שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

ב"ה

כ'וועל נישט מאריך זיין נאר תיכף צוטרעטן צום פוינט,

ס'רעדט זיך פון א פיינע היימישע משפחה דעם טאטן עמער רופן לצורך ה'ארטיקל 'פיני', דעם זון 'ייצי',

ייצי איז אייביג געווען אן אויסטערליש געלונגענער אינגל, אייביג מצליח געווען צו זיין פון די אויבערשטע פונעם שטייסל סיי אין די אויגן פון זיין טאטע, און אזוי אויך אין די אויגן פון זיין מאמע,

אנגעהויבן האצעכעס נאך ביים וואך נאכט, ווען פיני האט צוגעשטעלט אזאנס און אזעחעס, אז נאר פון קוקן אויפן בילד איז מען ערנסט הונגעריג געווארן [פשוט ווייל מ'האט דאדורך באקומען א ליידיגן מאגן פון אזויפיל ברעכן]

דער נאמען ייצי איז גראדע נאך דעם עלטער עלטער זיידעס שוואגער, אבער טאטע/מאמע האבן געהאלטן אז ס'לוינצעך ווייל ס'איז עכט א קיוט נאמען.

פיני האט איינגעשריבן ייצי'ן אין די בעסטע מוסדות כדי צו אנטוויקלען זיינע ספיריטשועל און עמאשינעל גראוטה, אנגעהויבן ביי א 'טאלאנט' קלאס [וואו ייצי האט מיט די אייגענע הענט צוזאמגעשטעלט זיינע ערבות און אתרוג],

א גיטאר קלאס [ער האט ארויסגעטשעקט דערפון ווען א חבר האט אים געזאגט אז ער שפילט בכלל נישט שיין -דאן זיך איינגעשריבן אין] א ווייאלין קלאס

איינגעשריבן אין די לאקאלע קינדער קווייער.

צווישן די 11 יאר און 12 אהאלב האט ער דורכגעשפרייזט עטליכע קורסעס אין תורת הנפש, קאמיוניקאציע אא"וו.

ייצי איז דוראויס די יארן עטליכע מאל געזען געווארן אין די אויסגאבעס, אמאל מיט א קליקס ארעינדזשמענט וואס ער האט [יא אדער נישט] געבויעט, און פילע מאל אלס טייל פון אן עדווערטייזמענט, [ייצי'ס עלטערן האבן געהאלטן אז ס'האט נישט קיין פשט צו "דיפרייוון" זייער קינד פון פובליסיטי, נאכדערצו ווען דער מארקעטינג עקספערט האט זיי קלאר ערקלערט אז ס'איז אן עבירה צו פאר'תכל'עווען אזא זיסע פנים/פיגור וועלכע פארמאגט פיאות וואס נישט נאר ס'שטעקט זיך נישט ארויס קיין האר, נאר אפילו נישט אריין] פון א נייע אייס קריעם, ביז די לעטעסט סטייל קאוט און שמאלע הויזן.

ייצי גייט יעדן טאג ערליך אין חדר מיט א קאווע אין די האנט, טרינקענדיג דערפון בשעת'ן וואקן.

ווען ס'איז געקומען נאנט צו ייצי'ס בר מצוה איז ער אמאל געווען ביי זיין זיידן, וועכער האט געזאגט פאר ייצי'ן "נא יצחק'ל [דער זיידע פארגעסט אלעמאל אז "ייצי" איז סאך מער קיוט] מ'גרייט זיך שוין צו די בר מצוה?" אוודאי -ענטפערט ייצי- כבין שוין געווען אין קלאודינג סטאר, כ'האב שוין א ביוטיפול שאל, און כ'האב שוין אפילו געזען ווי מ'מאכט בתים.
דער זיידע [קענטליך צומישט פון די אומגעראכטענע תשובה] דערצייט ייצי'ן "ווייסט? ווען איך בין געווארן בר מצוה, האב איך אליינס געמאכט מיין פשעטיל. מיין טאטע האט עס טאקע געדארפט צופיצן, אבער ס'איז געווען גאנץ פיין פאר א בר מצוה אינגל"

ייצי עפנט ריזיגע דערציילנדע אויגן מיט א ברייטן שמייכל "איך מאך אויך אליינס...
מיין תפילין בייטל".. לייגט ער צו שטילער, אלס עניוות.

און יא, ייצי האט טאקע באוויזן צו מאכן זיין אייגענע בייטל, מיט אזאאאאאאא יוניק דיזיין אז יעדער וועט....

די פראבלעם אצינד איז אז די ארגינאלע האנט געמאלענע דיזיין פונעם בייטל איז געווארן פארלוירן, און טראץ וואס דאס בייטל איז שוין פערטיג, וועט אים אבער קיינער נישט גלייבן אז ער האט געמאכט די דיזיין אליין מיט די אייגענע פענסיל אין די האנט, די ענקזייעטי איז העכער אלע שטאפלען

דערפאר, נאכן דורכפאלן מיט אלע פראווון צו געפונען דעם דיזיין, ווענד איך זיך צו אייך רבותי,
מ'דארף א פסיכיאטער עי עס עי פי, ווייל אז נישט .... וויל איך נישט טראכטן
לעצט פארראכטן דורך בוחר בשירי זמרה אום דינסטאג יאנואר 04, 2022 2:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3644
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

איך בין מיט דיר 100%

אבער באלט וועלן אידן ארויפקימען דא מיט טענות "האסט שוין געטראפן וואס מוחה צו זיין"
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

אריין אין אידישקייט אשכול............
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

זייער "קיוט" געשריבען!

איך ווייס שוין נישט ווער עס דארף א פסיכיאטאר, אזוי פיהל ווייטאג ארומצוטראגען?! :grin:
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16964
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

גוט איז גוט
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

;l;p- ;l;p-
זייער קלאר ארויסגעברענגט דיין פוינט!
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

פיינע ארטיקל.

למעשה האסטו באשלאסן נוצן ייצי׳ן פאר דיין אוועטאר...
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

;l;p- :lol:
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

הר גריזים האט געשריבן:;l;p- ;l;p-
זייער קלאר ארויסגעברענגט דיין פוינט!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:

א ביטער געלעכטער דאס...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פיין געזאגט! וואויל געזאגט!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

ווען איז די בר מצוה?
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

פיין געזאגט! ;l;p-

איך בין בוחר בשירי זמרה, מ'גלייכמיר די געזאנגען פון זמרה'ס פעדער.

ווענגלייך האט געשריבן:פיינע ארטיקל.

למעשה האסטו באשלאסן נוצן ייצי׳ן פאר דיין אוועטאר...

נעה! קעניש זיין ייצי! זעהסט נישט אז יענעמ'ס פיאות שטעקט זיך יא ארויס / אריין.. וואטעווער...
---
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

צ''ק
כדארף די דרשה פונים אבי הבן ביי די ברמצוה
אודה ה מאוד וכו' וכו'
ווער ס קען צו ווייזן אן אשכול דערפאר
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

זייער גוט געשריבן, שטארקע פונקטן.
ישר כח.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

;l;p- ;l;p-

זייער קלאר!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6157
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

מען מוז קודם שיקן די טאטע פאר ערנסטע העלפ...
אויב נישט וועט צוקומען נעקסטע יאר "מאדער"ן אר"ט לעסאנס" און א יאר דערויף "ומניח בקדושה לעסאנס" און נאכדעם שיקן לערנען אין עפעס א YESHIVA...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן:
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

;l;p- ;l;p-
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער גוט געזאגט. איך בין אויף דיין זייט.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

;l;p- ;l;p-
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
ניש נאש
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2020 12:16 pm

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניש נאש »

ביי די בר מצוה גייט ער זינגען כאטש א ניגון מיט א גיטאר ? :|
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

;l;p- ;l;p-
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

גאהר גוט! ;l;p-
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: שוין כמעט די בר מצוה – א טעראפיסט דרינגענד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

אזוי צו אראפלייגן די מצב... הלואי וועלן מענטשן זיך כאפן ווי זיי האלטן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”