער איר, נאכן ענדיגן די גאנצע ארדער הערט זיך די רוף פונעם קעשיער 243 דאלאר״ס ענד 68 סענט״ס, און דא קומט די ערגסטע זאך פון אלעם, די פרוי לייגט אראפ איר טאשקע אויפן רעדזשיסטער און עפענט עס אויף (וואס האט זי געמיינט? אז די קעשיער גייט איר זאגן אז דאס מאל איז עס פריי פון אפצאל? פארוואס גרייטן זיי נישט צו די געלט פון פאראויס?),און פון די אינעוויניגסטע טאש נעמט זי ארויס א חתן ש״ס בערזל און הייבט אהן צו ציילן געלט.
1 הונדרעטער.
5 צוואנציגער׳ס.
צוויי צענער׳ס.
צוויי פינעפער׳ס.
13 סינגעל״ס.

יעצט לייגט זי צוריק דעם בערזל אינעם טאשקע און נעמט ארויס דעם קלענערע בערזל וואס ערהאלט נאר מטבעות, זי הייבט אהן צוזאמשטעלן א בארג פון דיים״ס און ניקעל״ס מיט א הויפן פעני״ס דערויף, ערשט יעצט געבט זי איבער איר באצאלונג פארן גראסערי מאן.


איז זאגסט מיר, איז נישט בעסער צו האבן א נאר מענער גראסערי ווי מ׳קען ארומפארן מיט וועגעלעך אויף פופציג מייל א שעה און די איינציגסטע באצאלונג׳ס מיטל זאל זיין מיט א קראטל?
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

:lol: :lol: :lol: איך בין אין!

פיין געשריבן.
אויב די ווייבער ליינען דאס, נישט נעמען פערסאנעל… ענק זענען וועלקאם מיט א ארטיקל וויאזוי די שנעל פליענדע טאטעס וואנדעליזירן די גראסערי און נעמען א סקוואש אנשטאט עגפלענט…
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איך צאל אויך מיט פ.ס., אבער כ'ווייס די פין...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

8 אזייגער צופרי זענען די גראסערי'ס א מענער גראסערי
אוועטאר
פייטל שעפסילקאוו
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 3:19 pm
לאקאציע: ביים פערד סוחר

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל שעפסילקאוו »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
ווען די נאר איז נישט מיינס וואלט איך אויך געלאכט
זונדל'ס א ברודער
אוועטאר
זעקסער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקסער »

מיט איין תנאי,
אז איינער גייט שטיין ביי די "בעקעלעך" סעקשאן און מסביר זיין וויאזוי ס'ארבייט, עגעין ענד עגעין ענד עגעין
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

זעקסער האט געשריבן:מיט איין תנאי,
אז איינער גייט שטיין ביי די "בעקעלעך" סעקשאן און מסביר זיין וויאזוי ס'ארבייט, עגעין ענד עגעין ענד עגעין

פון די עבודות הקשות שבמקדש
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

ניינער האט געשריבן: :lol: :lol: :lol: איך בין אין!

פיין געשריבן.

גא"מ

אויב די ווייבער ליינען דאס, נישט נעמען פערסאנעל… ענק זענען וועלקאם מיט א ארטיקל וויאזוי די שנעל פליענדע טאטעס וואנדעליזירן די גראסערי און נעמען א סקוואש אנשטאט עגפלענט…

;l;p- ;l;p-
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

זעקסער האט געשריבן:מיט איין תנאי,
אז איינער גייט שטיין ביי די "בעקעלעך" סעקשאן און מסביר זיין וויאזוי ס'ארבייט, עגעין ענד עגעין ענד עגעין

דיין מאמעס פאטעיטע קיגעל? די סייז!
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

לאשתמודעתא האט געשריבן:דערנאך זעהט ער ווי די דריי קליינע שוועסטער פון וועגלע נומער איינס זוכן צו בארגון א כשר׳ע סעלפאון אויסצוגעפונען פונדערהיים וואס איז די פי״ן פון די פ. ס. קארטל.

:lol: :lol: :lol:
יענעמס נאז איז גרינער…
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

גוטע נייעס!!...
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
פרייליכען
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכען »

איך וואונדער מיך אויך אלס אויף די פרויען.
פארוואס גרייטס עטס נישט אן געלט פון פאראויס?????
וואס טראכטן אז היינט צאלט מען נישט?
די זעהסט אז מען האלט שוין אט אט ביים ענדיגן סקענען דיין זאכן, געב א כאפ א בליק אויפן סקרין, זעה בערך די סומע, און הייב אן זיכן אין דיין פאקעט בוק
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

פרייליכען האט געשריבן:איך וואונדער מיך אויך אלס אויף די פרויען.
פארוואס גרייטס עטס נישט אן געלט פון פאראויס?????
וואס טראכטן אז היינט צאלט מען נישט?
די זעהסט אז מען האלט שוין אט אט ביים ענדיגן סקענען דיין זאכן, געב א כאפ א בליק אויפן סקרין, זעה בערך די סומע, און הייב אן זיכן אין דיין פאקעט בוק

גא"מ
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

און.. די גרויסע טאטע שטייט ביים רעדזשיסטער און פארשטייט זיך, מ'רעד אויפן פאון, פירט גרויסע געשעפטן, קוים הערט ער ווי די קעשיער זאגט.. טויטעל 243 דאלאר״ס ענד 68 סענט״ס,

שוין די דריטע מאל וואס ער לייגט אריין די הענט און טאש און קען נאך אלץ נישט געדענקען וואס ער ווי פון דארט ארויסנעמען...

ערעב איד זייט מוחל לייגט די פאון אויף האלד און געב ארויס דיין קרעדיט קארטל...
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דער עולם קומט אריין שרעקליך גוט! :lol: :lol:

איר קענט די יעניגע וואס ווערן אלץ געוואויר ביים באצאלן אז זייער קארטל ארבעט נישט? דאס איז שוין נאכ'ן זען אז ס'איז נישט דא גענוג קעש, וואס דאס איז שוין מיט'ן צוזאמרעכענען אלע דיסקאונטס, וואס דאס שוין איז שוין נאכ'ן וויסן אז דער באלאנס איז פול און מ'קען מער נישט אויפשרייבן.

פארשטייט זיך אז אלע אנדערע רעדזשיסטערס רוקן זיך פונקט דעמאלט שנעל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

גרשון האט געשריבן:דער עולם קומט אריין שרעקליך גוט! :lol: :lol:

איר קענט די יעניגע וואס ווערן אלץ געוואויר ביים באצאלן אז זייער קארטל ארבעט נישט? דאס איז שוין נאכ'ן זען אז ס'איז נישט דא גענוג קעש, וואס דאס איז שוין מיט'ן צוזאמרעכענען אלע דיסקאונטס, וואס דאס שוין איז שוין נאכ'ן וויסן אז דער באלאנס איז פול און מ'קען מער נישט אויפשרייבן.

פארשטייט זיך אז אלע אנדערע רעדזשיסטערס רוקן זיך פונקט דעמאלט שנעל.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלעך »

פיינע דיסקרימענאציע
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

קרעפלעך האט געשריבן:פיינע דיסקרימענאציע

היימישע ראסיזעם
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

נאך ערגער איז ווען א פרוי איז די קעשיר אין א פרוי איז אין די ליין,
איך גיי אלס צי א מענער קעשיר,
אין א”י איז דא עקסארע ליניעס פאר גברים

צוויי זאכען וואס איך נעם נישט אן צי קויפען איז בעקעליך מיט גרינצייג/פרוכט, (וואס מיינט קאפסעלערי)
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

סעקאנד אפינניען האט געשריבן: (וואס מיינט קאפסעלערי)

א קאפצאל פון סעלערי
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

סעקאנד אפינניען האט געשריבן:נ

צוויי זאכען וואס איך נעם נישט אן צי קויפען איז בעקעליך מיט גרינצייג/פרוכט, (וואס מיינט קאפסעלערי)

ווייסט טאקע נישט?
פלעין פארגעסן צו לייגען א ספעיס, קאפס, סעלערי.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
bundel
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:18 pm

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bundel »

לאשתמודעתא האט געשריבן:
זעקסער האט געשריבן:מיט איין תנאי,
אז איינער גייט שטיין ביי די "בעקעלעך" סעקשאן און מסביר זיין וויאזוי ס'ארבייט, עגעין ענד עגעין ענד עגעין

פון די עבודות הקשות שבמקדש


איינמאל פאר אלעמאל. ביטע לייגט צו קאפ פין דעם איז דא 3 סייזעס
1)DEEP 2) Medium 3) SHALLOW
אטעטשמענטס
FOIL.jpg
FOIL.jpg (116.94 KiB) געזען 1901 מאל
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

bundel האט געשריבן:
לאשתמודעתא האט געשריבן:
זעקסער האט געשריבן:מיט איין תנאי,
אז איינער גייט שטיין ביי די "בעקעלעך" סעקשאן און מסביר זיין וויאזוי ס'ארבייט, עגעין ענד עגעין ענד עגעין

פון די עבודות הקשות שבמקדש


איינמאל פאר אלעמאל. ביטע לייגט צו קאפ פין דעם איז דא 3 סייזעס
1)DEEP 2) Medium 3) SHALLOW

אבער די סארט איז געווען ביליגער, קומט זיין אנטווארט.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
bundel
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:18 pm

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bundel »

נאכדעם איז דא 9X13 DEEP IN EXTRA DEEP
אטעטשמענטס
9X13.jpg
9X13.jpg (4.6 KiB) געזען 1880 מאל
אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: א גראסערי נאר פאר מענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויבל קוגעל »

ווי אזוי זענען די פרויען אין גראסערי מצליח אז יעדער איינער זאל מיטהאלטן אלע זייערע שלום בית פראבלעם'ס דורכן רעדן אזוי הויך אויפן פאון...
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”