גלות איד האט געשריבן:אויף דרעזנער שמלעצער ווערט שוין אלעס אויסגעקלארט.
דרעזנער האט שוין גערעדט מיט דעם רב בן ששון, בקיצור וואס קומט ארויס איז אז ס'איז מער א משל ווי א מעשה.
דעם וואך ברענגט ער שוין עפעס א שטיקל מקור פון לאס אנדזשעלעס צו זייער א ענדליכע מעשה.
די מעשה גייט אזוי: א איד האט פאר א סומע אפגעדינגען דעם בילבארד אין פראנט פון תשב"ר שולע, א באקנטע ספרדישע שולע
זעה דא אויף גוגל מעפס. למעשה האט דער איד עס געוואלט לאזן ליידיג. אבער די קאמפעני איז נישט געווען צופרידן אז ס'בלייבט ליידיג (מענטשן האב כסדר אריינגערופן צו דינגען), האבן זיי געבראכן די קאנטראעקט און באצאלט 200,000 פאר דעם איד וואס האט עס געהאט אפגדינגען.
למעשה, דער משפחה ליידט זיך צאם צרות זינט דער מעשה איז ארויס, די עולם איז זיי חושד אז זיי האבן פארידנט מילאנען פון קאקא קאלא... ס'איז זיי זייער אומאנגענעם די גאנצע מעשה.