אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

פיינע געשריבן הרב ברעיסעס
;l;p-
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

די נעקסטע זאך דארף מען זיך נעמען אויף ”דאווענען הויעך שמונה עשרה אפילו ווען מ’איז נישט בעל תפילה”

משווששמשמשחדישיששישחשושישישחשחשישישחישיש! שומע תפילה!
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

;l;p- :grin:

קיפאיטאפ!
(כ'רעדט צו ברעיסעס... נישט צו דעי יונגערמאן...)
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

גרשון האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:אין א פאבליק פלאץ, האט יעדער א רעכט צו טוען דארטען וואס ער ברויך.

זעט אויס מ'האט נישט געלערנט בבא קמא ביי אייך אין ישיבה. טון אייגענע צרכים אין רשות הרבים איז אסור, חוץ אין געוויסע פעלער. דא איז גראדע נישט קיין רשות הרבים, אבער ס'איז מסתבר אז רוב קיאסק אייגנטומער פרייען זיך נישט אז מ'עסט פרישטאג ביי זיי אין געשעפט.

אין וויליאמסבורג (ס'דא נאך פלעצער, אבער ברעיסעס שרייבט וועגן וומ"ס) איז א מאדנע זאך צו פארלאנגן מענטשליכקייט און מ'האט א געוויסע פחד דאס צו טון ווייל ס'וועט קומען איינער מיט א גרויס מויל און טרייבן שפאס. די אמת איז אז די סעלפיש חברה זענען א מיעוט אבער די זענען די זעלבע וואס האלטן זיך פאר הוגה דעות און וועלן זיך לאזן הערן ווי אימער. ס'איז הא בהא תליא.

די בעלי בתים פון קיאסק ברויכן שטעלן קלארע תקנות און עס אינפארסירן. נישטא קיין סיבה צו ערלויבן עסן ביים קאמפיוטער. ס'כמעט נישט מעגליך אז ס'זאל נישט ארום פאלן ברעקלעך און דאס זאמעלט זיך אן, די קיבארד, טיש און בענקל ווערן קלעבעדיג, און ווער רעדט נאך טאמער גיסט זיך אויס א משקה. טאמער קען די געשעפט אייגענטומער נישט אינפארסירן די תקנות איז ער אין די ראונג ביזנעס, ווייל מארגן וועט קומען א צווייטער וואס וועט עפענען א באקוועמערע פלאץ פאר נארמאלע מענטשן און דער עולם וועט אהין לויפן.

און צו ברעיסיס,

שכח פאר עפענען די אשכול, און דיין שפראך איז גאר געשמאק
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

דעת בעל הבית האט געשריבן:די נעקסטע זאך דארף מען זיך נעמען אויף ”דאווענען הויעך שמונה עשרה אפילו ווען מ’איז נישט בעל תפילה”

משווששמשמשחדישיששישחשושישישחשחשישישחישיש! שומע תפילה!


פאר מיר פערזענליך שטערט סאך מער ווען איך הער איינעם דאווענען לוילעך - נישט הויך און נישט שטיל - ווי ווען א טעלעפאון קלינגט, עס איז מיך זיייער מבלבל.
ווייסעך נישט
אוועטאר
שאגת ארי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאגת ארי »

זייער גוט געשריבן, סיי דער פותח און סיי אלע מגיבים.

נעמטאָדאָם האט געשריבן:אגב, געדענק איך נאך אז א פרוי אויפן מאנסי טרעילס פלעגט וועגן 153 פונט אבער זי איז שוין ב"ה אויפן וועג אראפ...

דאס איז נאך א וויכטיגע נושא, און דאס האט שטארק מיט אונז מענער. אונז דארפן מחנך זיין סיי אונזערע טעכטער און סיי אונזערע ווייבער אז אויפן גאס רעדט מען נישט הויעך, פינטל. מען רעדט נישט אויפן טעלעפאן און מען שמועסט נישט צווישן זיך אויפן קול.

דאס איז נישט נאר אויפן באס, נאר אויך אויפן גאס און אין גראסערי און נאך. און גראדע ב''ה רוב אידישע טעכטער ווייסן דאס און זענען עס ערליך מקיים, כמעט וואס מען הערט נישט א פרוי אדער מיידל רעדן הויעך אויפן גאס, אבער אלץ זענען דא וואס טוען עס יא מחסרון ידיעה אז עס שטערט פאר מענער, און עס ליגט אויפן מאן אדער טאטע צו זיי עס אויפקלערן.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

שאגת ארי האט געשריבן:זייער גוט געשריבן, סיי דער פותח און סיי אלע מגיבים.

נעמטאָדאָם האט געשריבן:אגב, געדענק איך נאך אז א פרוי אויפן מאנסי טרעילס פלעגט וועגן 153 פונט אבער זי איז שוין ב"ה אויפן וועג אראפ...

דאס איז נאך א וויכטיגע נושא, און דאס האט שטארק מיט אונז מענער. אונז דארפן מחנך זיין סיי אונזערע טעכטער און סיי אונזערע ווייבער אז אויפן גאס רעדט מען נישט הויעך, פינטל. מען רעדט נישט אויפן טעלעפאן און מען שמועסט נישט צווישן זיך אויפן קול.

דאס איז נישט נאר אויפן באס, נאר אויך אויפן גאס און אין גראסערי און נאך. און גראדע ב''ה רוב אידישע טעכטער ווייסן דאס און זענען עס ערליך מקיים, כמעט וואס מען הערט נישט א פרוי אדער מיידל רעדן הויעך אויפן גאס, אבער אלץ זענען דא וואס טוען עס יא מחסרון ידיעה אז עס שטערט פאר מענער, און עס ליגט אויפן מאן אדער טאטע צו זיי עס אויפקלערן.

נאך דיין תגובה האב איך געכאפט וואס @נעמטאָדאָם האט געמיינט..
זייער זיס און צום פוינט! ;l;p- :grin:
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
שאגת ארי האט געשריבן:זייער גוט געשריבן, סיי דער פותח און סיי אלע מגיבים.

נעמטאָדאָם האט געשריבן:אגב, געדענק איך נאך אז א פרוי אויפן מאנסי טרעילס פלעגט וועגן 153 פונט אבער זי איז שוין ב"ה אויפן וועג אראפ...

דאס איז נאך א וויכטיגע נושא, און דאס האט שטארק מיט אונז מענער. אונז דארפן מחנך זיין סיי אונזערע טעכטער און סיי אונזערע ווייבער אז אויפן גאס רעדט מען נישט הויעך, פינטל. מען רעדט נישט אויפן טעלעפאן און מען שמועסט נישט צווישן זיך אויפן קול.

דאס איז נישט נאר אויפן באס, נאר אויך אויפן גאס און אין גראסערי און נאך. און גראדע ב''ה רוב אידישע טעכטער ווייסן דאס און זענען עס ערליך מקיים, כמעט וואס מען הערט נישט א פרוי אדער מיידל רעדן הויעך אויפן גאס, אבער אלץ זענען דא וואס טוען עס יא מחסרון ידיעה אז עס שטערט פאר מענער, און עס ליגט אויפן מאן אדער טאטע צו זיי עס אויפקלערן.

נאך דיין תגובה האב איך געכאפט וואס @נעמטאָדאָם האט געמיינט..
זייער זיס און צום פוינט! ;l;p- :grin:


שכח בר דעת

ווי מער איך טראכט אריין אין די נקודה איבער וואס דער אשכול איז געווידמעט, אלס מער פיינפול איז עס. אונז זענען אסאך מאל צוגעוואוינט צו א מהלך המחשבה אז "מעננערס" איז גויאיש אדער פרויעריש... אבער באמת וואס מיינט "דרך ארץ קדמה לתורה?" אז מען דארף האבן דרך ארץ פארן מלמד? אפשר אויך... חז"ל האבן פארשטאנען אז איידלקייט און נימוס איז פון די שליסלעך פאר תורה וקיום המצוות. מען קען טאקע זעהן אז באמת ערליכע אידן וועלן נישט רעדן הויך אין פובליק, זיי וועלן זיך אויפפירן מענטשליך. געווענליך וועט דאס אומאיידלקייט זיך ארויסווייזן אין אסאך פלעצער ביים זעלבען מענטש, נישט נאר אין איין תחום. דער זעלבער וועט בלאקן דרייוועיס, שרייען, שטופן, וכו' ואכמ"ל.
ווייסעך נישט
a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

ברעיסעס האט געשריבן:אין די היינטיגע טעכנאלאגישע וועלט, איז זייער שווער זיך צו רירן אן קיין צוטריט צו די געוועב. בשעת וואס אמאל האט אלעס געקענט ווערן ערלעדיגט דורך א פעדער מיט א פאפיר און א פאסט מארק, איז שוין היינט זייער שווער פאר א אינגערמאן זיך א עצה צו געבן אן דארפן האבן עקסעס צו אימעיל וכדו'. צו האבן א סמארטפאון אדער קאמפיוטער מיט אינטערנעט אינדערהיים איז נישט קיין אפציע פאר א רוב ערליכע אינגעלייט, איז אויב ארבעט ער נישט אין א אפיס מיט צוטריט, קען עס זיין א גרויסע שוועריגקייט ווען מ'דארף צוקומען צום נעט.

זעענדיג די פאטענציאל, זענען היימישע ביזנעסלייט אריינגעשפרינגען עפענענדיג קאפיוטער קיאסקן איינס נאכן צווייטן, עכ"כ אז כהיום איז שוין פארהאן אין וויליאמסבורג 9(!) קיאסק געשעפטן אויסגעשפרייט איבער גאנץ וויליאמסבורג. 5 פון די 9 האבן זיך געעפנט אין די לעצטע 4 יאר בערך. ס'איז לכאורה די מערסטע פון איין מין ביזנעס וואס ציען די זעלבע קלייענטעל, איינס נאך גראסעריס. ב"פ האט אויך נישט קיין מאנגל. כ'מיין אז אלע, עכ"פ רוב, זענען מצליח ב"ה. אכשר דרא.

די קיאסקן זענען צועשטעלט פיין און באקוועם, גרויסע קאמפיוטערס, עירפאונס, ווייערס, פרינטער וכדו', יעדע בעה"ב לייגט צו וואס ער פילט אז ס'פעלט אויס צו שלעפן קאסטומערס, איינער א קאווע מאשין, א צווייטער א וואסער מאשין וכו וכו.
נאכאלץ קען מען עס נישט באטראכטן ממש ווי א פריוואטע אפיס. יעדער פארשטייט אז מ'קען נישט אפרעכטן א מיטינג דארט, מ'קען אויך נישט עפענען א קאל צענטער דארט, אפי' ס'דא אסאך פריוואטע קיוביקלס און אפי' אויב די קענסט באקומען א גוטע פרייז אויפן חודש צו קענען נוצן די קאמפיוטערס אנלימיטעד. פארוואס? ווייל ס'דא נאך מענטשן! אה, דו פארשטייסט אז ס'איז נישט ממש א פריוואטע אפיס, ס'דא דא נאך מענטשן און מ'קען נישט טון דא וואס מ'וויל, מ'קען נישט שטערן אנדערע מענטשן פון זייער ארבעט, ווייל זיי צאלן אויך געלט דא.
איז דא אבער אינגעלייט וואס פארשטייען דאס נישט.

כ'זיץ מיר אין קיאסק פארנומען מיט מיינע ענינים, ס'שטיל און רואיג, כ'הער ווי איינער קומט אריין, זעצט זיך אריין אין א קיוביקל נאנט צו מיינס, און ער הייבט אן זיך פארענען מיט א בעג. לויט ווי כ'פארשטיי נעמט ער ארויס א סענדוויטש פון זיין בעג איינגעוויקלט אין זילבער פאפיר, ער עפנט אויף די זילבער פאפיר, ס'הייבט זיך אן פארשפרייטן א ריח ניחוח פון א ווארימע אייער שפייז סענדוויטש איבער די גאנצע ארום. ס'איז מן הסתם געווען מזונות ברויט ווייל כ'האב נישט געהערט ער זאל זיך וואשן, ער האט מן הסתם געמאכט א ברכה שטילערהייט ווייל דאס האב איך אויך נישט געהערט. וואס איך האב יא געהערט איז געווען ווי די אינגערמאן בייסט אריין אין זיין געשמאקע סענדוויטש און הייבט אן קייען דאס עסן מיט גרויס אפעטיט בקול רם, 'טשאק; ,טשאק; 'טשאק;. ענדליך ווערט די גערידער עטוואס שטילער, זעהט אויס די עסן איז שוין גוט צוקייט, ער שלינגט אראפ, און געט גלייך א פרישע בייס אריין, און אודך 'טשאק; ,טשאק; 'טשאק;. ער קייט די עסן אויף ספיקער ווי א פרה אדומה, ווי ער זאל ווען זיין די איינציגסטע מענטש דא אין שטוב. פוי! א עקל! פארוואס עסטו אין פאבליק ווען דו ווייסט אז ס'הערשט דא א שטילקייט און יעדער האלט מיט ווי דו עסט? ס'איז דיין פריוואטע אפיס? דו כאפסט נישט אז דו שטערסט אנדערע מענטשן? ביסט א בהמה?

די אויבנדערמאנטע ביישפיל איז א מעשה שהי' בדיוק, אבער ס'געשעט יעדן טאג ענליכס, רעדן אויפן טעלעפאון אין קיאסק קען טאקע אויך אמאל שטערן, אבער ס'איז פארשטענדליך אז מ'דארף אמאל מאכן אדער אויפהייבן א טעלעפאון קאל, און ס'שטערט נישט אזוי שטארק, חוץ אויב מ'רעדט אויף הויכע טענער אדער מ'לאכט ארום פארשטייט זיך, און אפי' עסן איז אויך א דערהערטע זאך ווילאנג ס'איז איינגעצוימט, א מזונות וכדו', און די ארומיגע האלטן נישט מיט, און מ'רייניגט אויף נאך זיך. אבער עסן א געשמאקע פרישטאג אז די גאנצע שטאט האלט מיט? אדער קייען א בארביקיו קארן טשיפ? פליז! ביסט א בהמה? דו האסט נישט די נאטירליכע בושה אז מענטשן זאלן נישט הערן ווי די צוקייסט די עסן ווי א קי?

די חוצפה גייט נאך ווייטער! מ'לאזט דארט איבער די גארביטש! געענדיגט עסן און מ'גייט. די בעגס, זילבער פאפיר, שמיציגע טישוס, רעפערס? זאל די גוי קלינען. די קיבארד איז אנגעברעקלט און אנגעשמירט? זאל עס יענער אפברעקלען. קיין שום מענטשליכקייט עקזיסטירט נישט ביי זיי. א רחמנות אויף זייערע ווייבער.
ס'איז דא א קיאסק דא אין וויליאמסבורג, וואס איך ווייס שוין אז אין איין קיוביקל קען מען זיך קיינמאל נישט אריינזעצן. פארוואס? ווייל עפעס א אינגערמאן קומט דארט עסן פרישטאג יעדן טאג, און ער לאזט איבער אזא שמיץ, אז ס'עקלט זיך אריינצוזעצן אהין. און מיינט נישט אז א גרויסע עולם טוט דאס, ס'איז די זעלבע פאר אינגעלייט, וואס איך דערקען שוין אסאך מאל פון די גארביטש וועלכע חי' ס'איז דא געווען. צומאל זעהט מען אויף די איבערגעלאזטע קאנטעינערס אז יענעם'ס אשת חיל איז אים געשטאנען און געמאכט פרישטאג אז ער זאל גלייך קענען גיין לערנען, אן דארפן אהיימקומען אין פארברענגען די צייט, דערווייל, אנשטאט אהיימקומען עסן ווי א נארמאלע מענטש, עסט ער פרישטאג אין קיאסק שטיפענדיג די צייט. און אפגערעדט אויב צינדט מען נישט אן די קאמפיוטער בשעת'ן עסן איז עס א שאלה פון גניבה.

צום שלוס. כ'בעט ענק טייערע אינגעלייט, גייטס עסטס אינדערהיים אדער דינגטס א פריוואטע אפיס. ס'שטערט מענטשן, מקען זיך נישט צאמקלויבן, ס'לאזט איבער א שמיץ, פליז, א דאנק.

האסט א שטארקע פוינט אבער וואס זאל מען טוהן פאררעכטן די וועלט קען מען דאך נישט איז אסר׳ען צו עסן אין א קיאסק קען מען נישט איז די מינימום בין אדם לחבירו וואס מען קען האבן איז ברענג נישט קיין שמעקעדיגע עסן און רוים אויף נאכן עסן און עס שטיל
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
ברעיסעס
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 19, 2021 12:29 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעיסעס »

a yiddish hartz האט געשריבן:האסט א שטארקע פוינט אבער וואס זאל מען טוהן פאררעכטן די וועלט קען מען דאך נישט איז אסר׳ען צו עסן אין א קיאסק קען מען נישט איז די מינימום בין אדם לחבירו וואס מען קען האבן איז ברענג נישט קיין שמעקעדיגע עסן און רוים אויף נאכן עסן און עס שטיל

ברעיסעס האט געשריבן:'די קאמפיוטער סטאר' אין וויליאמסבורג האט שוין לאנג איינגעשטעלט א No Food Or Drinks Allowed פאליסי און מיט דעם אלעם איז ער ב"ה פיין מצליח. ער שטעלט אפי' צו א וואסער מאשין, מיט קאפס וואס מ'קען נישט אראפלייגן ווייל ס'האט א שפיץ פון אינטן אזוי ווי די מזרקות אין בית המקדש, מ'זאל עס גלייך מוזן אויסטרינקען. וואס וועט זיין שלעכט אז יעדער טוט אים נאך?
a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

אויך א פלאן אבער ווילאנג מען אינפארסירט נישט דיין פלאן מיין איך אז מיינס איז פעיר
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
אוועטאר
זיכמעך
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 4:25 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכמעך »

ביסט 100% גערעכט און דאס אז צוויי אירע (אדער גאר דריי...) שטופן זיך צעזאם ביי איין סקרין (מן הסתם צו פליפן עפעס א דיל אויף זילאו אדער -נאך וויכטיגער- כאפן א בליק אויף די פרישסטע ברד"ק) און שלעפן בענקלעך פון אנדערע דעסקס און איך קום אריין זיכענדיג א פלאץ (נאכן זיך דורך שטיפן זייער אומגעהויערע טראפיק) און דער קוקט מיר אן ווי איך וואלט אריינגעטרויטן אין זיין וואוינונג...
איך זוך די ווערטער מסביר צו זיין פארוואס איך זיכמעך.
אוועטאר
פיק אפ טראק טאמבלסאס
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 3:27 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק אפ טראק טאמבלסאס »

צ/ק
קיינער איז נישט שולדיג אז ביזט נישט געווען ביי יענעם'ס חתונה, און האסט נישט געוויסט אז עס איז שוין געווען. נישט די גאנצע קיואסק דארף שטורעמען דערוועגן!!!!
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

אאאאפאאאאא!!!

:lol: :lol:
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

פיק אפ טראק טאמבלסאס האט געשריבן:צ/ק
קיינער איז נישט שולדיג אז ביזט נישט געווען ביי יענעם'ס חתונה, און האסט נישט געוויסט אז עס איז שוין געווען. נישט די גאנצע קיואסק דארף שטורעמען דערוועגן!!!!

:lol:
האללא.... האב מייטלייד כאטש...
איך ווייס נישט וואס
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

דער פראבלעם שטייט איין ביי ביידע זייטן מחיצה.
די מענער עסן און די נשים פלעטשקען מיט קולי קולות אין קיאסק, אזש עס נעמט אוועק יעדעס ביסל מנוחת הנפש.
אז מען קען נישט האבן א סייז טרי אין שעמבארעי (כ'זאג עס גוט?) קויף עס אין בורגונדי, לאז מיך געמאך.
כ'הער דאס גענוג אין דערהיים, כ'ברויך נישט קיין קיאסט פאר דעם.
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

זיצנדיג אינדערהיים מיט מיין צובראכענעם פוס א צייט צוריק, האט מיר איינער געשיקט דעם ארטיקל, זייער הנאה געהאט בשעתו, יישר כח!
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פיק אפ טראק טאמבלסאס האט געשריבן:צ/ק
קיינער איז נישט שולדיג אז ביזט נישט געווען ביי יענעם'ס חתונה, און האסט נישט געוויסט אז עס איז שוין געווען. נישט די גאנצע קיואסק דארף שטורעמען דערוועגן!!!!

הממ??
סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

פיפיות האט געשריבן:
ברעיסעס האט געשריבן:ס'איז דא א קיאסק דא אין וויליאמסבורג, וואס איך ווייס שוין אז אין איין קיוביקל קען מען זיך קיינמאל נישט אריינזעצן. פארוואס? ווייל עפעס א אינגערמאן קומט דארט עסן פרישטאג יעדן טאג, און ער לאזט איבער אזא שמיץ, אז ס'עקלט זיך אריינצוזעצן אהין.

קודם האט שוין דער אינגערמאן וואס צו ליינען היינט ביי פרישטאג :lol: :lol:

:lol:
פרימע אינגערמאן
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 7:54 pm
לאקאציע: כנפי השכנה

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרימע אינגערמאן »

i think Simeone has to open a desiccation about making noise when you eat in public it will be a good thing
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

פרימע אינגערמאן האט געשריבן:i think Simeone has to open a desiccation about making noise when you eat in public it will be a good thing

וואס מיינט simeone desiccation?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מהיות טוב האט געשריבן:
פרימע אינגערמאן האט געשריבן:i think Simeone has to open a desiccation about making noise when you eat in public it will be a good thing

וואס מיינט simeone desiccation?

someone - איינער
discussion - אויסשמועסן
פרימע אינגערמאן
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 7:54 pm
לאקאציע: כנפי השכנה

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרימע אינגערמאן »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
מהיות טוב האט געשריבן:
פרימע אינגערמאן האט געשריבן:i think Simeone has to open a desiccation about making noise when you eat in public it will be a good thing

וואס מיינט simeone desiccation?

someone - איינער
discussion - אויסשמועסן

sorry sorry
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פרימע אינגערמאן האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
מהיות טוב האט געשריבן:
פרימע אינגערמאן האט געשריבן:i think Simeone has to open a desiccation about making noise when you eat in public it will be a good thing

וואס מיינט simeone desiccation?

someone - איינער
discussion - אויסשמועסן

sorry sorry

actually the first post in this thread is discussing this topic.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”