אבזערוואציעס און געדאנקען מיט @איין תגובה טעגליך.

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

אבזערוואציעס און געדאנקען מיט @איין תגובה טעגליך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

דעי אשכול האב איך געפענט אויף שמועסן על דא ועל הא, פון ענינים העומדים על הפרק, פאליטאק, פערזענליכע ווייטאג, און וואס נישט,

העמיר זעהן ווי סוועט זיך פירן.

איך האף צו שרייבן אפט אבער איך קען פארשטייט זיך נישט צוזאגן,

און לאמיר אנהייבן מיט שדוכים.

איז שדוכים טאקע א קריזעס ?
די אנגענומנע מיינוג איז אז יא ! ווער איז שולדיג?
איז דא אלע מינע ענטפערס און יעדער באשולדיגט א צווייטע זאך. איך וואלט געוואלט צונעמען די זאך און זעהן, אן באשולדיגן עפעס ספציעל, נאר ארויס ברענגען וואס יעדער יחיד קען טוהן ארויס צו העלפן די מצב אדער בעסער געזאגט מאכן זיכער אז די קריזעס איז נישט זיין שולד, נישט ביי זיך, און נישט ביי יענעם.

לעצטענס האב איך מיטגעהאלטן אזא געשיכטע, א שדכן האט אנגעטראגן א שידוך פאר ר' ראובן'ס 20 יעריגע בחור, ר' ראובן פרעגט זיך נאך און ס'שמעקט אים עפעס נישט, די שדכן האט עס אבער אין די זעלבע צייט אויך אנגעטראגן פארן צווייטען צד און פון דארט באקומען א קאטגארישן ניין. ר' ראובן רופט אן דעם שדכן און איז אים מסביר זיין פארלעגנהייט אז היות זיין בחור איז דאך די באמבע פון שטאט, איז דאך יענער זיכער מסכים, און זייענדיג א ידיד פון יענעם וויל ער עצה ווי אזוי אפצוזאגן יענעם אן דעם וואס ער זאל זיך באליידגן...
נישטא ווער זאל לאכן..

און דעיס איז די ערשטע פוינט ליידער זענען דא גאר אסאך מענטשען וואס פשוט און גראד זיי האבן נישט קיין אנונג ווי זיי שטייען אין די וועלט פון שדוכים און אפולי זיי האבן שוין געטון שדוכים מיט פאריגע קינדער קינדער איז נישט קיין באווייז אויף אלע קינדער, און פון דעם ליידט ער אליינס, זיין קינד, און פארשטייט זיך אויך זיין קינד'ס באשערטע,
די עצה צו דעם איז לכאורה פרעגן א שדכן אדער 2 וואס זאל אים זאגן אין פנים אריין ווי בערך משטייט.

נקודה נומער 2.
דאס ווארטן מיט קינדער בעיקר בחורים ווייל זיי ''שטייגן'' (ברוך השם..) אדער ווי אנדרע רופן עס זיך משלים זיין וואלט איך געוואלט בעטן א פערזענליכע טובה פון יעדעם איינעם אז מ'זאל זיך ביטע א רגע דערמאנען די אייגנע ישיבה טעג ווי שטארק מ'איז געשטיגן, און זאלט איר וויסן אז היינט איז א בחור אפען צו די גאנצע וועלט אזש סכאפט א פחד ואכמ''ל,
סאו און איין ווארט, "דיין בחור שטייגט נישט"
איי סאיז דא בחורים וואס לערנען באמת פלייסיג, יא אבער סאיז צו א קליינע פערצענט זיך צו פארלאזן אויף דעם ווען מ'נעמט און באטראכט אז א טאטע פאפט זיך לגבי זיינע קינדער.

נקודה נומער 3 איז די נושא פון איפארמעישן וואס כאטשיג אמת'דיג גערעדט קען מען זיך נישט צו שטארק פארלאזן אויף אפשאצונגען פון בחורים אדער מיידלעך, נעמען עס אסאך מענטשען יא אן,

און דא איז די פראבלעם אז בחורים און מיידלעך האבן נישט די נוטיגע וויסנשאפט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט אלערליי דריידליך, טריקס, וואס מענטשען ניצן, און באמת גערעדט אסאך מאל קומען די סארט מענטשען אן צו די אמת, אבער אסאך מאל זענען די בחורים/מיידלעך סתם צומישט און מען פארשטייט פון זיי גאר עפעס אנדערש ווי די אמת'ע מציאות און א שידוך ווערט געשחטן על לא דבר,

ממילא וואלט געווען די ריכטיגע זאך פאר יעדע טאטע ארויס צו העלפן די קינדער מיט געבן אינפארמעישן, אויס לערנען נישט אריין צו פאלן אין די נעץ פון טריקס וכדומה.

סאיז נאך דא גאר אסאך וואס צו רעדן וועגן די נושא אי''ה בקרוב.
און אדרבה זאל די עולם אריינקומען
לעצט פארראכטן דורך איין תגובה טעגליך אום מוצ"ש יאנואר 08, 2022 9:00 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
אוועטאר
מפוזר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 2:17 pm
לאקאציע: צווישן קאסוב און קיטוב

Re: וואס קען איך ארויס צו העלפן מיטן מצב השידוכים ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפוזר »

א פיינע ארבעט.
און איך ווארט אויף נאך.
כ'בין דא צוריק!!!!!
ווערציך געגלייבט....
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: וואס קען איך ארויס צו העלפן מיטן מצב השידוכים ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

ביטע טוישן ניק צו 100 תגובות טעגליך

רייכע פעדער
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: וואס קען איך ארויס צו העלפן מיטן מצב השידוכים ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

א נושא, וויפיל מ'זאל נאר רעדן דערפון איז נישט גענוג...
נאכן זעהן וואס די שידוכים פאנטאזיע אשכול האט אנגעמאכט...האב איך ערענסט געקלערט פון מאכן א אייועלט אנאנימעס שדכנים צענטער, ווי דער עולם וועט אנטראגן שידוכים אנאנים...איינע פון די פראבלעמען איז אז מ'ווערט צומאל ב'מזיק'ט דורך א סוחי וכת דילי-ה...אבער אויב ארבייט מען עז עי טיעם, און ס'איז אנאנים, קען יענער שעלטן וויפיל ער וויל, מיר וועלן נאר באקומען נאך חומר צו באשרייבן סוחי ביים אויסהערן שידוכים...(.געב אכט, טרעידמארקט..) פון א אפקומעניש, וועט שדכנות ווערן א פארברענגען..און דאס קען זיין וועט מאכן א פולקאמע ענדערונג און לעזן דעם קריזיס...
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: וואס קען איך ארויס צו העלפן מיטן מצב השידוכים ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

איז לאמיר אויסשמועסן נאך אפאר נקודת.
איך האב גערעדט וועגן ווארטן ביי בחורים, אבער באמת איז די פראבלעם סאך מער ביי מיידלעך ווי מ'קען זעהן לויטן פשוטע מציאות אז ביי גאר א גרויסע פראצענט שידוכים איז די כלה עלטער ווי די חתן,
און מקען פארשטיין די סיבה, ווייל די מיידל ארבעט, זי ברענגט אריין געלט, און אויב חתונה מאכן קאסט 70 / 80 טויזענט דאלער, איז דאך נישט מער ווי פארשטענדליך אז נאכן ארויס קומען פון 12טע קלאס (וואס ס'טוט זיך ערענסט איבער עס מבטל זיין -בקיצור סאיז א עקסטערע נושא פאר זיך-)ביי די אכצען יאר, איז ממש א שאד איר א כלה צו מאכן פאר א יאר צוויי,

און בעצם איז די טענה נישט אינגאנצען אפגעפרעגט, נאר וואס,
אויב איז דא א בחור א יאר חילוק, אדער די טאטע דארף נישט צוקומען צו איר געלט, דארף מען גוט וויסן ווי אזוי שוקל צו זיין דאס גיין אין 12טע קלאס.

נאך אפאר עצות ארויס צו העלפן די מצב איז

אריינווארפן פאר א שדכן וואס ארבעט פאר דיראביסל מער ווי א טעלפאן קאל איינמאל א חודש, כי השוחד יעור עיני חכמים, און חוץ מזה מאכט עס אז די שדכנים ליין זאל זיך מער לוינען.

די זעלבע איז רעדן צום שדכן מיט רעספעקט,(ניין איך בין נישט קיין שדכן...) און זיך נישט באליידגן ווען ער טראגט אן עפעס וואס איז נישט לפי כבודך הגדול והנורא.

דעיס זענען מער ווייניגער מיינע עצות.
און איך האף אז די ברייטע ציבור - ווי מ'רופט עס - וועט אריינקומען מיט נאך געדאנקען.
לעצט פארראכטן דורך איין תגובה טעגליך אום מאנטאג יאנואר 03, 2022 6:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
אוועטאר
מפוזר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 2:17 pm
לאקאציע: צווישן קאסוב און קיטוב

Re: וואס קען איך ארויס צו העלפן מיטן מצב השידוכים ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפוזר »

;l;p-
לעצט פארראכטן דורך מפוזר אום מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 11:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ'בין דא צוריק!!!!!
ווערציך געגלייבט....
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

לעצטענס ביים דאוונען אין איינע פון די גרויסע מנינים סענטערס, ווי צדקה גייערס און משולחים זענען די עיקר מנין, קומט צו א בחור מיטן באקאנטען סלאגען, "א חתן פון ארץ ישראל" איך הייב מיין קאפ און איך באמערק אז עפעס איז פאני דא.

מיר זענען אלע אויפגעוואקסן מיטן ווארעמקייט צו עני ארץ ישראל, וואס שוין הונדטער יאר וואס דאס איז געווען די הייליגסטע צוועק, ווי מ'איז געגאנגען נאך געלט פאר אויסגעלייטערטע אידן, תלמידי חכמים, וואס זייער גאנצע לעבן איז געליגן נאר אין עבודת השם, און ווי באקאנט איז איינע פון די גרויסע מערכות ביי כלל ישראל געווען קעגן די חובבי ציון וואס האבן געטוישט די פישקעס פון ר' מאיר בל הנס צו זייערע פושקעס, און אלע גדולי ישראל האבן שטארק פארפירט דערקעגן, בקיצור סאיז געווען פון די הייליגסטע ביי אידן.

צוריק צו מיר און בית מדרש קוק איך אן דעם בחור, א שיינע מסודרדיגע רעקל, גלאנציגע סטיילישע שיך, נעקסט לעוויל גלעזער, בקיצור גוט באפיצט און איך כאפ זיך אז עס איז נישט די ערשטע מאל וואס איך זעה אזא סארט געשטאלט מיטן זעלבע נוסח, איך האב אים געגעבן 2 דאללער (די צווייטע פארן אים באדוכנ'ען) אבער די מחשבה איז מיר נישט ארויס פון קאפ און איך בין געבליבן מיטן קשיא,

פונקטליך וואסערע אידווענטיש האט די חתן מער ווי א חתן פון פראנקרייך אדער גאר די עני עריך פון דא אין אמעריקא? פארוואס דרוקט ער אזוי א חתן פון "ארץ ישראל" פון דעם רעדט די פסוק? איך מיין ח''ו נישט צו זאגן אז מ'זאל אזא בחור נישט געבן, (ס'קען זיין אז זיין טאטע איז יא א פייערדיגע איד און ער גייט גאר ארום אינעם זעלבען מנין פון די פארקערטע ריכטונג...) און אוודאי רעדט מען דא נאר פון א מיעוט, אבער מען דארף געבן די זעלבע סאך פאר די חתן פון סיי ווי.

בין איך נישט גערעכט?
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

איין תגובה טעגליך האט געשריבן:לעצטענס ביים דאוונען אין איינע פון די גרויסע מנינים סענטערס, ווי צדקה גייערס און משולחים זענען די עיקר מנין, קומט צו א בחור מיטן באקאנטען סלאגען, "א חתן פון ארץ ישראל" איך הייב מיין קאפ און איך באמערק אז עפעס איז פאני דא.

מיר זענען אלע אויפגעוואקסן מיטן ווארעמקייט צו עני ארץ ישראל, וואס שוין הונדטער יאר וואס דאס איז געווען די הייליגסטע צוועק, ווי מ'איז געגאנגען נאך געלט פאר אויסגעלייטערטע אידן, תלמידי חכמים, וואס זייער גאנצע לעבן איז געליגן נאר אין עבודת השם, און ווי באקאנט איז איינע פון די גרויסע מערכות ביי כלל ישראל געווען קעגן די חובבי ציון וואס האבן געטוישט די פישקעס פון ר' מאיר בל הנס צו זייערע פושקעס, און אלע גדולי ישראל האבן שטארק פארפירט דערקעגן, בקיצור סאיז געווען פון די הייליגסטע ביי אידן.

צוריק צו מיר און בית מדרש קוק איך אן דעם בחור, א שיינע מסודרדיגע רעקל, גלאנציגע סטיילישע שיך, נעקסט לעוויל גלעזער, בקיצור גוט באפיצט און איך כאפ זיך אז עס איז נישט די ערשטע מאל וואס איך זעה אזא סארט געשטאלט מיטן זעלבע נוסח, איך האב אים געגעבן 2 דאללער (די צווייטע פארן אים באדוכנ'ען) אבער די מחשבה איז מיר נישט ארויס פון קאפ און איך בין געבליבן מיטן קשיא,

פונקטליך וואסערע אידווענטיש האט די חתן מער ווי א חתן פון פראנקרייך אדער גאר די עני עריך פון דא אין אמעריקא? פארוואס דרוקט ער אזוי א חתן פון "ארץ ישראל" פון דעם רעדט די פסוק? איך מיין ח''ו נישט צו זאגן אז מ'זאל אזא בחור נישט געבן, (ס'קען זיין אז זיין טאטע איז יא א פייערדיגע איד און ער גייט גאר ארום אינעם זעלבען מנין פון די פארקערטע ריכטונג...) און אוודאי רעדט מען דא נאר פון א מיעוט, אבער מען דארף געבן די זעלבע סאך פאר די חתן פון סיי ווי.

בין איך נישט גערעכט?

אפשר איז ער געגאנגען פאר זיין חבר א חתן פין אר“י?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

יעדער האט געשריבן:
איין תגובה טעגליך האט געשריבן:
בין איך נישט גערעכט?

אפשר איז ער געגאנגען פאר זיין חבר א חתן פין אר“י?


איך האב נישט געמיינט נאר די איין מעשה ס'איז נישט נאר איינער.
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

איין תגובה טעגליך האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
איין תגובה טעגליך האט געשריבן:
בין איך נישט גערעכט?

אפשר איז ער געגאנגען פאר זיין חבר א חתן פין אר“י?


איך האב נישט געמיינט נאר די איין מעשה ס'איז נישט נאר איינער.

עס איז דא מער ווי איין חתן פין אר“י וואס האט חבירים אין אמעריקא בדרך כלל ווען איינער גייט פאר א חתן א יתום איז נישט ער די חתן די יתום
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

יעצט באמערקט דעים אשכול, @איין תגובה האסט א פיינעם פעדער און שטארקע נושאים.
מיר ווארטן אויף נאך!
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

זייער געשמאקע תגובות איינס ביי איינס..

צום ענין פון שדכנים לאמיר אריינווארפן אפאר צענט נאכן קענען פון די נאנט אפאר גרויסע שדכנים און מיטהאלטנדיג א היפש ביסל שידוכים.


א עוורידזש שדכן אפילו שוין א גרויסע (כ'רעד נישט פון די וואס זיצן ממש א גאנצן טאג אויף שדכנות) פירט דורך א עוורידזש פון 10 שידוכים א יאר, די ביניני מענטש צאלט היינט פאר א שדכן $1500 דאס טייטשט ביידע צדדים צוזאמען קומט אויס $3000 יעצט 10 שידוכים א יאר קומט אויס $30000 צוטייל די סומע פער וואך קומט אויס בערך $575 א וואך אסאך ווייניגער ווי א פשוט'ער אפיס ארבעטער וואס דארף גארנישט טוהן חוץ קלאפן אויפן קיבארד.

און פאר די פרייז 1) דארף ער נעמען די היץ פון נאנטע קרובים און חבירים וואס האלטן אים פאר פארן נישט טוהן פאר זייערע קינדער, מענטשן זענען באליידיגט אויף דיר פארן זיי נישט העלפן 2) ארבעטן אסאך מאל ביז אינמיטן דער נאכט אויב דער שידוך פארשלעפט זיך אריין, און די צייט וואס איינער וואס ארבעט אין די נאכט שעות ווי א בדחן אדער שפילער בעהט מער באצאלט ווייל עס איז שווערע שעות 3) דארף ער טוהן די ביטער שווערע דזשאב פון איינמעלדן פאר איין זייט אסאך מאל שוין נאך די בעשאו אז די שידוך גייט נישט ווייטער 4) דארף ער אסאך מאל ארבעטן פאר וואכן און חדשים אויף א שידוך וואס אדער ווערט גארנישט דערפון צום סוף, אדער געבט זיך א רוק אריין א אנדערע שדכן וואס האט שוין א האלבע יאר פארדעם אפגעליינט פאר איינע פון די צוויי צדדים דאס גאנצע ליסטע פון בחורים/מיידלעך און שרייט יעצט אז ער איז געווען דער ערשטער שדכן 5) דארף ער זיין א פסיכיאטער/טערעפיסט/סאציאלע ווארקער און רעדן צו די טאטע/מאמע פאר שעות צו בארואיגן אדער איבערצייגן. און נאך און נאך אלעס פאר די פרייז פון בערך $575 א וואך.

איך גיי שוין נישט אריין אין די חלק פון די עטוטאד וואס געוויסע געבן ליידער פאר שדכנים פארן זיך וואגן אנצוטראגן עפעס וואס איז נישט לפי כבודם, אדער סתם אראפהאקן דעם טעלעפאון פארן שדכן וואס קומט דיר גארנישט, אדער ארומפירן דעם שדכן אן קיין קלארע ענטפער אז ער זאל נישט וויסן ווי ער האלט מיט דעם שידוך.

וואס איז די עצה?

1)געלט 2) געלט 3) און נאכאמאל געלט

1) באצאלן מער. אנשטאט זיין פארנומען מיט ארגענעזאציעס נאך ארגענעזאציעס וואס געוויסע קען זיין טוהן טאקע באמת אויף, זאל מען פשוט צוזאמרופן דעם עולם און מסביר זיין אז פונקט ווי די פארשטייסט אז די צאלסט נישט פאר ברויט אדער סיי וואספארא זאך די זעלבע פרייז ווי 15 יאר צוריק קענסטו אויך נישט צאלן פארן שדכן ווי מען פלעגט צאלן מיט 15 יאר צוריק, מען זאל זיך אראפזעצען און אויסארבעטן א פרייז וואס מאכט סענס און עס ארויסלייגן פאבליק אז דאס איז די נייע פרייז פאר א שדכן.

2) נאכדעם וואס די האסט בשעה טובה א שידוך געטוהן גיי דורך דיין ליסטע וועלכע שדכן האט דיר אנגעטראגן ערענסט א שידוך און געארבעט אביסל פאר דיר און ווארף אים אריין אפאר דאלער מיט אפאר דאנק ווערטער צו דער זייט, די אויפטוה דערפון איז קודם אז ער באקומט עפעס באצאלט פאר זיין צייט וואס ער האט אוועקגעבן פאר דיר און אז ער זאל נישט שפירן אז ער האט געארבעט בחינם, און חוץ מזה געבט אים עס א שטיפ אז ביי דיין נעקסטען זאל ער האבן א חשק צו ארבעטן פאר דיר, און ס'געבט א שטיקל זעלבס זיכערקייט פארן שדכן אז ער איז נישט סתם א שמאטע. ס'ברויך נישט זיין קיין גרויסע סומע און ס'ברויך נישט זיין פאר יעדער וואס האט דיר אריינגעווארפן א נאמען בעיקר פאר איינעם וואס האט כאטש געארבעט אביסל פאר דיר.

3) אויב האסטו א בחור/מיידל וואס ווארט אויף א שידוך גיי צו צי סיי וועלכע שדכן די האסט א טראסט אין אים און געב אים א שיינע סומע פון צוויי דריי הונדערט דאלער און בעהט אים ער זאל דיר פראבירן צו העלפן אביסל, די אויפטוה דערפון איז אז דער שדכן גייט זיך שפירן אבליגעטעד צו ארבעטן פאר דיר ס'איז בדוק ומנוסה און די גייסט אויך שפירן רואיגער אים צו פרעגן פון צייט צו צייט צו ער האט עפעס געטוהן פאר דיר ביזט נישט סתם א נודזש האסט דאך אים באצאלט פאר דעם, אדער גיי צו צי דעם שדכן און מאך א דיעל מיט אים איך באצאל דיר א קליינע סומע פון לאמיר זאגן $50 א וואך און פארדעם זאלסטו מאכן 4-5 פאון קאלס פאר מיר במשך דעם וואך, דא איז ווייטער די זעלבע מהלך אז דער שדכן שפירט אז ער ארבעט פאר באצאלט נישט בחנם און אפילו ס'ווערט נישט גארנישט דערפון האב איך באקומען באצאלט דערפאר און די טאטע שפירט זיך רואיגער צו פרעגן דעם שדכן צו ער האט שוין עפעס געטוהן פאר אים אזוי ווי סיי וועלכע בעל מלאכה ער רופט אראפ צו זיך אינדערהיים.

ס'דא נאך אסאך וואס צו רעדן איבער דעם נושא. כ'ווייס נישט צו דא אין די אשכול איז דער פלאץ פאר די תגובה אויב קומט עס אין א אנדערע אשכול קען מען עס אהינ'ציטיר'ן.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

נישט נאר דעס, נאר דיע חברה קומען אונגעטין מיט די גרעי שאל פארווארפן אויף ארינטער, ס'גייט א ריח פון די עזרת נשים, די פיאות פארשטייפט ווי נאך א סטראק, כ'מיין וואס ווילסטו???
כ'האב שוין אמאל געהאט א לימוד זכות, אז זיי מיינען אז אזוי געפעלן זיי זיך פאר די אמעריקאנע יודן .....נישטא ווער זאל לאכן.....
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דאס ליגט בדוקא דא אין פארברענגן?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
לאל
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 11:51 am

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאל »

סאכדעס האט געשריבן:דאס ליגט בדוקא דא אין פארברענגן?

אויב ער האט זיך היינט איינגעשריבן, איז ער ווארשיינליך נאכנישט בקי בשבילי דעלמא הדין
הא הא הא.... וואס?

ווען עס קומט א הינט, געב איך א חתימה!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

סאכדעס האט געשריבן:דאס ליגט בדוקא דא אין פארברענגן?

אדרבה, געבט עס א רוק
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

סאכדעס האט געשריבן:דאס ליגט בדוקא דא אין פארברענגן?

מיך אויך געוואונדערט

און צום פותח האשכול א גוטע פעדער, נוץ עס אויס...
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

איין תגובה טעגליך האט געשריבן:פונקטליך וואסערע אידווענטיש האט די חתן מער ווי א חתן פון פראנקרייך אדער גאר די עני עריך פון דא אין אמעריקא? פארוואס דרוקט ער אזוי א חתן פון "ארץ ישראל" פון דעם רעדט די פסוק? איך מיין ח''ו נישט צו זאגן אז מ'זאל אזא בחור נישט געבן, (ס'קען זיין אז זיין טאטע איז יא א פייערדיגע איד און ער גייט גאר ארום אינעם זעלבען מנין פון די פארקערטע ריכטונג...) און אוודאי רעדט מען דא נאר פון א מיעוט, אבער מען דארף געבן די זעלבע סאך פאר די חתן פון סיי ווי.

בין איך נישט גערעכט?

דאס אליין אז ער איז געקומען צו פארן בטלטולא דאורחא איז א סיבה צו געבן עטוואס א נתינה. דאס דרוקן חתן פון ארץ ישראל איז נישט מיט א כוונה מחייב צו זיין, נאר פאר איינער וואס שפירט עס פאר א זכיה צו געבן זאל וויסן אז ער איז נישט פון דאהי.

ס'שטייט פון צדיקים אז דאס וואס אידן אין חו"ל האבן א קיום איז נאר אין זכות פון געבן פאר עניי ארץ ישראל. נישט דווקא ווייל זיי זענען גרעסערע צדיקים.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

מיין איין תגובה היינט איז איבער די נושא פון די מערכה קעגן טעכנעלאגיע.

(הקדמה: איך רעד ח"ו נישט פון די מהלך פון רבנים און קהילות נאר פון די פרייוואטע קאמפיינס)

איז אזוי
איך וויל צוטיילן די נושא אין 2

א. ווי אזוי א סמארט פאון באנוצער קוקט עס אן.

ב. א נישט סמארט פאון באנוצער קוק ווינקעל.

חיים א סמארט פאון באניצער: די השומרים סטיל מערכה איז בעביש און קינדיש, די בעסטע מעשה וואס זיי קענע אריין לייגן גייט בערך אזוי, איך האב נעכטען געזעהן א יוד גיין אין גאס פארטיפט אין זיין טריפהנע כלי, אזוי גייענדיג האט ער נישט באמערקט ווי ער וואקט אריין אין א בוים און יאפס, ער האט אריינגעקראכט, זיך אויסגעגליטשט, און זיין סמארטפאון האט זיך צובראכן, און אה יא איך האב פארגעסן די קעפעל פון די מעשה איז, באקומען די שטראף אויפן פלאץ!

הקיצור דעיס איז נאר איין נקודה, נעם אזא זאך ווי די השומרים קארטלעך, קינדער שפילן דערמיט פונקט ווי יעדע אנדרע קארטל געים, איז וואס איז בכלל די פוינט? און לאמיר שוין זאגן אז סגייט יא אריין אין זיי א קעגנערשאפט צו סמארטפאונס, וואס מיינסטו ווי לאנג גייט עס אנהאלטן? זיי גייען איין טאג ווערן 18-17 יאר, די וועלט וועט זיך עפענען פאר זיי מיט אירע אלע קאלירן, מיינסט אז ס'גייט זיי איטערסירן וואס ס'איז געשטאנען אויף די קארטלעך מיט וואס זיי האבן געטרעיד פאר 10 יאר צוריק א נעכטיגען טאג! און אזוי איז מיט אלע זייערע זאכן, אנגעהויבן ביי די אלארעם וואס "צינד זיך אן" אין ביהמד, גענדיגט ווען זיי רעדן פון א טיילונג, איר ווייסט ווי די פריערדיגע צדיקם האבן געוויינט אז מ'דארף צוקומען צו א טיילונג, און ביי זיי איז עס ווי די פשוטסטע זאך אין די וועלט,

קאם אן מען, זיי נישט סטופיד.


משה א עסקן פאר די מערכה: לייג און א זייט די אלע זאכן לאמיר זאגן אז ס'איז קינדיש ווען עס ברענט א פייער טאנצט מען אויך פון פענסטער.

דו ווייסט וואס די שעדליכע כלי האט שוין אפגעטוהן במחנינו? צוטיילטע שטובער, צענדליגער בחורים אראפ פון אידשן דרך, און סתם אזוי קוק וויפל אינגעלייט דרייען זיך ארום מיטן כלי און קוקן נישט אן די קינדער, אויב די ווייב איז קלוג קויפט זי אויך איינס אזוי וועט זי כאטש קענען רעדן צו אים אויף וואטסאפ, און דעיס איז שוין אלעס אן רעדן פון די אידשקייט חלק וואס אפילו מיט א גוטע פילטער איז עס זיכער נישט אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט, ווען דורך סאשעל מידיע קוקט מען זיך אן מיט כל דבר אסור,

לייג און א זייט די וועג ווי אזוי מ'פירט די מערכה, די מצב איז איום ונורא.

איך ווייס נישט וועלכע זייט איר האט גענומען, אבער איך מיין אז סאיז א דריטע דעה דא, וואס איז לכאורה די דרך הממוצע, און אדרבה אויב האלט איינער אנדערש ס'איז אפען פאר יעדעם צו ענטפערן.

לעצטע זומער איז ארויס געקומען פון הבדלה די באקאנטע א גריס פון יענע וועלט! און מהאט געקענט זעהן בחוש ווי אידן אן סמארטפאונס און יודן מיט סמארטפאונס צוגלייך זענען געווען ערשטוינט פון די געלונגנע ארבעט, און ס'איז אנצונעמען אז ס'האט אסאך אויף געטוהן,

און כאטש וואס זיי האבן ארויס געגעבן נאך גליונת, זעהט מען שוין נישט די עקסטאז ביים ציבור איך ווייס נישט פארוואס, אבער ס'שמעקט שוין מיט ווערטער ווי "מערכה" וואס אויב דו ווילסט אויפטוהן מיין איך אז ס'ארבעט נישט די סארט ווארט, ווי אויך די בריוו'ען וואס ס'שמעקט ווי אייגן פראדיצירט אזוי ווי אלע גליונת, וואס גראדע די זעלבע הבדלה ארויסגעבער געבט ארויס נאך עטליכע,

סאו צום פוינט מיין איך אז מ'דארף גיין מער אויף א קלוגע מהלך ווי עס הייסט נישט מערכה, ארויסברענגען די מעלה פון א טעבליט ווירסיעס א סמארט פאון,
מער עצות פאר קליינע ביזנסער ווי איידער ברענגען אינטארוויאס מיט ריזיגע ביזנעס פירערס,
ווי אויך ווען מ'רעדט פון בחורים דארף מען אביסל מער אפטיילן טאלק אלני, טעקסט, און מעסעדזש פלאס, ווייל די פאקט איז -אדרבה געבט א קוק אין ביהמד- אז רוב ישיבה גדולה בחורים דרייען זיך מיט סעלפאונס, און אין ישיבה קטנה איז אויך שוין דא גענוג און נאך,

איי העסטו פרעגן וואס ווילסטו, און ווער האט דיך געפרעגט, איז על ראשון איך וויל גארנישט.

ועל אחרון די גאנצע זאך ליגט אויך יעצט מער ווייניגער אין די הענט פון א יחיד.

און מעין הפתיחה "איך רעד ח"ו נישט פון די מהלך פון רבנים און קהילות נאר פון די פרייוואטע קאמפיינס"
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

ווען איך שטיי ענדלך אויף אינדערפרי, נאכן שווערע מלחמה פון יא אדער ניין, ווענדינדיג מיינע טריט צום נאנטען ביהמ''ד ליגט שוין ביי מיר אין געדאנק מיט וואסערע חידושים איך וועל אים היינט טרעפן,

ווי א געטרייע חבר ווארט ער מיר אפ ביים טיר יעדן טאג, רעגן, קאלט, היץ, אדער שניי,

כאטש וואס ער האט געווענליך נישט קיין גרויסע חידושים וועט זיך מיין ליבע צו אים נישט אפשוואכן,

ווען דו וועסט מיר פרעגן פארוואס איך בין אזוי נאנט צו אים וועל איך קיין זאכליכע תירוץ נישט פארמאגן, אבער ער איז צו שטארק געבינדן צו מיר אז איך זאל זיך פון אים שיידן,

נישט נאר איך בין געבינדן צו אים נאר פילע קלוגע און וויסנשאפטליכע שפירן די זעלבע נאנטקייט צו אים,

פיל מאל ווען ער איז מיט מיר האלט עס נישט אן פאר צו לאנג ביז איך שטעל אים אוועק כאטש וואס אנדרע וואלטן נאך געקענט הנאה האבן פון אים אבער עס באדערט נישט קיינעם,

ער ווערט אסאך מאל אראפגעברענגט א שטאק און דארט ווערט ער צושטאכן און צומאל אויך נאס, אבער ווי א געטרייע חבר בלייבט ער שטיל און זאגט גארנישט,

אמאל אמאל קומט פון אים יא עפעס זאכליך, בעיקר ווען ער דערמאנט מיר א פלאץ ווי איך דארף גיין,

אויב האב איך עפעס פארלוירן אדער איך זוך עפעס וויכטאג נעם איך אים און די האנט און איך לאז אים נישט אזוי שנעל ארויס,

ווען אידשקייט וואקסט וואקסט ער מיט,

ער באדינט מיר שוין באלד 15 יאר,


די "דבר יום ביומו"



בד"וו ווייסט איינער באמת וואס סאיז אזוי אינטערסאנט דארט?
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

איין תגובה טעגליך האט געשריבן:
די "דבר יום ביומו"
בד"וו ווייסט איינער באמת וואס סאיז אזוי אינטערסאנט דארט?

איך מיין סאיז מער די פחד אז מען פארפאסט עפעס.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איין תגובה טעגליך האט געשריבן:
די "דבר יום ביומו"
בד"וו ווייסט איינער באמת וואס סאיז אזוי אינטערסאנט דארט?

:lol: :lol: :lol:
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

האמיר אויף היינט א פאליטשע נושא!

די געוועזנע פרעזידענט טראמפ פלאנירט צו אפהאלטן די קומנדיגע יאנווער 6 א פרעסע קאנפרענס צום יאר טאג פון די פראטעסטן און וואשיגטאן קעגן די וואל פעלשערייען, וואס רוב פון זיינע שטיצער האלטן אז ס'איז געווען,
איך ווייס נישט די פונקטליכע ווערטער וואס ער וועט ניצן, אבער בערך ווייסן מיר אלע אז ער וועט צום טויזענסטען מאל איבער זאגן אז מ'האט אים בא'גנבט די עלעקשענס, מסתמא וועט ער אויך רעדן איבער די רוסלאנד סטיל באהאנדלונג וואס די וואס זענען אריין אינעם קאנגערס בילדינג באקומען וכו' וכו'

יעצט די רעפאבליקאנער האבן א שטיקעל פראבלעם, טראמפ האט טאקע איינגענומען די פארטיי, אבער נישט יעדער איז גענוג משוגע צו גיין פאר אים ווי ער הייסט, וויאזוי ער הייסט, אויף יעדע ריר, דהיינו די רעפבליקאנער א גרויסע עולם פון זיי האלטן אז ס'איז געווען עלעקשען פראד, וועט אבער זיין גענוג פון זיינע שטיצער וואס וועלן זאגן, אויב ס'איז געווען פראד איז פ"וו זאל נישט זיין די זעלבע זאך ביי די מידטירם, אדער גאר ווען טראמפ אליין וועט לויפן, אוודאי וועלן טראמפ'ס פייערדיגע שטיצער סיי ווי ארויס קומען אבער ס'איז דא גענוג אנדרע וואס נישט, און דעיס איז לכאורה איינע פון די עיקר סיבות פ"וו די דעמקראטן האבן איבער גענומען די סענאט דורכן געווינען דזשארדזיע,

און נאכמער דאס אלעס איז לגבי זיינע עכטע שטיצער ס'איז אבער דא גענוג סיי רעפאבליקאנער און אזוי אויך פיל אינדיפענדנס וואס זענען אים נאך נישט גרייט מוחל צו זיין אויף די גאנצע פראוד/יאנואר 6 סאמאטוכע, און זיי וועלן נישט מיטגיין מיט אזא מהלך,
וועסטו זאגן, זאל טראמפ אפלאזן די גאנצע זאך און פארטיג, איז אויך נישט שייך, קודם ווייל ער הייסט טראמפ,
און חוץ מזה, פון די אנדרע זייט מיז ער בעקען זיינע הייסע שטיצער, שיין העמיר אויס זעהן,
ס'איז פונקט ווי אמעריקא זאל גיין און קריג מיט טשיינע, און בשעת די מילטער פון ביידע זייטן שלאגן זיך ארום מאכן די צוויי שלום, און מ'לאזט די סאלדאטען זיך ווייטער ארומשלאגן כ'מיין פארוועם שלאגיך מיר ?

סאו איז דא א פראבלעם דא וואס טוט מען ?

אני הקטן בעניני פאליטיק האב א שטיקעל מהלך וואס טראמפ זאל נעמען און טאקע יעצט פאר ס'איז צו שפעט, בעצם האט ער שוין גענומען די מהלך פאריגע עלעקשאנס אין נו דזערסי און אין ווירדזשעניע למחצה ולשליש אבער נישט גענוג שטארק,

ער זאל ארויסקומען אז יא, ס'איז געווען פראד מ'האט אונז ב'עווהלט, בא'גנבט און וואס נישט, נאר וואס,
די פעיק נויז ווילן עס פארשטייט זיך נישט באריכטען, און זיי לייגן עס אראפ כאילו איך וויל גנב'נען די פרעיזדענטשאפט, קענען מיר נישט יעצט קעיר נעמען דערפון, נאר מיר וועלן פלאודען די וואלן ביי די מידטירם'ס צוריק נעמען די ווייסע הויז און טווענטי פאור, און דאן וועלן מיר ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז מיר זענען געווען גערעכט!

און פון דא און ווייטער זאל ער רעדן פון אלע דיזעסטערס וואס ביידן האט אנגעמאכט,

אויב קען טראמפ אזאנס דעליווערן (וואס גראדע יעצט ביי די וואקסינען האבן מיר געזעהן אז ער קען בערך אזא שפראך אויך, ווען ער האט געטענהט אז דורכן זיין קעגן די וואקסין פארגעסט מען פארוועם ס'קומט זיך די אמתע קרעדיט) מיין איך אז זיינע פייערדיגע חסידם וועלן אים פארשטיין און די אנדרע שטיצער און סתם אינדיפענדס וועלן אים מוחל זיין.

עכ''פ איך זיכער...

וואס האלטסטו?
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow קומסט אריין קלאהר
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

וואס איז היינט די נושא?

אה סאיז געווען אביסל שווער מחליט צו זיין, אבער למעשה האב איך באשלאסן יא צו רעדן פון די אויסגעדראשנע נושא פון חתונה תקנות,

איך וועל אנהייבן מיט די אונטערשטע שורה, "איך בין קעגן חתונה תקנות"
איי פארוואס?
כ'העל פראבירן מסביר צו זיין,

די באשעפר האט באשאפען די וועלט, און אדם הראשון האט געגעסן פון די עץ הדת, און דעמעלטס איז ארויסגעקומען די גזירה פון בזיעת אפיך תאכל לחם, און לא יחדל אביון מקרב הארץ, און צו מבטל זיין די גזירה האט נאכנישט געהאלפן קיין סטאלין און רוסלאנד, און נישט קיין כיטירע כינעיזע קאמיניסטישע פירער,

יעצט וואס מיינט ארעם וואס מיינט רייך? זייער פשוט ס'ווענד זיך אין די באדערפעניש, דהיינו א יוד מיט צען קינדער וואס זיין אינקאם איז פופציג טויזענט א יאר איז ארעם,
א סינגעל מענטש וואס מאכט די נומבער איז רייך, (איך מיין נישט דווקא די נומבער) ממילא וועט נישט העלפען קיין תקנות ודו"ק.

ווי אויך איז די פשוטע פאקט אז תקנות ארבעטן נישט, דער עושר וויל זיך אויפרייסן, דער מיטל קלאס מוז וועגן אים ארויפריקן זיין סטאנדערט, און די ארעמאן פארט אטאמאטיש ארויף (ליידער...)

נאך א נקודה ווען מ'מאכט תקנות איז דער עכטע ארעמאן וואס איז יא אויסגעארבעט ביי זיך דער וואס ליידט, און ס'איז א גרויסע ווייטאג, כ'העל מסביר זיין מיט א משל, סאטמאר ווילמסבורג האט עטליכע יאר צוריק איבערגעבויט די אלטע שמח תשמח זאלן ווי מען פלעגט קענען מאכן א שמחה פאר בערך ניין הונדערט דאללער, מהאט עס ביוטפיל אויפגעפיקסט מיט א שינו השם ויקרא שמו נזר, און די פרייז איז פארשטייט זיך שטארק ארויף, יעצט איר מיינט אז ס'איז נישט געווען פאר דעם ווער ס'זאל מאכן שמחות דארט, אוודאי האט די בעל בעתישע יוד נישט בר מצוה געמאכט דארט, אבער די עכטע ארעמלייט וואס קוקן אויף זייער בודזשעט און נישט וויאזוי יענער וועט קוקן אויף זייער בודזשעט האבן יא געמאכט שמחות דארט,

א.א.וו. ביי כלה קליידער, קידושים, וואס מען קען שוין געבן הערינג, און וואס נישט, היוצא מזה אז די עכטע ארעמאן דערלייגט,

און חוץ מזה קען מען נישט סאלווען א פראבלעם דורכן קעיר נעמען פון די תוצאה דערפון, די פראבלעם איז נישט אז די ארעמאן קען נישט חתונה מאכן, די פראבלעם איז אז ער וויל נישט חתונה מאכן ביליג ווייל יענער...! דאם לא כן וואס העלפט תקנות? ער קען דאך נישט באצאלן דאס אויך נישט?, אהא ער קען יא, נאר נישט אזוי טייער, שוין דארף מען מאכן תקנות אויף סומער האוזעס, קארס, און וואס נישט, איז דאך נישט רעליסטיש, שוין דעיס אויך נישט!

איך פארשטיי אז פאר קליינע קינדער מאכט מען תקנות וואסערע ריסעס זיי קענען ברענגען,( און אפשר טאקע הייבט זיך דא אן די פראבלעם אז מע'געוואוינט זיך איין אז יעדער איז גלייך...) אבער מיר זענען מער נישט און חדר ב"ה ממילא האלט איך קעגן תקנות !!

און יא ס'איז גרינגער צו מאכן הונדערט תקנות ווי ארבעטן אויף איין מדה!


אויב קריגסטו זיך אויף מיין מיינונג ביטע קום אריין און ענטפער.


האסט הנאה געהאט קום צוריק מארגען,
אז נישט קום זיכער צוריק ווייל אפשר וועסטו מארגען יא הנאה האבן!!
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”