פראקטיש האט געשריבן:ס'האט א מאטעמאטישע אומישרות חוץ מזל.
ולה
לאז מיך זעהן צו עטץ קענטס עס אויספיגערן.
סימן, וואס וואלט געווען ווען ס'איז דא א ליידיגע צעטל אינעם פישקע? מזל איז נישט שייך אבער ישרות יא.
איך האב א מיינונג דערויף, אבער איך וויל עס נישט אויסכאפן פון אנדערע. שוויצטס אביסל.
איך מיין איך האלט וואס איך גיי שרייבן, קען זיין אינמיטן עס אפשרייבן וועל מערקן אז איך פארשטיי נישט וואס איך האלט אדער וועט זיך מיין מיינונג פארשטערקערן, אבער פארט...
איז אזוי.
ישרות, רעכטפארטיקייט, מיינט אייביג צו די צוויי זייטן האבן געוואוסט פראנאויס די טערמינען פונעם דיעל און זיי זענען איינגעגאנגען דערויף.
דאס אז איינער האט געהאט 2 טיקעטס איז בעצם נישט קיין פראבלעם אויב וואלט ער צוויי מאל געקויפט. לויט די "מזל ביזנעס" איז ער אפשר א נאר פאר'ן עס טוהן ווייל די טשאנסן איז אויפן מענטש און נישט אויפן טיקעט(ס) אבער מטעם ישרות איז דאס א קלוגע שריט ווייל ער העכערט זיינע טשאנסן און פארמינערט אנדערע.
דער וואס האט געקויפט דעם גורל קען נישט האבן טענות היתכן מ'האט געלאזט אנדערע קויפן צוויי, מ'האט דיך אויך געלאזט. פונקט ווי ער קען נישט האבן קיין טענות אויף וויפיל מענטשן מ'האט געלאזט קויפן א טיקעט אזוי קען ער נישט האבן קיין פאראיבל אז עימיצער האט געקויפט מער ווי איינס. דאס זענען די תנאים, ס'איז אפן, יעדער האט די זעלביגע געלעגנהייט צו פארמינערן א צווייטנס טשאנס און צו פארגרעסערן דאס אייגענע.
עז לאנג יעדער ווייסט אז איינער גייט געווינען, איין טיקעט גייט ווערן ארויסגעצויגן. יעדער האט געהאט די זעלבע געלעגנהייטן אריינצוגיין וויפיל מאל ער באגערט און די וואס ציען עס ארויס מאנעווירן נישט ווער ס'זאל יא אדער נישט געוואונען, ווערט דאס אנגערופן יושר און רעכטפארטיג, איא?
איצט, אין פאל די בעלי הגורל האבן אריינגעלייגט א ליידיג צעטל און די ליידיגע צעטל האט געוואונען, ד.ה. קיינער קריגט דאס אוצר, עס בלייבט ביי די בעלי הגורל. וועט זיך טוהן א ויצעקו און מיט רעכט, וואס הייסט אז קיינער האט נישט געוואונען? אפגעזעהן וויפיל מענטשן אדער טיקעטס זענען פארקויפט געווארן? ריגארדלעס וויפיל וויינג טשאנסן יעדער האט געהאט צו געוואונען, וועט יעדער שפירן זיך בא'גנב'ט, אויסגעשפילט און אפגענארט, דאס וועט יעדער מודה זיין.
איי פארוואס ביי די גרויסע לאטערי קען יא אזוי זיין? איז פשוט ווייל מ'האט דאס געוואוסט פאראויס. די קויפער האט נישט נאר געוואוסט אז מיליאנען מענטשן גייען קויפן, מאכנדיג די טשאנסן צו געוואונען מיקראסאפיש קליין, נאר קלאר געוואוסט אז דער געוואונענע נומער מוז בכלל נישט זיין א געקויפטע נומער און יעדער איז מסכים דערמיט.
גיי מיר צוריק צום כלל, אז ס'ווענד זיך צו וואס דער ציבור האט געוואוסט פון פאראויס. צו זייערע טשאנסן זענען געווען ווייניגער פון וויפיל זיי האבן ערווארטעט.
אין פאל מ'האט נישט פאראויס געזאגט אז ס'גייט זיין ליידיגע טיקעטס און למעשה האט מען ארויסגעצויגן א געהעריגע געקויפטע טיקעט איז די גורל נישט יושר'דיג. מ'קען זאגן ווייל די טשאנסן זענען געווען ווייניגער אבער מ'קען אויך טענה'ן אז נישט ווייל ווען ס'ווערט ווען אויסגעצויגן וואלט מען דאך עס סייווי איבערגעמאכט.
איך מיין אז ס'איז דא א מער האקעלערע נקודה. ווען מ'מישט אויס די טיקעטס אינעם שיסל דארף מען אויך זיכער מאכן אז ס'איז ביושר. דא הייסט, נישט נאר אז יעדער זאל האבן די זעלבע טשאנסן נאר אז גארנישט פרעמד זאל קענען גורם זיין צו פארטוישן די טשאנסן פון איין טיקעט פאר א צווייטע. על אף וואס קיינער טוט נישט בעפארצוגן איין טיקעט איבער אן אנדערע מוז מען אויך זיכער מאכן אז די געמישעטכטס און די אויסגעציעכטס איז נאטירליך און ביושר.
מיט האבן דארטן א ליידיגע טיקעט, א פרעמדע עלעמענט, א דרויסנדיגע באשטאנדטייל איז מען אומוועלנדיג גורם אז ווען מ'מישט און מ'דרייט זאל ארויסקומען אנאנדערע טיקעט ווי ווען ס'זאל ווען נישט דארט זיין, דאס טוט אויטאמאטיש גורם זיין אן אומישרות אינעם אויסגאנג כאטשיג קיינער ליידט נישט דערפון מער פון א צווייטן, עס איז פארט נישט דער נאטורליכע ישרות וואס ס'האט געזאלט זיין.
אויב בין איך גערעכט, קען מען דאס אויך עפפלייען צו דער פאל וואס דער פותח האט געשטעלט, ווען איינער האט שלא ביושר ארייגעלייגט מער טיקעטס וויפיל ער האט געמעגט לויט די פאראויס אפגעמאכטע כללים פונעם שפיל.
אזוי קלער איך בדרך אפשר.